פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
באחדות
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
Location: היים זיסע היים
x 117

פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות?

פאוסט דורך באחדות »

איינער פרעגט מיך פארוואס פאנגט מען אן יעדע יאר די זמן פרשת נח

ענטפער איך אים וועגן אין די תיבה איז געווען די ערשטע מאל וואס מען האט נישט יעדעם אנגענומען

ליידער א ביטערע גלעכטער!
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 646

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך יוחנן כהן »

צ''ק

ווער זאגט מ'נעמט נישט אן?
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 3:32 pm איפה @מיילעך פריילעך???
אוועיטער
באחדות
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
Location: היים זיסע היים
x 117

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך באחדות »

מען זעט דיך היינט וויפל בחורים דרייען זיך ליידער אויף די גאסן עס איז אימבשרייבליך
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
אוועיטער
יוחנן כהן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:02 am
Location: אויפן בימה
x 646

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך יוחנן כהן »

באחדות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 3:07 am מען זעט דיך היינט וויפל בחורים דרייען זיך ליידער אויף די גאסן עס איז אימבשרייבליך
אוודאי דרייען זיי זיך היינט אויף די גאסן. ס'דאך בין הזמנים...
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 3:32 pm איפה @מיילעך פריילעך???
אוועיטער
באחדות
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
Location: היים זיסע היים
x 117

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך באחדות »

אין די זעסט נישט ווי צובראכן זיי זענען דער ווייסט נישט וועלכע ישיבה קטנה ער גייט גיין זיי זאגן אז עס איז נישט דא קיין פלאץ דער ווייסט נישט וועלכע ישיבה גדולה ער גייט גיין מען ווייסט נישט וואס די נעקסטע מינוט גייט ברענגען!
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
דעת תורה
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 9:58 pm
x 4

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך דעת תורה »

שוין צייט צו פארמאכן די ישיבות סיסטעם בחורים זאלן גיין ארבעטן ווער ס'וויל לערנען זאל זיך אריינזעצן אין ביהמ"ד לערנען
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1089

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך בן תורה »

@באחדות וויפיל בחורים ווייסטו וואס זענען נאכנישט מסודר אין קיין ישיבה אויף דעם זמן?
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 590
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1089

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך בן תורה »

דעת תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 6:58 am שוין צייט צו פארמאכן די ישיבות סיסטעם בחורים זאלן גיין ארבעטן ווער ס'וויל לערנען זאל זיך אריינזעצן אין ביהמ"ד לערנען
דו ביסט נאך לכאורה היבש אינג אז דו שרייבסט עס, איך וועל רעדן צו דיר ווען דיין ערשטע קינד וועט ווערן 13
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1629
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3960

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך נקודות טובות »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:30 am @באחדות וויפיל בחורים ווייסטו וואס זענען נאכנישט מסודר אין קיין ישיבה אויף דעם זמן?
פרעג אן ביי עזר לישיבות. אין קרית יואל/וויליאמסבורג איז די מצב פיין. אבער אין מאנסי בארא פארק איז איום ונורא.
כמוז דיר זאגן
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 1:46 pm
Location: חצות מנין
x 10

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך כמוז דיר זאגן »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:54 am

די פראבלעם פאנגט זיך אן ווען מען שיקט איו א מוסדת וואס איז נישט אונטער א קהלה און האט נישט קיין ישיבה.
אלע אנדערע ישיבות זענען מצוינים ישיבות
גיי זיך א ישיבה
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1562
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1667

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך שבת קודש »

כמוז דיר זאגן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 11:49 am
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:54 am
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:30 am @באחדות וויפיל בחורים ווייסטו וואס זענען נאכנישט מסודר אין קיין ישיבה אויף דעם זמן?
פרעג אן ביי עזר לישיבות. אין קרית יואל/וויליאמסבורג איז די מצב פיין. אבער אין מאנסי בארא פארק איז איום ונורא.
די פראבלעם פאנגט זיך אן ווען מען שיקט איו א מוסדת וואס איז נישט אונטער א קהילה און האט נישט קיין ישיבה.
אלע אנדערע ישיבות זענען מצוינים ישיבות
גיי זיך א ישיבה
אויף וועם האט מען טענות?
א פירוואטע ישיבה האט א רעכט אריינצונענען וועם זיי ווילן די פראבלעם אז בחורים האבן נישט קיין ישיבה איז נישט זייער פראבלעם
די עלטערן דארפן זיין החכם עיניו בראשו און שיקן צו קהלה מוסדות ווי זיי באלאנגן וועלן זיי נישט האבן קיין פראבלעמען
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 164

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך בן חיים »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:54 am
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:30 am @באחדות וויפיל בחורים ווייסטו וואס זענען נאכנישט מסודר אין קיין ישיבה אויף דעם זמן?
פרעג אן ביי עזר לישיבות. אין קרית יואל/וויליאמסבורג איז די מצב פיין. אבער אין מאנסי בארא פארק איז איום ונורא.
ישיבה קטנה אדער ישיבה גדולה?
אוועיטער
באחדות
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
Location: היים זיסע היים
x 117

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך באחדות »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:17 pm
כמוז דיר זאגן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 11:49 am
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:54 am

פרעג אן ביי עזר לישיבות. אין קרית יואל/וויליאמסבורג איז די מצב פיין. אבער אין מאנסי בארא פארק איז איום ונורא.
די פראבלעם פאנגט זיך אן ווען מען שיקט איו א מוסדת וואס איז נישט אונטער א קהילה און האט נישט קיין ישיבה.
אלע אנדערע ישיבות זענען מצוינים ישיבות
גיי זיך א ישיבה
אויף וועם האט מען טענות?
א פירוואטע ישיבה האט א רעכט אריינצונענען וועם זיי ווילן די פראבלעם אז בחורים האבן נישט קיין ישיבה איז נישט זייער פראבלעם
די עלטערן דארפן זיין החכם עיניו בראשו און שיקן צו קהלה מוסדות ווי זיי באלאנגן וועלן זיי נישט האבן קיין פראבלעמען
די פראבלעם איז נישט נאר ביי א פריוואטע ישיבה.
אין וואס איז אויב איינער איז נישט אונטער א קהלה וואס האט א ישיבה זאל ער בלייבן אויפן גאס?!
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
אוועיטער
באחדות
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
Location: היים זיסע היים
x 117

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך באחדות »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:30 am @באחדות וויפיל בחורים ווייסטו וואס זענען נאכנישט מסודר אין קיין ישיבה אויף דעם זמן?
ליידער אסאך!
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
כמוז דיר זאגן
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 1:46 pm
Location: חצות מנין
x 10

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך כמוז דיר זאגן »

באחדות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:32 pm

נמשל וועלכע קהלה
כמוז דיר זאגן
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 1:46 pm
Location: חצות מנין
x 10

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך כמוז דיר זאגן »

דעת תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 6:58 am שוין צייט צו פארמאכן די ישיבות סיסטעם בחורים זאלן גיין ארבעטן ווער ס'וויל לערנען זאל זיך אריינזעצן אין ביהמ"ד לערנען
ח"ו אזוי צי זאגן
מסתמא נאר א ווערטל
פעינטיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 140
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
x 479

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך פעינטיג »

באחדות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:33 pm
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:30 am @באחדות וויפיל בחורים ווייסטו וואס זענען נאכנישט מסודר אין קיין ישיבה אויף דעם זמן?
ליידער אסאך!
זייער אסאך. א ווייטאג!
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1249
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2039

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך פשוט און גראד »

באחדות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 2:00 am איינער פרעגט מיך פארוואס פאנגט מען אן יעדע יאר די זמן פרשת נח

ענטפער איך אים וועגן אין די תיבה איז געווען די ערשטע מאל וואס מען האט נישט יעדעם אנגענומען

ליידער א ביטערע גלעכטער!
מיי אפיניען. כ’האף ס’נישט צו שארף.

אינז ווייסען שוין נישט וואס תורה מיינט (פנימיות). און ס’נישטא קיין ארגינעלע מרביץ תורה עכט..

כמעט היסטאריע.

#גלות סינדראם
אוועיטער
באחדות
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
Location: היים זיסע היים
x 117

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך באחדות »

פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 2:39 pm
באחדות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 2:00 am איינער פרעגט מיך פארוואס פאנגט מען אן יעדע יאר די זמן פרשת נח

ענטפער איך אים וועגן אין די תיבה איז געווען די ערשטע מאל וואס מען האט נישט יעדעם אנגענומען

ליידער א ביטערע גלעכטער!
מיי אפיניען. כ’האף ס’נישט צו שארף.

אינז ווייסען שוין נישט וואס תורה מיינט (פנימיות). און ס’נישטא קיין ארגינעלע מרביץ תורה עכט..

כמעט היסטאריע.

#גלות סינדראם
א גרעכטע פונקט
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
אוועיטער
באחדות
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 12:33 am
Location: היים זיסע היים
x 117

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך באחדות »

כמוז דיר זאגן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 1:20 pm
באחדות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:32 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:17 pm
אויף וועם האט מען טענות?
א פירוואטע ישיבה האט א רעכט אריינצונענען וועם זיי ווילן די פראבלעם אז בחורים האבן נישט קיין ישיבה איז נישט זייער פראבלעם
די עלטערן דארפן זיין החכם עיניו בראשו און שיקן צו קהלה מוסדות ווי זיי באלאנגן וועלן זיי נישט האבן קיין פראבלעמען
די פראבלעם איז נישט נאר ביי א פריוואטע ישיבה.
אין וואס איז אויב איינער איז נישט אונטער א קהלה וואס האט א ישיבה זאל ער בלייבן אויפן גאס?!
נמשל וועלכע קהלה
די גייסט שוין אריין זייער בפרטוית. די פאקט איז אז אן געלט אדער פערטעקציע איז ליידער כמעט נישט מעגליך מען זאל דיך אן נעמען אין א ישיבה
איך טריי נישט אויף צו רייסן א באמבע אז עס געפעלט דיר נישט איינע פון מיינע פאסט'ס ''גיי ווייטער''
"In English we say it "JUST GO FORWARD
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1249
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2039

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך פשוט און גראד »

ס’נישט מעגליך מחנך צו זיין א אידישע נפש אן קיין אהבת ישראל, אהבה שאינה תלוי’ בדבר רעדט מען.

ווי אויך מחנך זיין איז לאו דוקא פארלערנען קנאקעדיגע שיעורים.

צו קענען מיטגיין איש איש לפי רוחו.

חכמה.

------
ווען ס’דא א ישיבה וואס די מאטיוו איז עניטינג באט די אמת’ע תכלית איז עס קיין אידישע ישיבה. ס"ה פרעקטיסט מען דארט די דזואיש לאה. האט זילטש מיט אורייתא וישראל וקוב"ה חד היא.
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1249
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2039

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך פשוט און גראד »

א קהילה האט כאטש א כח הרבים ווי עס איז דא סיעתא דשמיא
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3768
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10041

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@פשוט און גראד, ס'איז נישט אזוי "פשוט און גראד" די סוגיא.

ר' יענקל איז א חשובע איד א בר אוריין און א מחנך פון נאטור. נאכן זיך איבעררעדן מיט זיינע ערליכע אידן שפרינגט ער אריין אינעם פראיעקט און עפנט א ישיבה. ער גרייט זיך מיט פיזישע און גייסטישע קרעפטן צו אריינלייגן לייב און לעבן צו ארויפברענגען יעדעס בחור צום העכסטן שטאפל וואס ער קען דערגרייכן.

די ערשטע זמן באקומט ער הונדערטער אפליקאציעס ווען זיין ישיבה האט נאר הונדערט צוואנציג פלעצער. ער מאכט אפ צו גיין לויט ווער ס'האט זיך איינגעשריבן די ערשטע.
זיין סעקרעטאר גיבט א קוק אויפן ליסטע און רופט אים אן אין א בהלה "וועמען ווילסטו דא אננעמען? טאמער וועלן די מצוינים הערן אז די און די בחורים קומען דא אריין, וועלן זיי זיך זוכן א צווייט מקום!

געלט וועסטו מאכן פון ארומגיין ביי די מנינים... קיין איין בן גבירים האסטו נישט אנגענומען!

די קומענדיגע זמן טרעפסטו זיך מיט א ישיבה פאר שוואכע בחורים וואס מוטשעט זיך מיט געלט...

איינער האט אין א לעזונג? ער וויל באמת נישט מאכן קיין סעלעקציעס. ער וויל נישט אוועקשטופן א אידיש נפש צוליב חוסר כשרון אדער געלט חלילה. וואס זאל ער אבער טון אז טאמער וועט ער ארייננעמען שוואכערע בחורים וועלן די מצויינים נישט וויל אריינקומען צו אים, און א ישיבה קען נישט אנגיין מיט בלויז שוואכע! אויב איז נישט דא קיין ווינט פון תורה גייט די גאנצע מצב בארג אראפ.

ווי זאגט @פשוט און גראד:
#גלות סינדראם
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1249
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 2039

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 9:16 pm @פשוט און גראד, ס'איז נישט אזוי "פשוט און גראד" די סוגיא.

ר' יענקל איז א חשובע איד א בר אוריין און א מחנך פון נאטור. נאכן זיך איבעררעדן מיט זיינע ערליכע אידן שפרינגט ער אריין אינעם פראיעקט און עפנט א ישיבה. ער גרייט זיך מיט פיזישע און גייסטישע קרעפטן צו אריינלייגן לייב און לעבן צו ארויפברענגען יעדעס בחור צום העכסטן שטאפל וואס ער קען דערגרייכן.

די ערשטע זמן באקומט ער הונדערטער אפליקאציעס ווען זיין ישיבה האט נאר הונדערט צוואנציג פלעצער. ער מאכט אפ צו גיין לויט ווער ס'האט זיך איינגעשריבן די ערשטע.
זיין סעקרעטאר גיבט א קוק אויפן ליסטע און רופט אים אן אין א בהלה "וועמען ווילסטו דא אננעמען? טאמער וועלן די מצוינים הערן אז די און די בחורים קומען דא אריין, וועלן זיי זיך זוכן א צווייט מקום!

געלט וועסטו מאכן פון ארומגיין ביי די מנינים... קיין איין בן גבירים האסטו נישט אנגענומען!

די קומענדיגע זמן טרעפסטו זיך מיט א ישיבה פאר שוואכע בחורים וואס מוטשעט זיך מיט געלט...

איינער האט אין א לעזונג? ער וויל באמת נישט מאכן קיין סעלעקציעס. ער וויל נישט אוועקשטופן א אידיש נפש צוליב חוסר כשרון אדער געלט חלילה. וואס זאל ער אבער טון אז טאמער וועט ער ארייננעמען שוואכערע בחורים וועלן די מצויינים נישט וויל אריינקומען צו אים, און א ישיבה קען נישט אנגיין מיט בלויז שוואכע! אויב איז נישט דא קיין ווינט פון תורה גייט די גאנצע מצב בארג אראפ.

ווי זאגט @פשוט און גראד:
#גלות סינדראם
אבער איין זאך..

זיין סעקרעטאר האט איהם דעיס געזאגט..

אין טאקע דעיס.. אויב מ’מיינט עס נישט אמתדיג קוקט מען אזוי אויס
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1629
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3960

Re: פארוואס נעמט מען נישט אן אין ישיבות

פאוסט דורך נקודות טובות »

בן חיים האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 12:25 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:54 am
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 10:30 am @באחדות וויפיל בחורים ווייסטו וואס זענען נאכנישט מסודר אין קיין ישיבה אויף דעם זמן?
פרעג אן ביי עזר לישיבות. אין קרית יואל/וויליאמסבורג איז די מצב פיין. אבער אין מאנסי בארא פארק איז איום ונורא.
ישיבה קטנה אדער ישיבה גדולה?
ביידע. עס ווי ספיק זענען נאך דא צענליגע בחורים'לעך וואס דארפן אנהויבן דעם זונטאג שיעור א' ישיבה קטנה, און זיי זענען נאכנישט פלאצירט.

עס איז מיר אויסגעקומען לעצטענס צו רעדן מיט מיינס א באקאנטער אן איש נאמן, וואס איז מראשי העסקנים פון די הייליגע ארגעניזאציע עזר לישיבות. נאכן רעדן מיט אים קען איך אייך זאגן, די מצב איז איום ונורא. אבער איום ונורא! ווי ער געבט איבער איז די מציאות אז אין קרית יואל און וויליאמסבורג איז די פראבלעם ניטאמאל א צענטל פון וואס עס טוט זיך אפ אין מאנסי/בארא פארק. און די סיבה דערצו איז זעלבסט פארשטענדליך.

אין קרית יואל/וויליאמסבורג איז דער עולם איין טשולענט. יעדער לעבט צוזאמען, דאווענט צוזאמען, וואוינט צוזאמען. יעדער קען יעדעם. ווען עס מאכט זיך א פראבלעם ביי איינעם אין וויליאמסבורג, וועט שוין איינער פון די הונדערט אידן וואס וואוינען מיט אים אין איין בנין וויסן דערפון, און עפעס וועט שוין ווערן. די חסרון פון וויליאמסבורג, דהיינו די פעיר פרעשור דאס אז יעדער לעבט פאר יעדעם, שטעלט זיך אין דעם הינזיכט אויס צו זיין א מעלה. ווייל וויבאלד יעדער מישט זיך אין יעדעמס געשעפטן און יעדער לעבט צוזאמען, וועלן אטאמאטיש אנדערע מענטשען הערן און קומען צוהילף פאר זייערע באקאנטע. עס איז כמעט מן הנמנע אז א בחור זאל נישט האבן א ישיבה, און עס זאל נישט זיין איינער וואס פארעט זיך דערמיט און דרייט איבער א וועלט.

משא"כ אין מאנסי, (ווער עס וואוינט דארט וועט פארשטיין וואס איך רעד) זענען דא שווערע הונדערטער אידן וואס קיינער ווייסט אפילו נישט אז דער עקזעסטירט. ער וואוינט ערגעץ וואו ביי א דעד ענד, ער דרייווט אן אלטע גרינע 2002 טיאטע סיענע. ער דאווענט אין עפעס א לאקאלע שוהל מיט פונקט דרייסיג מתפללים, האלב פון זיי אידן וואס האבן שוין חתונה געמאכט אלע קינד. מער ווי דער גראסערי מאן ווייסט קיינער נישט ווער ער איז. ווען ער טרעפט זיך אן א ישיבה פאר זיין בחור, האט ער ניטאמאל צו וועמען זיך צו ווענדן.

צווייטענס, איז אין קרית יואל/וויליאמסבורג כמעט נישט דא אזא זאך ווי קליינע מוסדות. די סיסטעם איז אוועקגעשטעלט אויף די פראדוקציע מוסדות וואו מען שיקט אריין די קינדער ווען מען מאכט זיי פאות, און מען נעמט זיי ארויס פון דארט צוויי חדשים פאר די חתונה. ווען מען שיקט אריין די קינדער אין קינדערגארטען, ווייסט מען אז די מוסד האט אויך א ישיבה גדולה. משא"כ אין מאנסי/בארא פארק, וואס עס זענען דא פיל מער קליינע מוסדות התורה, וואס איינמאל דאס קינד ווערט בר מצוה דארף מען גיין זוכן א ישיבה. ממילא איז די גאנצע זוכערע פאר מוסדות אין קרית יואל/וויליאמסבורג, נישט צום פארגלייכן צו מאנסי/בארא פארק.

יעצט אויב האט ער א גוטן בחור, אדער אויב האט ער אפאר דאלער, איז אשרי לו ואשרי חלקו. אויב אבער איז מזה ומזה אל תנח ידך, סיי זיין זוהן איז נישט דער גרעסטער בל כשרון, און סיי ער מיטשעט זיך צו דעקן דעם חודש, איז דאס א גהינם התחתון. ער הייבט אן גיין ישיבה שאפינג, און קיין איין ישיבה וויל אים נישט.

חוץ מזה איז אין מאנסי/בארא פארק אויך דא גאר אסאך קליינע ישיבות וואס האבן נישט קיין חדר. און עס איז אפציעל אויסגעשטעלט אז אפילו די וואס שיקן די קינדער אין די גרויסע פראדוקציע מוסדות, נעמען אויך ארויס די קינדער, און שיקן זיי צו קלענערע ישיבות. די אלע ישיבות בויען זיך נאר פון די חדרים פון די פראדוקציע מוסדות. וואס דאס מאכט אטאמאטיש שווערער פאר די פראדוקציע מוסדות זיך צו ספראווענען מיט זייערע אייגענע תלמידים. ווייל א גרויס חלק פון די עלטערן וואס האבן קינדער מיט גוטע כשרונות, נעמען ארויס זייערע קינדער. ווידער עלטערן וואס האבן אפאר דאלער שטעלן אויך אריין זייערע קינדער אין מצוינים ישיבות וויבאלד מען קען נישט זיין עכט באלבאטיש אויב די קינדער לערנען פלעין אין די מעין סטרים מוסדות. ממילא בלייבן די גרויס מוסדות איבער מיט אסאך בחורים מיט נישט די בעסטע כשרונות, און זייערע עלטערן האבן נישט קיין איבריג געלט. און דאס מאכט די פראבלעם א מכה אשר לא כתובה בתורה.

@כמוז דיר זאגן שרייבט אז די פראבלעם פאנגט זיך אן ווען מען שיקט איו א מוסדת וואס איז נישט אונטער א קהלה און האט נישט קיין ישיבה.
אלע אנדערע ישיבות זענען מצוינים ישיבות. גיי זיך א ישיבה. און ענליך צו דעם שרייבט @שבת קודש

די מציאות איז אבער אז דאס איז נישט אמת. הונדערטער בחורים וואס פון קינדערגארטן זענען זיי אין די צענטראלע מוסד פון די קהילה אין די צוויי שטעט גייען דורך שבעה מדורי גהנים ביז מען זעהט זיי אריין אין ישיבה (אויב מען זעהט זיך אריין לבסוף) יעדע יאר הייבט זיך אן די חשון זמן בשעת וואס הונדערטער בחורים דרייען זיך ארום אן א ישיבה. און איך רעד דייקא פון אזאלכע וואס האבן גלערענט אין די מעס פרודאקשען חדרים. ווער עס ווייסט נישט פון וואס איך רעד, וואוינט אדער אין קרית יואל/וויליאמסבורג, אדער זאל ער זיך אביסעל נאכפרעגן. די מציאות איז מר כזית. א בחור פון 13 יאר אלט וואס דרייט זיך צוויי וואכן, און צומאל ביז חנוכה ארום אן א ישיבה, איז א מעות לא יוכל לתקון. דער בחור וועט מער קיינמאל אין לעבן נישט זיין די זעלבע.

און דאס איז אין צוגאב צו דאס וואס @באחדות שרייבט. אין מאנסי/בארא פארק זענען דא הונדערטער און אויב נישט טויזענטער משפחות וואס באלאנגען נישט עכט צו א קהילה. נישט ווייל זיי זענען אנטי סיסטעם, נאר זיי זענען מאנסיאנער אדער בארא פארקע אידן. אין קרית יואל איז טאקע נישט דא אזא געדאנק, אבער אין מאנסי/בארא פארק איז פיל מיט דעם. און די גייען טאקע דורך דעם נהר דינור.
שרייב פאוסט