ווירקליך האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 24, 2023 11:31 am
ריכטיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 24, 2023 11:05 am
ווירקליך האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 24, 2023 10:13 am
צייט איינצוזען אז מ'קען לעבן דעם טאג טעגליכן לעבן אן בהמה פלייש... אויף ארויפצוגיין מיט פרייזן זאלן זיך די בהמות האלטן מיט זייערע פליישן!
קען איינער אויסקלארן צי דאס האט נאר מיט די אידישע מארקעט? אדער די בהמות אין אלגעמיין זענען געווארן סוחרים?
דו האסט א שפראך...
דעם טאג טעגליכן לעבן קען מען טאקע אן רינדערן פלייש, וואס וועט אבער זיין מיט די מארך ביינער און די ספער ריבס אין די טשולענט? געענדיגט מיט די זונטאג מאגן פראבלעמען?
און די יו"ט'דיגע סעודות אן א רינדערן פלייש? וואס העט מען האבן פאר שמחת יו"ט?
און ווער רעדט נאך פון די פורים'דיגער און שמחת תורה'דיגער צינג? א הימל געשריי, א 100 דאלערדיגן צינג וועט פון היינט אן קאסטן 150 - 175 דאלער???
דער איינציגער פראבלעם וואס איך זע עכט דערין איז די זונטאג מאגן פראבלעמען... אויב זונטאג וועט זיין א געהעריגע טאג וועט מען זיך דארפן אן עצה געבן דערמיט וויאזוי עס אנצופילן. אפשר א סייד דזשאב פאר זונטאג? אפשר אזוי העמיר קענען עפארדן בהמה פלייש אויך...
שמחת יום טוב זע איך נישט עכט פאסירן ווען מ'עסט מארך וואס ציהט ארויס די מארך פון בערזל, און ווען מ'עסט בהמה פלייש פארשמירט מיט מענטשן בלוט.
ערנסט גערעדט, א גרויס טייל פונעם ציבור קענען זיך שוין יעצט נישט ערלויבן די הוצאות פאר פלייש לכבוד יום טוב... לוינט דען צו עסן א שטיק פון א בהמה ווען מ'האט דערפאר מקריב געווען א א הארץ פון א מענטש?
צייט צו בויקאטן פלייש למחצה לשליש ולרביע.
ווילאנג איך גיי צו מיין טאטע / שווער אויף סעודות, בין איך זייער מחמיר (=מאך_מיר) אין שמחת יו"ט, אפגעזעהן די פרייז דערפון...
דיינע הצעות העלעך אין באטראכט נעמען ווען איך וועל אנהייבן פראווען אליינס...
סיי ווייל די לעצטע תקופה איז אויסגעשטארבן א געוואלד מיט בהמות, א חלק דורך פלוצלונגדיגע אויפרייסן אין די פלענטס, אז טויזענטער זענען געווארן געבראטן אין מינוטין, און שווערע טויזענטער פאר א יאר אין די היצן פון טעקסאס (מען קען אויסציען אן עקסטערע טישל צו ס'איז געווען במזיד דורך די ליבעראלן אדער ס'איז געווען עכטע תוצאות פון גלויבל ווארמינג..., אבער דאס איז זעכער אז די ליבעראלן פארלייגן עולמות (גויאישע_טישן...) אז מען זאל סטאפן צו עסן בהמה פלייש וואס זיי ווילן אונז איינרעדן אז ס'ברענגט אן גרין גאזן און פארמערט די גלויבל ווארמינג פראבלעם, און אנשטאט דעם זאל מען עסן געבראטענע שווארצע קראסטי קריקעטס (אזעלכע שווארצע שרצים כמו היישיריקן וואס זענען אונזערע חברים אין די קאנטרי, און פייפן א גאנצע נאכט... און ווען מען בראט עס האט עס א כמו פאפקארן טעם...)
ועוד, אסאך ליבעראלע ערטער ווי קאנאדע האבן מוסיף געווען זייער גרויסע 'גרין גאזן טעקס' אויף די פארמער, וואס איז גורם אויפן טאש פונעם קאסטומער...
2. ווייל די פרייזן גייען ארויף אין אלגעמיין, מיינט עס א שווערערע ארבעט פאר די כשר'ע מארקעט צו טרעפן ערטער צו שחט'ן און גענוג כשר פלייש וואס טרייבט ארויף מער די פרייז
3. די פראבלעם אין קאנאדע, אז מען קען דארט נישט שחט'ן לע"ע קיין כשר'ע שחיטה, במילא האט זיך פארמאכט נאך א גרויסע מארקעט, וואס טרייבט ארויף מער די פרייזן...
זיי האבן געענטפערט "ביי די נעקסטע שיפמענט, וואס מיינט בערך א וואך ארום". זיי האבן מיר געזאגט אפיציעל אז איך קען יעצט קויפן וויפיל איך וויל און אריינכאפן די יעצטיגע פרייז...
זיי האבן געענטפערט "ביי די נעקסטע שיפמענט, וואס מיינט בערך א וואך ארום". זיי האבן מיר געזאגט אפיציעל אז איך קען יעצט קויפן וויפיל איך וויל און אריינכאפן די יעצטיגע פרייז...
Spa 42 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 4:44 pm
אינטערסאנט, איך הער אז די בוטשער פון מהר"א אין וומ"ס, איז לעצטענס גאר אראפ מיטען פרייז אויף די רויע פלייש.
Spa 42 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 4:44 pm
אינטערסאנט, איך הער אז די בוטשער פון מהר"א אין וומ"ס, איז לעצטענס גאר אראפ מיטען פרייז אויף די רויע פלייש.