בלאט 1 פון 1

צוברעקל נישט דיין הארץ!

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 8:38 pm
דורך מיינע פאעזיעס
מיר שטייען שוין אינעם יו''ט סוכות
די געבוי פונעם סוכה'לע אנקוק-עס.

ווענטעלעך
גאר זיסע סכך און דפנות דריי
גאר קענטעלעך
אז דער שאטן פון השם זענען זיי.


אינטערעסאנט אז דער איינציגסטע יכולות
איז צו בויען די סכך נאר פון גורן יקב ופתולות.

פלאנצונגען
גאר נידריג, פון דער ערד מען רייסט עס
און א-זאנג-זינגען
פארן בורא ווי פאסט עס.


להגיד
זאגט דער מגיד
איצטער
אין די סוכה'לע דער באשעפער יעדעם שיצט-ער.

אפילו די נידריגסטע פון די נידריגסטע
צום באשעפער צוקומען ארלעדיגסטע
אין זיין פארטוך ארום וויקלט-דיך.

אינערווייניג
עס איז הייליג
ווי קודשי קדשים
מבזה זיין דעם סוכה חלילה מ'טאר-נישט-אים.

ווייל די ברעטעלעך די זיסע
עס איז צילא דמהימנותא
פון אלעם בייזן ער פארזיגל-דיך.


מען נעמט אין די האנט די ד' מינים
העכערע סודות אין די מצוה רוה'ען-אים.

די שדרה איז די לולב, די הארץ איז די אתרוג
מען שאקעלט, די סטרונעס פונעם הארץ עס-רוקט.

אתרוג היבש, פסול ציליב דעם-איז
ווייל דאס איז פאר אונז א רמז.

אויב די הארץ איז פארוועקלט.
פארן באשעפער עס איז נישט פיין,
עס טאר נישט זיין צוברעקלט, ניין.


מיר בעטן הרחמן
טו פארמאכן-מיין
פלאג.
זיי שוין מקיים דיין צוזאג.

די דברים כהוויתן
סוכת עורו של לויתן
עס וועט דארט זיין הערליך שיין.

נעם אונז שנעל-שוין
ארויס פון גלות
שטעל-שוין
אויף דעם סוכת דוד הנופלת.

זיצן מיט די אושפיזין
אינאיינעם מיט תורה ריזן
במהרה בימינו אמן.

Re: צוברעקל נישט דיין הארץ!

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 8:41 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
הוהא דאס איז הייליג הייליג און שיין. ביסט שוין פארכאפט געווארן אין דעם מינעם/רוענעם... גוט גוט.

Re: צוברעקל נישט דיין הארץ!

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 11:17 pm
דורך פופציגער
דו שרייבסט גוט. גוטע געדאנקען. גוט אפגעשריבן. גוטע גראמען. אא מציון פלאס - פלעגט מיין סאבסיטוט באטיטלען אזאנס.

Re: צוברעקל נישט דיין הארץ!

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 11:48 pm
דורך נפתלי
כ'בין שפראך-לאז

האסט א פיינעם פעדער

Re: צוברעקל נישט דיין הארץ!

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 21, 2024 12:45 am
דורך מיינע פאעזיעס
פופציגער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 11:17 pm דו שרייבסט גוט. גוטע געדאנקען. גוט אפגעשריבן. גוטע גראמען. אא מציון פלאס - פלעגט מיין סאבסיטוט באטיטלען אזאנס.
טענקס

Re: צוברעקל נישט דיין הארץ!

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 21, 2024 1:50 am
דורך פעינטיג
וויזוי האט זיך פופציגער אויסגעדריקט.... מציון פלאס. גאר שייייין!