בלאט 1 פון 1

דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 2:34 pm
דורך משתוקק לארץ ישראל
אויפן שפיץ גאפל אין קורצן: יעדן טאג צוטיילן דעם 24 שעה אין צוויי.
16 פאסט מען און 8 שעה עסט מען.

די פשוט'סטע וועג עס צו טון, איז דורך נישט עסן נאך נאכטמאל און עסן פרישטאג אביסל שפעט אין טאג.

לדוגמא אז דו ענדיגסט נאכטמאל 7, עס נישט קיין פרישטאג ביפאר 11 פארמיטאג

משכ'ן פאסט קען/דארף מען טרונקן וואסער ווי אויך קען מען עסן/טרונקען פארשידענע זאכן וואס האבן 0 קעלאריס ווי למשל שוווארצע קאווע, טיי, געוויסע ירקות, וכו'

די מעטהאד הייסט צו זיין גוט צו פארלירן וואג, ווי אויך האט עס פארשידענע געזונטהייט בענעפיטן ווי למשל רעגולירן דייביטיס, ועוד..

האט שוין איינער דא פרובירט די מעטאד?

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 3:02 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
איך נישט, ווייל מיין עיקר נסיון צו עסן איז ביינאכט... און כ'וויל נישט עסן פרישטאג 5 נאכמיטאג.

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:02 am
דורך מיילעך
משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:59 pm די מעטהאד הייסט צו זיין גוט צו פארלירן וואג, ווי אויך האט עס פארשידענע געזונטהייט בענעפיטן ווי למשל רעגולירן דייביטיס, ועוד.
מען מעג עסן וואס מען וויל אין דע אכט שעה?

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:20 am
דורך משתוקק לארץ ישראל
מיילעך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:02 am
משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:59 pm די מעטהאד הייסט צו זיין גוט צו פארלירן וואג, ווי אויך האט עס פארשידענע געזונטהייט בענעפיטן ווי למשל רעגולירן דייביטיס, ועוד.
מען מעג עסן וואס מען וויל אין דע אכט שעה?
די איידיע פון דעים איז, אז בדרך כלל 12 שעה נאכן עסן האט שוין די גוף אויפ-געגעסן אלע קעלארי'ס און אין די קומענדיגע 4 שעה טוט די גוף אויפעסן די גע'סטארידש'טע פעטן'ס
סא ווילאנג די עסט נארמאל משכ'ן אכט שעה, דארף עס צו זיין אקעי.

אבער אז דו וועסט עסן א צודרייטע אמאונט פון קעלאריס וועט די גוף נישט זיין פערטיג נאך 12 שעהאון וועט שלעכט אפעקטירן די רעזאלטאטן פונעם פאסט.

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:37 pm
דורך מיילעך
משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:20 am
מיילעך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:02 am
משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:59 pm די מעטהאד הייסט צו זיין גוט צו פארלירן וואג, ווי אויך האט עס פארשידענע געזונטהייט בענעפיטן ווי למשל רעגולירן דייביטיס, ועוד.
מען מעג עסן וואס מען וויל אין דע אכט שעה?
די איידיע פון דעים איז, אז בדרך כלל 12 שעה נאכן עסן האט שוין די גוף אויפ-געגעסן אלע קעלארי'ס און אין די קומענדיגע 4 שעה טוט די גוף אויפעסן די גע'סטארידש'טע פעטן'ס
סא ווילאנג די עסט נארמאל משכ'ן אכט שעה, דארף עס צו זיין אקעי.

אבער אז דו וועסט עסן א צודרייטע אמאונט פון קעלאריס וועט די גוף נישט זיין פערטיג נאך 12 שעהאון וועט שלעכט אפעקטירן די רעזאלטאטן פונעם פאסט.
שכח פאר די אינפארמאציע.

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 8:48 am
דורך ריכטיג
משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:54 pm אין קורצן: יעדן טאג צוטיילן דעם 24 שעה אין צוויי.
16 פאסט מען און 8 שעה עסט מען.

די פשוט'סטע וועג עס צו טון, איז דורך נישט עסן נאך נאכטמאל און עסן פרישטאג אביסל שפעט אין טאג.

לדוגמא אז דו ענדיגסט נאכטמאל 7, עס נישט קיין פרישטאג ביפאר 11 פארמיטאג
פארוואס נישט ענדערשט עסן פרישטאג געהעריג 9:30 און ענדיגן נאכטמאל 5:30?

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 10:58 am
דורך טיפע טאשן
איך טו עס,
ווארטן 16 שעה נאכן עסן,
טרינקן בערך 20 קאפס וואסער א טאג,
נישט טרינקן בערך 2 שעה נאכן עסן (איך מאך 1 א האלב)

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 1:51 pm
דורך משתוקק לארץ ישראל
ריכטיג האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 8:48 am
משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:54 pm אין קורצן: יעדן טאג צוטיילן דעם 24 שעה אין צוויי.
16 פאסט מען און 8 שעה עסט מען.

די פשוט'סטע וועג עס צו טון, איז דורך נישט עסן נאך נאכטמאל און עסן פרישטאג אביסל שפעט אין טאג.

לדוגמא אז דו ענדיגסט נאכטמאל 7, עס נישט קיין פרישטאג ביפאר 11 פארמיטאג
פארוואס נישט ענדערשט עסן פרישטאג געהעריג 9:30 און ענדיגן נאכטמאל 5:30?
👍🏽

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 2:44 pm
דורך לאז געמאך
מיילעך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:02 am
משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:59 pm די מעטהאד הייסט צו זיין גוט צו פארלירן וואג, ווי אויך האט עס פארשידענע געזונטהייט בענעפיטן ווי למשל רעגולירן דייביטיס, ועוד.
מען מעג עסן וואס מען וויל אין דע אכט שעה?
נקוט כלל זה... עסן וואס מ'וויל און/אדער ווי סאך מ'וויל, פארלירט מען נישט!
די אידן וואס דארפן פארלירן פונט איז געווענליך די "מ'וויל" נישט אזוי איי איי איי
די ערשטע יסוד פון עני דייעט (חוץ איינשפריצונגען וכדומה) גייט זיין "הער אויף מיט דער מ'וויל"
הייב אן עסן וויסאך די "דארפסט" און ווען די "דארפסט" און וואס די "דארפסט"

מכאן ואילך עט יעדער קומען מיט זיין מהלך וואס ארבעט די בעסטע

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 4:00 pm
דורך מיילעך
לאז געמאך האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:44 pm
מיילעך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:02 am
משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:59 pm די מעטהאד הייסט צו זיין גוט צו פארלירן וואג, ווי אויך האט עס פארשידענע געזונטהייט בענעפיטן ווי למשל רעגולירן דייביטיס, ועוד.
מען מעג עסן וואס מען וויל אין דע אכט שעה?
נקוט כלל זה... עסן וואס מ'וויל און/אדער ווי סאך מ'וויל, פארלירט מען נישט!
די אידן וואס דארפן פארלירן פונט איז געווענליך די "מ'וויל" נישט אזוי איי איי איי
די ערשטע יסוד פון עני דייעט (חוץ איינשפריצונגען וכדומה) גייט זיין "הער אויף מיט דער מ'וויל"
הייב אן עסן וויסאך די "דארפסט" און ווען די "דארפסט" און וואס די "דארפסט"

מכאן ואילך עט יעדער קומען מיט זיין מהלך וואס ארבעט די בעסטע
100%

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 5:51 pm
דורך ניק
משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 1:51 pm
ריכטיג האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 8:48 am
משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:54 pm אין קורצן: יעדן טאג צוטיילן דעם 24 שעה אין צוויי.
16 פאסט מען און 8 שעה עסט מען.

די פשוט'סטע וועג עס צו טון, איז דורך נישט עסן נאך נאכטמאל און עסן פרישטאג אביסל שפעט אין טאג.

לדוגמא אז דו ענדיגסט נאכטמאל 7, עס נישט קיין פרישטאג ביפאר 11 פארמיטאג
פארוואס נישט ענדערשט עסן פרישטאג געהעריג 9:30 און ענדיגן נאכטמאל 5:30?
👍🏽
עס איז נישט קיין חילוק די זייגער ווען די פאסט און ווען די עסט

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 5:52 pm
דורך ניק
די גוף איז אויסגעשטעלט זיך צו היילן פון זיך אליין אזוי ווי פאר א שניט
די זעלבע מיט די אסאך אנדערע פראבלעמען
אבער מיר עסן און עסן אגאנצן טאג אז די גוף האט נישט קיין צייט צו זיך היילן
פארדעם איז עס א גוטע מהלך צו לאזן די גוף רוען

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 6:17 pm
דורך אסמכתא בעלמא
@ניק די הארץ דארף זיך אויך אפרוען?...

איך מאל נישט אוועק, אבער דאס איז נישט א סברא נאר עס דארף דעקונג.

אבער אויב דענק איך גוט זאגט עס דער רמב"ם אויף איינמאל א וואך. מ'זארל אויסלאזן פת שחרית איין מאל א וואך. אדער איז עס א קיצור שו"ע.

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:59 pm
דורך נקודות טובות
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 6:17 pm @ניק די הארץ דארף זיך אויך אפרוען?...

איך מאל נישט אוועק, אבער דאס איז נישט א סברא נאר עס דארף דעקונג.

אבער אויב דענק איך גוט זאגט עס דער רמב"ם אויף איינמאל א וואך. מ'זארל אויסלאזן פת שחרית איין מאל א וואך. אדער איז עס א קיצור שו"ע.
קיצור שלחן ערוך, און כפי זכרוני נישט אויף די הארץ נאר די מאגן.

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:10 pm
דורך ניק
א קורצע ערקלערונג וואס דאס איז

עס איז זייער גוט פאר פארלירן פעטנס אין אויך פאר פראבלעמען וואס קומען פון Insulin resistance

ווי אזוי ארבייט דאס?
ווען א מענטש עסט באקומט ער כח פון די עסן, אויך ווערט די אוועגגעלייגט די איבריגע פעט אין די לעבער אדער אין די גוף אלץ פעטענס, דאס איז אוועגעלייגט פאר ווען די מענטש וועט נישט עסן דאן וועט די קערפער נעמען די כח פון די אוועגעלייגטע פעטנס.

ווען א מענשט פאסט פאר אסאך שעה, (10-12-16-18- עס איז דא אסאך וועגן וויאזוי און ווילאנג) וועט זיין קערפער אנהייבן ניצן די איבריגע פעטנס צו נעמען כח.

דאס איז זייער געזונט צו פארלירן פונט, אבער אויך זייער געזונט צו קלינען די אלע איבירגע פעטנס וואס זיצן אין די לעבער אן אויך פון די גאנצע קערפער.

און בעיקר פאר ווער עס פארשטייט די נושא פון Insulin resistance . איז דאס זייער בענעפישול

דאס איז ממש אויפן שפיץ גאפל די נושא

Re: דיעטע: פאסטן 16/8

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 4:29 pm
דורך על כן
עס איז דא אסאך וועגן וויאזוי זיך צו היילן
די וועג פון פאסטן א חלק פון די טאג איז זייער שטארק , עס איז דא אסאך בענעפעטן דערפון, אבער עס איז נישט גרינג צו טאן, נאר מען דארף עכט האלטן דערביי און זיך צוגעוואוינען צו די סארט לייווסטייל,

איינער האט מער אינפא, אדער געטרייט די מהלך און געהאלפן געווארן אזוי ווי דער פותח האשכול האט שוין געשריבן?