בלאט 1 פון 1

מיין צוריסענע לולב האלטער...

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 3:33 pm
דורך יוחנן כהן
אקעי קינדער מ'גייט אין שול!

אבער טאטי כ'בין נאכנישט אנגעטון...

טאטי כ'גיי אויך קענען מארגן שלאפן אין די סוכה?

אבער טאטי וואו איז דעי אתרוג וואס דו האסט געקויפט פאר מיך?

טאאטי טאטי הערשי האט מיר געקראצט א גאנצע נאכט מיט זיין פיס נעגל!
הערשי: נישט אמת! דו האסט געריקט דיין קאפ יעדע צווייטע מינוט...

דער קליינער יהושע'לע: עי טאטי! הערשי און שמואלי האבן יא געקענט שלאפן אין די סוכה? פארוואס נישט איך? וועגן דעם האט מען מיך שוין אריין געשיקט אין בעט פאר די פלייש?!

וואס גיסטצעך דא וואסער? וועמענס נעגל וואסער איז דעיס?!?... האב איך נישט געזאגט אז מ'לייגט די נעגל וואסער אינדרויסן פון די סוכה דעי יאר?

טאטי איינער האט געלאזט די פרידזשידער אפען א גאנצע נאכט.

יאאוי ס'איז די סעלצער. למעשה האב איך נישט אויסגעטרינקען די גאנצע? דענק שוינ'יש.

סא וואו דען איז די נעגל וואסער?

העלא!! נעם אראפ די נעגל וואסער פון בעט. דעיס דארף זיך אויך אויסגיסן?

אקעי קינדער! שריי איך. עטץ באגרייפטס בכלל נישט ווי שפעט ס'איז! מ'האלט שוין באלד ביי הלל!

אקעי די בעטן וועט מען ארויס נעמען פאר די סעודה.

אה.. דא איז מיין קישן... כ'האב עס נישט געקענט טרעפן... ס'מיר אראפ געפאלן אנפאנג נאכט.

טאטי טאטי! איך האב נישט מיין קאפל...

זאג. דיין הויזן האסטו אויך פארלוירן??! דא האסטו מיין קאפל, איך העמעך שוין שאפן איינס.

אבער קומסט קינדער ס'שפעט.

מיט צעפלאטשקעטע פיאות לויף איך ארויס פון שטוב ווען פון די זייטן לויפן נאך מיינע דריי צדיקים'לעך.

איין מינוט. די אתרוג האסטע מיטגעברענגט?
יא. שרייט איינער פון מיינע חברה.

נו וואו איז עס?

כ'מיין אז יהושע'לע דארף עס צו האלטן.

זאג ביסט משוגע?? כ'האב דיר עס געגעבן אין האנט דווקא ווייל כ'האב נישט געוואלט עס זאל געשען די זעלבע פון פאריאר ווען יהושע'לע האט עס געהאלטן.

געב עס אהער.

איין מינוט וואו איז די שיינע זילבערנע אתרוג האלטער?

א רגע. וועכע אתרוג האסטו מיר דא געברענגט?

די האסט אראפגעריסן די נוי סוכה אתרוג?
ביסט אינגאנצען משוגע?

כ'האב געמיינט אז מיט א מעסער מעג מען יא אראפ רייסן אין יום טוב. זאגט שמואלי.

יאוי כ'קען נישט אזוי.

די לולב האלטער וואו איז? שריי איך א נערוועהזער.

דא, זאגט יהושע'לע, איך האלט עס.

כ'בעהטעך וואוטש ווייל ס'האט א לאך.

וועכע זייט? פרעגט יהושע'לע.

וואוטש די דרייסטעס איבער! איך האב נישט נאך א לולב.

אוה יע זאגט יהושע'לע. דעי לולב וואס די האסט אהיים געברענגט צו מאכן די רינגעלעך...

אקעי צדיקל מ'האלט שוין ביי מוסף באלד. געב אהער די לולב.

מיט א פארשלאפענע פנים שפאן איך אריין אין בהמ''ד אינמיטן ברכת כהנים ווי כאילו די וועלט איז מיינס.

טאטי טאטי איינער האט זיך געזעצט אויף אונזער פלאץ. שישקעט מיר הערשי אין אויער.

אקעי ס'גוט. צעמיר זיצן היינט אויפן לעצטן טיש.

איין מינוט! מיין מחזור האסטע מיטגעברענגט??

נו שוין... בקיצור... וואטעווער...

שיק

Re: מיין צוריסענע לולב האלטער...

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 3:48 pm
דורך הוחזק כפרן
:lol:

Re: מיין צוריסענע לולב האלטער...

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 4:08 pm
דורך פליט
:lol: :lol: :lol: אוי ביסטו גוווט!!!

Re: מיין צוריסענע לולב האלטער...

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 4:26 pm
דורך פופציגער
🤣🤣🤣🤣

Re: מיין צוריסענע לולב האלטער...

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 4:29 pm
דורך וואוילער
:lol: :lol:

און ער האט זיך אויפגעוועקט...

Re: מיין צוריסענע לולב האלטער...

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 4:38 pm
דורך פעינטיג
דעיע דריי ווילדע שטיק דא איז דיינס? שטעקט זיך ארויס א לעיבעל פונעם זאק "כהן פעמילי".. די דריטער איז גראדע א זיסער...


אוי האב איך מיר צולאכט :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

Re: מיין צוריסענע לולב האלטער...

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 5:05 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פיין פיין. דער עולם דא לאכט ארום, מען ווייסט נישט אז אלעס איז עכט, נאר נישט אין איין יאר....

Re: מיין צוריסענע לולב האלטער...

געפאוסט: זונטאג אקטאבער 20, 2024 6:32 pm
דורך יוחנן כהן
פעינטיג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 20, 2024 4:38 pm דעיע דריי ווילדע שטיק דא איז דיינס? שטעקט זיך ארויס א לעיבעל פונעם זאק "כהן פעמילי".. די דריטער איז גראדע א זיסער...


אוי האב איך מיר צולאכט :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
דאס באמערקסטו נישט אז פונעם קאפל שטעקט זיך אויך ארויס די לעיבל?