בלאט 1 פון 1

העלא, וואו לויפסטו? איך האלט דיך אינמיטן אנווינטשן!

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 10:39 am
דורך מיינע פאעזיעס
ראש השנה ביינאכט.

שוין גע'תכלה'ט שוין גע'תחל'ט. אויסגעפועל'ט פרנסה ביי לדוד מזמור. דער בעל תפילה זאגט קדיש. און יעצט איז געקומען די צייט זיך צו וואונטשען לשנה טובה.

נאך א הייליגע דאווענען דריי איך זיך אויס צו מיין פאטער זז"ג און איך וויל אים וואונטשען א זיס יאר. איך שטרעק אויס ס'האנט און איך הייב אן: לשנה טובה.. אבער פלוצלינג איז די ברכה איבערגעהאקט געווארן. מיט א שלעפ אויף צוריק דאס האנט ריפט זיך מיין פאטער אן: "איין מינוט, לאמעך קודם גיין זאגן לשנה טובה פארן רבי'ן".

איך שטיי נאך מיטן אויסגעשטרעקטע האנט, די צינג איז'מער אינדרויסן, איך זאג נאך לאלתר לחיים טובים ארוכים ולשלום ווי א נער מיט ליידיגע הענט...

ר' איד איר האט קינדער, א יא? איר האט אייניקלעך, יא?

זיי ווילן באקומען דיין ברכה, זיי ווילן דיר וואונטשען.

"העלא?! ווי לויפסטע?? איך האלט דיר אינמיטן אנוואונטשען?!!


כ'פארשטיי אז דו האסט א רבי, איך צפארשטיי אז דו ווילסט זיין ווי פריער אינעם ליי"ן צו באקומען א לשנה טובה פון ס'רבי'ן.

אבער דו פארגעסט פון אונז! דו האסט ברוך השם קינדער!! וואונטש זיי א זיסע יאר, דיין ברכה מאכט אסאך אויס!!!





נ.ב. געשריבן דורך מיין טאטע...

Re: ''העלא?! ווי לויפסטע?? איך האלט דיר אינמיטן אנוואונטשען?!!

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 2:02 pm
דורך אנדערער
שלא תהא ברכת הדיוט קלה בעיניך

Re: ''העלא?! ווי לויפסטע?? איך האלט דיר אינמיטן אנוואונטשען?!!

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 8:13 pm
דורך ווינטעלע
א וויכטיגע אווערנעס דאס.

די משל האט אסאך נמשלים...

Re: ''העלא?! ווי לויפסטע?? איך האלט דיר אינמיטן אנוואונטשען?!!

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 8:21 pm
דורך פופציגער
איך כאפ נישט וואס דיינע טענות זענען...

העלא?! וואס שרייסטע?? ער קומט שוין צוריק?!!

Re: ''העלא?! ווי לויפסטע?? איך האלט דיר אינמיטן אנוואונטשען?!!

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 8:26 pm
דורך ווינטעלע
פופציגער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 8:21 pm איך כאפ נישט וואס דיינע טענות זענען...

העלא?! וואס שרייסטע?? ער קומט שוין צוריק?!!
ווייל כבד את הרבי איז פון די עשרת הדברות..