בלאט 1 פון 1

א מענטש ווי א קאר

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 12:01 am
דורך להגדיל הטראסק
מען קען אראפלערנען אסאך זאכן פון א קאר, אלס מוסר השכל אויף אונזער לעבן אין עבודת ה'
(אויב כ'האב עס שוין דא געשריבן בעבר ביטע צוצייגן)


================================================
א קאר פארט מיט כסדר'דיגע עקספלאוזשענס, (קאמבאסטשען)

א איד דארף כסדר פרישקייט, יעדע סעקונדע
====================================================
ווען דו האלטסט בארג ארויף ובפרט ווען עס איז גליטשיג, דאן דארף מען פארן נאכאנאנד, נישט נאכלאזן, אויב לאזט מען נאך דאן גליטשט מען צוריק אראפ ביז אונטן, יא, אויב די מאטאר שטרענגט זיך איבער דאן לאז נאך אביסל די געז אבער די טארסט נישט אפלאזן די געז אינגאנצן נאר פארן ווייטער

ווען א איד איז אויפן ערליכן דרך צו גיין מעלה מעלה, דאן טאר מען נישט נאכלאזן, ובפרט ווען עס איז דא ירידת הדורות און שווערע צייטן ברוחניות, דער עיקר איז נישט נאכלאזן, אויב ווערט מען איבערגעשטרענגט דאן לאז אביסל נאך און בארואיג דיך, אבער נישט נאכלאזן לגמרי נאר כסדר שטייגן פאראויס בעבודת ה', אויב לאזט מען חלילה נאך און מען מיינט אז עס איז צייט צו רילעקסן און זיך אפשטעלן דאן גליטשט מען זייער שנעל צוריק...
===========================================================
מען טאר נישט ספידן...

ולא תעלה במעלות על מזבחי, נעם דיך נישט אונטער מער וויפיל דו קענסט, גיי צוביסלעך ממדריגה למדריגה.
==============================================================
עס איז דא פארקינג רעגולאציעס

איזהו חכם המכיר את מקומו
============================================
עס איז דא אז דער עמערדזשענסי וויקל פאלגט נישט די געזעצן, ווייל ער איז אטאריזירט

אמאל איז דא א גרויסע צדיק וואס טוט עפעס וואס קוקט אויס נישט כהלכה, אבער מען טאר נישט זיין קיין מהרהר אחרי רבו
============================================
אין פלעצער וואס דער דאך איז נידריג טאר קיין הויכע וויקל נישט פארן

דער מנהיג און משפיע אדער סתם העכערע מענטש האט נישט וואס צו זיך דרייען און פלעצער וואס איז צו נידריג פאר זיין שטאנד
==============================================
אויב די קאר איז סטאק דאן רופט מען דעם שלעפער טראק זאל אים ארויסשלעפן און פאררעכטן, דער שלעפער טראק דארף זיך אראפבייגן באהעפטן די קאר צו זיך און אים דאן אויפהייבן און אזוי ארויסשלעפן און פאררעכטן

מען איז זיך מדבק צום מורה דרך וואס שלעפט ארויס פון זיין מצב, דער משפיע דארף זיך אראפלאזן צום מקבל, יענעם מקרב זיין צו זיך און אים דאן אויפהייבן און אים פרובירן צו פאררעכטן אין זיין מצב
===============================================
די העד לייטס פארנט פון די קאר איז ווייס און לעכטיג

פון דא אין ווייטער גייט זיין ווייס און גוט און לעכטיג!!
=======================================================
די בעק לייטס איז רויט

כסדר טרעפן חסרונות אין די מעשים פונעם עבר
==========================================================
די בעקינג לייטס איז ווייס

ווען מען בעקט און מען טוט תשובה דארף מען דאך טרעפן א ווייסע און גוטע נקודה, לכה"פ א גוטע כוונה וואס מען האט געהאט אין די עבירה, אזוי קען מען תשובה טון כראוי
===================================================
די ווינדשיעלד איז א ריזיגע פענסטער משא"כ די שפיגלעך, די שפיגלעך זענען געמאכט נאר צו זעהן אויב עס איז דא א מכשול פון אויב וואלטן ווען די שפיגלעך געווען ריזיג וואלט מען נאר געפארן ריקווערטס...

מען דארף קוקן מערסטנס אויפן ברייטן עתיד, אה"נ מען דארף טאקע קוקן אויפן עבר, אבער נישט צופיל, אויב יא וועסטו בלייבן שטעקן אין דיין עבר,
==========================================================
אויב איז די ווינדשיעלד נישט קלאר און עס רעגנט און עס איז פארשטעלט מיט שניי, פוץ עס אפ! מיט קיין שמוציגע ווינדשיעדל פארט מען נישט!!!

דו מוזט האבן קלארקייט, לעבן פארנעפלט און נישט זעהן ווי אזוי מען גייט ווייטער איז נישט קיין מהלך!!! פוץ דיך אפ, לערן ספרים, רעד דיך דורך מיט דיין חבר אדער משפיע, אבער די ווינדשיעלד און די פלאן אויף ווייטער מוז זיין קלאר!!!
===========================================================
דער טיטשער זאגט פארן סטודענט "קוק ווייט, קוק וואו די ווילסט אנקומען" מען מוז טאקע האלטן א כלליותדיגע בליק אויף דעם גאנצן ארום אויב א מעגליכע סכנה קומט נישט פון די זייט, אבער מען טאר זיך נישט פארקוקן ווייל דעמאלס פאסירט א קרעש...

זיי פאוקעסד צי דיין ציל, די מסכת וואס דו ווילסט ענדיגן, די סארט איד וואס דו ווילסט ווערן די סארט עבודת ה' וואס דו ווילסט עררייכן, און פאוקעס נאר דארטן, אוודאי מוז מען האלטן א בליק אויף חברים באקאנטע און פאסירונגען ארום זיך, אבער מען טאר זיך נישט פארקלאצן, ווייל ס'וועט זיך נישט אויסלאזן גוט
====================================================
האט הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א צוגעלייגט אז עס טארן נישט זיין קיין קארס צו נאנט איינס צו די צווייטע, ווייל אויב יא פאסירט א קרעש...

אהבת חברים איז זייער גוט – אבער פון ווערן צו נאנט פאסירט א קרעש (קראש...???)
==========================================================
חלום נישט נאר אויף איין קאר וואס איז אינפראנט פון דיר - די וועסט איינשלאפן און קרעשן, בכלל אפשר פארט ער אין אן אנדערן דירעקשאן און דו וועסט זיך זעהן ערגעץ וואס איז בכלל נישט דיין ציל...

דאס דארף נאך א נמשל...???
(להכעלעמער: מען טאר נישט זיין אנגעבינדן און אנגעוויזן בלויז אין איין חבר, דו קענסט נאך איינשלאפן און אריינקראכן אין אים מיט נישט גוטע תוצאות... בכלל אפשר פארט ער אין אן אנדערן ריכטונג פון וואו דו ווילסט אנקומען? דו וועסט זיך פלוצלינג זעהן אלס נישט דער ערליכער איד וואס דו האסט געוואלט אויסשטייגן..
=================================================================
ווען די קאר איז קאלט און פארפרוירן פארט עס נישט! (די היינטיגע קארס ווארעמען זיך בשעתן פארן)

א איד דארף לערנען ווארעמע חסידישע ספרים פארן טון עבודת ה'! מען דארף דינען דעם אייבערשטן מיט א ווארעמקייט! (היינט צוטאגס קען מען זיך ווארעמען בשעתן דאווענען מען האט אינזין פירוש המילות מען עסט מיט א ריכטיגע כוונה וכו' אבער נישט מיט קיין קאלטקייט!!!
=================================================================
די קאר דארף דורכגיין כסדר'דיגע מעינטענענס, די קאר דארף זיין אין א גוטע צושטאנד, אן דעם פארט עס נישט! עס קען פלוצים ווערן סטאק און גורם זיין עקסידענטן ר"ל

א איד דארף זיין געזונט און שטארק!
=======================================================
מען מאכט אן אינספעקשאן איין מאל א יאר

עשרת ימי תשובה איין מאל א יאר מאכט מען א גרינטליכע חשבון הנפש און מען גייט איבער און מען פאררעכט זיך וואס מען דארף פאררעכטן
================================================================
אויב עס קומט ארויף אן אלערט אויפן דעשבאורד, דאן טשעק עס אויס איידער עס איז צו שפעט...

אז מען הערט א מוסר שמועס, אדער סיי וואספארא התעוררות און דו שפירסט אז עס מיינט דיך, דאן זיי דיך מתקן! נאך איידער עס איז צו שפעט...
=======================================================================
עס איז דא א דרייווינג בוק, און אומצאליגע רעגולאציעס ווי אזוי צו דרייוון א קאר, די געזעצן זענען געמאכט לטובתינו אז עס זאלן נישט פאסירן קיין אומגליקן אויף די ראודס

עס איז דא א תורה ומצוות וואס א איד דארף קענען, די תורה ומצוות זענען געמאכט לטובתינו אז אונז זאלן לעבן ווי עס דארף צו זיין אן קיין שטרויכלינג
======================================================
מען טאר נישט איינשלאפן!!! מען טאר נישט דרייוון ווען מען איז מיד!!!

א איד דארף זיין אויף! מיט א ברען ! מיט א חיות! נישט פארשלאפן!!!
=============================================================
אויף די ברידזש איז דא א געיט! ביי הויכע מסוכנ'דיגע פלעצער איז דא א געיט! קראך נישט אריין אין דעם געיט! עס איז געמאכט לטובתך אז דו זאלסט זיך נישט אריינטאמבלען אין תהום!!!

מען דארף האבן גדרים וסייגים! די גדרים וסייגים איז געמאכט לטובתינו אז אונז זאלן חלילה נישט נכשל ווערן מיט הארבע עבירות!!!
=======================================================
פאר נישט ראנג לעין! פאר נישט אין איין ליניע מיט די וואס פארן אין אן אנדערע דירעקציע ווי דיר! עס וועט פאסירן א ווייטאגליכע צוזאמענשטויס!!! און אויפן הייוועי וואו מען פארט שנעל אין אנדערע ריכטונגען דארפן זיין שטארקע באריקאדן אפצוטיילן איינע פון די אנדערע

דו האסט זיך נישט וואס צו דרייען מיט מענטשן וואס האבן אנדערע השקפות און האבן פארקערטע צילן אין לעבן ווי דיר! ווען זיי פארן שנעל אינעם פארקערטן ריכטונג דארף מען מאכן שטארקע חומת התבדלות פון אט די מענטשן!!!
==========================================================
ביסט אויפן הייוועי, עס רעגנט, מען קען נישט זעהן פאראויס, אבער עס איז דא אן עצה, מען נוצט די ווייפערס! עס רעגנט שטערקער? מאך די ווייפערס שנעלער! שטעל זיך נישט אפ פון פארן, דו האסט ווייפערס וואס מאכן די דזשאב!, אויב וועסטו זיך אפשטעלן אינמיטן הייוועי צוליב דעם רעגן וועסטו בלי ספק מאכן א געפערליכער קרעש ח"ו, אבער נאר מיט אנגעצינדענע ווייפערס! אויב די פענסטער איז פאררעגנט גייסטו אויך מאכן א זיכערע קרעש! וויש וויש און פאר ווייטער מיט א געשמאק!

ביסט אויף די הייוועי פון עבודת ה', עס קומט אריין שלעכטע מחשבות? דו האלטסט אינמיטן דאווענען און דו פארחלומ'סט זיך אויף אנדערע זאכן? וויש עס שנעל אוועק און דאוון ווייטער! עס קומט נאכאמאל אומגעוואונטשענע מחשבות? וויש נאכאמאל אוועק! אפילו מיליאנען מאל! ווער נישט פארלוירן! ווער נישט מיואש! יעדע מחשבה'לע וויש נאכאמאל אוועק און טו ווייטער דיין עבודה! אבער דו מוזט אוועקווישן די שלעכטע מחשבות! מיט מחשבות וואס מען דארף נישט גייסטו קראכן!
====================================================================
עס איז געווארן שמוציג די ווינדשיעלד פון א פויגל וכדו' וואס ווערט נישט אזוי פלעין אוועקגעווישט, מען אקטיוויזירט די זייף מען געבט א שפריץ און מען ווישט ביז עס ווערט אויסגעקלארט.

עס זעצט זיך צומאל אריין א קשיא, א שווערער געפיל וואס פארטונקלט דעם ליכטיגן עתיד, מען קען עס נישט געבן אזא פלעינע וויש אוועק! עס שטייט מיר פאר די אויגן!, טו השתדלות, וויין דיך אויס פארן באשעפער, נוץ די ריכטיגע חיזוק ספרים פאר דיין מצב, דאן וויש עס אוועק, און טו ווייטער עבודת ה' מיט א קלארקייט!

Re: א מענטש ווי א קאר

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 12:06 am
דורך טראמפ געשאסן
!!!
שכח!

Re: א מענטש ווי א קאר

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 7:00 am
דורך פופציגער
💥💥💥

Re: א מענטש ווי א קאר

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 4:02 pm
דורך בערל דער פייפער
געוואלדיג!

דארף מען אזוי באטראכטן יעדע זאך..

Re: א מענטש ווי א קאר

געפאוסט: זונטאג מאי 04, 2025 3:43 am
דורך בודקע
@להגדיל הטראסק , צום פינטל!! זייער גוט!

Re: א מענטש ווי א קאר

געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 3:19 pm
דורך להגדיל הטראסק
א קאר האט בליינד ספאטס


רעד דיך נישט איין אז דו האסט ארויס דעם בילד, ווייל עס איז אלס דא נקודות פארהוילן פון דיר און צומאל זאכן וואס זענען דירעקט נאנט צו דיר און האבן שייכות מיט דיר!!!

Re: א מענטש ווי א קאר

געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 4:18 pm
דורך להגדיל הטראסק
ווען דו ביסט אויפן ראוד מיט אנדערע קארס צב"ש אויפן הייוועי פאר אינאיינעם מיטן שטראם, פאר נישט שנעלער פון זיי כדאי נישט אריינצוקראכן ווילד, און פאר נישט צו שטייט נישט אויפצוהאלטן דעם טראפיק, פאר בערך די זעלבע ספיד.

ווען דו ביסט אליינס אויפן ראוד קענסטו דרייוון ווי אזוי דו ווילסט כל זמן עס איז סעיף.


ווען דו טוסט עבודת ה' בחבורה, אלס אינגל אין חדר, אלס בחור אין ישיבה, וכדו' טו עבודת ה' אויף די פארנעם ווי עס פארט די חבורה, פריוואט קענסטו ווייטער טון וואס דו ווילסט, אבער אין ישיבה לערן נישט צופיל בלעטער פאראויס פון די שיעורי הישיבה, און זעה נישט צו זיין אונטערשטעליג, פריוואט אין אנדערע זמנים ווען מען איז נישט אין די חבורה טו עבודת ה' וויפיל דו ווילסט כל זמן דו טוסט וויפיל דו דערהייבסט.
====================================================
א קאר קען טאקע נישט פארן קאלט און די מאטאר דארף זיין ווארעם, אבער צו הייס קען די קאר ווערן אווערהיטעט און הרגענען די מאטאר אדער גאר אויפגיין אין פלאמען ה"י

התלהבות איז זייער א ריכטיגע זאך אין עבודת ה', אבער מיט א גבול, זיין צו שטארק פארפלאמט קען זיך אויסלאזן זייער נישט גוט...
===================================================
ווען דו שטייסט ביים רויטלייט אדער סטאפ סיין ווארט מיט געדולד, לאז יענעם פארן, גייסט נישט אלס בלייבן ווארטן עס גייט קומען דיין שאנס! אויב וועסטו נישט אויסווארטן קען זיך עס אויסלאזן מיט א פאטאלע עקסידענט ה"י

אמאל ביסטו מגיד שיעור / בעל תפילה / בעל קורא / עולה לתורה / און אמאל א צווייטער, פארגין יענעם און לאז יענעם וואס איז יעצט מכובד, עס וועט עווענטועל אויך אנקומען דיין שאנס. נעמען א כיבוד ווען עס איז נישט דיין רייע קען זיך ענדיגן זייער נישט גוט...
===================================================
אוודאי זענען דא געוויסע פארטס וואס מען קען נוצן אין רוב קארס, צב"ש רעדער, באלבס, וכדו' , אבער עס זענען פארהאן אסאך זאכן וואס פאסן נאר איין אין זיין ארגינעלע קאר, אין אפילו איין מאדעל קאר צב"ש האנדא אדיסי וועט איין יאר זיין אנדערש פון די צווייטע און יעדע ווערסיע האט זיך זיינע זאכן וואס ארבעטן נאר ביי זיין יאר און זיין מאדעל.

עס זענען דא הדרכות כלליים וואס ארבעט ביי כמעט יעדעם, אבער עס זענען אויך דא מהלכים וואס ארבעטן נאר ביי געוויסע קרייזן, און אינעם זעלבן משפחה אין קרייז זענען אויך דא מעטאדן און השקפות וואס ארבעטן נישט ביי יעדעם אייניג, מען דארף וויסן וואספארא מיטלען צו נעמען וואו.
=================================================

Re: א מענטש ווי א קאר

געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 4:32 pm
דורך להגדיל הטראסק
ווען א קאר איז אפגעשטעלט אין די זייט פאר סיי וואס פארא סיבה דאן קרויז אים אויס, חוץ אויב דו ווילסט אים העלפן, פאר דו ווייטסטע וואס איז סעיף אין די אנדערע לעין און פאר ווייטער צו דיין ציל.

ווען מען קוקט אן די פראבלעמען פונעם דור טאר מען נישט בלייבן שטיין, קרויז עס אויס שטאלפער דיך נישט אן, בלייבן ביים דעבאטירן און דורכטון שטערט פון אנקומען צום ציל אין לעבן, חוץ אויב דו האלטסט אז דו קענסט עפעס טון דערצו אן וואס עס זאל דיר שטערן פון דיינע אנדערע פליכטן.

Re: א מענטש ווי א קאר

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 08, 2025 4:30 pm
דורך להגדיל הטראסק
ווען דו שטייסט ביי א וואנט, צווישן קארס און קענסט נישט פארן ווייטער געב נישט אויף, בעק אביסל דריי אויס דירעקציע און פאר ווייטער צו דיין ציל!

ווען דו האסט זיך געמאכט א מהלך אין עבודת ה', ווילסט דאווענען סוף זמן תפילה, ווילסט לערנען יעדן טאג א בלאט און היינט האסט פארפאסט, געב נישט אויף בלייב נישט סטאק, האסט עס אויסגעלאזט גיי צוריק א שטיקל מדריגא, נעם אביסל אן אנדערע דירעקציע וואס ארבעט זיך יא אויס, און גיי ווייטער מיט דיין עבודה פארן אייבערשטן.
===================================
די הייוועי איז פארשלאסן מחמת סיי וועלכע סיבה? געב נישט אויף מאך א פרישע פלאן און נעם אן אנדערן דרך, אבער נאר כל זמן עס פירט צום ציל וואס דו ווילסט אנקומען, יעדע וועג האט זיך זיינע פאנאראמעס איינס איז בערג איינס איז שטעט, איינס קאסט טאל און מער געזאלין און איינס ווייניגער, איינס איז שרעקעדיגער און איינס איז ווייניגער שרעקעדיג, דער עיקר, קום אן צייטליך צום ציל.

עס איז דא אסאך דרכים אין עבודת ה', אויב האט זיך איין מהלך ביי דיר נישט אויסגעארבעט פרוביר אן אנדערע מהלך, כל זמן עס פירט צום רצון ה', און יעדע דרך האט זיך זיינע מנהגים, ספרים וכדו'
=======================================
צומאל וועסטו דארפן פארן אין פארקערטן ריכטונג כדאי צו אנקומען צו א ראוד וואס וועט דיר פירן צום ציל.

עס איז דא א בחינה פון עבירה לשמה, צומאל זענען דא דרכים וואס קוקן אויס וואו עס פירט אוועק פון אייבערשטן אבער עווענטועל ברענגט עס צוריק צו עבודת ה'.
=======================================
נישט יעדע וועג וואס פארט אין ריכטונג פון דיין ציל קומט טאקע אן דארט, עס קען זיך ענדיגן מיט א דעד ענד אדער אינגאנצן אין אן אנדערן דירעקשאן. דעריבער קוק דיך פאר אין דזשיפיעס אדער די מאפע פאר דו נעמסט א וועג.

נישט יעדע עינוי וסיגוף הייליג אויסזעהנדע מקובל אדער דרך ברענגט טאקע עבודת ה' קוק וואס די תורה זאגט נוץ דיין שכל אז דו זאלסט טאקע פארן גוט
=========================================
ווען דו ביסט אין דיטש און דו ווילסט אז מען זאל דיר ארויסשלעפן גיי אויף נוטראל און ווען דו קענסט שוין געב עטוואס געז, ווען דו ביסט אין שניי געב געז צוביסלעך אזוי וועלן דיינע חברים דיר קענען ארויסשטופן פון זומפ, זיי נישט אין פארק אדער די פארקערטע ריכטונג.

ווען דו זוכסט הילף אין עבודת ה' מוזטו זיין גרייט זיך צו לאזן און מיטהעלפן, אויב וועסטו זיין פארהארטעוועט אדער חלילה גאר טון פארקערט קענען זיי דיר גארנישט העלפן.
======================================