בלאט 1 פון 1
אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן?
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:46 pm
דורך ענציקלאפעדיסט
ווען הילכיגע אויפרייסן האבן צוטרייסלט די בלוטיגע ערד פון לבנון, און אומשולדיגע אפאראטן זענען פארוואנדלט געווארן אין ספאנטאנישע הינריכטונג און שעדיגונג מעטאדן. אין די צייט וואס די כיזבאללא קעמפער און די ציווילע וועלט איז שאקירט און געפלעפט געווארן פון די געוואגטע און אומגלויבליכע אקציע.
אין אט די מאמענט זענען פארגעקומען פיל ארגערע עקספלאזאציעס, וועלכע האבן געקאסט פיל הארבערע קאנסעקווענצן פאר די וועלט, זיי האבן צוגרונד געלייגט די פונדאמענטאלסטע און קריטישסטע פון מענטשהייט אויף א מאסשטאבליכע פארנעם.
גערעכט טאקע, די נייעס קוועלער האבן דאס נישט באריכטעט און געמאלדן, אבער דאס טאר נישט גענצליך איגנארירט ווערן. צו זיך פארהוילן דערפון איז א פארברעך און אומרעכט - ווען מען קען פארמיידן דעם אויסטערלישן געפאר וואס לויערט דורך איר אדרעסירן און דראען דערוועגן.
אט די אטאקעס זענען געקומען פון פארשידענע סארטן אפאראטן און מאשינקעס, זעבארע און הערבארע, אזוי אויך פון איינפאכע מויל און אויער וואס האבן פארשפרייט די שעדליכע כעמישע באצילן - וואס זענען אריבערגעפלאנצט געווארן אין די קערפער פון די אומוויסנדע באטרעפנדע און זיי פאראומגליקליכט מיטאמאל.
אט דער טויטליכער גיפט און שעדליכע שראפנעל שטאמען פון די איבערבלייבענישן פון די לבנון-אויפרייסן, דאס איז נישט עפעס אנדערש ווי דאס עקסטאז און שטאלץ וואס האט אריינגעדרינגען אין די אינערליכע סענסעטיווסטע ארגאנען פון דאס הייליגסטע און געערטסטע פערזאנען וואס זענען געקומען אויף דעם ערד-פלאך מיט א ריזיקאלישע מיסיע פון אויספאלגן גא-ט'ס געבאטן און נישט ווערן פארטייבט און פארבלענדט פון די געמיינע קלאנגען פון מינות און כפירה.
די לבנון-אטאקעס האבן אפעקטירט געוויסע אין קאפ און הארץ, אבער פילע זענען בלויז געשעדיגט געווארן אין מער פארגרעבטע טיילן פונעם קערפער ווי די פיס און הענט. אויך וועם עס האט עלימינירט איז בלויז אומגעברענגט געווארן א מאטעריאליסטישן קערפער, ווידער ביי אונזער לאגער האט דאס געקאסט ביטערערע רעזולטאטן, דאס פרייליכקייט און קוועלן פון די געשאפענע סיטואציע געשעדיגט און פארדארבן אונזערע סאמע טיפסטע סטרונעס פון הייליגן נשמה שבמח און ריינע הארץ.
מיר דארפן זיך באשיצן און פארטיידיגן, מיר דארפן זיך היילן און אויסרייניגן.
דאס איז נישט מיין מיינוג, אזוי זאגט דער הייליגער סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו.
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן???
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:49 pm
דורך הוחזק כפרן
דו ביסט פיין.
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן???
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:51 pm
דורך ענציקלאפעדיסט
הוחזק כפרן האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:49 pm
דו ביסט פיין.
אז איינער וואס איז 'הוחזק כפרן' זאגט אזוי, ווייס איך נישט וואס צו קלערן...
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן???
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 6:48 pm
דורך הוחזק כפרן
ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:51 pm
הוחזק כפרן האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 2:49 pm
דו ביסט פיין.
אז איינער וואס איז 'הוחזק כפרן' זאגט אזוי, ווייס איך נישט וואס צו קלערן...
דאונט דזשאדזש א ניק ביי איטס קאווער.
#בארד ווי דיין איד
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן???
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:18 pm
דורך שמח
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן???
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 11:47 pm
דורך פופציגער
שיין געזאגט!
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן???
געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2024 1:31 pm
דורך דאפלטער
שטארק און לעכטיג
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן?
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 8:32 pm
דורך פליסיג
צ/ק
פארוואס טראכסטו אז יא?
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן?
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 8:47 pm
דורך ענציקלאפעדיסט
פליסיג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 8:32 pm
צ/ק
פארוואס טראכסטו אז יא?
פארוואס נישט?
א לייק פאר אייער חתימה..
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן?
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:26 pm
דורך פליסיג
ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 8:47 pm
פליסיג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 8:32 pm
צ/ק
פארוואס טראכסטו אז יא?
פארוואס נישט?
א לייק פאר אייער חתימה..
אז ס'האט געלאנדעט א הילכיגן פאטש פאר רשעים און רוצחים פון אומשולדיגע אידן, איז נישט קיין חידוש אדער אן אויפרייס. קל נקמות ה'.
אז ס'איז געשעהן דורך רשעים און אומערליכע אידן וואס מיינען אז כוחי ועוצם ידי, איז א פראבלעם. א הסתר פנים.
קענען צוטיילן צווישן די צוויי איז א געווינס.
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן?
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 5:05 pm
דורך ענציקלאפעדיסט
פליסיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:26 pm
ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 8:47 pm
פליסיג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 24, 2024 8:32 pm
צ/ק
פארוואס טראכסטו אז יא?
פארוואס נישט?
א לייק פאר אייער חתימה..
אז ס'האט געלאנדעט א הילכיגן פאטש פאר רשעים און רוצחים פון אומשולדיגע אידן, איז נישט קיין חידוש אדער אן אויפרייס. קל נקמות ה'.
אז ס'איז געשעהן דורך רשעים און אומערליכע אידן וואס מיינען אז כוחי ועוצם ידי, איז א פראבלעם. א הסתר פנים.
קענען צוטיילן צווישן די צוויי איז א געווינס.
שווער צו אנרופן א מיסיע דורך גא-ט'ס קעגנער א נקמת ה'...
פיל גרעסערע געווינס אויב פארשטייט מען די געפאר פון א ברעקעלע ציונות, אויך אויב עס וועט קומען אויפן פרייז פון פולשטענדיג פייערן דעם 'באבוד רשעים רנה'
אגב א-ל נקמות ה' איז געזאגט געווארן אויף אידישע קינדער וואס דערצערענען דעם באשעפער, נישט אויף אראבער.
די ציונים קענען פארשטעקן ספר תהילים מיטן ויואל משה אינאיינעם...
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן?
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 11:34 am
דורך פליסיג
ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 5:05 pm
שווער צו אנרופן א מיסיע דורך גא-ט'ס קעגנער א נקמת ה'...
גרעסערע רשעים און אפיקורסים, ווי פרעה מלך מצרים און המן האגגי, האבן געטוהן די שליחות פון גאט אומוויסנד.
אלזא, דאס אז ס'איז א נקמה איז פשוט. אז ס'געשעהן דורך רשעים איז א בראך.
ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 5:05 pm
פיל גרעסערע געווינס אויב פארשטייט מען די געפאר פון א ברעקעלע ציונות, אויך אויב עס וועט קומען אויפן פרייז פון פולשטענדיג פייערן דעם 'באבוד רשעים רנה'
קען זיין. אבער ווי ערווענט איז א געווינס יא צו קענען צוטיילן. עס מוז נישט זיין אויפ'ן חשבון פון ציונות.
ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 5:05 pm
אגב א-ל נקמות ה' איז געזאגט געווארן אויף אידישע קינדער וואס דערצערענען דעם באשעפער, נישט אויף אראבער.
אביסל אמעראציש. קוק אריין אין פסוק.
עמך ה' ידכאו (אראבער).
ונחלתך יענו (אראבער).
אלמנה וגר יהרוגו (אראבער).
ויותומים ירצחו (אראבער).
נאך אביסל שפעטער שטייט שוין די חיזוק רייד:
כי לא יטוש ה' עמו וגו'.
(איך ווייס אז מ'קען אלעס דרשנ'ען אויף די ציונים, אבער אין המקרא יוצא מידי פשוטו.)
אויסער דעם, אויב ווייסטו נישט, אראבער דערצערענען 'אויך' דעם באשעפער.
(איך מיין אז דו ביסט אביסל פארפארן פון שיטת הרה"ק מסאטמאר.)
ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 5:05 pm
די ציונים קענען פארשטעקן ספר תהילים מיטן ויואל משה אינאיינעם...
כ'האב נישט פארשטאנען.
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן?
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 10:50 pm
דורך ענציקלאפעדיסט
פליסיג האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 11:34 am

גערעכט, טעות לעולם חוזר, א-ל נקמות גייט ארויף אויף גויים, אבער גענוג און נאך ווערט דערמאנט אין תהילים קללות אויף די רשעי ישראל, און דעריבער איז ספר תהילים נישט עפעס וואס איז גאר געאייגנט פאר רשעים ווי די ציונים.
אראבער דערצערענען נישט דעם באשעפער אזוי שטארק ווי רשעים מזרע ישראל, איך מיין אז אזוי האלט הרה''ק מסאטמאר
Re: אונזערע אפאראטן אין געפאר פון אויפרייסן?
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 11:16 pm
דורך בן מלך
ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 10:50 pm
פליסיג האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 29, 2024 11:34 am
ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 5:05 pm
אגב א-ל נקמות ה' איז געזאגט געווארן אויף אידישע קינדער וואס דערצערענען דעם באשעפער, נישט אויף אראבער.
אביסל אמעראציש. קוק אריין אין פסוק.
עמך ה' ידכאו (אראבער).
ונחלתך יענו (אראבער).
אלמנה וגר יהרוגו (אראבער).
ויותומים ירצחו (אראבער).
נאך אביסל שפעטער שטייט שוין די חיזוק רייד:
כי לא יטוש ה' עמו וגו'.
(איך ווייס אז מ'קען אלעס דרשנ'ען אויף די ציונים, אבער אין המקרא יוצא מידי פשוטו.)
אויסער דעם, אויב ווייסטו נישט, אראבער דערצערענען 'אויך' דעם באשעפער.
(איך מיין אז דו ביסט אביסל פארפארן פון שיטת הרה"ק מסאטמאר.)
ענציקלאפעדיסט האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 5:05 pm
די ציונים קענען פארשטעקן ספר תהילים מיטן ויואל משה אינאיינעם...
כ'האב נישט פארשטאנען.
גערעכט, טעות לעולם חוזר, א-ל נקמות גייט ארויף אויף גויים, אבער גענוג און נאך ווערט דערמאנט אין תהילים קללות אויף די רשעי ישראל, און דעריבער איז ספר תהילים נישט עפעס וואס איז גאר געאייגנט פאר רשעים ווי די ציונים.
אראבער דערצערענען נישט דעם באשעפער אזוי שטארק ווי רשעים מזרע ישראל, איך מיין אז אזוי האלט הרה''ק מסאטמאר
ס׳איז נישט א טעות אין פשט דא, נאר א פונדעמענטאלע טעות וויאזוי אנצוקוקן די זאך.