פרעזידענט טראמפ באשולדיגט אז די יוסטיץ דיפארטמענט מיט די עף-בי-איי טוען אראפ שפילן די צווייטע אטענטאט-פרואוו אקעגן אים
טראמפ זאגט אז די קלאגעס וואס מען האט אריין געגעבן אקעגן דעם פארשוין זענען א שאנדע, אבער עס איז נישט קיין וואונדער ווען מען ווייסט אז די יוסטיץ דיפארטמענט מיט די 'עף-בי-איי' טוען אים שוין לאנג אינטערדרוקן מיט פולע קלאגעס. ער האט דערביי אויסגעדרוקט זיין דאנקבארקייט פאר פלארידא גאווערנער ראן דיסענטיס פאר'ן פארארדענען אן אייגענע סטעיט אויספארשונג אויף די קעיס, מיט האפענונג אז די סטעיט וועט אריין געבן פיל ערענסטערע קלאגעס.
צווייטע אטענטאט פארזוך אויף פרעזידענט טראמפ
Re: צווייטע אטענטאט פארזוך אויף פרעזידענט טראמפ
דער פארשוין וועלכע האט פראבירט אומצוברענגן טראמפ ביי זיין גאלף שפיל פעלד אין פלארידא האט זיך דערקלערט נישט שולדיג אויף די קלאגעס
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4328
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13466
Re: צווייטע אטענטאט פארזוך אויף פרעזידענט טראמפ
רייען ראטה, דער פארשוין וואס האט דורכגעפירט די צווייטע אטענטאט פרואוו אויף פרעזידענט קאנדידאט דאנאלד טראמפ, האט אריינגעגעבן א פארלאנג צום געריכט, אז די ריכטער עילין קענאן וואס פירט אן זיין קעיס, זאל אפטרעטן, אנווייזנדיג אז קענאן האט אין די פארגאנגענהייט זיך ארויסגעשטעלט לטובת טראמפ.
אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.
עד ועד בכלל.
עד ועד בכלל.