איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט!

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 389
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1075

איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

וואס פאר א זאך
איז טייער און רייך
אבער דאך מען נעמט עס פאר גרינג

מ'קען דאס נישט אנטאפן
נישט קויפן נישט אויסכאפן
און דאס מאכט מענטשן אלט אדער יונג

אנגיין אן-עס-נישט
עס האט קיין רחמנות-נישט
ווי קליין זי איז האט זי גרויסע אנהענגער


גענוג רמזים געהאט
איך רעד דאך פון צייט
די זמן זי איז ווערדפול אנע שיעור

מיט ווייזערלעך גאר קליין
דער זייגערל טוט גיין
שטעלט זיך אפ פאר קיינעם, מיר צו דיר

די שעה וואס נעכטן געוועהן
וועסטו קיינמאל מער נישט זעהן
עלטער דו ווערסט מיט יעדע מינוט לענגער


כאפ יעדע מינוט
ניץ עס אויס אויף גוט
יעדע רגע איז אזוי געשעצט

די נעכטן שוין פארביי
ביי מארגן אט איך שטיי
איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט


לכל זמן ועת
יעצט ווען ס'איז נאך הייס
טו למעשה, פיר אויס די רצונות דיינס

ווייל אויב דו ווארטסט נאך איין מינוט בלויז
די שאדן וועט זיין גרויס
אין איין מינוט א פארפאטשקע די האסט דעם טשאנס


אינעם תורה שטייט אומצאליג
צו געדענקען פון עמלק
די קליפה קיינמאל נאכגיין נאך-ער

ער האט אונז געוואלט מאכן קאלט
אפשטיפן אלעס אויף באלד
ווי עס שטייט הלחם בעמלק מחר

דיינע גוטע רצונות און עליות
נישט היינט, נאר מארגן טו-עס
אזוי ער שרייט מיט א שמייכעל כיטערע


טו נישט ארום שלעפן
די התלהבות וועט דאך וועפן
טאמער דו ביסט מיטן זייגער נישט אין געיעג

דעם עמלק ארויס שטויסן
מיטן פרישקייט בלייב אין גרויסן
נאר אזוי מען קען דערגרייכן דעם וועג

כאפ אן דעם אלטן לץ
הענגטס אים אויפן עץ
אויב נישט וועט זיין קאנסיקווענסן ביטערע


כאפ יעדע מינוט
ניץ עס אויס אויף גוט
יעדע רגע איז אזוי געשעצט

די נעכטן שוין פארביי
ביי מארגן אט איך שטיי
איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט


לכל זמן ועת
יעצט ווען ס'איז נאך הייס
טו למעשה, פיר אויס די רצונות דיינס

אויב דו ווארטסט נאך איין מינוט בלויז
די שאדן וועט זיין גרויס
אין איין מינוט א פארפאטשקע די האסט דעם טשאנס


א גוט שבת!
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

יורה דעות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 188
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 11:06 am
Location: ביים אנהייב פון עפעס וואס איך פרוביר וואס איז געווען בשעת מען מאכט עס גרינג
x 254

Re: איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט!!!

פאוסט דורך יורה דעות »

אפפס ראונג ניק...

הערליך.
גול על ה' דרכך ובטח עליו והוא יעשה.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8398

Re: איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט!!!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שכח @מיינע פאעזיעס יעדע וואך איבערראשסטו מיר פון פריש!

הערליך שיין, שטארקע געדאנק, גוט ארויסגעברענגט.

גיי אן ווייטער.
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2018
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4900

Re: איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט!!!

פאוסט דורך פופציגער »

זייער שיין!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 389
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1075

Re: איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט!!!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

יורה דעות האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:47 am אפפס ראונג ניק...

הערליך.
ווא?
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

יורה דעות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 188
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 11:06 am
Location: ביים אנהייב פון עפעס וואס איך פרוביר וואס איז געווען בשעת מען מאכט עס גרינג
x 254

Re: איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט!!!

פאוסט דורך יורה דעות »

מיינע פאעזיעס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 4:31 pm
יורה דעות האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:47 am אפפס ראונג ניק...

הערליך.
ווא?
סתם, האסט עס אויך געשריבן מיט דיין אנדערע ניק.
גול על ה' דרכך ובטח עליו והוא יעשה.
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 159

Re: איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט!!!

פאוסט דורך בן חיים »

זייער שיין

פונקט געזען א גוט ווארט

דער וואס האט אסאך מארגן'ס, האט אסאך ליידיגע נעכטן'ס
אוועיטער
מיינע פאעזיעס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 389
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
Location: אויפן פאפיר
x 1075

Re: איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט!!!

פאוסט דורך מיינע פאעזיעס »

יורה דעות האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 14, 2024 10:42 pm
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 4:31 pm
יורה דעות האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:47 am אפפס ראונג ניק...

הערליך.
ווא?
סתם, האסט עס אויך געשריבן מיט דיין אנדערע ניק.
נו גוט נו שוין...
פאעזיע איז מיין פאך! און עס איז די בעסטע שפראך!!(מפתח)

שרייב פאוסט