שלום בית - א בענקל פאר $1200

געזונטע שמועסן און ידיעות
קלארערהייט
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 7:15 am
Location: usn
x 48

שלום בית - א בענקל פאר $1200

פאוסט דורך קלארערהייט »

איך ברענג דא צו א שאלה וואס איינער האט מיר אריינגעשיקט מיט די תשובה וואס איך האב געענטפערט [בשינויים קלים]. איך האף אז איר וועט הנאה האבן.
[דער שואל איז אביסל מקצר אין זיין שאלה]

ווען די ב"ב וויל נישט מען זאל ספענדן אויף טייערע זאכן.
מיין ב"ב קען מיר צומאל זאגן אויף געוויסע זאכן, וועקעישען, פורניטשער וכדו' "ס'לוינט זיך די געלט" און זי איז גערעכט לויט וויפיל מען האט הנאה פון דעם איז עס טאקע אזוי, מ'דארף אלץ קוקן אויף די פארדינסטן, און פאר וויינגער וויכטיגע זאכן צאלן מענטשן אסאך געלט, סאו אלזא איז עס אמת.

אבער פארוואס ווען איך טענה אז עס לוינט זיך צו צאלן $1200 פאר א באקוועמע אויבן אן בענקל פאר די דיינינג רום ווייל אזוי וועל איך קענען זיצן באקוועם דורכאויס די סעודה און רואיג פארברענגען מיט די קינדער אן קיין אנגעצויגנקייט [איך בין זייער סענסיטיוו ביי מיין רוקן, און סתם בענקלעך מאכן מיך זייער שווער דאס זיצן] זאגט זי: "משוגע? די האלסט עס איז נארמאל צו צאלן $1200 פאר א בענקל ?"
ניין, געווענליך איז עס טאקע נישט נארמאל, אבער דא רעדט מען דאך פון שעות ארוכות וואס איך מיט די קינדער גייען הנאה האבן, און עס איז א זאך וואס איז וויכטיג אז איך זאל קענען פירן א שיינע סעודה און הערן פון די קינדער, טא פארוואס איז דא אנדערש?
פשוט צו זיין קלאר, די סיבה פארוואס עס איז אזוי טייער איז ווייל עס דארף זיין באקווועם און פאסיג פאר א דיינינג רום.

נ.ב. ב"ה געלט איז נישט די אישו דא, מיר קענען עס דעקן, עס איז נאר אין "טעאריע". אבער למעשה וויבאלד מיין ווייב האט עס אראפגעריסן קען איך עס שוין נישט גיין קויפן, און איך האלט אז עס איז ממש א שאד....

תשובה.
פשוטע תשובה אויף די שאלה,
א ווייב וועט בדרך כלל קיינמאל נישט געבן חיזוק צו טון עפעס, אויב ווארטסטו נאויף איר שטופ, קענסטו ווארטן ביים קארנער, פרויען FOLLOWEN זיי LEADEN נישט.
נאר ווען דו קומסט אריין קלאר אז דו ווילסט טון כך וכך, דאן וועט זי מסכים זיין און פילן באקוועם אז דו טוסט עס, אפילו פאר $5000 דאלער פאר א בענקעל!!!
זי וועט אזוי מסכים זיין אז א פרעמדע וועט מיינען אז זי איז דער וואס געבט דיך חיזוק און שטופט דיך, אבער באמת, טוט זי נאר צושטימען וועגן דו ביסט אריינגעקומען קלאר.

מאך דיך קלאר ביי דיך און אלעס וועט ווערן מסודר זי וועט דיך FOLLOWEN אי"ה

FOLLOW-UP אימעיל

לאמיר מוסיף זיין א שטיקל.
דיין ב"ב איז נישט אינטערעסירט אז דו זאלסט איר פאלגן ווי א מאמע, זי איז נישט דיין מאמע און זי וויל נישט פילן ווי איינס. זי וויל פילן ווי דיין ווייב, און פילן ווי דו ביסט איר מאן. דאס הייסט, זי איז דיין ב"ב במילא רעכנסטו זיך מיט איר און אירע רצונות. מכבדה, אוהבה. אבער דו ביסט איר מאן, דו האסט נישט מורא פון איר און דו פאלגסט נישט ווי א מעקעלע, דו ווייסט וואס דו ווילסט און דו ביסט 100% באקוועם צו טון וואס דו פילסט פאר ריכטיג, אפגעזען וואס אנדערע אריינגערעכנט דיין טייערע אשת חיל האלטן, דו האסט נישט מורא פון די וועלט.
מיט אזא מאן פילט זי א רואיגקייט און א סעקיוריטי וואס קיין שרייבער קען נישט באשרייבן דעם געשמאקן טעם וואס דאס האט פאר פרויען.
יעצט, ווען זי זאגט קויף נישט דעם טייערן בענקל, האט זי דיך מיטגעטיילט איר פילינג און מחשבה,
אבער אויב עס איז דיר נאך אלץ זייער חשוב און וויכטיג עד כדי כך אז נאך די גאנצע אהבה און כבוד וואס דו האסט צו איר ווילסטו עס נאך אלץ, איז דאס נישט קיין שום חסרון אין געטריישאפט און רחמנות, עס וויזט בכלל נישט אז דו האסט נישט קיין געפיל פאר איר.
און יעצט, בלייבט דיך נאר איבער עס טאקע צו טון, דאס איז אייגנטליך וואס דיין ב"ב וויל!!!!! זי וויל אז דו זאלסט פירן די שטוב אן קיין פחד, נאר אזוי קען זי זיין רואיג אז זי האט א פירער אין איר לעבן!!

למעשה: מאך דיך רואיג און באקוועם, שריי נישט, האב נישט קיין טענות, פשוט גיי און קויף עס! זי וועט זיך מחי' זיין.
פאר א פרוי צו קענען זאגן [און וויסן] אז זי האט עפעס נישט געוואלט קויפן, אבער איר מאן איר פירער האט מחליט געווען אז יא, און ער האט עס לייכטערהייט געקויפט, דאס איז איר גרעסטע תענוג.
און וואס איך שרייב, רואיג און מיט אהבה, מיין איך דערביי, אז דו זאלסט איר שיין און קלאר זאגן, " מיין טייערע רעבעצין, איך פלאן צו קויפן די בענקל" און טענה נישט, און זיי נישט ברוגז אויב זי בלאזט!
און באמת דארפסטו איר אפילו נישט מודיע זיין, דו האסט אלע רעכטן עס צו קויפן טרוקן און פשוט. [שטופ דיך נישט צו דער מדריגה, ווארט מיט געדולד עס ווע אי"ה נאכקומען]
זי וועט זיך מחי' זיין.

דיין ב"ב ווארט אויף דיך! # קום אריין (ווייך און) קלאר!!!!!

הצלחה רבה


הצלחה רבה
אויב ווילט איר באקומען נאך מאמרים אויף שלום בית שיקט אריין א request צו nuchem10950@gmail.com
שרייב פאוסט