רבי צדוק הכהן (רבינוביץ) מלובלין ז"ל - ט' אלול תר"ס
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 2:01 pm
ב"ר: יעקב אב"ד קרייזבערג. חתן: רבי שמואל הירש ובזיווג שני רבי ישראל יעקב מטשעחיו, ובזיווג שלישי רבי פישל מסטוקטשין. נולד: כ"ג שבט תקפ"ג. רבותיו: בעל מי השלוח, בעל תורת אמת מלובלין. מחבר ספר: פרי צדיק, צדקת הצדיק ועוד. רב בעיר: נפטר: ט' אלול תר”ס.
רבי צדוק האט זיך אלעמאל אפגעהאלטן פון נעמען געלט פון מענטשן, ער האט בשום אופן נישט געוואלט הנאה האבן פון א מתנת בשר ודם. אפילו ווען אידן זענען געקומען צו אים אויף עצות און ברכות, און זענען געהאלפן געווארן דורך אים, האט ער בשום אופן נישט געוואלט נעמען פון זיי קיין מתנות, מיטן אויסנאם פון 'מטבעות' וואס ער האט באקומען פון 'מצות פדיון הבן'. אבער אויך די געלט פלעגט ער נוצן נאר אויף צו קויפן ספרים צום לערנען. די מוכרי ספרים פון די גאנצע אומגעגנד האבן שוין געוואוסט אז יעדע חשוב'ע און זעלטענע ספר ברענגט מען צו רבי צדוק וועלכער פלעגט זיי שטענדיג אפקויפן און זיי לערנען מיט התמדה.
מדבריו הקדושים: שטייט ביי די שירת הים (שמות יד, לא), "ויאמינו בה' ובמשֹׁה עבדו" זאגט רבי צדוק, דברים נוראים: פונקט ווי עס איז דא א חיוב אויף א איד צו גלייבן אין אייבישטער, איז אויך דא א חיוב אויף א איד צו גלייבן אין זיך, דאס הייסט, אז מען מוז וויסן און גלייבן אויף זיך אליין אז מען איז חשוב ביים אייבישטער, און דער אייבישטער ווארט אויף זיין עבודה און שעפט א תענוג פון איהם. און דאס איז מרומז אין פסוק "ויאמינו בה' ובמשֹׁה עבדו", ווייל ווי באקאנט פון ספרים הקדושים איז 'משה' מרמז אויף גאנץ כלל ישראל (ווי עס ווערט געברענגט, אז משה רבינו האט געהאט אין זיך א 'נשמה כללית' וואס איז באשטאנען פון אלע זעקס הונדערט טויזנט אידן צוזאמען), און די אידן האבן טאקע געגלייבט אין השי"ת און אויך אין כלל ישראל אז דער אייבישטער האט זיי ליב און האט א נחת רוח פון זייערע מעשים. (צדקת הצדיק, אות קנ"ד).
זכותו הגדול יגן עלינו