טרייסט מיין פאלק, טרייסט מיין פאלק...

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
שמואל פוקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 58

טרייסט מיין פאלק, טרייסט מיין פאלק...

פאוסט דורך שמואל פוקס »

טרייסט מיין פאלק, טרייסט מיין פאלק...

בארא-פארק איז צובראכן, בארא-פארק איז צעשאסן. מען האט אונז צוגענומען די צדיקים, די שומרים וואס האבן געהיטן די שטאט, די ערליכע אידן וואס האבן מדריך געווען אידישע קינדער לה' ולתורתו. עס איז נתקיים געווארן וואס מיר זאגן ביי סליחות: אֵין מִי יִקְרָא בְצֶדֶק. אִישׁ טוֹב נִמְשַׁל כְּחֶדֶק. בַּקֵשׁ רַחֲמִים בְּעַד שְׁחוּקֵי הָדֵק. בְּשׁוּם פָּנִים אֵין בֶּדֶק: גֶּבֶר תָּמִים וְנָבָר אָפַס. גָּמַר חָסִיד וְצַדִּיק נִרְפַּס. דּוֹר עָנִי בַּעֲוֹנוֹ נִתְפַּס. דְּרָכָיו לְהַגִּיד מִי יְחֻפַּשׂ:

דער געפיל ביי פילע אידן איז, 'מען האט אונז ארויסגענומען די לופט פון די רעדער', מען האט אויסגעליידיגט בארא-פארק, עס זענען מער נישטא קיין צדיקים וואס זאלן מגין זיין אויף די שטאט.

א צובראכענע געפיל, א ווייטאג און א קלעם.

איך וויל אצינד טרייסטן די שטאט:
טרייסט אייך בארא-פארק טרייסט אייך - עס קומען אפיר נייע צדיקים אין שטאט. עס ווערט נתקיים דער 'ובא השמש - וזרח השמש', טובים מאורות שברא אלקינו.

בארא-פארק האט לעצטנס זוכה געווען צו עטליכע נייע צדיקים. די שטאט קען זיי נאכנישט, אבער זיי וועלן אונטערוואקסן און באשיינען די שטאט איר ברענגענדיג גרויס כבוד. ריכטיג, קיינער קען נישט איבערנעמען די ריזיגע אורות פון דער רחמסטריווקער רבי, דער סקולענער רבי, קאסובער רבי מיט דער משגיח זצוק"ל, אבער עטוואס, א בחינה פון "יגיעו" למעשי אבותי, איז פארהאן אין בארא-פארק. מען שמועסט נאכנישט פון זיי, מען קען זיי נאכנישט, אבער זיי זענען אויפן וועג ארויף.

קהל אמונת ישראל, האט זוכה געווען צו א ממשיך, א געהויבענער יונגערמאן, א העכערע זאך, אן אור גדול מאוד. קאסוב האט זוכה געווען צו א רבי, א לב רחמן וואס גייט אויס פאר א אידיש קינד, אן איש מורם מעם און תלמיד-חכם מופלג. בארא פארק וועט נאך זען ווי אזוי זיי באשיינען די שטאט מיט זייער ליכט. אין סקולען איז נאכנישט באקאנט וואס וועט דארט זיין, אבער די צוויי קינדער פונעם רבי'ן זענען צוויי איידעלע יונגעלייט, איינס מער פונעם אנדערן. מיר דארפן מתפלל זיין אז די השגחה עליונה זאל צופירן אז בארא-פארק זאל זוכה זיין צו א ממשיך, א מתמיד עצום, שוקד לילות כימים באהלה של תורה, א לב שומע אידישע צרות און העלפט ארויס מיט וואס ער קען.

אין קורצן: בארא-פארק איז נישט באנקראט! - זי האט נאך אן עתיד, איר עתיד איז שוין דא, זי שיינט שוין - דערווייל באור קטן, אבער די מבינים קענען שוין זען אז דא וועט זיך אנטוויקלען גרויסע אורות.

טרייסט אייך בארא-פארק טרייסט אייך - עס קומט אויף אייך גוטע צייטן!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5069
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8958

Re: טרייסט מיין פאלק, טרייסט מיין פאלק...

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יישר כח @שמואל פוקס, זייער ווארעם און הארציג און ריכטיג.

אבער! עס גייט נישט אזוי גרינג... הצדיק אבד! אם ראשונים כמלאכים וכו'!
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1461
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1509

Re: טרייסט מיין פאלק, טרייסט מיין פאלק...

פאוסט דורך שבת קודש »

מאן יימר אז דו קומענדיגע וואס גייען באלייכטען ב''פ גייען זיין דווקא די ממשיכים פון די פריעדיגע,
טאקע מעגליך אבער אויך מעגליך אז עס גייען זיין אנדערע וואס האבן לאו דווקא עפעס גרויסע יחוס אבות נאר גרויסע יחוס עצמו
א שטייגער ווי קאסוב רבי און די משגיח וואס זייער יחוס איז געקומען נאר פון זיך

אבער דאס איז זיכער אז צדיקים גייען אייביג זיין
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 79

Re: טרייסט מיין פאלק, טרייסט מיין פאלק...

פאוסט דורך שמות »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 1:49 pm מאן יימר אז דו קומענדיגע וואס גייען באלייכטען ב''פ גייען זיין דווקא די ממשיכים פון די פריעדיגע,
טאקע מעגליך אבער אויך מעגליך אז עס גייען זיין אנדערע וואס האבן לאו דווקא עפעס גרויסע יחוס אבות נאר גרויסע יחוס עצמו
א שטייגער ווי קאסוב רבי און די משגיח וואס זייער יחוס איז געקומען נאר פון זיך

אבער דאס איז זיכער אז צדיקים גייען אייביג זיין
באלייכטען צדיקים ייחוס עצמם גאר חשובע זאכן.
אבער מנהיגים האט בארא פארק ליידער קיינמאל געהאט.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1461
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1509

Re: טרייסט מיין פאלק, טרייסט מיין פאלק...

פאוסט דורך שבת קודש »

שמות האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 2:32 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 1:49 pm מאן יימר אז דו קומענדיגע וואס גייען באלייכטען ב''פ גייען זיין דווקא די ממשיכים פון די פריעדיגע,
טאקע מעגליך אבער אויך מעגליך אז עס גייען זיין אנדערע וואס האבן לאו דווקא עפעס גרויסע יחוס אבות נאר גרויסע יחוס עצמו
א שטייגער ווי קאסוב רבי און די משגיח וואס זייער יחוס איז געקומען נאר פון זיך

אבער דאס איז זיכער אז צדיקים גייען אייביג זיין
באלייכטען צדיקים ייחוס עצמם גאר חשובע זאכן.
אבער מנהיגים האט בארא פארק ליידער קיינמאל געהאט.
מען רעדט דא פון מקומות ווי אידן האבן זיך געווארעמט און שואל עצה געווען וכדו'
שרייב פאוסט