בלאט 1 פון 1

שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 10:13 am
דורך אסמכתא בעלמא
דער טיעם מיטגליד וואס גיבט זיך אפ מיט די נייעס קעפלעך אויפן הויפט בלאט (אגב, א זייער אויפגעכאפטע בלאט ב"ה), האט פארגעשלאגן אנצוהייבן איבערטייטשן די "הויפט קעפל" פון יעדע נייעס אויף אידטיש. אופס, אויף אידיש.

ס'דא א סברא צו זאגן אז עס מאכט צומישט. א ענגלישע נייעס לאז ענגליש.

מצד שני, היות דער סייט איז דוקא פאר די היימישע אידיש-רעדנדע, איז לכאורה פיל געשמאקער צו קענען דורכלויפן אלע קעפלעך אויף אידיש, און העכסנס א נייעס וואס כאפט מיר און איך וויל פארשטיין מער, הייב איך אן ליינען די ענגליש.

אט איז א סעמפל פון יעצט, די ערשטע נייעס אויבן איז פון א סייט אויף ענגליש, און נאר דער הויפט קעפל איז איבערגעטייטשט:


main.jpg
main.jpg (232.96 KiB) געזען געווארן 673 מאל


געשמאקער אזוי? אדער נישט. אויב האט איר א מיינונג, לאמיר הערן.

Re: שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 10:15 am
דורך זונטאג
זיכער אז יא.

עפרישיעטיד!

Re: שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 10:23 am
דורך נחום
זיכער אז יא איבערטייטשן, א נייעס וואס שטייט אין ענגליש סקיפ איך געווענליך.

Re: שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 10:34 am
דורך אינזשעניר
זיכער אין אידיש.
כוואלט זאגאר פארגעשלאגן אז אויב ברענגט סיי ווער א נייעס צום טיש דא אויפן פארום, ביטע שרייבט א קורצע סך הכל אין אידיש.
מיט הכרת הטוב.

Re: שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 10:54 am
דורך ר' דן
אויב די ברענד איז אידטיש לייגטס עס אויף אידיש..

Re: שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 11:17 am
דורך אינזשעניר
ר' דן האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:54 am אויב די ברענד איז אידטיש לייגטס עס אויף אידיש..
👍

Re: שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 11:23 am
דורך גראז
איך קוק עס סייווי נישט, סאו קענסט לייגן וואס דו ווילסט...

בעצם וואלט אבער דעפענעטלי געמאכט מער סענץ ס'זאל זיין אין יודיש.

Re: שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 11:48 am
דורך אסמכתא בעלמא
ייש"כ פאר די תשובות.

פראטאקאלירט בע"ה.

Re: שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 11:57 am
דורך חכם
זיכער בעסער איבערצוטייטשן.

וכאן המקום להודות די הנהלה וואס אפילו אן קאמפלעינס זיכן זיי ווי בעסער צו מאכן אפי'עס מיינט נאך ארבעט. כה לחי!

Re: שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 12:01 pm
דורך גראז
חכם האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:57 am וכאן המקום להודות די הנהלה וואס אפילו אן קאמפלעינס זיכן זיי ווי בעסער צו מאכן אפי'עס מיינט נאך ארבעט. כה לחי!
👍

Re: שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 12:09 pm
דורך מסתמא
גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:01 pm
חכם האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:57 am וכאן המקום להודות די הנהלה וואס אפילו אן קאמפלעינס זיכן זיי ווי בעסער צו מאכן אפי'עס מיינט נאך ארבעט. כה לחי!
👍
גא”מ

Re: שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 6:46 pm
דורך פ. לאקס
אידיש

Re: שאלה בנוגע נייעס קעפלעך אויף אונזער היים בלאט

געפאוסט: מיטוואך יולי 19, 2023 7:16 pm
דורך שמח בחלקו
yiddish


אוודאי אידיש. וואס א שאלה