בלאט 1 פון 1

קונה זיין 'טשעינדזש' פון געלט

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 3:52 pm
דורך יורה דעות
עפ"י רוב קענען חפצים נישט אריבערגיין אין אנדערע רשות נאר מיט א קנין,
בעיני ראיתי כמה פעמים ווי מענטשן געבן א דאלער פאר צדקה און די מקבל לייגט אראפ אויפן טיש דריי קוואדערס,
די דריי קוואדערס זענען הלכה'דיג געבליבן אין די רשות פונעם ערשטן,
יעצט קומט א דריטער וואס גייט אויך נאך געלט, און ער נעמט א קוואדער וואס באלאנגט נאך צום ערשטן געלט גייער.
איז אזוי, דער ערשטער האט זיך לכאורה מייאש געווען פון די געלט, איז גניבה שױן נישט דא,
אבער צדקה איז ער נישט מקיים, ס'איז נישט זיין געלט.

און לכאורה קען מען נישט בעטן טשעינזש פון א קטן, קונה זיין קען ער מקנה זיין נישט.
כן נראה לי.

Re: קונה זיין טשעינזש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 3:57 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
הפלא ופלא. נורא נוראות..... דו ביסט מורא'דיג. אבער אמת'דיג, אין הלכות צדקה איז דער עיקר אז דורך דיר ווערט דער עני געהאלפן. עס פעלט נישט אויס קיין שום קנינים. די ספרים זאגן דאך אפילו אז דערפאר אז צדקה שלא לשמה די זעלבע חשוב ווי לשמה. דער דער אוה"ח הק' זאגט גאר אז דער מחזיק תורה האט א זכות פון תורה לשמה אפילו אויב דער לומד אליינס לערנט נישט לשמה... און דער ויואל משה זאגט דערויף אז א"כ זאל דער לומד אליינס אויך געבן געלט...

עכ"פ מען דארף נישט זארגן.

Re: קונה זיין טשעינזש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 4:03 pm
דורך פופציגער
וואוףףף... דער @יורה דעות ברענגט מיט זיך פרישע צייטן דא...

א שאד מהאמיר נישט יעצט אויך @נקודות טובות דא.. ווען ער וועט זיין צוריק איז ערווארטעט ערנסטע טישן-אויף-בענק ויכיחים

Re: קונה זיין טשעינזש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 4:10 pm
דורך יורה דעות
גערעכט @Azoi Tzi Zugen אבער ס'דא אפאר דרגות אין צדקה, צדקה בגופו און צדקה בממונו,
בממונו איז ער נישט מקיים.

Re: קונה זיין טשעינזש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 4:17 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
@יורה דעות ער איז עס יא מקיים, אלס דינא דגרמי

Re: קונה זיין טשעינזש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 4:18 pm
דורך יורה דעות
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 4:17 pm @יורה דעות ער איז עס יא מקיים, אלס דינא דגרמי
נישט פארשטאנען.

Re: קונה זיין טשעינזש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 4:19 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
אגב... 1. וויפיל מאל הערט איר ליינען פר' זכור? 2. וועלכע בריסקע ראש ישיבה איז געווען אייערס?

Re: קונה זיין טשעינזש

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 4:20 pm
דורך יורה דעות
אלע שיבה גדולה יארן געלערענט אין סאטמאר

Re: קונה זיין טשעינזש

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 24, 2024 10:24 pm
דורך יורה דעות
@Azoi Tzi Zugen
א קטן איז נאכנישט פארענטפערט.

Re: קונה זיין טשעינזש

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 5:14 pm
דורך שאינו יודע לשאול
יורה דעות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 3:52 pm עפ"י רוב קענען חפצים נישט אריבערגיין אין אנדערע רשות נאר מיט א קנין,
בעיני ראיתי כמה פעמים ווי מענטשן געבן א דאלער פאר צדקה און די מקבל לייגט אראפ אויפן טיש דריי קוואדערס,
די דריי קוואדערס זענען הלכה'דיג געבליבן אין די רשות פונעם ערשטן,
יעצט קומט א דריטער וואס גייט אויך נאך געלט, און ער נעמט א קוואדער וואס באלאנגט נאך צום ערשטן געלט גייער.
איז אזוי, דער ערשטער האט זיך לכאורה מייאש געווען פון די געלט, איז גניבה שױן נישט דא,
אבער צדקה איז ער נישט מקיים, ס'איז נישט זיין געלט.

און לכאורה קען מען נישט בעטן טשעינזש פון א קטן, קונה זיין קען ער מקנה זיין נישט.
כן נראה לי.
די זעלבע שאלה האב איך אמאל געהערט אויף געבן צדקה מיט א קרעדיט קארד. ווען דו סווייפסט דעם קארטל, מאכסטו אז די ק"ק קאמפאני זאל שיקן געלט פאר די אנדערע קאמפאני, וואס גיבט עס פארן נצרך. די געלט איז קיינמאל נישט געווען אין דיין רשות.

---
טראכטעך יעצט, פארוואס זאל איך נישט קענען קונה זיין די טשעינזש מיט חליפין? ער זאל מיר מקנה זיין די מטבעות דורכן נעמען מיין דאלער?
---
דריטנס, דארף מען וויסן אויב ווען איך געב פאר איינעם געלט, איז ער קונה דעם פאקטישן באנקנאט, אדער די ווערד דערפון? כלומר, ווען איך געב אים א איין-דאלער ביל און איך בעט אים צוריק פופציג סענט, איז ער קונה דעם דאלער בתנאי אז ער געבט מיר 50 סענט, אדער ער איז לכתחילה נאר קונה די פופציג סענט וואס איך געב אים?

אויב איז די צווייטע ריכטיג, קען א קטן אויך געבן טשעינזש.
---
נאכנישט גענוג?... כ'טראכט יעצט צי אזא קליינע קנין איז אויך אריינגערעכנט אין די "רוב" וואס דו שרייבסט אז מ'קען נאר קונה זיין מיט א קנין. אפשר גייט עס אויך אריין אין "מתנה מועטת" וואס מ'קען קונה זיין מיט קנין אודיתא - קנין דברים?

Re: קונה זיין טשעינזש

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 7:05 pm
דורך יורה דעות
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 5:14 pm

ק"ק ביסטו לכאורה גערעכט,
אין מטבע נקנית בחלופין,
כ'האב שוין געטראכט פון אזא מהלך, אבער כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת, די גמרא זאגט דעתא אצורותא, וואס דאס איז בעצם די סיבה פארוואס אין מטבע נקנית בחלופין, ( כ'האב בעצם נאכנישט געלערנט יענע גמרא געהעריג כ'קען עס פון א אנדערע פלאץ, סאו פארהער מיר נישט )
ווייל די צורה איז גארנישט ווערד, ממילא איז משמע אז די קנין טוט זיך אפ אויף די עצם מטבע.
כן נ"ל.

Re: קונה זיין טשעינזש

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 9:10 pm
דורך אהבת עולם
יורה דעות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 7:05 pm אין מטבע נקנית בחלופין,
כ'האב שוין געטראכט פון אזא מהלך, אבער כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת, די גמרא זאגט דעתא אצורותא, וואס דאס איז בעצם די סיבה פארוואס אין מטבע נקנית בחלופין, ( כ'האב בעצם נאכנישט געלערנט יענע גמרא געהעריג כ'קען עס פון א אנדערע פלאץ, סאו פארהער מיר נישט )
ווייל די צורה איז גארנישט ווערד, ממילא איז משמע אז די קנין טוט זיך אפ אויף די עצם מטבע.
כן נ"ל.
די פראבלעם איז נישט אז די צןרה איז גארנישט ווערד נאר אז צורתא עבידא דבטלה. ממילא איז עס נישט קיין דבר מסוים און חליפין לערנט מען ארויס אז ס'דארף זיין מיט א דבר מסוים.
דאס איז שיטת רש"י, רשב"א, ועוד. די רמב"ן האלט אז די פראבלעם איז אז ס'איז א דבר שאין גופו ממון. און חליפין ארבעט נישט ביי דעם.

דאס מיינט אבער נישט אז מיט אנדערע קנינים קען מען נישט. הגע בעצמך, אויב איז די דעת אויף די צורה, ווי קען געשען א קנין אויף די עצם מטבע, ער וויל דאך נישט דאס קונה זיין? און אויב איז די קנין טאקע אויף די עצם מטבע, פארוואס טאקע קען מען עס נישט קונה זיין מיט חליפין?

מ'דארף אבער נאכאלץ וויסן אויב ס'איז דא אזא זאך ווי קונה זיין 'בלויז א חלק' פון די צורה.

Re: קונה זיין טשעינזש

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 10:29 pm
דורך יורה דעות
אהבת עולם האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 9:10 pm
יורה דעות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 7:05 pm אין מטבע נקנית בחלופין,
כ'האב שוין געטראכט פון אזא מהלך, אבער כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת, די גמרא זאגט דעתא אצורותא, וואס דאס איז בעצם די סיבה פארוואס אין מטבע נקנית בחלופין, ( כ'האב בעצם נאכנישט געלערנט יענע גמרא געהעריג כ'קען עס פון א אנדערע פלאץ, סאו פארהער מיר נישט )
ווייל די צורה איז גארנישט ווערד, ממילא איז משמע אז די קנין טוט זיך אפ אויף די עצם מטבע.
כן נ"ל.
די פראבלעם איז נישט אז די צןרה איז גארנישט ווערד נאר אז צורתא עבידא דבטלה. ממילא איז עס נישט קיין דבר מסוים און חליפין לערנט מען ארויס אז ס'דארף זיין מיט א דבר מסוים.
דאס איז שיטת רש"י, רשב"א, ועוד. די רמב"ן האלט אז די פראבלעם איז אז ס'איז א דבר שאין גופו ממון. און חליפין ארבעט נישט ביי דעם.

דאס מיינט אבער נישט אז מיט אנדערע קנינים קען מען נישט. הגע בעצמך, אויב איז די דעת אויף די צורה, ווי קען געשען א קנין אויף די עצם מטבע, ער וויל דאך נישט דאס קונה זיין? און אויב איז די קנין טאקע אויף די עצם מטבע, פארוואס טאקע קען מען עס נישט קונה זיין מיט חליפין?

מ'דארף אבער נאכאלץ וויסן אויב ס'איז דא אזא זאך ווי קונה זיין 'בלויז א חלק' פון די צורה.
יא גערעכט, פונקט פארקערט די ווערד איז נאר די צורה.
פרעגסט טאקע זייער גוט, כ'ווייס טאקע נישט פשט.

ס'איז אבער זייער שווער צו מסביר זיין די שייכות צווישן די ווערד און די עצם מטבע, וויאזוי קען זיך אריבער סוויטשן די ווערד פון איין מטבע צום צווייטן, און ס'איז חל פון זיך אליין פונקט אויף יענע מטבע וואס ער האט מיר געגעבן, און אזוי ווערט די אנדערע מטבע מיינס

Re: קונה זיין 'טשעינדזש' פון געלט

געפאוסט: מוצש"ק סעפטעמבער 21, 2024 10:55 pm
דורך הוחזק כפרן
יורה דעות האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 3:52 pm דער ערשטער האט זיך לכאורה מייאש געווען פון די געלט, איז גניבה שױן נישט דא,
יאוש שלא מדעת.