בלאט 1 פון 1

א שווערער טאג (לייג צו…)

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 7:10 pm
דורך יוחנן כהן
מענטשן האבן טעג גוטע און שלעכטע.

אך און וויי פאר א טאג וואס גייט זויער... 

עס הייבט זיך אן מיטן אריינטרעטן אין די נעגל וואסער 

די ציין בערשטל איז פארלוירן געגאנגען

די שיך בענדלעך איז צוקניפט

אנשטאט א גלעזעל וואסער נעמט ער לעמאנידע 

די האנטוך איז אים אריינגעפאלן אין בור 

די זאקן פאלט אראפ אויפן נאסע ערד

ביים ענדיגן צוקנעפלען די העמד זעהט ער אז די אויבערשטע קנעפל איז אינעם אומריכטיגן לאך (ריעל פעין)

די קאווע גיסט זיך אויס אויפן ציכטיגן העמד

די בעל תפילה איז אריבער די 75

ס’איז נישטא קיין רעבישע יארצייט

ווען בחורים עסן אויף די גאנצע תיקון איבערלאזענדיג אפאר פאריתומ’טע צוויבעל מיט בראוני ברעקלעך אלס א זכר צו די העווי בראוני וואס האט פריער געהערשט דא

די באלעבאס איז נערוועז

און פונקט האט זיך די טוילעט פארשטאפט ביי אים אין שטוב

און זיין ב’’ב האט געמוזט גיין געגאנגען שאפינג (א צרה פאר זיך)

פארשטייט זיך אז ביי לאנטש זעהט ער א פארקינג טיקעט אויפן ווינדשיעלד

די פאלאפעל פאר לאנטש איז סאגי, און די פיטא האט באקומען א ריס פון אונטן

און אינמיטן די גאנצע סומאכטוכע קאלט טובי’ מאיר ניימאן אריין

’’מיר רופן דא פון די קאר ווערענטי דעפ. (ימ’’ש, זאלן זיי פארוואנדעלט ווערן אין פליענדיגע קעץ און באגראבן ווערן אין קרח’ס לאך)

אבער... טראכט א רגע..

איך בין געזונט

מיין לעכטיגע פאמיליע איז געזונט

כ’האב פרנסה

די צווייטע קאווע איז יא גוט געווען

וכו’ וכו’ וכו’

מענטשן האבן אסאך פרוסטרירונג אויף פארשידענע געשעהנישן וואס גייט קאפויער, געדענק...

וויפול פראבלעמען און דורכפעלער דו האסט, האסטו נאך אלס אסאאאך מער מעלות, טובות, גוטס, און השפעות, חזר זיך עס וועסטו זיין פרייליך!!!

כאפסט די נקודה?

(אז דו האסט נאך זאכן וואס הייסט ''פלאפס'' וואס עס קען זיך מאכן ביי דיר אמאל, שרייב צו... פארגעס אבער נישט צו דאנקען אויף די חסדים!!)

Re: א שווערע טאג (לייג צו)

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 7:13 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
איך וויל פארן אין אפיס אריין, אבער רעדנדיג א טיפע שמועס אויפן טעלעפאן קום איך אן אנשטאט דעם צום ביהמ"ד. נאכ'ן זיך כאפן פאר איך צוריק, און אופס, איך בין אהיימגעפארן אנשטאט פארן אין ארבעט. א מעשה שהי' מער ווי איין מאל...

Re: א שווערע טאג (לייג צו)

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 8:01 pm
דורך שאינו יודע לשאול
צוקאש!

דו רעדסט שוין ווען מיין האנטוך פאלט אריין אין בור, וואס איז מיט די טעג וואס די האנטוכער גייען אויס, און איין מענטש פאר מיר נעמט די לעצטע?

נאו.. דעי פעין פארשטייט נאר איינער וואס איז עס שוין דורך.

Re: א שווערע טאג (לייג צו)

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 8:10 pm
דורך שמח
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 7:13 pm איך וויל פארן אין אפיס אריין, אבער רעדנדיג א טיפע שמועס אויפן טעלעפאן קום איך אן אנשטאט דעם צום ביהמ"ד. נאכ'ן זיך כאפן פאר איך צוריק, און אופס, איך בין אהיימגעפארן אנשטאט פארן אין ארבעט. א מעשה שהי' מער ווי איין מאל...
ורגלי מוליכות אותי לביהמ''ד...


@שאינו יודע לשאול שכח....

Re: א שווערע טאג (לייג צו)

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 8:28 pm
דורך פופציגער
גוט באשריבן!

און א סאליד אויספיר!

Re: א שווערע טאג (לייג צו)

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 1:26 am
דורך פליט
@יוחנן כהן
א זאפטיגע נאסע פעדער!

Re: א שווערע טאג (לייג צו)

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 10:24 am
דורך מיינע פאעזיעס
👍
ארויסגיין אינדרויסן מיט א שלאף קאפל
זאלץ אינעם קאווע א שטאץ צוקער...

Re: א שווערע טאג (לייג צו)

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 25, 2024 3:52 pm
דורך פופציגער
עס איז זונטאג...

Re: א שווערע טאג (לייג צו)

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 25, 2024 4:01 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 3:52 pm עס איז זונטאג...
און? דו פירסט נישט אויס. וואס גייט פאר.

Re: א שווערע טאג (לייג צו)

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 25, 2024 4:04 pm
דורך פופציגער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 4:01 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 3:52 pm עס איז זונטאג...
און? דו פירסט נישט אויס. וואס גייט פאר.
דאס אז עמיצער כאפט נישט פארוואס "זונטאג" קומט אריין אין דעם אשכול, איז אויך א תוצאה פון זונטאגיזם...

Re: א שווערע טאג (לייג צו)

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 25, 2024 4:07 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ביי מיר אין די ארבעט איז מאנטאג א שווערע טאג. איך האף אז איך וועל געדענקען מארגן אריינצוקומען דא.

Re: א שווערע טאג (לייג צו)

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 10:26 am
דורך טיפע טאשן
נעגל וואסער אויסגעגאסן פארטאגס אנגעהויבן מיטן גוטן מזל...

Re: א שווערע טאג (לייג צו)

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 1:58 pm
דורך יורה דעות
איינער זאגט מיר, אז די שווערסטע טאג און זיין לעבן איז געווען,
איין טאג פאר ער האט געמאכט זיין סליוו...