הרה"ק רבי דוד ב"ר צבי (פורקעס) זי"ע, מגדולי תלמידי הבעש"ט הקדוש - י' אב תקל"ב
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:34 am
י' אב
הרה"ק רבי דוד ב"ר צבי זי"ע, (פורקעס), מגיד מישרים במעזביזש, מגדולי תלמידי הבעש"ט הקדוש זי"ע,
ער איז געבוירן אין יאנובה, בערך בשנת תנ"ב,
צו זיין טאטע הרה"ק רבי צבי זי"ע,
צו אסאך איז נישט דא פון זיין משפחה אדער פון זיין לעבן,
ער איז געווען א איש קדוש ונורא מאוד, א בעל רוח הקודש נפלא, און א גדול בתורת הנסתר והנגלה, ער איז געווען דער מגיד מישרים אין שטאט מעזיבוז, אויך איז ער געווען מפורסם אלס א גרויסע פועל ישועות און א בעל מופת עצום.
גאנץ אנפאנג איז דער רבי דוד געווען פון די גרעסטע מתנגדים פונעם דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע, אזוי ווי אסאך צדיקים און גדולים זענען דאן געווען מתנגדים פונעם דרך החסידות, ווייל דאס איז דאן געווען א נייע דרך, און גאר אסאך צדיקים וקדושים האבן נישט פארשטאנען דעם נייעם דרך, עד כדי כך אז דער רבי דוד פלעגט יעדן טאג ביים פאר לערנען די שיעור פאר זיינע תלמידים, זאגן א מילתא דבדיחותא אויפן חשבון פון דעם בעש"ט הקדוש זי"ע.
אויך האט רבי דוד זייער נישט געהאלטן פון די אלע סגולות און שמות הקדושים וואס דער בעל שם טוב האט זיך מיט זיי באניצט, און אויך האט ער געהאלטן אז דעם נאמען מיט וואס מען האט גערופען דעם בעש"ט "בעל שם", וואס ער האט דאן געהאלטן אז עס איז נישט קיין ריכטיגע נאמען זיך צו רופן.
איינמאל איז איינע פון די גרויסע תלמידים פון רבי דוד פורקעס ליידער זייער קראנק געווארן, און מען האט געוואלט רופן דעם בעש"ט הקדוש צו דעם תלמיד, אבער רבי דוד פורקעס זייענדיג א גרויסע מתנגד פונעם בעש"ט, האט נישט געלאזט, אבער ווען עס איז געווארן זייער שווער די מצב, האט רבי דוד מסכים געווען אז מען זאל רופן דעם בעש"ט, אבער ער האט געזאגט פארן תלמיד, אז ער זאל אים איבער זאגן אלעס וואס דער בעש"ט זאגט אים,
ווען דער בעש"ט איז אנגעקומען, האט ער געהייסן פאר יעדן ארויסגיין, אבער איינער האט זיך באהאלטן אינעם שטוב, און דער בעש"ט האט געזאגט פארן תלמיד, די גייסט נפטר ווערן פון די וועלט, אבער די האסט איין פגם וואס די האסט נישט מתקן געווען, און די תלמיד האט טאקע מודה געווען אויף דעם פגם וואס דער בעש"ט האט אים געזאגט, האט ער געפרעגט דעם בעש"ט וואס זאל איך יעצט טון,
האט דער בעש"ט געזאגט אז ער וועט שוין מאכן זיכער אז דער פגם זאל פאר אים נישט זיין קיין עיכוב, און איך וועל דיך אריינטראגן אין גן עדן, אבער מיט איין תנאי אז די גיבסט מיר א תקיעת כף, אז די וועסט דאס נישט דערציילן פאר קיינעם, און דער תלמיד האט געגעבן א תקיעת כף,
ווען דער בעש"ט איז ארויס איז דער רבי דוד פורקעס אריינגעקומען און געפרעגט דעם תלמיד וואס דער בעש"ט האט אים געזאגט, האט דער תלמיד געזאגט אז ער קען דאס נישט מגלה זיין, האט דער איד וואס איז געווען באהאלטן אין שטוב דערציילט, וואס דער בעש"ט האט יענעם תלמיד געזאגט, און ווען מען האט אים געפרעגט אויב דאס איז אמת, האט דער תלמיד געזאגט אז יא, האט זיך רבי דוד פורקעס געוואונדערט פון ווי ווייסט דער בעש"ט אז דער תלמיד וועט אנקומען אין גן עדן, האט רבי דוד געגעבן א תקיעת כף פארן תלמיד אז ער זאל אים קומען דערציילן נאכן פטירה ווי אזוי עס איז צו געגאנגען בעולם העליון,
נאכן פטירה איז דער תלמיד געקומען צו זיין רבין רבי דוד פורקעס, און דערציילט אים אז מען האט אים טאקע אריין געטראגן אין גן עדן, און ער האט נישט געזען ווער עס האט אים אריין געטראגן, אבער ער האט נישט קיין מנוחה דארט אין גן עדן, ווייל ער האט נישט קיין באשטימטע פלאץ ווי צו ריען, ווייל ווי ער זעצט זיך אראפ, טרייבט מען אים אוועק, און ער האט דערפון זייער גרויס צער,
איין טאג האט ער געזען אז אלע בני היכלא פון דארט אין זיין היכל גייען אריבער צו א אנדערן היכל, איז ער אויך מיט געגאנגען, אבער אויך דארט האט מען אים נישט געלאזט זיך זעצן, דארט האט ער געזען ווי דער בעש"ט הקדוש זיצט אויבן אן און זאגט דברי תורה, און דער בעש"ט פרעגט א קשיא, אבער קיינער אין דעם היכל האט נישט געהאט דעם תירוץ, און דער בעש"ט אליין האט דאס פאר ענטפערט,
דאן האב איך געפרעגט דעם בעש"ט, פארוואס איך האב נישט קיין מנוחה דא אין גן עדן, האט דער בעש"ט הקדוש געזאגט, ווייל די האסט מיר געגעבן א תקיעת כף און די האסט דאס נישט איין געהאלטן, און דערפאר האסטו נישט קיין פלאץ און מנוחה אין גן עדן, און דאן האט דער תלמיד געזאגט די קשיא און תירוץ וואס דער בעש"ט האט געזאגט דארט אין עולם האמת,
דעם קומענדיגע שבת איז רבי דוד פורקעס געגאנגען צום בעש"ט, און ביים טיש האט דער בעש"ט געפרעגט דעם זעלבן קשיא וואס ער האט געפרעגט אויבן אין היכל אין גן עדן, און רבי דוד פורקעס האט דאס פאר ענטפערט, און פון דאן זעענדיג דעם גרויסן כח און קדושה פונעם בעש"ט הקדוש, איז רבי דוד געווארן פון די גרעסטע תלמידים פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע.
פון דעמאלסט האט דער רבי דוד פורקעס אנגעהויבן מפיץ זיין דעם דרך הבעש"ט און דעם דרך החסידות, און ער האט גאר אסאך הויכע זאכן געטון צוזאמען מיט זיין רבין דער בעש"ט, אויך פלעגט זיין רבי גאר אסאך ארויס גיין אין וואלד מתקן זיין נשמות מיט זיין תלמיד רבי דוד פורקעס, און רבי דוד לייקס, און רבי דוד מקולאייב זי"ע, אויך ווערט געברענגט אז ער האט מקרב געווען רבי אהרן הגדול מקרלין זי"ע צום בעש"ט, און נאכן פטירה פונעם בעש"ט זי"ע, האט זיך רבי אהרן מדבק געווען און המגיד ממזריטש זי"ע.