בלאט 1 פון 1
הרה"ק רבי מנחם ב"ר אברהם זי"ע, בעל באר מנחם מקאלוב - ח' אב תרצ"ח
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 3:40 am
דורך ניקל
ח' אב
הרה"ק רבי מנחם ב"ר אברהם זי"ע, בעל באר מנחם, מקאלוב.
ער איז געבוירן געווארן אין שטאט ברעזנא, כ"ב שבט בשנת תר"ך,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי אברהם בראדי בעל פרי החג אב"ד ברעזנא זי"ע, בן הרה"ק רבי שלמה זלמן זי"ע, בן הרה"ק רבי מרדכי אב"ד אונסדארף זי"ע, נכד הרה"ק רבי אברהם ברודא בעל אשל אברהם זי"ע.
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת אסתר ע"ה,
בת הגה"ק רבי אברהם יצחק וויינבערגער בעל פני יצחק אב"ד קליינווארדיין זי"ע.
ער איז געווען א גאון עצום און א גדול בתורה, ער איז געווען א בקי נפלא בכל חדרי תורה, און א גרויסע עובד השם, א ענוותן און שפל ברך, און א רודף צדקה וחסד עד להפליא, ער האט מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים גדולים און גאונים בתורה מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, ער האט פאר די תלמידים געזארגט ווי א טאטע פאר זיינע קינדער מיט א מסירת נפש, אידן האבן דערציילט אסאך מעשיות ווי מען האט געזען די הייליגע אויגן וואס דער צדיק האט פארמאגט, ער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע פועל ישועות.
גאנץ יונג האט ער געלערנט ביי זיין זיידן הגה"ק רבי אברהם יצחק מקליינווארדיין זי"ע, און ער האט גאר אסאך תורה און עבודת השם געלערנט ביי זיין הייליגען זיידן, שפעטער איז ער אריין אין ישיבה פון הרה"ק רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע, און דער הייליגער ייטב לב האט גאר שטארק גערעדט פון זיין התמדת התורה און זיין געוואלדיגע קדושה, און זיין לב טוב פאר אידישע קינדער.
אויך איז ער געווען א תלמיד מובהק פון הגה"ק רבי יואל צבי ראטה בעל בית היוצר אב"ד חוסט זי"ע.
ראש חודש ניסן תרמ"ג האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת מרים ע"ה, בת הרה"ק רבי משולם פייש לאווי השרף מטאהש זי"ע.
און וויבאלד די כלה איז דאן שוין געווען א יתומה, ווייל די טאטע דער שרף מטאהש איז נסתלק געווארן יונגערהייט בשנת תרל"ג, איז די טאכטער די כלה אויף געצויגען געווארן ביים שוואגער הרה"ק רבי יהוסף ראטטענבערג בעל בני שלישים מקאסאן זי"ע.
אלס נדן פארן חתן האט דער קאסאנער רב געגעבן פארן חתן דאס רבנות אין טאהש, וויבאלד דער זוהן הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זי"ע איז נאך דאן געווען א קינד, און עס איז געווען אויס גענומען, אז ווען רבי אלימלך וועט זיין ראוי איבער צו נעמען דאס רבנות וועט עס אריבער גיין צו אים.
דאן זייענדיג נאר 20 יאר אלט איז ער געווארן רב אין טאהש, און אויף דעם פאסטן האט ער געדינט פאר בערך ניינצן יאר, און ער האט גאר אסאך קדושה משפיע געווען פאר זיינע חסידים, און ער איז שוין דאן געווען מפורסם אלס א גרויסע עובד השם און א געוואלדיגע תלמיד חכם, ער האט געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה און עוסק געווען אין עבודת השם יומם ולילה.
איינמאל האבן די תלמידים געפרעגט פון זייער רבין דער חוסטער רב רבי יואל צבי זי"ע, און וואסערע זכות האט דער באר מנחם זי"ע זוכה געווען אריין צו גיין אין אזא הייליגע משפחה פונעם שרף מטאהש זי"ע.
האט רבי יואל צבי געזאגט, ווייל מענדעלע האט שוין יונגערהייט ביי שלש סעודות געוויינט בדמעות שליש, אז דער טעם פונעם שבת קודש זאל פון אים קיינמאל נישט אוועק גיין, נאר עס זאל בלייבן ביי אים די גאנצע וואך, און וועגן דעם איז נישט קיין וואונדער פארוואס ער האט זוכה געווען אריין צו גיין אין אזא הייליגע משפחהת
Re: הרה"ק רבי מנחם ב"ר אברהם זי"ע, בעל באר מנחם, מקאלוב. - ח' אב תרצ"ח
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 3:41 am
דורך ניקל
בשנת תרס"ב ווען דער רב הגה"ק רבי ישכר אברהם בנעט אב"ד קאלוב זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען אים אויף גענומען אלס רב אין שטאט קאלוב, און דאן זענען א קבוצה בחורים וואס האבן ביי אים געלערנט אין טאהש, מיט געגאנגען מיט זייער רבין קיין קאלוב.
דארט אין קאלוב האט זיך דער רב אריינגעלייט אין הרבצת התורה אויף א מוראדיגען פארנעם, ער האט זיך אוועק געגעבן מיטן גאנצן כוח פאר זיינע תלמידים מיט א מסירת נפש ממש, דארט אין ישיבה האבן געלערנט בערך 150 בחורים גאונים און גדולים בתורה, און 23 יאר שפעטער האט ער אמאל געזאגט, אז ער האט שוין ארויס געגעבן פון דעם ישיבה 12 טויזענט תלמידים.
צווישן זיינע גרויסע תלמידים דארט אין קאלוב איז געווען דער שפעטערדיגע טאהשער רבי הרה"ק רבי משולם פייש לאווי בעל עבודת עבודה מטאהש זי"ע.
ער האט געפירט דעם ישיבה מיט א געוואלדיגע הנהגה, ער האט פרעזענליך געגעבן יעדן טאג א שיעור עיון פאר די תלמידים, און ביי דעם שיעור האט ער פארלאנגט אז יעדער פון קליין ביז גרויס זאל דארט זיין, דערנאך האט ער פאר געלערנט צוויי סוגיות הש"ס יעדע זמן מיט א געוואלדיגע עמקות, אויסער דעם האט ער מקפיד געווען אז יעדער תלמיד זאל לערנען חומש רש"י און אויך שו"ע אורח חיים און יורה דעה, און פארשטייט זיך מוסר.
ער פלעגט יעדן טאג פארהערן די תלמידים אויף וואס מען האט נעכטן געלערנט, און נאכן בחינה האט ער געלערנט מיט די תלמידים א שיעור אין תהילים און אויך משלי, און סוף וואך האט זיך יעדער בחור געברויכט שטעלן צום פארהער אויפן שיעור פון די גאנצע וואך.
ער האט גאר אסאך מחזק געווען זיינע תלמידים, און די וואס זענען געווען ראוי צו נעמען די הוראה, האט ער זיי שטארק צו געשטיפט צו גיין נעמען די הוראה, און דורך דעם קענען אליין אויך מרביץ תורה זיין און משפיע זיין קדושה פאר כלל ישראל.
ער פלעגט יעדן טאג אויפשטיין בערך דריי אזייגער פארטאגס, און דאן אפ געראכטן תיקון חצות בבכיה רבה און געקלאגט אויף גלות השכינה, און אייביג מזרז געווען די תלמידים צו אויפשטיין גאר פרי, און עוסק זיין בתורה בעפארן דאווענען, און געזאגט אז אינדערפרי שעה'ן איז א געוואלדיגע עת רצון, אז דורך די תורה זאלן די תפילות נתקבל ווערן.
ער האט דעם ישיבה געפירט אויפן אלטען חסידישן דרך, ער האט מקפיד געווען אז ביים דאווענען זאל מען שטיין אויף איין פלאץ און נישט ארומגיין, ווייל דאס שטערט פאר כוונות התפילה, און ער האט געדאווענט צוזאמען דעם פארענט מיט ציבור אויפן וועג פון חזן וקהל, די וועג וואס ער האט מקבל געווען פון זיין שווער הרה"ק השרף מטאהש זי"ע, אויך האט ער זייער מקפיד געווען אז די בחורים זאלן יעדן טאג גיין אין מקו', ווייל דאס ברענגט אריין א קדושה אין א איד, צו קענען דינען דעם באשעפער מיט הייליגקייט.
ער האט געהאט א געוואלדיגע אהבה צו זיינע תלמידים און בכבודו בעצמו געמאכט זיכער אז עס פעילט זיי גארנישט, ער האט זיך אומגעקוקט עס זאל אייביג זיין גענוג צו עסן פאר די תלמידים, אז זיי זאלן האבן כח צו לערנען און דינען דעם באשעפער געזונטערהייט, בשעת דאס עסן איז ער ארום צווישן די תלמידים, און מיט א שמייכל זיי מחזק געווען און ארויס געוויזן א שטארקע חביבות.
אפילו ווען ער האט מוסר געזאגט פאר א תלמיד, איז דאס געווען מיט א ליבשאפט און צווישן אים און די תלמיד, כדי ח"ו נישט צו פארשעמען א תלמיד, איינמאל האט א בחור פון ביי אים אין ישיבה זיך געשוירן די בארד, האט ער צוגערופן דעם בחור צו זיך, און דורך געפירט זיינע הענט אויפן בארד, און געפרעגט פונעם בחור "עס שטערט דיך", האט דער בחור געזאגט אז ניין, האט דער רבי געזאגט "אבער מיך שטעכט עס זייער", דער בחור האט גלייך פארשטאנען דעם רמז, און זיך מער נישט געשוירן די בארד, און דאס אלעס איז צו געגאנגען מיט א שמייכל און אהבה.
ער איז יעדן תשעה באב געגאנגען מיט אלע תלמידים צום ציון פון הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע, און פורים האט ער מיט די בחורים געזונגען דעם הייליגען ניגון "סול הקאקאש", פונעם קאלובער רבי זי"ע.
Re: הרה"ק רבי מנחם ב"ר אברהם זי"ע, בעל באר מנחם, מקאלוב. - ח' אב תרצ"ח
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 3:41 am
דורך ניקל
הרה"ק בעל עבודת עבודה מטאהש זי"ע האט דערציילט אז אלע גדולי הדור האבן מעריץ געווען דעם רבין, און האבן אלע גערעדט פון זיין גדלות התורה און זיין געוואלדיגע קדושה און חכמה יתירה, ובתוכם הגה"ק רבי יהודה גרינפעלד בעל שו"ת מהרש"ג מסעמיהאלי זי"ע וואס האט אים געהאלטן אלס איינע פון די צדיקי הדור.
און ווען דער צדיק און מופת הדור הרה"ק רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע איז נסתלק געווארן, און דער מהרש"ג האט געהערט ווי דער עולם רעדט צווישן זיך מיט צער, וואס מען גייט פון יעצט און ווייטער טון אויב מען ברויך א ישועה, האט ער געזאגט פאר די אידן, מען דארף נישט זיין באזארגט, ווייל מען קען פארן קיין קאלוב צום הייליגען באר מנחם, וואס איז א גרויסע פועל ישועות און א צדיק הדור.
אויך איז ער געווען גאר שטארק נאנט מיט הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע, און אסאך געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פון דער בעלזא רב זי"ע, און דער בעלזא רב פלעגט אים מכבד זיין צו דאווענען פארן עמוד שבת קודש צופרי, און ער האט זייער געגליכן ווען רבי מנחם האט געדאווענט פארן עמוד.
אויך איז ער געווען זייער בידידות מיט הרה"ק רבי חיים אלעזר בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע, וואס פלעגט יעדעס יאר קומען צום יארצייט ז' אדר פון הרה"ק רבי אייזיקל מקאלוב זי"ע, און נאכן ציון פלעגט ער ארויף גיין צום באר מנחם אין שטוב, אן זיי האבן צוזאמען פארברענגט אין תורה.
אויך דערציילט זיין תלמיד הרה"ק בעל עבודת עבודה מטאהש זי"ע אז די רבי איז געווען א גאר קלוגער מענטש און געהאט דעם פיפטן שולחן ערוך, און אייביג געטון אלעס מיט חכמה און איבער געטראכט, איינמאל איז געווען א דין תורה וואס די רבי איז געווען איינע פון די דריי דיינים, און די אנדערע צוויי איז געווען הגה"ק רבי שאול ראזענבערג מראצפערט זי"ע, און דער טאהשער רבי זי"ע.
און מען האט דן געווען אלע וועגן, און ביים פסק האט ער דער טאהשער רבי און דער קאלובער רבי מכריע געווען דעם פסק אויף איין זייט, אבער דער ראצפערטער רב האט געהאלטן אנדערש ווי זיי, האט ער דער קאלובער מיט זיין חכמה געזאגט פארן ראצפערטער רב, אונז זעמיר גרייט אז די זאלסט מכריע זיין וואס דער פסק זאל זיין, און אונז זעמיר מסכים אן צו נעמען דיין פסק הלכה.
ווען דער ראצפערטער רב האט דאס געהערט, האט ער איבער געטראכט זיין פסק הלכה, וויבאלד אלעס ווענט זיך דאך אין זיין מיינונג, און צום סוף האט ער אויך מכריע געווען אזוי ווי דער קאלובער רב, און דער טאהשער רבי האט אויס געפירט, אז דאס איז געווען די חכמה פונעם קאלובער רב, אז ער האט אייביג געארבעט מיט שכל, און קיינמאל נישט געמיינט זיין כבוד בכלל.
אפילו זייענדיג א גאון עולם און א קדוש וטהור, האט דער צדיק נישט געהאלטן פון זיך גארנישט, ער האט אלס רב אין שטאט נישט גענומען קיין קוויטלעך, און נישט פארשטאנען ווען איינער איז אים געקומען בעטן א ברכה, און כסדר געפרעגט וואס מען וויל פון אים, און פארוואס מען טראכט אז ער קען געבן ברכות, אבער ווען עס איז געקומען צו א תלמיד זיינער, האט ער געטון אלעס אין זיין יכולות צו העלפן זיינס א תלמיד, און אסאך פון זיינע תלמידים זענען געהאלפן געווארן מיט ישועות דורך א ברכה פון זייער רבין.
ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע דברי תורה אונעם ספר באר מנחם.
ער האט ליידער נישט געהאט קיין זש"ק, אבער ער האט ביי זיך אין שטוב אויף געצויגען הרבנית הצדקת מרת שרה רחל ע"ה, דעם טאכטער פון הרה"ק רבי מרדכי מדעמעטשער זי"ע, בן הרה"ק רבי אלימלך מטאהש הראשון זי"ע, בן הרה"ק השרף מטאהש זי"ע, ווען איר טאטע איז נפטר געווארן יונגערהייט, און זי האט חתונה געהאט מיט דעם ברידער פון איר טאטע הרה"ק רבי אשר לאווי זי"ע, בן הרה"ק רבי אלימלך מטאהש זי"ע, און רבי אשר איז געווען דער ממלא מקום אין קאלוב נאכן פעטערס הסתלקות.
עס איז באקאנט אז דער צדיק האט באמת געהאלטן זיינע תלמידים אלס זיינע אייגענע קינדער, איינמאל איז א צדיק געקומען באזוכען דעם רבין, און בתוך הדברים איז אריין געקומען דאס, אז די רבי האט ליידער נישט קיין קינדער, האט דער צדיק געבעטן דעם גאסט, אז ער זאל מיט אים קומען צום ביהמ"ד, און ער האט אויף געמאכט דעם טיר, און ווייזט פארן גאסט אויף די תלמידים און זאגט, די זעסט דאס זענען מיינע קינדער.
נסתלק לגנזי מרומים ערב שבת קודש פרשת דברים ח' מנחם אב בשנת תרצ"ח, ומנוחתו כבוד איז אין די ביה"ח החדש אין שטאט קאלוב.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
Re: הרה"ק רבי מנחם ב"ר אברהם זי"ע, בעל באר מנחם, מקאלוב. - ח' אב תרצ"ח
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 3:42 am
דורך ניקל
הרה"ח ר' מרדכי גרובער ז"ל א תלמיד חביב פונעם באר מנחם האט דערציילט, אז די מנהג ביים רבין איז געווען אז יעדן שבת קודש צופרי, האט דער הייליגער באר מנחם זי"ע געטיילט פאר אלע תלמידים און אפילו יונגעלייט "טיי", און מען האט שוין געוויסט, אז אויב איז מען נישט געווען אין מקוה, האט דער צדיק דאס גלייך מרגיש געווען, און יענער האט בשום אופן נישט באקומען קיין טיי,
זענען געווען בחורים וואס האבן זיך נישט געוואלט אן שטרענגען צו גיין אין מקוה, זענען זיי נישט געגאנגען נעמען קיין טיי, אבער נאכן דאווענען האט ער געטיילט פאר אלע תלמידים די מאכל "פשטיד"א" כמו קיגעל, און עס איז געווען א פלא, אז די בחורים וואס זענען יענעם טאג נישט געווען אין מקוה, האט ער נישט געגעבן פונעם מאכל.
איינמאל איז ער ר' מרדכי גרובער אנגעקומען שבת צופרי אביסל שפעט אין ביהמ"ד, ווען מען האט שוין געהאלטן אינמיטן דאווענען, אבער ער האט מחליט געווען אז ער וועט גיין אין מקו' בעפארן דאווענען, און אנקומען אביסל שפעטער צום דאווענען, און ער איז אנגעקומען אין ביהמ"ד ווען דער ציבור האט שוין געהאלטן ביי ברוך שאמר,
נאכן דאווענען ווען די תלמידים האבן זיך געשטעלט אין די רייע צו נעמען "פשטיד"א" פונעם רבין, און עס איז אנגעקומען די רייע אויף ר' מרדכי, האט אים די רבי געזאגט, "אמת טאקע די בוסט אנגעקומען צו ברוך שאמר ביים דאווענען, אבער כאטש בוסטו געווען אין מקו', און דערפאר וועל איך דיר געבן פון די "פשטיד"א".
הרה"ח ר' פנחס דוד רייז ז"ל האט געוואוינט אין שטאט קאלוב, איינמאל איז די ווייב געווען א מקשה לילד, איז ער געקומען צום רבין און מזכיר געווען זיין ווייב, און די רבי האט אים געגעבן א ברכה, אבער ווען ער איז אנגעקומען אהיים האט ער געזען אז די ישועה איז נאכנישט געקומען, איז ער צוריק געלאפן צום רבין, און געוויינט מיט טרערן אז די רבי זאל אים העלפן.
האט די רבי געהייסן פארן משמש אז ער זאל געבן פאר ר' פנחס דוד דעם ספר הקדוש נועם אלימלך פון ביי אים אין שטוב, האט ר' פנחס דוד געזאגט אז ער האט שוין דעם ספר הקדוש נועם אלימלך ביי זיך אין שטוב, האט דער צדיק געזאגט, אבער מיין נועם אלימלך האסטו נאך נישט, דאס איז די נועם אלימלך וואס האט באלאנגט פאר רבי אייזיקל מקאלוב זי"ע, האט ר' פנחס דוד גענומען דעם ספר און צוריק אהיים געלאפן, און אזוי ווי ער איז אריין געקומען אין שטוב, האט מען דאן אויסגערופן מזל טוב און דאס קינד איז געבוירן געווארן בשעה טובה ומוצלחת.
אין שטאט קאלוב איז געווען א גרויסע דאקטאר ד"ר וואדאס, וואס איז ליידער פארקראכען געווארן פון אידישקייט, און ליידער האט ער געוואלט נעמען א גוי'שע פרוי און חתונה האבן מיט איר, די מאמע פונעם דאקטאר איז געווען א אשה כשירה וואס איז געווען ערליך און א אושה צנועה, איז זי געקומען צום רבין און מזכיר געווען, אז יעצט ווען זי האלט סוף ימיו, זאל זי ברויכן צו זעהן ווי איר קינד האט חתונה מיט א נישט אידישע פרוי, און זי האט זייער געוויינט אז דער רבי זאל איר געבן א ברכה און ברענגען א ישועה.
אזוי שטייענדיג דארט ביים רבין, און די רבי איז געווען אין א שטארקע דביקות, איז אנגעקומען א בשורה אז די גוי'שע פרוי האט געהאט א עקסידענט און איז געשטארבן, די מאמע האט שוין געזען אז דער רבי האט דא עפעס אנגעארבעט, און נישט לאנג נאכדעם איז דער ד"ר וואדאס געקומען צום רבין און געבעטן אז די רבי זאל אים מחזיר בתשובה זיין, און נאך א שטיק צייט האט ער חתונה געהאט מיט א פרוי א שומר תורה ומצות, און אויף געשטעלט א ערליכע אידישע שטוב, אלעס מיטן גרויסן כח פון אהבת ישראל וואס דער צדיק האט געהאט.
איינע פון די תלמידים פונעם הייליגען באר מנחם מקאלוב זי"ע האט דערציילט, אז עס האט זיך געמאכט א פארוויקעלטע עסק אויפן באר מנחם זי"ע, און מען האט דעם צדיק פארגעהאלטן אויף דעם, האט זיך דער צדיק מתנצל געווען פאר זיינע תלמידים בזה"ל, "א איד וואס זאגט יעדן טאג דעם תפילה קדושה פונעם הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, מאכט נישט קיין טעותים", לפלא נישט לאנג נאכדעם איז ארויס געקומען דעם אמת, און מען האט טאקע מברר געווען אז דער צדיק איז געווען גערעכט.
Re: הרה"ק רבי מנחם ב"ר אברהם זי"ע, בעל באר מנחם, מקאלוב. - ח' אב תרצ"ח
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 3:43 am
דורך ניקל
איינע פון די תושבי קאלוב הרה"ח רבי ישעיהו פריעדמאן ע"ה וואס איז געווען דער גבאי אין דעם בית הכנסת, און ער איז שוין געווען 17 יאר נאך די חתונה, און ער האט ליידער נישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, איין יאר חודש טבת ווען מען האט שוין געהאלטן דעם לעצטן טאג וואס מען קען מאכן קידוש לבנה אבער מען זעהט נישט קיין לבנה,
די באר מנחם האט זייער משתוקק געווען צו מאכן קידוש לבנה, האט ער געזאגט פאר די תלמידים נאך מעריב, אז יעדער זאל בלייבן אין שוהל, ווייל ער האפט אז מען וועט קענען מאכן קידוש לבנה, און דער רבי איז אריין אין זיין שטוב, און עס איז געגאנגען א שניי אינדרויסן, און פלוצלונג האט זיך דער לבנה באוויזען,
איז א בחור אריינגעלאפן צום רבין און מבשר געווען די בשורה טובה אז עס איז דא א לבנה, איז דער רבי געקומען צו לויפן מיט א געוואלדיגע שמחה וואס ממש מען האט קיינמאל נישט געזען אזא שמחה ביים רבין, און לויפענדיג איז ער אנגעקומען אינדרויסן פון דעם שוהל און נישט געזען אז עס איז דא אפאר טרעפ, און ער איז כמעט אראפ געפאלן די טרעפ מרוב שמחה דקדושה, אז ער גייט מקיים זיין די מצוה פון קידוש לבנה, און פונקט זענען דארט געשטאנען צוויי בחורים וואס האבן גלייך אנגעכאפט דעם רבין, און אזוי איז ער נישט אום געפאלן,
די קידוש לבנה איז צו געגאנגען מיט א שמחה גדולה, דער רבי איז געטאנצען מיט א געוואלדיגע התלהבות דקדושה, דער גבאי ר' ישעי' האט געזען אז עס איז א עת רצון ביים רבין, איז ער צו געגאנגען צום רבין און געבעטן א ברכה, אז ער זאל שוין זוכה זיין צו א בן זכר, אבער דער רבי מיט זיין גרויסע עניוות האט גלייך געזאגט, ווער בין איך צו מבטיח זיין קינדער, דער באשעפער וועט דיר שוין העלפן.
איין יאר פסח ביינאכט האט דער גבאי ר' ישעי' גע'גנב'ט דעם אפיקומן ביים רבין, און ווען עס איז אנגעקומען צפון האט ר' ישעי' געזאגט צום רבין, איך געב נישט צוריק דעם אפיקומן, נאר אויב די רבי איז מיר מבטיח מיט זש"ק, אבער דער רבי האט געזאגט צום חסיד, וואס מיינסטו, איך קען דען מבטיח זיין קינדער, ווער בין איך, אבער ר' ישעי' האט זיך געהאלטן ביי זיינס, אז ער גיבט נישט צוריק דעם אפיקומן אן קיין הבטחה, ביז עס איז געווארן 15 מינוט בעפאר חצות, וואס דער רבי האט זייער מקפיד געווען צו עסן דעם אפיקומן בעפאר חצות,
די רעבעצין האט זיך געבעטן ביי איר הייליגען מאן, אז ער זאל געבן דעם הבטחה, ווייל זי וויל זייער עסן אפיקומן פאר חצות, דאן האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צו די רעבעצין און זאגט איר, די בוסט דאך דער טאכטער פונעם הייליגען טאהשער רבי זי"ע, געב די אים א הבטחה פאר קינדער, און אזוי וועט מען קענען עסן דעם אפיקומן, האט די רעבעצין געזאגט איך וועל געבן דעם הבטחה, נאר אויב די בוסט אויך מסכים,
האט דער צדיק געזאגט "גוט", האט די רעבעצין געפרעגט וואס מיינט די ווארט גוט, האט דער הייליגער רבי געזאגט "אין צוועלף חדשים וועט ער מאכן א ברית", די קומענדיגע יאר איז געווען א שנה מעוברת, און עס איז פאר ר' ישעי' געבוירן געווארן א בן זכר ז' אדר ב' דעם יארצייט פון רבי אייזיקל קאלובער זי"ע, און דאס ברית איז פאר געקומען ביום הפורים, וואס דאס איז געווען אויפן טאג 12 חדשים, ויהי לפלא,
יענעם יאר ביים יארצייט פון רבי אייזיקל מקאלוב זי"ע ווען דער עולם האט געהערט דעם גרויסן מופת, זענען הונדערטער אידן געקומען בעטן א ברכה פונעם רבין, אבער ער האט געזאגט פאר די אידן, עטס מיינט אז איינמאל איז מיר געלונגען צו ברענגען א ישועה, מיינט דאס אז איך קען דאס טון כסדר, אבער עס איז דאך געקומען צענדליגע צדיקים צום יארצייט, גייט צו די צדיקים און בעט ביי זיי פאר א ישועה, ווייל דער רבי האט באמת געהאלטן, אז ער האט נישט דעם כח צו ברענגן ישועות פון גרויס עניוות.
Re: הרה"ק רבי מנחם ב"ר אברהם זי"ע, בעל באר מנחם, מקאלוב. - ח' אב תרצ"ח
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 3:44 am
דורך ניקל
הרה"ח רבי אליקים יודא גרינוואלד ז"ל די טאטע פונעם פה מפיק מרגליות הרה"ח רבי יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, איז געווען א תלמיד פונעם הייליגען באר מנחם מקאלוב זי"ע, און ער איז געווען גאר שטארק מקושר צו זיין גרויסן רבין, ער פלעגט כסדר פארן צו זיין רבין אויף די ימים טובים.
איין יאר איז ער געפארן אויף שבת סליחות צום הייליגען באר מנחם זי"ע, און ער איז נאך שבת אריין מיט א קוויטעל צו זיין רבין, וואס ווי באוויסט האט דער הייליגער באר מנחם זי"ע מיט זיין גרויס עניוות נישט געוואלט נעמען קיין קוויטלעך, אבער פון זיינע תלמידים האט ער יא גענומען א קוויטל, און דער ר' אליקים יודא ז"ל האט זיך ביי זיין רבין מזכיר געווען, אז אזוי ווי ער וועט נישט די יאר קומען אויף ראש השנה קיין קאלוב, האט ער מקדים געווען צו קומען יעצט שבת סליחות, זיך צו וואונטשן און בענטשן צום נייעם יאר.
דער הייליגער באר מנחם זי"ע קוקט אריין אינעם קוויטל, און זאגט פארן תלמיד ר' אליקים יודא בזה"ל, "צוויי מיידלעך האסטו שוין, יעצט וועט זיין א יונגעלע", איבעריג צו זאגן, אז צום יאר איז פארן תלמיד ר' אליקים יודא געבוירען געווארן זיין ערשטע בן זכר, און דאס האט דער צדיק געזען מיט זיינע הייליגע אויגן אינעם קוויטל.
הרה"ח ר' אליקים יודא גרינוואלד ז"ל האט דערציילט, אז ווען ער האט געלערנט אין קאלוב ביים הייליגען באר מנחם זי"ע, האט דארט געוואוינט א גלח א גרויסע רשע מיטן נאמען "מארנע", און דער רשע האט שטארק פיינט געהאט די אידן, און מיט זיין גרויסע שנאת ישראל האט ער כסדר געפייניגט די ארטיגע אידן, און מען האט גאר אסאך געליטן פון דעם רשע,
יענע צייט האט דער הייליגער באר מנחם זי"ע געלערנט מיט די בחורים אין ישיבה א שיעור אין יו"ד הלכות טריפות, און ער איז דאן אנגעקמען צו די הלכה פון הלכות טריפה (יו"ד סימן ל"ו ס"ה) וואס רעדט ארום לגבי "מורנא אין די ריאה", וואס דאס איז די הלכה אויב מען טרעפט ווערים אין די לינגען פון א בהמה, איז די בהמה טריפה, וויבאלד די בהמה קען נישט אזוי לעבן, און דער הייליגער באר מנחם זי"ע האט עטליכע מאל איבער געזאגט די ווערטער "מארנע אין די ריאה, מארנע אין די ריאה",
די בחורים די תלמידים פונעם הייליגען באר מנחם זי"ע האבן גלייך פארשטאנען אז זייער גרויסע רבין דער באר מנחם זי"ע פארארבעט דא גרויסע זאכן קעגן דעם רשע מארנע, לפלא א קורע צייט שפעטער האט מען געהערט, אז דער גלח דער רשע איז קראנק געווארן אויף א מחלה, וואס דער אינעווייניגסטער חלק פון זיין קערפער איז געווארן ווערעמיג, און נישט אסאך נאכדעם האט דער רשע דער גלח גע'פגר'ט, און די אידן אין שטאט האבן געהאט מנוחה.
הרה"ח רבי ארי' לייביש גראס ע"ה האט דערציילט, אז בשנת תרצ"ב האט ער זיך געברויכט שטעלן צו די מיליטער, איז ער דאן געגאנגען צו זיין רבין דער הייליגער באר מנחם זי"ע שבת קודש ביים טיש, און בשעתן טיילן שיריים, האט דער הייליגער באר מנחם געגעבן פאר ר' ארי' לייביש א שטיקל קוגל, און דער צדיק האט געזאגט בזה"ל, "דורך די קוגל, זאלסטו זיין פטור פון זייערע קוגעל", לפלא דעם קומענדיגן דינסטאג ווען ער האט זיך געשטעלט צו די מיליטער, האט מען אים באופן נפלא באפרייט פון די מיליטער.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל