בלאט 1 פון 1

באלד, באלד!

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:26 am
דורך מיינע פאעזיעס
באלד באלד!!
(יונגערלעך)


1) אין קעלער דארט ער זיצט ס'איז טונקל און נאס
אן קיין ליכטיגקייט אריינקומען פון גאס
די אויגעלעך זיין
נישט צוגעוואוינט צו קיין שיין
נישט געזעהן שוין א לאנגע זמן
אין די טונקל געוועהן באקוועם,

פלוצלינג איינער דער טיר ער עפענט אויף
א שטארקע אור דורך איר קומט ארויף
זיינע אויגן ברענט
אויסהאלטן נישט געקענט
געדארפט פארדעקן מיט די הענט
גארנישט הנאה געהאט פון דעם,

2) אין ירשלים מיר זענען געזעסן לאנגע דורות
ביים טאטע'ן אינדערהיים געשיינט מיט הייליגע אורות
די חורבן איז געשעהן אוי וויי טאטעניא אין גלות מען האט אונז פארשוקט
אזוי ווייט אוועק נאר אין די טונקעל מען קוקט,

מיר געדענקען קוים די מקור פון וואו מיר קומען
אבער מיר האלטן זיך ליכטיג, כאטש אין די טונקעל מיר שווימען
ווייל דו האסט אונז צוגעזאגט אז באלד באלד באלד טאקע באלד
וועט קומען די מינוט
עס וועט שיינען דארטן גוט
מיר וועלן זעהן אלעס אן קיין אפהאלט,

3) באלד באלד מיר גלייבן
אז באלד באלד וועסטו אונז הייבן
באלד באלד באלד
נאך שנעלער ווי דו מיינסט

מיר בענקען
אוי מיר געדענקען
אוי יאוי די ליכטיגקייט וואס איז געוועהן
מיר ווילן דאס ווייטער זעהן,

3) מיר וועלן קלאגן
אויף די גלות קינות זאגן
אוי די ליכטיגקייט פון דעמאלטס מיטנעמען היינט
אין די טונקל אויך עס שיינט,

אוי מיר גלייבן
אוי יאוי מיר בלייבן
אוי אוי ערליך און געטריי
נישט אפהאלטן זיי,


והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה!!


Re: באלד באלד!!

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:05 am
דורך Azoi Tzi Zugen
ריזיג שטארק. ארבעט מיט דעם ניגון מורא'דיג. שטארקער פון שטארק.

Re: באלד באלד!!

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:23 am
דורך פופציגער
זייער שיין!

אוי באלד באלד...

Re: באלד באלד!!

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:48 am
דורך פליט
העעערליך!!!

כ'וועל עס באלד באלד זינגען צום 4טן מאל.

Re: באלד באלד!!

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 1:00 am
דורך מיינע פאעזיעס
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:23 am זייער שיין!

אוי באלד באלד...
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:05 am ריזיג שטארק. ארבעט מיט דעם ניגון מורא'דיג. שטארקער פון שטארק.
פליט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:48 am העעערליך!!!

כ'וועל עס באלד באלד זינגען צום 4טן מאל.
שכח!!

Re: באלד באלד!!

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 6:26 am
דורך בעל החלומות
דו שרייבסט אזוי שיין, אוי!

Re: באלד באלד!!

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 7:40 am
דורך מיינע פאעזיעס
בעל החלומות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 6:26 am דו שרייבסט אזוי שיין, אוי!
א דאנק דיר!

Re: באלד, באלד!

געפאוסט: מיטוואך יולי 30, 2025 7:13 am
דורך יוחנן כהן
ארויף