דער עלנדער מאן
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 11, 2024 9:31 am
צעיושעט און פארטארעראמט איז ער אלץ געווען.
שטיין שטייט ער מייט א צעבויגן קאפעליוטש וואס רוט אויפ'ן שפיץ בארג פון א רויט-צעהיצטן קאפ, ווען שווייס רינט אים פון איבעראַל. נידריגע געלע שטארק-געדרייטע פיאה'לעך, איינע ארויף, די צווייטע אראפ. שרעקעדיג-גרינע אויגן וואס דרייען זיך אין די לעכער ווי גסיסה-מייזלעך, און א נאז, אוי וויי, א_ווי דעם טייוול אליין.
זיינע הענט זענען אויסגעשפרייט צו די זייטן, און זיין גארגל אין האלז אויף אן עולים ויורדים לייטער. זיינע ליפן פארקרימט און שנירלעך שפייעכץ שווערצן זיך ארויס אראפ זיין מארדע, אראפ זיין פארקניפט בערדל, אראפ זיין צעקנייטשט שמוציג העמד.
רינגלט ער דארט ארום מיט זיין אלט-ברוינע קאפאטע, ווען א גארטל שלעפט זיך נאך איר, און צערנט אויף אלץ און אלעמען. דערקוטשעט די יארן פון די פארבייגייער, און יאמערט מיט קולות ווי א נאכגעפאלגטער פלעדערמויז.
פארפירן פארפירט ער אז ער איז דעם בעל-שמ'ס אן אייניקל, שרייען שרייט ער מיט קולי קולות אז ער גייט הייבן הענט, און זעצן זעצט ער מיט די פיס אויף דר'ערד ווי א תינוק שנשבר.
אט דאס איז אונזער שייע-כאנע. א מין בריה. קיינער ווייסט נישט פון וואנעט ער קומט, און וואס זיין יחוס איז. אויך ווייסט מען נישט צי ער איז פארהייראט אדער נאך גאר א בחור, דען יונג איז ער שוין נישט. נאר איין זאך ווייסט מען, אז ער הייסט שייע-כאנע.
היינט איז נאך א טאג וואס שייע-כאנע האט אונטערגעהאלטן דעם ציבור מיט זיינע קוריאזע זאצן, מיט זיינע מאדנע באוועגונגען, מיט זיין בלויזער אנוועזנהייט.
אבער היינט איז נישט נאך א טאג. היינט האט איינער געגעבן א פאטש שייע-כאנען.
א פאטש שייע-כאנען איז נישט קיין טאג-טעגליכע ערשיינונג. אייגנטליך, אן ערשיינונג וואס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אין שמירניק.
די אלצווייסערס פון שמירניק האבן געוואוסט צו דערציילן אז דעם פאטש-געבער האט מען בא'גנב'עט זיין טייסטער, און זעענדיג שייע-כאנען האט ער דעם שולד אויף אים גלייך געווארפן.
אבער ניין, ליבע ליינער, שייע-כאנע איז קיין גנב נישט. דאס האט די גאנצע שטאט געוואוסט.
שייע-כאנע האט, אפנים, קודם נישט באגריפן וואס האט פאסירט, און איז געבליבן שטיין אין שאק, שטילערהייט, מיטשלעפנדיג דעם גאנצן ארום. אפילו די וועווערקעס אויף די ארומיגע ביימער האבן פארשטומט געקוקט אין ריכטונג פון שייע-כאנען.
דאן האט א טרער זיך געגעבן א גליטש ארויס פון שייע-כאנע'ס רעכטן אויג, און דאן פונעם לינקן. דאן נאך איינס פונעם רעכטן, און דערנאך נאך איינס פונעם לינקן. און דאן א קוואל טרערן, וואס האט זיך געשלענגלט אראפ זיין מארדע, אראפ זיין פארקניפט בערדל, אראפ זיין צעקנייטשט שמוציג העמד.
שייע-כאנע וויינט.
און שייע-כאנע'ס געוויין איז געווארן שטערקער, און האסטיגער, און העכער.
אלע האבן געקוקט אויף שייע-כאנען. און שייע-כאנע, ער וויינט, זיינע הענט אויף זיין פנים.
צוביסלעך איז זיך יעדער צעגאנגען, דער צו זיין הייזקע און דער צו זיין געשעפטל. נאר שייע-כאנע איז איבערגעליבן דארט, אליין.
און ווי דאס געוויין איז געווארן שטילער, האט זיך א כליפעריי געהערט, ווען נאר שייע-כאנע'ס אקסלען טאנצן צו צום טרויעריגן טאקט.
און אזוי האט די זון מקבל פנים געווען די לבנה איבער די הימלען פון שמירניק, מאכנדיג נאך א שטילע נאכט.
דעם קומענדיגן טאג האט די חברה קדישא באגראבן אן עלנדער מאן, מיט'ן נאמען שייע-כאנע. אויף זיין מציבה האט מען אויסגעקריצט ״פה נטמן איש תם וישר, ישעי' אלחנן הכהן״.
און זייט דעמאלט גייען חתן-כלה צו דעם קבר פון שייע-כאנען אין טאג פון דער חופה, און מ'בעט אים מחילה בשם דעם גאנצן שטאט.
מ'זאגט אז ביינאכט, ווען שמירניק איז איינגעהילט אין א טיפן שלאף, קען מען הערן א שטיל געוויין פון ריכטונג פון שייע-כאנע'ס קבר.