ה' אב
הרה"ק רבינו המקובל האלקי רבי יצחק ב"ר שלמה זי"ע, הנקרא האר"י הקדוש.
ער איז געבוירן אין ירושלים, בשנת רצ"ד, צו זיין טאטע הרה"ק רבי שלמה לוריא זי"ע.
ער איז געווען א איש קדוש ונורא מאוד, ער איז געווען א בקי נפלא בתורת הנגלה והנסתר, ווי באוויסט איז דער אר"י הקדוש זי"ע געווען פון די ראש המקובלים בדורו, ער האט בימיו מחדש געווען דעם לימוד חכמת הקבלה, און שמות הקדושים, און ער איז געווען געשעצט ביי אלע גדולים און קבלים בדורו,אויך איז ער געווען מפורסם אלס א בעל רוח הקודש נורא מאוד.
גאנץ יונגערהייט האט מען שוין געזען דאס גדלות התורה און דאס גרויס חכמה און קדושה פון דעם קינד, ער איז איבער געשטיגען אלע קינדער פון זיין יוגענט און אפילו עלטערע פון אים, ער האט נישט געקענט צו לאנג לערנען ביי איין רבין, וויבאלד ער האט גאר שנעל תופס געווען תורה אויף א גאר הויכע מדרגה.
די עלטערן פון דעם אר"י הקדוש זענען געווען גאר ערליכע, דער טאטע איז געווען א צדיק און די מאמע א צדקת, געלט האט זיי נישט געפעלט, זיי האבן געהאט כל טוב וטוב, איין זאך וואס זיי האבן נישט געהאט איז געווען קינדער, זיי זענען שוין געווען אויף דער עלטער אבער ליידער נאך נישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, און די עלטערן זענען געווען גאר שטארק פארביטערט, זיי האבן געטיילט אסאך צדקה, און געטון גאר אסאך חסד, און ביידע האבן שטענדיג מתפלל געווען צום גרויסן באשעפער אז ער זאל זיי בענטשן מיט א קינד.
איין נאכט האט דער טאטע געהאט א חלום, עס האט זיך צו אים באוויזן א גט-ליכע מאן און זאגט אים, איך בין אליהו הנביא, וויסן זאלסטו אז ענקער תפלה איז אן גענומען געווארן ביים באשעפער, און א יאר ארום וועט דיין אידענע האבן א בן זכר, וואס וועט באלייכטן די וועלט מיט זיין קדושה און תורה און זיין חכמה, און ווען עס וועט קומען די ברית, זאלסטו קיינעם נישט לאזן מאכן דעם ברית, ביז די וועסט זען מיין געשטאלט וואס די זעסט יעצט.
כך הוה א יאר שפעטער בשנת רצ"ד איז צו זיי געבוירן געווארן א בן זכר, און ווען עס איז געקומען די אכטע טאג, האט די טאטע פארבעטן אלע נכבדים און חשובע לייט פון ירושלים צום ברית, סנדק איז געווען דער טאטע, אבער ער האט געהאלטן און איין אפלייגן דעם ברית, און זיך כסדר ארום געקוקט אויב ער זעהט דעם צורה וואס ער האט געזען אין חלום.
פלוצלונג האט ער געזען דעם צורה וואס ער האט געזען אין חלום, און אליהו הנביא האט געזאגט פארן טאטן, זעץ דיך אויפן שטול מיטן קינד אין די האנט, און דאן האט אליהו הנביא זיך געזעצט אויפן שויס פונעם טאטן, און איבער גענומען דעם קינד, און געהאלטן דעם קינד ביים ברית, קיינער דארט האט נישט געזען אליהו הנביא, און געהאלטן אז דער טאטע האט געהאלטן דעם קינד ביים ברית, און מען האט דעם קינד לויט די אנווייזונגען פון אליהו הנביא ז"ל א נאמען געגעבן יצחק.
און נאכן ברית האט אליהו הנביא אן געזאגט פאר דעם פאטער, נעם דאס קינד אין דיינע הענט, דו זאלסט געדענקן ווי אים צו שעצן, ווייל ער וועט זיין א גרויסער און הייליגער לעכטיקייט פאר די גאנצע וועלט.
ביי די ניין יאר אלט, איז דער אר"י הקדוש שוין געווען א בקי בכל ש"ס ופוסקים, און די גרעסטע גאונים אין ירושלים האבן באוואונדערט דעם טיפן שכל הישר וואס דער קינד האט געהאט, און גאר אסאך גדולים בדורו אין ירושלים האבן פארברענגט מיט דעם קינד אין לערנען כאילו ער איז שוין א ערוואקסענע מענטש.
ווי באוויסט איז דער טאטע געווען א גרויסער עושר, און פאר דעם קינד האט גארנישט געפעלט, און ער איז געזעצן און געלערנט ממש יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה און קדושה, אבער נאך זייענדיג א קינד בעפאר די בר מצוה, האט דער טאטע פארלוירן זיין רייכטום, און דער טאטע איז געווארן א עני ואביון אז עס איז נישט געווען וואס צו עסן, און פון גרויס צער און עגמת נפש איז דער טאטע פלוצלונג נסתלק געווארן, ווען דער הייליג קינד איז נאר געווען 10 יאר אלט.
דאן איז די מאמע געבליבן א יונגע אלמנה אן קיין פרנסה, אידן אין ירושלים וואס האבן געוויסט דאס גדלות פון דעם קינד האבן געוואלט אויס האלטן דעם אלמנה מיט איר הייליג קינד, אבער די מאמע האט בשום אופן נישט געוואלט נהנה זיין פון צדקה.
נאך א שטיק צייט ווען די מאמע האט געזען אז דאס ארעמקייט שטערט דעם יונגן גאון פון לערנען, האט די מאמע געגעבן א עצה פארן זוהן צו פאר קיין מצרים, וואס דארט געפינט זיך א ברידער פון די מאמע א גביר רבי מרדכי פארנסיס זי"ע, און ער איז מסכים דיך צו אויס האלטן, כדי די זאלסט קענען ווייטער לערנען אים געשטערט.
דער קינד האט מסכים געווען און ער איז אפ געפארן קיין מצרים צום פעטער, און דער רב פון ירושלים האט דעם קינד געגעבן א בריוו בדרך כתב המלצה, אז די אידן אין מצרים זאלן וויסן וואסערע גאון עס קומט צו זיי, און דער רב האט אים געגעבן א ברכה, אז ער זאל שטייגן במעלות התורה ויראת שמים, און אויך האט ער געבענטשט אז ער זאל האבן אריכת ימים, אבער ביי דעם לעצטן ברכה, האט דער קינד זייער געוויינט, ווייל ער האט שוין דאן מרגיש געווען אז דאס וועט נישט מקיים ווערן.
המקובל האלקי רבינו יצחק ב"ר שלמה זי"ע, האר"י הקדוש - ה' אב של"ב
Re: הרה"ק רבינו המקובל האלקי רבי יצחק ב"ר שלמה זי"ע, - האר"י הקדוש - ה' אב של"ב
דער פעטער האט דעם קינד אריינגענומען צו זיך אין שטוב מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבענקייט, און אים געגעבן א שטוב ווי ער זאל וואוינען, און באלד אריבער געטראגן דעם קינד צום ראש ישיבה דארט אין שטאט הגה"ק רבי בצלאל אשכנזי בעל שיטה מקובצת זי"ע, און אים געגעבן דעם בריוו פון ירושלים.
אזוי ווי דער ראש ישיבה האט געליינט דעם בריוו, האט ער זיך אויף געשטעלט פארן קינד, און אנגעהויבן רעדן מיט דעם קינד אין לערנען, און דער ראש ישיבה איז ממש נשתומם געווארן פון דעם גאונות און קדושה פון דעם קינד, און געזאגט פארן פעטער, וויסן זאלסטו אז וואס עס שטייט אין דעם בריוו, איז נישט אפילו האלב פון דאס גדלות פון דעם קינד, און די זאלסט וויסן אז דאס קינד איז א גט-ליכע ליכט וואס די וועלט האט א זכי' אז ער איז אראפ געקומען אויף די וועלט, און די האסט א זכי' אז אזא קינד וואוינט ביי דיר אין שטוב.
דער גאון האט עוסק געווען אין תורה מיט א געוואלדיגע התמדה און געוואקסן גאר הויעך סיי אין תורת הנגלה און אויך אין תורת הנסתר, גרויסע גאונים אין שטאט האבן מיט דעם יונגן גאון עוסק געווען אין גאר שווערע סוגיות התורה און זענען ממש ארויס פון התפעלות פון דעם גדלות פון דעם גאון.
שפעטער האט די מאמע זייער געבענקט נאכן קינד, האט דער פעטער געבעטן אז די מאמע זאל אויך קומען קיין מצרים, איז די מאמע אויך געקומען קיין מצרים, און געוואוינט מיט איר געהויבענע זוהן, און געשעפט נחת דקדושה פון איר הייליג קינד,
ביי די פופצען יאר האט די פעטער מציע געווען, אז ער וויל נעמען דעם בחור רבי יצחק אלס א איידעם פאר זיין טאכטער וואס איז געווען א גאר געראטן מיידל, און די מאמע מיטן בחור האבן מסכים געווען דערצו, און מען האט געפייערט דעם חתונה מיט השתתפות פון די גאונים און גדולים דארט אין שטאט.
פאר די קומענדיגע פאר יאר נאך די חתונה האט דער יונגער גאון זיך אריינגעלייגט אין תורת הנגלה מיט א געוואלדיגע התמדה און ממש געווען אויסגעטון פון די וועלט, דאן האבן גרויסע מקובלים פון אלע עקן פון די וועלט געשיקט גאר שווערע שאלות בתורת הנסתר צו אים, און צוביסלעך איז זיין נאמען נספרסם געווארן אלס דער גרעסטער אין חכמת הקבלה און תורת הנסתר, ווען מען פלעגט דערמאנען זיין נאמען איז דאס געווען מיט א יראת הכבוד און מיט גרויס פחד צוליב זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה.
ער איז דאן געוואקסן אין תורת הקבלה העכער אלע גרויסע בעלי מקובלים, און הייליגע מקובלים האבן געזאגט, אז עס איז נישט געווען נישט בעפאר, און נישט נאכדעם, איינער וואס איז געווען אויף דעם דרגה אין קבלה, ער האט דאן געלערנט גאר אסאך מיט אליהו הנביא ז"ל און דאן האט ער זוכה געווען צו רוח הקודש, און עוסק געווען אין מעשה מרכבה, און ער האט זוכה געווען צו לערנען תורה אין דעם היכל התנאים והאמוראים, און אויך איז מקובל אז ער איז געווען אין היכל משיח.
נאך זעקס יאר האט אים אליהו הנביא מגלה געווען מן השמים, אז ער זאל ארויף גיין קיין ארץ ישראל, ווייל אזוי איז נגזר געווארן אינעם היכל הקודש פון רשב"י, ווייל עס איז דא א חלק פון תורת הקבלה, וואס ער קען נישט משיג זיין דא אין מצרים, און נאר אין ארץ ישראל קען ער דאס משיג זיין, און אויך ווייל ער ברויך איבערגעבן די הייליגע תרות הקבלה פאר זיין תלמיד רבי חיים ויטאל זי"ע, וואס מען האט אים מגלה געווען אז רבי חיים ויטאל זי"ע איז אין פריערדיגען גלגול געווען דער רבי פון דעם אר"י הקדוש און דערפאר דארף ער אים מכיר טובה זיין.
בשנת ש"ל איז דער אר"י הקדוש זי"ע אנגעקומען קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין שטאט צפת עיר המקובלים, און דאן האט ער אנגעהויבן מגלה זיין דעם הייליגען תורת הקבלה פאר די תלמידים און גדולים בעיר צפת, וואס בזכותו פון אר"י הקדוש זי"ע אני חיים, און ער האט ארויפ געברענגט דעם לימוד הקבלה צו א דרגה וואס איז ביז דאן נישט געווען אויף די וועלט.
ער איז געווען א תלמיד פון הגה"ק רבי דוד בן זמרא בעל הרדב"ז זי"ע.
ער האט געהאט תלמידים גאונים צדיקים וקדושים בעלי מקובלים,
הגה"ק רבי חיים ויטאל זי"ע,
הגה"ק רבי אליהו די וידאש זי"ע,
הגה"ק רבי יונתן סאגיס זי"ע,
הגה"ק רבי יוסף טובול זי"ע,
הגה"ק רבי יצחק הכהן אשכנזי זי"ע,
הגה"ק רבי משה אלשיך הקדוש זי"ע,
הגה"ק רבי שלמה אלקבץ זי"ע,
הגה"ק רבי שמואל די אוזידא זי"ע,

עס איז מקובל אז דער אר"י הקדוש איז געווען א תלמיד מובהק בתורת הקבלה פון הגה"ק רבי משה קורדובירו הרמ"ק זי"ע, וואס מען דערציילט אז בשנת ש"ל ווען זיין רבי דער רמ"ק איז נסתלק געווארן, און די תלמידים האבן געפרעגט ווער עס זאל זיין דער ממלא מקום, האט דער הייליגער רמ"ק געזאגט, אז בשעת זיין לוי' ווער עס וועט זעהן א עמוד האש אויפן מיטה דער זאל זיין דער ממלא מקום, און כך הוה דער איינציגסטער וואס האט דאס געזען, איז געווען זיין תלמיד דער אר"י הקדוש, און ער איז טאקע געווארן דער ממלא מקום.
אויך איז ער דארט געווען גאר נאנט מיט הגה"ק מרן הבית יוסף זי"ע, און זיי האבן אסאך קבלה געלערנט צוזאמען, אויך מיט הגה"ק רבי שלמה אלקבץ בעל לכה דודי זי"ע, און אויך מיטן גרויסן גאון און מקובל הגה"ק בעל המבי"ט זי"ע.
ווי באוויסט איז הגה"ק המקובל האלוקי רבי חיים ויטאל זי"ע געווען דעם תלמיד מובהק פון זיין רבי דער אר"י הקדוש זי"ע, און רבי חיים האט אפ געשריבן רוב כתבי האר"י און אויך גאר אסאך פון די תורת הקבלה פון זיין הייליגען רבין, אויך איז באקאנט גאר אסאך גרויסע ענינים וואס דער רבי מיטן תלמיד האבן זיך אפגעגעבן אין די קורצע צייט פון נאר צוויי יאר ביזן פטירה פון דעם אר"י הקודש זי"ע, ובתוכם איז באקאנט אז דער אר"י הקדוש איז ארום געגאנגען מיטן תלמיד און מגלה געווען מקום קברי תנאים אמוראים און נביאים, וואס אסאך פון די קברים זענען פארלוירען געווארן מיט די צייט, און מיטן כח רוח הקודש האט דער אר"י הקדוש מגלה געווען די הייליגע קברים.
אויך שרייבט דער תלמיד הגה"ק רבי חיים ויטאל זי"ע אין זיין ספר עץ חיים, אז דער אר"י הקדוש זי"ע איז געווען א ניצוץ פון משה רבינו ע"ה, אונעם ספר הכוונות שטייט אז ער האט געהאט א ניצוץ פונעם תנא אלקי רבי עקיבא ע"ה, אונעם ספר ויקהל משה שטייט אז ער האט געהאט א ניצוץ פון די נשמה פון בצלאל בן אורי בן חור ע"ה.
און ווי עס איז מקובל אז אונעם חבריא קדושה אין שטאט צפת איז געווען דער אר"י הקדוש זי"ע, "הרבי", הבית יוסף זי"ע, "הרב", האלשיך הקדוש זי"ע, "הדרשן", רבי אלעזר אזכרי זי"ע, "השמש".
נאכן פטירה פון דעם אר"י הקדוש זי"ע איז ארויס געקומען אסאך סידורים מיטן ניסוח האר"י, און אויך אסאך ספרים אויפן דרך פון דעם אר"י הקדוש אויף חכמת הקבלה און זוהר הקדוש, אויך איז דא דריי שירים וואס זענען מקובל אז דאס האט דער אר"י הקדוש מחבר געווען, "אזמר בשבחין ליל שבת קודש, אסדר לסעודתא שבת צופרי, בני היכלא שלש סעודות,"
ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער
הגה"ק המקובל רבי משה לוריא זי"ע
בתו הצדקת מרת עכסה ע"ה, אשת הגה"ק רבי שלמה סאגיס זי"ע,
בתו הצדקת וואס האט חתונה געהאט מיטן זוהן פון הגה"ק רבי יוסף קארו הבית יוסף זי"ע,

עס איז מקובל אז דער אר"י הקדוש זי"ע האט געהייסן די תלמידים לערנען יעדן טאג אונעם ספר חובת הלבבות צו מעורר זיין דעם הארץ צו תשובה און תיקון המעשים, אויך האט דער אר"י הקדוש געזאגט אז יעדער איד זאל זעהן צו מקיים זיין די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך יעדן טאג בעפארן דאווענען, און געזאגט מען זאל זאגן בזה"ל, "הריני מקבל עלי מצוות עשה של ואהבת לרעך כמוך".
גאר אסאך מנהיגם וואס אידן טוען יעדן טאג איז מקובל לפי שיטות האריז"ל.
דאס וואס מען זאגט שמע ישראל יעדן טאג בעפאר מען דאווענט כדי מען זאל נישט ח"ו פארפאסן דעם זמן קר"ש, האט דער אריז"ל געזאגט אז אפילו מען דאווענט ותיקון און מען גייט זיכער נישט פארפאסען דעם זמן קר"ש זאל מען אויך זאגן דעם פסוק פון שמע ישראל,
הודו ביי שחרית בעפאר ברוך שאמר,
נעמען די ציצית אין די האנט ביי ברוך שאמר,
אין ספר שלחן הטהור שרייבט בזה"ל "דמי שעובר על דברי האריה"ק הללו לטבול במקוה בצפרא דשבתא בלי אונס הרי הוא עבריין, דכל מה שכתב האריה"ק שמע לא ע"י נביא ולא ע"י שרף אלא ע"י הקב"ה בכבודו ובעצמו".
אין ספר משפט צדק שטייט בשם רבינו האריז"ל זי"ע, א סגולה לבנים הגונים, זאל מען נזהר זיין און מזהר זיין אנדערע מיט תוספות שבת קודש ערת שבת און מוצאי שבת קודש.
הרה"ק המקובל רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע האט געזאגט בזה"ל, "כי בעקבות משיחא הוא סגולה ללמוד בכתבי האריז"ל לבטל גזירות רעות, ולהמשיך שפע ואור על כל העולמות והשפעות בני חיי ומזוני".
בעפאר די הסתלקות האט דער אר"י הקדוש זי"ע באפוילען ווי מען זאל אים טובל'ן נאכן פטירה, און דאס איז געווען אונעם באוויסטן מקוה האר"י אין ביה"ח אין צפת, און דער תלמיד רבי חיים ויטאל דערציילט אז ווען מען האט דעם רבין אריין געלייגט אין מקוה, האט זיך דער גוף קדוש אליין גע'טובל'ט, און אידן דערציילן גאר גרויסע ישועות וואס אידן פוילען מיטן זיך טובל'ן אין דעם מקוה.
עס איז מקובל אז דער זוהן פונעם אר"י הקדוש רבי משה איז נסתלק געווארן 6 חדשים בעפאר די הסתלקות פונעם טאטן, און די צדיקים האבן געזאגט אז דאס איז געווען, ווייל די טאטע דער אר"י הקדוש האט מגלה געווען די סודות התורה פאר די וועלט.
ביום ה' מנחם אב בשנת של"ב, האט דער אר"י הקדוש צוזאמען גערופען די תלמידים, און זיי מגלה געווען סודות התורה און געזאגט, אז ער גייט היינט נסתלק ווערן פון די וועלט, און זיי געבענטשט, אויך האט ער געזאגט אז ווער עס איז נישט געווען אין מקו' זאל זיך נישט מטפל זיין מיט זיין גוף נאכן פטירה, דאן האט די רבי געזאגט שמע ישראל, און געזאגט די ווערטער "שמרני מידי גאווה", ויצאה נשמתו בטהרה.
נסתלק לגנזי מרומים ה' מנחם אב שנת של"ב, זייענדיג נאר 38 יאר אלט, ומנוחתו כבוד איז אונעם ביה"ח הישן אין שטאט צפת, נעבן אים ליגט אויך זיין זוהן רבי משה זי"ע, דער הייליגער רמ"ק זי"ע, רבי שלמה אלקבץ זי"ע, רבי אלעזר אזכרי זי"ע, אויך ליגט אונעם זעלבן ביה"ח דער הייליגער בית יוסף זי"ע, און אויך דער הייליגער אלשיך הקדוש זי"ע, און נאך אסאך אנדערע גדולים און בעלי מקובלים פון יענעם דור.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

דער בעש"ט הקדוש זי"ע האט געזאגט, אז ווען משה רבינו ע"ה איז ארויף אין הימל נעמען די תורה הקדושה פון השי"ת, ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים ס"ח י"ט) עָלִיתָ לַמָּרוֹם שָׁבִיתָ שֶּׁבִי, האט משה רבינו ע"ה דאן אויס געבעטן ביים באשעפער, אז ער זאל אראפברענגען אויף די וועלט די הייליגע נשמות, וואס זענען מרומז אין די אותיות פון שב"י,
ש'למה ב'ן י'צחק, רש"י הקדוש זי"ע,
ש'מעון ב'ר י'וחאי,
י'צחק ב'ו ש'למה, האריה"ק זי"ע,
י'שראל ב'על ש'ם, הבעש"ט הקדוש זי"ע.
דער הייליגער דברי יחזקאל משינאווא זי"ע שרייבט, אז די תלמידים האבן געפרעגט פונעם אריה"ק זי"ע, לויט ווי אונז פארשטייען איז די קדושה פון די תנאים און אמוראים געווען גאר גרויס, און וואס איז דען ווערט אונזער תורה און תפלה קעגן די תורה און תפלה פון זיי.
האט דער אריה"ק געזאגט צו זיינע תלמידים, אדרבה, טאקע וועגן דעם, וואס אונז זעמיר אזוי פארזונקען בעובי החומר און מיר זענען אין אזא נידעריגע מדרגה, און מיט דעם אלעם זענען מיר זיך מחזק צו טון דעם רצון אבינו שבשמים לויט אונזערע השגות, איז דאס באליבט ביים באשעפער, אסאך מער ווי די עבודה וואס די תנאים און אמוראים האבן געטון מיט זייער געוואלדיגע קדושה, ווייל זיי זענען דאך געווען אויף אסאך א העכערע מדרגה.
עס איז באוויסט די מעשה, אז דער גאון הגה"ק רבי אלעזר אזכרי בעל ספר חרדים זי"ע דער מחבר פון ידיד נפש, איז בראשית ימיו געווען גאר באהאלטן און קיינער האט נישט געוויסט זיין גדלות און קדושה, ער האט געדינט אלס דער שמש אין ביהמ"ד אין צפת, און יעדער האט אים געקענט אלס א פשוטע ערליכע איד.
איין יאר ל"ג בעומר איז דער הייליגער חרדים געווען אין מירון ביים ציון פון רשב"י זי"ע, און דאן איז אויך דארט געווען דער אר"י הקדוש זי"ע מיט זיינע תלמידים, און דער אר"י הקדוש מיט די תלמידים האבן געטאנצט לכבוד התנא אלקי רשב"י, און אויך רבי אלעזר דער שמש האט געטאנצט.
אינמיטן איז אנגעקומען א אלטער איד מיט א הייליגע געשטאלט און אנגעטון מיט ווייסע קליידער, און מען האט געזען אויף דעם איד אז ער איז זיכער איינע פון די פריערדיגע צדיקים, אינמיטן טאנצען האט דער אר"י הקדוש גענומען דעם אלטן איד ביי די האנט און אנגעהויבן טאנצן, און נאך אפאר מינוט האט דער אר"י הקדוש אויך אריין גענומען רבי אלעזר אזכרי און געטאנצן צוזאמען מיט אים און דער אלטן איד.
די תלמידים זענען געשטאנען און די זייט, און געווען זייער פארוואונדערט צו זעהן, אז דער אר"י הקדוש טאנצט מיטן משמש וואס יעדער האט געוויסט אז ער איז דאך א פשוטע איד, און ווען זיי האבן גענדיגט טאנצען און דער אלטער איד איז אוועק געגאנגען, זענען די תלמידים צו געגאנגען צום רבין דער אר"י הקדוש, און געפרעגט די פשט פארן טאנצן מיטן משמש, און אויך ווער דער אלטער איד איז געווען.
האט דער אר"י הקדוש געזאגט דער אלטער איד איז געווען רבי שמעון בר יוחאי וואס איז געקומען זיך מיט פרייען מיט די שמחה ביי זיין ציון אין מירון, און אויב עס פאסט פאר רבי שמעון בר יוחאי צו טאנצן מיט רבי אלעזר, דאן פאסט עס פאר מיר אויך, און פון דאן איז דער הייליגער צדיק און מקובל רבי אלעזר אזכרי נספרסם געווארן אלס א צדיק גדול וקדוש.

אמאל איז דער אר"י הקדוש געזעסן מיט זיינע תלמידים אין פעלד, ווי דער נביא הושע בן בארי איז נטמן געווארן, און די רבי האט מגלה געווען פאר די תלמידים סתרי תורה.
פלוצלונג רופט זיך אן די רבי דער אר"י הקדוש צו די תלמידים, גייט שוין און נעמט צוזאם צדקה און שיקט דאס פאר דעם ארימאן וועלכער וואוינט דא אין שטאט צפת ר' יעקב אלטראץ, ווייל ער זיצט אין וויינט, און זיינע טרערן שפאלטן הימלען, און עס האט מעורר געווען א קטרוג אין הימל, פארוואס מען האט אויף אים נישט קיין רחמנות.
און יעצט איז ארויס א כרוז פון הימל, אז א מחנה היישעריקן זאלן זיך אראפלאזן אויף די גאנצע סביבה פון צפת, און אויפעסן די גאנצע תבואה, דעריבער לויפט שנעל און טוט מיט אים צדקה, און אפשר וועט מען נאך קענען מבטל זיין די גזירה, פארשטייט זיך אז די תלמידים האבן גלייך צוזאמען געשטעלט א סכום געלט, און דער תלמיד רבי יצחק הכהן איז שנעל געלאפן צום שטוב פון ר' יעקב אלטראץ, כדי צו געבן פאר אים דאס געלט.
ווען ער איז אנגעקומען צום שטוב פון רבי יעקב, האט ער אים געטראפן וויינען, ווען ער האט געפרעגט פארוואס ער וויינט, האט ער דערציילט אז עס האט זיך אים יעצט צובראכן דעם פאס וואסער, און ער האט נישט קיין געלט צו קויפן א נייע צוליב זיין גרויסע עניות און דחקות, האט אים רבי יצחק געגעבן די געלט און די אויגן פון רבי יעקב האט אויפגעלאכטן פון פרייד, און ער האט געבענטשט דעם רבי יצחק מיט אלע ברכות.
ווען רבי יצחק איז צוריק געקומען צום רבין דער אר"י הקדוש, האט ער געזאגט פאר די תלמידים אז ב"ה די גזירה איז בטל געווארן, אבער פלוצלונג האבן די תלמידים געזען ווי עס קומען צופליען א גרויסע מחנה מיט היישעריקן, און זיי האבן זיך זייער דערשראקן, האט דער אר"י הקדוש געזאגט, איר דארפט נישט מורא האבן, די גזירה איז בטל געווארן, דאן האבן די תלמידים געזען ווי די ווינט בלאזט אוועק אלע היישעריקן צום ים, און קיין איינס איז נישט דארט געבליבן.
אין ספר קב הישר (פרק צ"ג) ווערט געברענגט די מעשה, אז אין די צייטן פונעם אר"י הקדוש זי"ע, האט געוואוינט אין די שטאט צפת, א גרויסער צדיק, רבי אברהם הלוי, יעדע נאכט נאך חצות, פלעגט ער ארומגיין די גאסן פון אידישן געגענט אין צפת, און געשריגן מיט א וויינעדיג קול, ברידער ברידער, אידישע קינדער, איר ווייסט אז די שכינה איז אין גלות און אונזער הייליגע בית המקדש איז פארברענט, לאמיר אויפשטיין און שרייען צו הקב"ה וואס איז א מלך רחום וחנון, אפשר וועט ער יעצט צו הערן צו אונזער תפילות, און רחמנות האבן אויף די איבער געבליבענע אידן.
אזוי האט ער געשריגן ביז אלע אידן זענען אויף געשטאנען און געגאנגען אין בית המדרש און געזאגט תיקון חצות, דערנאך האט זיך יעדער געזעצט לערנען, עטליכע האבן געלערנט קבלה און זוהר, עטליכע האבן געלערנט תורה נביאים וכתובים, דערנאך האבן זיי געזאגט פזמונים און תפלות ובקשות, ביז ס'איז געווארן טאג.
דער אר"י הקדוש האט געזאגט אויף אים, אז ער איז א גלגול פון ירמי' הנביא, וועגן דעם וויינט ער אזוי שטארק אויפן חורבן בית המקדש, און האט טאקע מעורר געווען רחמים אין הימל.
איינמאל האט דער אריה"ק אים געזאגט, זאלסט וויסן אז דיינע טעג וואס עס איז דיר אן געשריבן צום לעבן, ענדיגן זיך שוין, אבער ס'איז פארהאנען פאר דיר אן עצה, וואס אויב דו וועסט דאס טאן וועסטו לעבן נאך צוויי און צוואנציג יאר, זאלסט גיין קיין ירושלים און זאלסט מתפלל זיין ביים מקום המקדש, זאלסט בעטן תפילות ובקשות ביז דו וועסט זוכה זיין צו זען די שכינה הקדושה.
איז ער אהיים געגאנגען, און זיך איינגעשפארט אין שטוב דריי טעג, און זיך אנגעטאן א זאק, און ארויף געלייגט אש אויפן קאפ, און געפאסט דריי טעג, דערנאך איז ער געגאנגען קיין ירושלים און אנקומענדיג צום מקום המקדש האט ער מתפלל געווען און געבעטן און געוויינט צו השי"ת.
פלוצלונג האט ער געזען א צורה פון א פרוי איינגעהילט אין שווארצע קליידער, (די שכינה הקדושה ווערט געוויזן אין געשטאלט פון א פרוי, און ווען די שכינה איז אין גלות איז זי איינגעהילט אין שווארצע קליידער אלץ צייכן פון טרויער), זעענדיג דאס שרעקליכע בילד איז ער געפאלן אויף זיין פנים, און אנגעהויבן צו וויינען און שרייען, וויי איז צו מיר אז איך זעה דיך אין אזא געשטאלט, און האט א לאנגע צייט געוויינט און געשריגן רייסענדיג די האר פון קאפ, ביז ער האט גע'חלש'ט.
דאן האט ער געזען אין חלום ווי א הייליגער גייסט באווייזט זיך צו אים מיט שיינע הערליכע קליידער, און זאגט אים, טרייסט זיך מיין זון אברהם, דיין האפענונג וועט ערפילט ווערן און די אידן וועלן זיך צוריק קערן קיין ארץ ישראל, איך וועל רחמנות האבן אויף זיי און זיי צוריק קערן אהיים.
ער האט זיך אויפגעוועקט, און איז תיכף צוריק קיין צפת צום הייליגן אר"י, ווי נאר ער איז אריין געקומען אין שטוב פון אר"י הקדוש, האט אים דער אר"י הקדוש געזאגט, איך זעה אויף דיר אז דו האסט זוכה געווען צו זען די שכינה, דעריבער וועסטו לעבן נאך צוויי און צוואנציג יאר, און אזוי איז טאקע געווען.
דער קב הישר שרייבט דארט, איך האב בקבלה אז ווער עס איז זיך שטענדיג מצער אין הארץ אויף גלות השכינה, איז זוכה צו די קרוין פון די תורה, און פון דעם פריערדערמאנטע מעשה, זאל זיך יעדער אראפלערנען אויפצושטיין אינמיטן די נאכט איידער ס'ווערט ליכטיג, צו טרויערן אויפ'ן חורבן בית המקדש.

אמאל איז געקומען צום אר"י הקדוש א איש קדוש פון די תלמידים פון רמ"ק זי"ע, און דער אר"י הקדוש האט דעם איש קדוש זייער שיין אויף גענומען, אבער בשעת די סעודה האט ער געזען אז דער איש קדוש עסט נישט, און ער האט שרעקליכע יסורים ל"ע, האט אים דער אריה"ק געפרעגט וואס גייט פאר, האט דער איד געזאגט אז שוין א שטיק צייט וואס ער האט גרויסע יסורים ביים אקסל.
האט דער אריה"ק געזאגט פאר דעם איד, אוודאי ביסטו מפסיק צווישן מים אחרונים און ברכת המזון, האט דער איד מודה געווען אז אזוי איז עס, ווייל ער פירט זיך צו לערנען א פרק משניות צווישן מים אחרונים און ברכת המזון, ווייל די גמרא זאגט דאך "שלשה שאכלו על שלחן אחד ולא אמרו עליו דברי תורה, כאלו אכלו מזבחי מתים", אבער די גמרא זאגט ווייטער "שלשה שאכלו על שולחן אחד ואמרו עליו דברי תורה, כאלו אכלו משולחנו של מקום ברוך הוא", און דערפאר לערנט ער יעדן טאג א פרק משניות.
האט אים דער אריה"ק געזאגט, טאקע וועגן דעם טוט דיר וויי די אקסל, ווייל די גמרא זאגט דאך אין מסכת ברכות, "תכף לנטילת ידים ברכה" און די אותיות "תכ"ף" איז די זעלבע ווי "כת"ף" וואס מיינט אקסל, און ווייל די בוסט נישט מקיים דעם תכ"ף לנטילת ידים ברכה, איז געקומען דער ווייטאג ביים אקסל וואס ווערט גערופן כת"ף.
דער אריה"ק האט געזאגט אז פון יעצט זאל ער אייביג בענטשן גלייך נאכן וואשן מים אחרונים, און די פרק משניות זאל ער לערנען נאך בעפאר ער וואשט זיך מים אחרונים, דער איד האט אויסגעפאלגט וואס דער אריה"ק האט געהייסן און פארשטענליך ער איז אויסגעהיילט געווארן.
הגה"ק רבי שלום משאץ זי"ע האט דערציילט די מעשה וואס איז איינמאל געשען ביים אריה"ק זי"ע.
איינמאל האבן די תלמידים פונעם אריה"ק אנגעגרייט א גרויסע סעודה, און מען האט געקויפט אפאר גרויסע פיש פארן סעודה, און מען האט דאס אפ געקאכט אונעם קיך, אזוי ווי עס איז דאן געווען זייער הייס זענען אלע פענסטער אין קיך געווען אפען, אינמיטן איז א גרויסע שווארצע הינט אריין געטאנצן פון די פענסטער גלייך אונעם פיש טאפ, און די הינט איז גלייך געשטארבן, פארשטייט זיך אז מען האט די פיש שוין נישט געקענט ניצן ווייל דער הינט איז געשטארבן אונעם טאפ.
די תלמידים האבן גלייך פארשטאנען אז דא איז פאר געקומען עפעס העכערס ווי זיי זעהן, זענען זיי געגאנגען צום רבין דער אריה"ק און געבעטן אז ער זאל זיי מגלה זיין וואס דא איז געשען.
האט די רבי געזאגט, אז דא אין שטאט איז דא א כומר א מכשף און א שונא ישראל, און ער האט געזיכט א עצה ווי אזוי שלעכטס צו טון פאר אידישע קינדער, איז ער אויפגעקומען מיט א עצה, ער האט משחד געווען דעם פיש פארקויפער, אז ער זאל אריינלייגן סם אין די פיש וואס ער פארקויפט פאר די אידן, און אזוי וועט ער ח"ו הרג'ענען אידן.
ער איז געווארן א גרויסע רעש אויבן אין הימל, און א נשמה האט געזאגט אז ער איז גרייט זיך מוסר נפש זיין כדי צו ראטעווען די אידן די תלמידי האריז"ל, און דער נשמה איז געקומען פארשטעלט ווי א הינט, און ער איז אריינגעטאנצן דורך די פענסטער, וואס דאס איז אפילו פאר א נשמה גרויסע יסורים רח"ל, און מיט דעם האט ער ענק געראטעוועט פון עסן די פיש, און אויך די נשמה האט דורך דעם געהאט א תיקון און איז אנגעקומען צו איר מקום מנוחה.
איינמאל האט דער אריה"ק זי"ע געזאגט פאר זיין תלמיד רבי חיים ויטאל זי"ע, אז ער זעהט בשמי מעל אז א צדיק וואס איז שוין בעולם העליון אסאך יארן, וואס עס איז געקומען זיין צייט ארויף צו גיין צו א העכערע היכל אין גן עדן, אבער ווי עס ווערט געברענגט, אז צדיקים בעפאר מען טראגט זיי ארויף צו א העכערע מקום, איז מען זיי דן אויף זייער לעבן אויב זיי זענען ריין פון עוונות, און אפילו דקדוקי מצות קלות וואס זיי האבן נישט מקיים געווען, דארפן זיי קודם נזדכך ווערן, און נאר נאכדעם קען די נשמה גיין העכער.
האט דער אריה"ק געזאגט אז דער צדיק האט געהאט צוויי סיבות וואס האט אים צוריק געהאלטן,
איינס איז געווען, אז איינמאל ווען ער האט געזאגט די ווערטער "יהי רצון מלפניך שלא נגע לריק ולא נלד לבהלה, נאך ובא לציון, האט ער דאן מסיח דעת געווען פון די תפילין, און דער אריה"ק האט צו געלייגט, אויב דער צדיק האט באקומען א עונש פאר דעם, וואס וועט זיין מיט אונז.
די צווייטע איז געווען, אז איין שבת קודש איז דער צדיק ארויס אויף די גאס אין רשות הרבים, און עס איז אריין אין די שיך אביסל זאמד, און ער איז מיט דעם געגאנגען ד' אמות ברשות הרבים, און דאס איז געווען אן א כוונה דאס צו טון.
האט דער אריה"ק געזאגט פאר די תלמידים, אויב א צדיק וואס האט זיך געפירט זיין גאנץ לעבן מיט א גרויס קדושה און מקיים געווען יעדע מצוה אין די תורה, מיט דעם אלעם איז אזא קליינע פגם געווען פאר אים א שטער, וואס וועלן מיר זאגן נאך די 120 יאר.