בלאט 1 פון 3

קאמפיוטער קיאסקן

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:46 am
דורך שמעון סאמעט
קרית יואל האט ארויסגעלייגט תקנות פאר ווער עס וויל עפענען א קאמפיוטער קיאסק אין שטעטל.

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:08 am
דורך מלאכי
שמעון סאמעט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:46 am קרית יואל האט ארויסגעלייגט תקנות פאר ווער עס וויל עפענען א קאמפיוטער אין שטעטל.
אזוי קורץ קעפיג. סוועט נאר מאכן אז יונגעלייט און ווייבלעך זאלן ווילן האבן אייגענע טעבלעטס

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:12 am
דורך פייל און בויגן
דאס איז זיכער א געוואלדיגע זאך אז די טיר שפארט זיך צו 11 אזייגער, און אלע קאמפיוטערס לעשן זיך דעמאלט אטאמאטיש אויס, אזוי ווערט נישט דארט קיין הענג-אוטס.

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:38 am
דורך מלאכי
פייל און בויגן האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:12 am דאס איז זיכער א געוואלדיגע זאך אז די טיר שפארט זיך צו 11 אזייגער, און אלע קאמפיוטערס לעשן זיך דעמאלט אטאמאטיש אויס, אזוי ווערט נישט דארט קיין הענג-אוטס.
די קענסט א קיאסק וואס איז א הענג אוט? אפילו סאיז אפען נאך 11

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 8:04 am
דורך ירא השם
קומט זיך זיי קרעדיט פאר שרייבן גדר אדער משומר

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:24 am
דורך מי שברך
שמעון סאמעט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:46 am קרית יואל האט ארויסגעלייגט תקנות פאר ווער עס וויל עפענען א קאמפיוטער קיאסק אין שטעטל.
וואס איז די חילוק צווישן נעטפרי און גדר/משומר?

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:49 am
דורך יאנטשי
מלאכי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:08 am
שמעון סאמעט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:46 am קרית יואל האט ארויסגעלייגט תקנות פאר ווער עס וויל עפענען א קאמפיוטער אין שטעטל.
אזוי קורץ קעפיג. סוועט נאר מאכן אז יונגעלייט און ווייבלעך זאלן ווילן האבן אייגענע טעבלעטס
נע, די קיאסק פרייזן אין ק"י איז זייער טייער, איינער וואס נוצט עס צו אפט האט עניוועי נישט געמאכט קיין סענס...

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:50 am
דורך יאנטשי
מי שברך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:24 am
שמעון סאמעט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:46 am קרית יואל האט ארויסגעלייגט תקנות פאר ווער עס וויל עפענען א קאמפיוטער קיאסק אין שטעטל.
וואס איז די חילוק צווישן נעטפרי און גדר/משומר?
מיט נעטפרי איז כמעט אוממעגלעך צו שאפן אנליין פאר קליידונג.

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:56 am
דורך באקאנטע ידען
פייל און בויגן האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:12 am דאס איז זיכער א געוואלדיגע זאך אז די טיר שפארט זיך צו 11 אזייגער, און אלע קאמפיוטערס לעשן זיך דעמאלט אטאמאטיש אויס, אזוי ווערט נישט דארט קיין הענג-אוטס.
אויסלעשן די קאמפיוטערס האט מיט יחוד

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:01 am
דורך באקאנטע ידען
דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:27 am
שמעון סאמעט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:53 pm תקנות וואס קרית יואל האט ארויסגעלייגט פאר ווער עס וויל עפענען א קאמפיוטער קיאסק.
פארוואס זאל איינער עפענען א קיאסק אויב אייוועלט וכדו' איז געבלאקט???וויפיל געלט קען ער שוין מאכן???
איך מיין אז די תקנות איז שוין די Q קיאסק און קר"י שוין לאנג איינגעגאנגן און אינפארסירט נאר נאכנישט מיט קיין הכשר,

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:10 am
דורך יאנטשי
באקאנטע ידען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:01 am
דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:27 am
שמעון סאמעט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:53 pm תקנות וואס קרית יואל האט ארויסגעלייגט פאר ווער עס וויל עפענען א קאמפיוטער קיאסק.
פארוואס זאל איינער עפענען א קיאסק אויב אייוועלט וכדו' איז געבלאקט???וויפיל געלט קען ער שוין מאכן???
איך מיין אז די תקנות איז שוין די Q קיאסק און קר"י שוין לאנג איינגעגאנגן און אינפארסירט נאר נאכנישט מיט קיין הכשר,
יא יא, אלעס איז געווען שטילערהייט, נאר יעצט האט זיך געעפנט א האנטפול נייע קיאסקן אין שטאט האט מען געמאכט אפיציעלע תקנות.

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:46 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
מלאכי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:08 am
שמעון סאמעט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:46 am קרית יואל האט ארויסגעלייגט תקנות פאר ווער עס וויל עפענען א קאמפיוטער אין שטעטל.
אזוי קורץ קעפיג. סוועט נאר מאכן אז יונגעלייט און ווייבלעך זאלן ווילן האבן אייגענע טעבלעטס
גא"מ.

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:47 pm
דורך אויגעלעך
באקאנטע ידען האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:01 am
דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 12:27 am
שמעון סאמעט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 11:53 pm תקנות וואס קרית יואל האט ארויסגעלייגט פאר ווער עס וויל עפענען א קאמפיוטער קיאסק.
פארוואס זאל איינער עפענען א קיאסק אויב אייוועלט וכדו' איז געבלאקט???וויפיל געלט קען ער שוין מאכן???
איך מיין אז די תקנות איז שוין די Q קיאסק און קר"י שוין לאנג איינגעגאנגן און אינפארסירט נאר נאכנישט מיט קיין הכשר,
The Que האט נישט ממש די אלע תקנות, עס לעשט זיך נישט אויס די קאמפיוטערס און עס איז יא דא קאווע עס איז נישט דא קיין כמו מחיצות צווישן די מענער און די פרויען וכו'
אבער מער ווייניגער האבן זיי טאקע איינגעפירט די אלע תקנות, און זיי האבן עס טאקע איינגעפירט נאכן זיך עס דורך שמועסן מיט די וועד צוליב דעם ווס זיי האבן זיך אנגעטראפן מיט מערערע צוזעהן מכשולות וואס עס איז שוין ארויס געקומען ביי זיי אין קיאסק

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:32 pm
דורך פאפא חסיד
איך כאפ נישט די קאנצעפט פון די תקנה ווילסט שיקן דער עולם צו די בלומינגראוו קיאסק אדער צווינגען צו האבן טעבלעטס? איינער קען עס מסביר זיין?

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:42 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פאפא חסיד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:32 pm איך כאפ נישט די קאנצעפט פון די תקנה ווילסט שיקן דער עולם צו די בלומינגראוו קיאסק אדער צווינגען צו האבן טעבלעטס? איינער קען עס מסביר זיין?
די תקנות צילט דעם עולם - א גרויסע עולם - וואס קומט די ערשטע מאל אריין אין א קיאסק מיט אן אמת'ע הכרח, און טרעפט זיך נאכדעם אן אין פארשידענע סייטס אויף וואס צו פארוויילן, און פאלן פאר דעם מכשול.

פאר די סארט מענטשן, אויב וועט עס נישט זיין וועט אים גארנישט פעלן, און ער וועט זיך נישט זוכן עס יא צו קענען האבן.

איי, דער וואס מוז עס באמת האבן און וועט נישט קענען אפערירן אויף נעטפרי וכדו', און דו צווינגסט אים זיך צו איינהאנדלען א טעבלעט וכו'? דאס באלאנגט שוין פאר א דעת תורה צו מכריע זיין, ס'זעהט אויס ווי זיי האבן טאקע אזוי מכריע געווען...

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:54 pm
דורך וואוילער
זעהט אויס אז אידטיש מעג זיין אפן.

איי ס'שטייט "וכדו'"... איז עס דען גלייך???

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:56 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:54 pm זעהט אויס אז אידטיש מעג זיין אפן.

איי ס'שטייט "וכדו'"... איז עס דען גלייך???
:lol: גוט גוט. אידטיש איז שטילער און עס איז נישט אזא אדיקשן. וואלטן זיי עס טאקע געמעגט עפענען.

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:02 pm
דורך להגדיל הטראסק
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:56 pm
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:54 pm זעהט אויס אז אידטיש מעג זיין אפן.

איי ס'שטייט "וכדו'"... איז עס דען גלייך???
:lol: גוט גוט. אידטיש איז שטילער און עס איז נישט אזא אדיקשן. וואלטן זיי עס טאקע געמעגט עפענען.
ביזדערווייל...

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:02 pm
דורך dev
פאפא חסיד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:32 pm איך כאפ נישט די קאנצעפט פון די תקנה ווילסט שיקן דער עולם צו די בלומינגראוו קיאסק אדער צווינגען צו האבן טעבלעטס? איינער קען עס מסביר זיין?
ווער עס ווייסט אפי' נאר אביסל מעשיות וואס קומען פאר אין קיאסק האט נישט קיין קשיות.

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:34 pm
דורך פאפא חסיד
אקעי איך הער די נקודות אבער למעשה ווייס איך פערזענליך פון אפאר אידן ערלעדיגן אלע זייערע קאמפויטער געברויכן אין די קייאסקן און זיי פארמאגן נישט בשיטה קיין אייגענע דיווייסעס און די קייאסקן איז פאר זיי אזויווי זייער אפיס איז טאמער דו ציסט איבער די שטריקל מיט זיי און דו צוימסט איין די שעות וכדו" קען עס בעקפייערן

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:35 pm
דורך פופציגער
פאפא חסיד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:32 pm איך כאפ נישט די קאנצעפט פון די תקנה ווילסט שיקן דער עולם צו די בלומינגראוו קיאסק אדער צווינגען צו האבן טעבלעטס? איינער קען עס מסביר זיין?
כפארשטיי נישט די פראגע, יענער דארף א הכשר, זאגט דער בעל מכשיר אז דאס זענען זיינע טערמינען.

פארוואס? ווייל ער האלט אז נאר אזוי איז עס כשר.

האלטסט ער איז ראונג? נעם נישט זיין השגחה.

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:45 pm
דורך פאפא חסיד
איך מיין אז עס איז אין הנידון דומה לראיה ווייל דא וויל מען אראפ שטעלן א תקנה פאר די גאנצע שטאט אן קיין צוויי אפציעס און בכלל איז מען דן איבער די "געדאנק" שבו "והבן"

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:01 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פאפא חסיד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:34 pm אקעי איך הער די נקודות אבער למעשה ווייס איך פערזענליך פון אפאר אידן ערלעדיגן אלע זייערע קאמפויטער געברויכן אין די קייאסקן און זיי פארמאגן נישט בשיטה קיין אייגענע דיווייסעס און די קייאסקן איז פאר זיי אזויווי זייער אפיס איז טאמער דו ציסט איבער די שטריקל מיט זיי און דו צוימסט איין די שעות וכדו" קען עס בעקפייערן
אויף דעם זאג איך אז דאס איז א דילעמא וואס באלאנגט פאר א דע"ת צו מחליט זיין, און ס'איז א שווערע דילעמא.

און אויף דעם זאגן אנדערע דא, אז ווער ס'קען די מצב אין די קיאסקס, פארשטייט אויך מיטן דעת בעה"ב פארוואס ס'איז יצא הפסדו בשכרו.

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:02 pm
דורך פופציגער
פאפא חסיד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:45 pm איך מיין אז עס איז אין הנידון דומה לראיה ווייל דא וויל מען אראפ שטעלן א תקנה פאר די גאנצע שטאט אן קיין צוויי אפציעס און בכלל איז מען דן איבער די "געדאנק" שבו "והבן"
ווי איך פארשטיי רעדט מען פון ווער עס וויל ס'זאל זיין בהשגחת הועד וואטעווער

Re: קאמפיוטער קיאסק.

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 3:05 pm
דורך פשוט און גראד
פאפא חסיד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 2:34 pm אקעי איך הער די נקודות אבער למעשה ווייס איך פערזענליך פון אפאר אידן ערלעדיגן אלע זייערע קאמפויטער געברויכן אין די קייאסקן און זיי פארמאגן נישט בשיטה קיין אייגענע דיווייסעס און די קייאסקן איז פאר זיי אזויווי זייער אפיס איז טאמער דו ציסט איבער די שטריקל מיט זיי און דו צוימסט איין די שעות וכדו" קען עס בעקפייערן
ס’נישטא א תקנה וואס איז 1 סייז פיט אלל.