בלאט 1 פון 1

רבן של ישראל רבינו שלמה יצחקי, רש"י הקדוש - כ"ט תמוז ד'תתס"ה

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 11:27 pm
דורך דער ידען
היינט נאכט פאלט די יארצייט פונעם רבן של ישראל - דער הייליגער רש"י זי"ע - רבינו שלמה יצחקי זי"ע.
ער איז געבוירן אין יאר ד' אלפים ת"ת צו זיין טאטע הרב רבי יצחק ז"ל, אין די שטאט טרוייש אין צרפת.

Re: רבן של ישראל רבינו שלמה יצחקי, רש"י הקדוש - כ"ט תמוז ד'תתס"ה

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 1:09 am
דורך רואה חשבונות
רשיז"ל איז בעיקר געווען א תלמיד פון רבינו יעקב בן יקר וואס איז געווען א תלמיד פון רבינו גרשום מאור הגולה, וואס איז געווען פון די גאונים.

ער האט געהאט דריי איידימער פון זיינע גרויסע תלמידים און פון די שפעטערע גלארייכע דור פון בעלי תוספות:

- די עלטסטע טאכטער מרים האט חתונה געהאט מיט רבי מאיר בן שמואל. זיי האבן געהאט פיר קינדער:
א) רבינו שמואל דער רשב"ם, ב) רבינו יעקב - דער רבנו תם פון די בעלי התוספות, ג) דער ריב"ם, און נאך א קינד שלמה וואס איז נפטר געווארן יונגערהייט. אויך האבן זיי געהאט א טאכטער וועלכע האט חתונה געהאט מיט 4) רבי שמואל בן רבי שמחה (דער מחבר פון מחזור ויטרי), און זייער קינד איז געווען רבי יצחק הזקן (דער ר"י פון בעלי התוספות).

- די צווייטע טאכטער, יוכבד, האט חתונה געהאט מיט רבינו יהודה בר נתן (ריב"ן) און זיי האבן געהאט א קינד רבי יום-טוב.

- די דריטע טאכטער רחל, האט חתונה געהאט רבי אפרים.

ער איז נפטר געווארן ד' אלפים תתס"ה

Re: רבן של ישראל רבינו שלמה יצחקי, רש"י הקדוש - כ"ט תמוז ד'תתס"ה

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:24 am
דורך Think and Thank
רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 1:09 am רשיז"ל איז בעיקר געווען א תלמיד פון רבינו יעקב בן יקר וואס איז געווען א תלמיד פון רבינו גרשום מאור הגולה, וואס איז געווען פון די גאונים.

רבינו גרשום איז געווען א תלמיד פון רב האי גאון און איז נסתלק געווארן צוויי יאר נאך זיין רבי, אין יאר ת"ת (די זעלבע יאר וואס רש"י איז געבוירן, ודורשי רשימות אמרו ע"ז וזרח השמש ובא השמש), אבער ער ווערט שוין פאררעכנט אלס ראשון. בכלל רעכנט מען בדרך כלל אלס גאון נאר איינער וואס האט געטראגן דעם טיטל גאון, דינענדיג אלס ראש ישיבה פון איינס פון די ישיבות אין בבל (אדער אין א"י פאר די גאוני ארץ ישראל).

רבינו גרשומ'ס מציבה איז נאך דא עד היום אין מאגענצא (מאינץ ווי עס הייסט היינט), און אזוי אויך די מציבה פון זיין תלמיד ר' יעקב בר יקר, אבער ס'נישט זיכער אז די מציבות זענען אויפ'ן ריכטיגן פלאץ.

Re: רבן של ישראל רבינו שלמה יצחקי, רש"י הקדוש - כ"ט תמוז ד'תתס"ה

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:50 am
דורך Think and Thank
דער חיד"א שרייבט אין מעגל טוב אז ער איז געווען אין ווירמייזא און ער האט דארט געזעהן די וואנט וואו עס איז געשעהן די באקאנטע נס מיט רש"י מאמע איידער רש"י איז געבוירן געווארן, אז זי איז געגאנגען אין א שמאלע גאס און א וואגן איז געקומען צו פארן מיט א שנעלקייט אז בדרך הטבע וואלט זי צוטראטן געווארן, איז געשען א נס אז די וואנט צו וועלכע זי האט זיך צוגעדרוקט איז געווארן אריינגעקוועטשט און אזוי איז זי ניצול געווארן.

ביז צו די מלחמה האט מען אנגעוויזן די וואנט אויף די ביהמ"ד אין ווירמייזא וואס עס איז אנגענומען אז רש"י האט דארט געלערנט, אבער דורכאויס קריסטאלנאכט איז די ביהמ"ד צוזאמען מיט די זייטיגע שטיבל וואס איז געווען אנגענומען אלס רש"י'ס ישיבה פארברענט געווארן דורך די נאצישע רשעים. נאך די קריג האט מען צוריקגעבויעט די שול מיט די ישיבה לויט די בילדער פון פאר'ן קריג, נוצנדיג דערפאר שטיינער פון די אריגינעלע בנין.

הונטער די בנין איז אויך דא א מקוה פון די תקופה פון רש"י, אבער היות די מקוה איז טיף אין דער ערד האט עס יא איבערגעלעבט די מלחמה און איז נאך היינט אריגינעל.

דא קען מען זען די היינטיגע צוריקגעבויעטע קאמפלעקס (אין צענטער פון בילד): מען זעהט די שול (צענטער), ווייבער שול (אונטן לינקס) און ישיבה (רעכטס מיט די רונדיגע עק) באהאפטן איינס צו די אנדערע. רעכטס נעבן די ישיבה קען מען זעהן די טרעפ וואס פירן אראפ צו די מקוה:
06.jpg
06.jpg (280.98 KiB) געזען געווארן 214 מאל

די שול פלאקערט דורכאויס קריסטאלנאכט. מערקט ווי די דייטשע פייערלעשער שפריצן וואסער אויף די ארומיגע בנינים זיי זאלן זיך נישט אנכאפן, אבער די הייליגע שול לאזן זיי אפברענען ביז'ן גרונד:
07.jpg
07.jpg (157.1 KiB) געזען געווארן 214 מאל

די חורבות פון די שול און ישיבה נאכ'ן קריג:
M01032_2-768x526.jpg
M01032_2-768x526.jpg (122.64 KiB) געזען געווארן 214 מאל

Re: רבן של ישראל רבינו שלמה יצחקי, רש"י הקדוש - כ"ט תמוז ד'תתס"ה

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:54 am
דורך Think and Thank
די צוריקגעבויעטע 'אריינגעקוועטשטע וואנט'

Re: רבן של ישראל רבינו שלמה יצחקי, רש"י הקדוש - כ"ט תמוז ד'תתס"ה

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:37 am
דורך ניקל
הנשר הגדול ורבן של ישראל, רבינו הקדוש רבי שלמה יצחקי ב"ר יצחק זי"ע, - רש"י הקדוש,

ער איז געבוירן אין שטאט טרוייש אין צרפת, בשנת ד' אלפים ת"ת, די זעלבע יאר וואס רבי האי גאון זי"ע איז נסתלק געווארן, און מען האט דאן געזאגט וזרח השמש ובא השמש,

צו זיין טאטן הגה"ק רבי יצחק זי"ע.
רש"י הקדוש איז געווען די 33 דור פון התנא האלקי רבי יוחנן הסנדלר זי"ע, וואס איז געווען די זעקסטע דור פון התנא האלקי הלל הזקן זי"ע,

זיין מאמע ע"ה איז מקובל אז זי איז געווען א שוועסטער פון דעם פייטן הגדול רבי שמעון בן יצחק זי"ע, א תלמוד פונעם גאון רבינו גרשום מאור הגולה זי"ע,

אין ספר שפתי ישנים ווערט געברענגט, אז עס איז בקבלה אז, די נשמה פון דעם תנא רב, איז מגולגל געווארן אין רש"י הקדוש זי"ע, און די נשמה פון די תנא שמואל, איז מגולגל געווארן אונעם הייליגען רמב"ם זי"ע, און די נשמה פון דעם תנא ר' יוחנן, איז מגולגל געווארן אונעם אייניקל דער הייליגער ר"ת זי"ע, און וויבאלד עס איז אייביג די הלכה ווי רב ביי איסורים, איז אויך די הלכה ווי רש"י הקדוש ביי איסורים,

אין ביהמ"ד פון זיין טאטן רבינו יצחק זי"ע איז געהערט געווארן א בת קול, וואס אויך די תלמידים האבן געהערט, אז עס וועט געבוירן ווערן צו אים א קינד, וואס וועט באלייכטן די וועלט מיט זיין תורה, און כך הוה א יאר שפעטער איז געבוירן געווארן "רש"י הקדוש",

זיין זיידע רבי יעקב זי"ע, וואס איז געווען א גאון און א איש אלקים, פלעגט יעדן טאג אויסקערן דעם ביהמ"ד, אבער פארענט פונעם ארון הקודש האט ער אויסגעקערט מיט זיין בארד, אלס כבוד פון די תורה הקדושה, און דערפאר האט ער זוכה געווען אז ער האט געהאט א אייניקעל רש"י הקדוש וואס האט לעכטיג געמאכט די תורה פאר אידישע קינדער,

די טאטע רבי יצחק זי"ע איז געווען א סוחר וירא שמים מרובים, און עס איז שוין געווען יארן וואס ער האט ליידער נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, איין טאג האט דער טאטע איינגעהאנדעלט א טייערען שטיין, און דער מלך האט זיך דערוויסט דערפון, און געוואלט דאס אפקויפן פון דעם רבי יצחק,

אבער רבי יצחק האט געוויסט אז דער מלך וויל דאס פאר די עבודה זרה, האט ער דאס בשום אופן נישט געוואלט פארקויפן, אבער דער מלך האט דאס זייער געוואלט, האט ער געשיקט זיינע משרתים אז מען זאל ברענגן דעם רבי יצחק מיט געוואלד, און די שלוחים האבן גענומען דעם טאטן מיט געוואלד,

אויפן וועג ווען דער צדיק האט פארשטאנען אז די שטיין וועט גיין פאר די עבודה זרה, האט ער זיך געמאכט ווי ער באטראכט דעם שטיין, און די שטיין האט זיך ארויס געגליטשט פון זיין האנט, און עס איז אריין געפאלן אין וואסער, דער רבי יצחק האט זיך גענומען וויינען, כאילו ער איז זייער צובראכן פון דעם פארלוסט, און דאן האבן די שלוחים אים אפ געלאזט,

דאן איז ארויס א כריז מן השמים, אז ער וועט און דעם זכות פון אוועק לאזן אזא טייערע שטיין, פון וואס ער וואלט ווען געקענט מאכן גאר אסאך געלט, זוכה זיין צו א קינד וואס וועט באלייכטען די וועלט, און אליהו הנביא ז"ל איז געקומען מבשר זיין די בשורה פאר רבי יצחק זי"ע,

ווער דערציילט, אז ווען די מאמע האט געווארט מיטן קינד רש"י הקדוש זי"ע, איז זי איינמאל אריבער אויף א גאס וואס איז געווען גאר שמאל, און דאן איז דורך געפארן א גרויסער שר מיט א גרויסע וואגן, און ער האט כמעט צעדריקט די מאמע, אבער בדרך נס איז געווארן א לאך אונעם וואנט, און די מאמע איז געראטעוועט געווארן פון צעדריקט ווערן, און ביז היינט קען מען נאך זעהן די פלאץ ווי די נס איז געשען,

נאך פון אלס יונג קינד האט מען שוין געזען דאס גדלות פון דעם קינד, גרויסע גדולים בתורה האבן שוין דאן באוואונדערט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה מיט וואס דער צדיק רש"י הקדוש זי"ע האט זיך שוין דאן געפירט,

Re: רבן של ישראל רבינו שלמה יצחקי, רש"י הקדוש - כ"ט תמוז ד'תתס"ה

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:52 am
דורך ניקל
נאר צו טראכטן ווי אזוי כלל ישראל וואלט אויסגעזעהן ווען מען האט ווען נישט די הייליגע פירושים וואס רש"י הקדוש האט ארויסגעגעבן, אנגעהויבן פון זיין פירוש אויף תנ"ך און אויף ש"ס, ווי אזוי וואלט יעדער איד פון עלטערע מענטשן ביז קליינע קינדער אין חדר פארשטאנען א שטיקל גמרא,

שוין כמעט טויזענט יאר וואס מען לערנט זיינע פירושים וואס איז מסבר די גמרא אדער חומש מיט א געוואלדיגע קלארקייט, און דאס איז חוץ וואס צדיקים פון אלע דורות נאך רש"י הקדוש זי"ע האבן אלע בפה אחד געזאגט, אז לערנען די פרושים פון רש"י הקדוש ברענגט אריין א קדושה אויף דער וואס לערנט דאס, און צדיקים האבן געזאגט אז דאס איז א סגולה אויף אלעם וואס א איד ברויך סיי ברוחניות און סיי בגשמיות,

ער האט געלערנט תורה ביי זיין רבו מובהק הגה"ק המקובל רבינו יעקב בן יקר זי"ע, רש"י הקדוש האט זיין רבין גערופען מיטן נאמען "רבי" אדער "מורי הזקן",
אויך האט ער געלערנט ביי הגה"ק רבינו יצחק הלוי מווירמייזא זי"ע,
אויך האט ער געלערנט ביי הגה"ק רבינו יצחק ב"ר יהודה ממאגענצא זי"ע,
אויך האט ער געלערנט ביי זיין רבי הגה"ק רבינו משה הדרשן מנרבונא זי"ע,
אויך איז ער געווען א תלמיד חבר פון הגה"ק רבינו מנחם בן סרוק זי"ע,

זייענדיג נאך גאר יונג, האט רש"י הקדוש זי"ע מקבל געווען אויף זיך צו גיין גלות פאר 7 יאר, איינס כדי צו מכפר זיין אז זיין טאטע האט געברויכט פארלירן דעם טייערע שטיין צוליב אים, און אויך כדי צו זעהן אויב עס איז שוין דא אזא פירוש אויף ש"ס ווי ער האט געמאכט, שמה קדמהו אחר,

און דאן איז ער אריבער אין אסאך שטעט אין לענדער, ווי איטליאה, ארץ יון, ארץ צבי, און אויך איז ער דאן אריבער מצרים, און דארט איז מקובל אז ער האט זיך געטראפן מיט דעם הייליגען רמב"ם זי"ע, און פון דארט איז ער געגאנגען קיין ארץ פרס, און פון דארט איז ער צוריק צו זיין שטאט טריווש אין צרפת,

נאכן גלות ליידן פאר 7 יאר און זעענדיג אז עס איז נאכנישט נתחבר געווארן א פירוש אויף תנ"ך און ש"ס, אזוי ווי דער פירוש וואס ער האט מחבר געווען, דאן האט ער מחבר געווען דעם חיבור אויף תנ"ך, וואס דאס באלייכט אונזערע אויגן עד היום ביז ווען מען וועט זוכה זיין צו ביאת המשיח בב"א,

שפעטער ווען ער איז צוריק געקומען קיין צרפת האט ער גענדיגט דעם חיבור אויף ש"ס, און דאן איז דער הייליגער חיבור נתפרסם געווארן אין די גאנצע וועלט, און ער איז געווען באוויסט אלס א יחיד בדורו, און ווי מען האט דערמאנט דעם נאמען פון רש"י הקדוש, האט מען דאס מזכיר געווען באימה ויראה און בכבוד גדול,

Re: רבן של ישראל רבינו שלמה יצחקי, רש"י הקדוש - כ"ט תמוז ד'תתס"ה

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:47 am
דורך ניקל
רש"י הקדוש האט באמת מחבר געווען 3 חיבורים אויף ש"ס, אבער נאר איינס איז געבליבן, און דאס איז וואס אונז לערנען אויף גאנץ ש"ס, און דאס וואס מען זעהט אמאל אז די ראשונים ברענגן אמאל דברי רש"י, אבער מען טרעפט נישט אזא רש"י, איז ווייל דאס איז פון די אנדערע צוויי מהדורות,

פון די גאנצע וועלט האט מען געשיקט צו אים גאר שווערער שאלות, און ער האט יעדן געענטפערט מיט א געוואלדיגע קלארקייט, און ווי זיין רבי הגה"ק רבינו יצחק הלוי מווירמייזא זי"ע, איז מעיד אויף אים בזה"ל "אין הדור יתום שאתה שרוי בו וכמוך ירבו בישראל",

דער רשב"ם זי"ע שרייבט אויפן הייליגען חיבור פון זיין זיידן, בזה"ל, "פירוש שעשה זקיני על הש"ס, גם אני יכול לעשות, אמנם פירוש כזה שעשה על החומש, אשר קל הוא ללימוד לכל ילד קטן, ורחבה מיני ים לכל גאון עולם, שאת אין בכוחי לעשות",

דער הייליגער חיד"א זי"ע שרייבט, אז רש"י הקדוש האט געפאסט "תרי"ג" תענתים בעפאר ער האט געשריבן דעם פירוש אויף חומש, און ער האט אין דעם אריין געלייגט רזין עלאין,

און ספר צרור המור פונעם מקובל הגה"ק רבי אברהם סבע זי"ע שטייט, אז משה רבינו ע"ה האט געזאגט פאר רש"י הקדוש, "אשריך שלמה בר יצחק שכל מגמת פניך לשם שמים",

אסאך תלמידים האט רש"י הקדוש זי"ע געהאט, ובתוכם דריי אייניקלעך,
הגה"ק רבינו שמואל ב"ר מאיר הרשב"ם זי"ע,
הגה"ק רבינו יצחק ב"ר מאיר הריב"ם זי"ע,
הגה"ק רבינו יעקב ב"ר מאיר בעל הרבינו ת"ם זי"ע,
אלע דריי זענען געווען קינדער פונעם איידעם הגה"ק רבינו מאיר ב"ר שמואל מדומבורג זי"ע,
אויך זענען די אנדערע צוויי איידעמער געווען תלמידים פון רש"י הקדוש זי"ע.
הגה"ק רבינו יהודה זי"ע,
הגה"ק רבינו אפרים זי"ע,

רש"י הקדוש האט מחבר געווען אסאך פיוטים אסאך דערפון זענען ליידער פארלוירן געווארן, אבער געציילטע זענען געבליבן, ווי די פיוט ביי סליחות "אז טרף נמחו" און אויך "ד' אלקי צבקות", און נאך,

Re: רבן של ישראל רבינו שלמה יצחקי, רש"י הקדוש - כ"ט תמוז ד'תתס"ה

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 1:56 am
דורך ניקל
דער בעש"ט הקדוש זי"ע האט געזאגט, אז ווען משה רבינו ע"ה איז ארויף אין הימל נעמען די תורה הקדושה פון השי"ת, ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים ס"ח י"ט) עָלִיתָ לַמָּרוֹם שָׁבִיתָ שֶּׁבִי, האט משה רבינו ע"ה דאן אויסגעבעטן ביי באשעפער, אז ער זאל אראפברענגען אויף די וועלט די הייליגע נשמות, וואס זענען מרומז אין די אותיות פון שב"י,
ש'למה ב'ן י'צחק, רש"י הקדוש זי"ע,
ש'מעון ב'ר י'וחאי זי"ע,
י'צחק ב'ו ש'למה, האריה"ק זי"ע,
י'שראל ב'על ש'ם, הבעש"ט הקדוש זי"ע,

הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע שרייבט, אז לערנען רש"י אויף חומש איז מסוגל קעגן מחשבות זרות.

הרה"ק רבי יצחק אייזיק ווייס בעל דברי יצחק מסוואליווע זי"ע ברענגט אין זיין ספר דברי יצחק, בשם הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע, אז דער וואס לערנט חומש מיט רש"י יעדע וואך, איז ער פארזיכערט אז אין עלמא דקשוט, וועט ער זיין לכל הפחות אין היכל פון רש"י הקדוש זי"ע, און הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע האט צו געלייגט, אז ווער עס לערנט יעדן טאג א פרשה חומש רש"י, איז פאר זיכערט אז ער וועט יענעם טאג ניצול ווערן פון אן עבירה חמורה.

הגה"ק רבי שלמה איגר זי"ע שרייבט וועגן זיין גרויסע שוואגער מרן החתם סופר זי"ע, אז ער האט יעדע שבת ביינאכט געלערנט די סדרה מיט די פירוש רש"י מיט זיין ישיבה, וואס איז באשטאנען פון 200 בחורים, וואס צווישן זיי איז געווען לומדים מופלגים, און דער חתם סופר האט כסדר גערעדט פון די גרויסע תועלת וואס לערנען רש"י ברענגט פארן מענטש.

הרה"ק רבי צבי אלימלך בעל בני יששכר מדינוב זי"ע און זיין ספר מעין גנים שרייבט, "ובתנ"ך נראה לי בעתים הללו, ימעט בלימוד פירושי הפשטנים, חוץ פירוש רש"י, שהוא כרכא דכולא ביה".

הגה"ק רבי יצחק ווייס מווערבוי זי"ע שרייבט אונעם ספר אלף כתב, אז דער תלמיד פונעם הייליגען חתם סופר זי"ע, הגה"ק רבי נטע וואלף ליעבער ראב"ד פרשבורג זי"ע, האט געזאגט, אז ביי זיין רבין דער הייליגער חתם סופר ווען ער האט פארגעלערנט חומש רש"י, האט זיך פון אים געגאסן טרערן פון די אויגן, ווייל ער איז בשעת'ן פאר לערנען געווען א פלאם פייער.

אויך ווערט געברענגט אין שלחן ערוך דאס חשיבות פון לערנען חומש רש"י, ווי עס שטייט, וירא שמים יקרא תרגום וגם פירוש רש"י, דער הייליגער בעל התניא זי"ע זאגט, אז דאס לערנען חומש מיטן פירוש פון רש"י הקדוש איז א סגולה פאר יראת שמים.

הגה"ק רבי יחזקאל לאנדא בעל נודע ביהודה זי"ע שרייבט בזה"ל, "בערב שבת קודש אני טרוד בלימוד רש"י עם התלמידים", דער גאון האט זיך געגרייט צום הייליגען שבת מיטן לערנען מיט די תלמידים חומש מיט פירוש רש"י.

דער הייליגער חפץ חיים זי"ע שרייבט בזה"ל, "והעצה היעוצה שתתחזק האמונה בלב האדם היא שילמד פרשת השבוע בכל שבוע עם פירש"י",

הרה"ק רבי אייזיק'ל מזידיטשוב זי"ע האט געזאגט אז אין יעדעס ווארט פון רש"י הקדוש ליגט א גרויסע קדושה,און עס איז באקאנט אז ווען ער האט געלערנט די רייד פון רש"י, האט ער מקפיד געווען ארויס צו זאגן אפילו דעם "וגומר", אויך ווען רש"י ברענגט אראפ בלע"ז, אויך דער הייליגער דברי יחזקאל משינאווא זי"ע האט מקפיד געווען ארויסצוזאגן אפילו די בלע"ז, און געזאגט אז דאס האט די זעלבע קדושה ווי די אנדערע רייד פון רש"י.

דער הייליגער ריב"ש זי"ע שרייבט אויף רש"י, ווען נישט די פירוש פון רש"י זי"ע, וואלט די גאנצע גמרא געווען א פארמאכטער ספר וואס קיינער וואלט נישט פארשטאנען,

הגה"ק בעל צידה לדרך זי"ע, שרייבט אויף רש"י הקדוש זי"ע בזה"ל, "ושרתה רוח הקודש על רבינו שלמה, חיבר פירושים על הבבלי בלשון צח וקצר, אשר לא קם כמוהו, ואלמלא הוא, נשתכח דרך התלמוד בבלי מישראל".

ער האט איבער געלאזט זיינע דריי טעכטער וואס האבן חתונה געהאט מיט גדולי הדור,
בתו הצדקת מרת דבורה ע"ה, אשת רבי מאיר ב"ר שמואל מדומרוג זי"ע, הנקרא "אבי הרבנים", די טאטע פון די גרויסע גדולים הרשב"ם זי"ע, הריב"ם זי"ע, והרבינו ת"ם זי"ע,
בתו הצדקת מרת מרים ע"ה, אשת רבינו יהודה ב"ר נתן הריב"ן זי"ע, וואס האט ממשיך געווען דעם פירוש רש"י פון דף י"ט אין מסכת מכות,
חתנו הגה"ק רבינו שמואל ב"ר שמחה בעל מחזור ויטרי זי"ע,

ווען רש"י איז געווען 65 יאר אלט, האט ער געהאלטן אינמיטן לערנען מסכת מכות דף י"ט ע"ב, און ביי די ווארט "טהור" יצתה נשמתו, און ווי זיין איידעם דער הייליגער ריב"ן זי"ע שרייבט, "רבינו גופו טהור ויצאה נשמתו בטהרה, לא פירוש יותר, מכאן ואילך לשון תלמידו ריב"ן",

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

Re: רבן של ישראל רבינו שלמה יצחקי, רש"י הקדוש - כ"ט תמוז ד'תתס"ה

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:06 am
דורך ניקל
עס ווערט געברענגט אז אין שטאט צרפת איז געווען א שר מיטן נאמען גוטפריד, וואס איז געווען א גיבור איש מלחמה, און א גרויסע אכזר און א איש משחית, און ער האט געהערט פון די גרויסע חכמה וואס רש"י הקדוש האט, האט ער געלאזט רופן רש"י הקדוש צו זיך, אבער רש"י הקדוש האט נישט געוואלט קומען צו אים, ווייל ער האט גאנץ גוט געוויסט וואס פאר א רשע דער שר איז,

מיט גרויס כעס איז דער שר אריבער געקומען צום ביהמ"ד פון רש"י הקדוש, אבער אזוי ווי ער קומט אריין זעהט ער ווי אלע טויערן זענען אפען און ספרים ליגן אויפן טיש, אבער קיינער איז נישט דארט, האט ער אויסגערופן שלמה שלמה, האט רש"י הקדוש געפרעגט פונעם שר וואס ווילסטו, און אזוי איז געווען אפאר מאל, אבער דער שר האט נישט געזען רש"י הקדוש, איז ער ארויס פונעם ביהמ"ד,

האט דער שר געטראפן איינע פון די תלמידים, און ער האט אים געזאגט, גיי זאג פאר דיין רבין, אז איך בין אים מבטיח אז איך וועל אים קיין שלעכטס נישט טון, און דאן האט זיך רש"י הקדוש מגלה געווען פארן שר, און ער האט אים אויף גענומען מיט כבוד, און דער שר האט געזאגט פאר רש"י הקדוש, יעצט זעה איך אז די בוסט א הייליגער מענטש, און די באזיצט גרויס חכמה,

האט דער שר געזאגט אז ער וויל זיך שואל עצה זיין אויף עפעס א גרויסע זאך וואס ער וויל טון, און ער זאגט, איך האב שוין גאר אסאך שטעט און לענדער איין גענומען, און איך פארמאג א גרויסע מיליטער, יעצט וויל איך גיין אין מלחמה אויף ירושלים, און מלחמה האלטן מיט די ישמעאלים, און ווי איך טראכט קען איך זיי בייקומען, ווייל איך האב א גאר גרויסע מיליטער, וויל איך וויסן וואס די זאגסט צו דעם, און האב נישט קיין מורא צו זאגן וואס די טראכסט,

דאן האט רש"י הקדוש צוריק געענטפערט קורץ און שארף, "אתה תלך ותלכוד ירושלים ותמלוך עליה ג' ימים, וביום ד' יגרשוך הישמעאלים ותברח ותשוב בעיר הזאת עם ג' סוסים" די וועסט גיין מיט דיין מיליטער און די וועסט איינעמען ירושלים און זיין קעניג פאר דריי טאג, אבער דעם פערטן טאג וועלן די ישמעאלים דיך פארטרייבן פונעם שטאט, און די וועסט צוריק קומען אין דעם שטאט מיט דריי פערד,

ווען דער שר האט דאס געהערט, איז ער געווארן שטארק אין כעס, און געזאגט פאר רש"י הקדוש, עס קען זיין אז דיינע ווערטער זענען אמת, אבער אויב קום איך צוריק מיט 4 פערד נישט אזוי ווי די האסט געזאגט, וועל איך רח"ל דיך ווארפן צו די הינט און פארטרייבן אלע אידן פון שטאט צרפת,

דער שר איז געגאנגען אין מלחמה און עס איז געשען אלעס וואס רש"י הקדוש זי"ע האט פאראויס געזאגט, אבער איין זאך, ער איז געווען אויפן וועג צוריק מיט 4 פערד אנשטאט 3 פערד נישט ווי רש"י האט געזאגט אז עס וועט געשען, און דער שר איז געווען אויפן וועג צום שטאט צו ח"ו שלעכטס טון פאר רש"י הקדוש,

אבער אריין גייענדיג אונעם שטאט ביים מויער, איז א גרויסע שטיין אראפ געפאלן אויף איינע פון די פערד, און די פערד מיטן רייטער זענען אויפן פלאץ געהרגעט געווארן, און דאן האט דער שר מודה געווען, אז רש"י איז א הייליגע מענטש, און ער האט אים געוואלט גיין מכבד זיין ווי עס פאסט פאר אזא הייליגע מענטש, אבער ווען ער איז אנגעקומען אין שטאט האט ער געהערט אז רש"י הקדוש איז דאן נסתלק געווארן אין מען גייט צום לוי', און דער שר האט זיך משתתף געווען ביים לוי' און אפגעגעבן גרויס כבוד פאר רש"י הקדוש זי"ע.

Re: רבן של ישראל רבינו שלמה יצחקי, רש"י הקדוש - כ"ט תמוז ד'תתס"ה

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:53 pm
דורך Think and Thank
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 2:06 am עס ווערט געברענגט אז אין שטאט צרפת איז געווען א שר מיטן נאמען גוטפריד, וואס איז געווען א גיבור איש מלחמה, און א גרויסע אכזר און א איש משחית, און ער האט געהערט פון די גרויסע חכמה וואס רש"י הקדוש האט, האט ער געלאזט רופן רש"י הקדוש צו זיך, אבער רש"י הקדוש האט נישט געוואלט קומען צו אים, ווייל ער האט גאנץ גוט געוויסט וואס פאר א רשע דער שר איז,

מיט גרויס כעס איז דער שר אריבער געקומען צום ביהמ"ד פון רש"י הקדוש, אבער אזוי ווי ער קומט אריין זעהט ער ווי אלע טויערן זענען אפען און ספרים ליגן אויפן טיש, אבער קיינער איז נישט דארט, האט ער אויסגערופן שלמה שלמה, האט רש"י הקדוש געפרעגט פונעם שר וואס ווילסטו, און אזוי איז געווען אפאר מאל, אבער דער שר האט נישט געזען רש"י הקדוש, איז ער ארויס פונעם ביהמ"ד,

האט דער שר געטראפן איינע פון די תלמידים, און ער האט אים געזאגט, גיי זאג פאר דיין רבין, אז איך בין אים מבטיח אז איך וועל אים קיין שלעכטס נישט טון, און דאן האט זיך רש"י הקדוש מגלה געווען פארן שר, און ער האט אים אויף גענומען מיט כבוד, און דער שר האט געזאגט פאר רש"י הקדוש, יעצט זעה איך אז די בוסט א הייליגער מענטש, און די באזיצט גרויס חכמה,

האט דער שר געזאגט אז ער וויל זיך שואל עצה זיין אויף עפעס א גרויסע זאך וואס ער וויל טון, און ער זאגט, איך האב שוין גאר אסאך שטעט און לענדער איין גענומען, און איך פארמאג א גרויסע מיליטער, יעצט וויל איך גיין אין מלחמה אויף ירושלים, און מלחמה האלטן מיט די ישמעאלים, און ווי איך טראכט קען איך זיי בייקומען, ווייל איך האב א גאר גרויסע מיליטער, וויל איך וויסן וואס די זאגסט צו דעם, און האב נישט קיין מורא צו זאגן וואס די טראכסט,

דאן האט רש"י הקדוש צוריק געענטפערט קורץ און שארף, "אתה תלך ותלכוד ירושלים ותמלוך עליה ג' ימים, וביום ד' יגרשוך הישמעאלים ותברח ותשוב בעיר הזאת עם ג' סוסים" די וועסט גיין מיט דיין מיליטער און די וועסט איינעמען ירושלים און זיין קעניג פאר דריי טאג, אבער דעם פערטן טאג וועלן די ישמעאלים דיך פארטרייבן פונעם שטאט, און די וועסט צוריק קומען אין דעם שטאט מיט דריי פערד,

ווען דער שר האט דאס געהערט, איז ער געווארן שטארק אין כעס, און געזאגט פאר רש"י הקדוש, עס קען זיין אז דיינע ווערטער זענען אמת, אבער אויב קום איך צוריק מיט 4 פערד נישט אזוי ווי די האסט געזאגט, וועל איך רח"ל דיך ווארפן צו די הינט און פארטרייבן אלע אידן פון שטאט צרפת,

דער שר איז געגאנגען אין מלחמה און עס איז געשען אלעס וואס רש"י הקדוש זי"ע האט פאראויס געזאגט, אבער איין זאך, ער איז געווען אויפן וועג צוריק מיט 4 פערד אנשטאט 3 פערד נישט ווי רש"י האט געזאגט אז עס וועט געשען, און דער שר איז געווען אויפן וועג צום שטאט צו ח"ו שלעכטס טון פאר רש"י הקדוש,

אבער אריין גייענדיג אונעם שטאט ביים מויער, איז א גרויסע שטיין אראפ געפאלן אויף איינע פון די פערד, און די פערד מיטן רייטער זענען אויפן פלאץ געהרגעט געווארן, און דאן האט דער שר מודה געווען, אז רש"י איז א הייליגע מענטש, און ער האט אים געוואלט גיין מכבד זיין ווי עס פאסט פאר אזא הייליגע מענטש, אבער ווען ער איז אנגעקומען אין שטאט האט ער געהערט אז רש"י הקדוש איז דאן נסתלק געווארן אין מען גייט צום לוי', און דער שר האט זיך משתתף געווען ביים לוי' און אפגעגעבן גרויס כבוד פאר רש"י הקדוש זי"ע.

די מעשה ווערט געברענגט אין סדר הדורות בשם די שלשלת הקבלה, וואס איז אויסגערופן מיט אומפונקטליכקייטן ווי דער סדר הדורות אליינס שרייבט אין די הקדמה. די מעשה קען נישט זיין אמת ווייל לויט'ן חשבון דארף עס האבן געשעהן ביים ערשטן קרייצצוג אין יאר תתנ"ו (וואס איז די איינציגסטע קרייצצוג וואס איז פארגעקומען בחיי רש"י), און לפי זה איז די רעדע פון גוטפריד פון בויאן וועלכער האט געקעניגט אויף ירושלים ארום א יאר און איז געשטארבן אין ארץ ישראל...

Re: רבן של ישראל רבינו שלמה יצחקי, רש"י הקדוש - כ"ט תמוז ד'תתס"ה

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:55 pm
דורך Think and Thank
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:37 am ווער דערציילט, אז ווען די מאמע האט געווארט מיטן קינד רש"י הקדוש זי"ע, איז זי איינמאל אריבער אויף א גאס וואס איז געווען גאר שמאל, און דאן איז דורך געפארן א גרויסער שר מיט א גרויסע וואגן, און ער האט כמעט צעדריקט די מאמע, אבער בדרך נס איז געווארן א לאך אונעם וואנט, און די מאמע איז געראטעוועט געווארן פון צעדריקט ווערן, און ביז היינט קען מען נאך זעהן די פלאץ ווי די נס איז געשען,

ווי געשריבן אויבן איז דאס פלאץ אליין חרוב געווארן ביי די צווייטע וועלט מלחמה, נאר מען האט עס צוריקגעבויעט לויט די בילדער. (אין אנדערע ווערטער, דאס פלאץ איז די גענויע פלאץ, אבער די וואנט איז נישט די אריגינעלע וואנט.)