בלאט 1 פון 2

הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 5:30 am
דורך פשוט און גראד
שלום לכל!

Re: הילף - עצות - ידיעות - בענין אומן ראש השנה (תשפ"ה)

געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 5:37 am
דורך פשוט און גראד
איך זיך מער ידיעות לגבי די באנען, פון ווי - אין ווען - מ'קען אלס כאפן א באן וואס גייט דירעקט צו אומן.

אישי איז פיין.

ייש"כ
תיזכו למצות!

Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:04 pm
דורך פשוט און גראד
היי..

וואלט איינער געוויסט קאנקריט אינפאו וועגען די באנען פון פוילען קיין אוקריינא? ווי למשל,
    צייטען
      פון ווי קיין ווי (לויט וואס איך הער, רוב באנען פארען נישט קיין אומן דירעקט, נאר מ’דארף צופארען מיט א קאר נאך 2 שעה קיין אומן)
        ווי לאנג ס’דויערט
          וועלכע האט די פירסט קלעס, וועלכע נישט, וכד’

          ייש"כ

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:47 pm
          דורך פשוט און גראד
          עני יוניט הער?

          אסאך אידן קענען ניצען די אינפאו

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:19 pm
          דורך צווייטער
          פאריאר (ר''ה תשפ''ד) האב איך גענומען די באן פון פשעמישל, פוילן (Przemysl, Poland) ביז וויניצע, אוקריינא (Vinnytsia, Ukraine). ס'פארט ארויס ארום 11:30 ביינאכט, ס'דויערט בערך 7-8 שעה.

          פון וויניצע קיין אומאן איז נאך א גוטע 2 שעה מיט א קאר.

          די באנען זענען זייער באקוועם, ערשטע קלאס וואגאנען זענען 2 זיצן אויף יעדע זייט, ברייט, גענוג פלאץ פאר די פוס ווי קונה שביתה צו זיין. ליפטיג און רוהיג. די פרייז פאר איין טיקעט איז 1584 גריוונע, דאס איז ארום 35-40 דאלאר.

          די צווייטע קלאס וואגאנען זענען 2 זיצן אויף איין זייט און 3 זיצן אויף די אנדערע זייט, אויך זייער באקוועם, ממש אביסל שמעלער ווי די ערשטע קלאס. די פרייז פאר איין טיקעט איז 1115 גריוונע, דאס איז ארום 25-30 דאלאר.

          ס'איז אויך דא א באן וואס פארט ארויס אינדערפרי ארום 9:30, ס'דויערט אביסל שנעלער.

          אויך איז דא א באן מיט בעטן וואס פארט ארויס ארום 1:45 נאכמיטאג, אבער ס'איז היפש א אלטע באן, ס'האט נישט קיין עיר-קאנדישאן. ס'קאסט אפאר דאלאר מער.

          די זעלבע זאך אויפן וועג צוריק פון וויניצע קיין פשעמישל איז דא די באנען 1 ביינאכט, 2:00 נאכמיטאג און 10:00 ביינאכט.

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:32 pm
          דורך צווייטער
          ס'איז דא נאך באנען נאר מיט בעטן ווי אויבן געשריבן פון כעלם, פוילן (Chelm, Poland) קיין בארדיטשוב, אוקריינא (Berdychiv, Ukraine), ארום 3 שעה מיט א קאר קיין אומאן.

          כעלם איז ארום 3 שעה פון ווארשע, ס'דארף זיין א טראנספער פון ווארשע קיין כעלם.

          די באן פארט ארויס ארום 4:00 נאכמיטאג און ס'דויערט 9 און א האלב שעה.

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 5:10 pm
          דורך פשוט און גראד
          @צווייטער
          א גרויסע ייש"כ

          זאל זיין צו מצוה

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 5:16 pm
          דורך פשוט און גראד
          צווייטער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:32 pm ס'איז דא נאך באנען נאר מיט בעטן ווי אויבן געשריבן פון כעלם, פוילן (Chelm, Poland) קיין בארדיטשוב, אוקריינא (Berdychiv, Ukraine), ארום 3 שעה מיט א קאר קיין אומאן.

          כעלם איז ארום 3 שעה פון ווארשע, ס'דארף זיין א טראנספער פון ווארשע קיין כעלם.

          די באן פארט ארויס ארום 4:00 נאכמיטאג און ס'דויערט 9 און א האלב שעה.
          @צווייטער
          מ’דארף דעיס צו קענען כאפען פון ווארשא?

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 6:02 pm
          דורך צווייטער
          פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 5:16 pm
          צווייטער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:32 pm ס'איז דא נאך באנען נאר מיט בעטן ווי אויבן געשריבן פון כעלם, פוילן (Chelm, Poland) קיין בארדיטשוב, אוקריינא (Berdychiv, Ukraine), ארום 3 שעה מיט א קאר קיין אומאן.

          כעלם איז ארום 3 שעה פון ווארשע, ס'דארף זיין א טראנספער פון ווארשע קיין כעלם.

          די באן פארט ארויס ארום 4:00 נאכמיטאג און ס'דויערט 9 און א האלב שעה.
          @צווייטער
          מ’דארף דעיס צו קענען כאפען פון ווארשא?
          אפיציעל הייסט די רוט Chelm transfer to Warsaw, דאס מיינט אז ס'דארף זיין א דירעקטע וועג פון ווארשא קיין כעלם, און פון דארטן נעמען די באן.
          https://www.polishtrains.eu/train-sched ... dnia/chelm

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 6:16 pm
          דורך צווייטער
          https://booking.polrail.com/index.php?main_page=page_5


          די ארומגערינגעלטע זענען שלאף באנען פון ווארשא קיין כעלם.
          Screenshot_2024-08-04-18-13-29-606.jpg
          Screenshot_2024-08-04-18-13-29-606.jpg (126.02 KiB) געזען געווארן 862 מאל

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 6:22 pm
          דורך פשוט און גראד
          ייש"כ @צווייטער

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 6:24 pm
          דורך פשוט און גראד
          איינער מיט עקספיריענס וועגען אריבער וואקען די גרעניץ, צו ס’נעמט נארמאל, אדער ס’איז ווי א באלאגאן אזוי ווי מיט א קאר?

          סיי פון פוילען אין סיי פון קישענעוו?

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 6:38 pm
          דורך צווייטער
          פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 6:24 pm איינער מיט עקספיריענס וועגען אריבער וואקען די גרעניץ, צו ס’נעמט נארמאל, אדער ס’איז ווי א באלאגאן אזוי ווי מיט א קאר?

          סיי פון פוילען אין סיי פון קישענעוו?
          תשפ''ג האב איך אריבער געוואקט די גרעניץ פון אוקריינא קיין פוילן, ס'איז געווען א פלעזשור. מיין טעקסי האט מיר פשוט אראפגעלייגט 15 מינוט פארן גרעניץ ווייל ס'האט זיך אים געדאכט אז מ'איז שוין אנגעקומען, כ'האב געכאפט א היטש (מיט א טיפ שטייטצעך) ביזן גרעניץ און דאן אריבערשפאצירט. די גאנצע מעשה האט געדויערט ווייניגער ווי א שעה.

          דאס יאר פלאן איך צו אריבער וואקן די גרעניץ קיין מאלדאווע, מ'דארף גיין דורך די מוגילוב-פאדאלסקי Mohyliv-Podil's'kyi גרעניץ.

          לויט ווי איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי חברים וידידים דארף עס דויערן שנעל צופיס.

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 8:19 pm
          דורך פשוט און גראד
          בדרך כלל ביים אריבער וואקען די גרעניץ איז נישט געווען קיין פראבלעימען? אדער ס’דא ספעסיפיק גרעניצען?

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 8:20 pm
          דורך צווייטער
          נישט ביי יעדער גרעניץ קען מען אריבער וואקן

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 8:26 pm
          דורך טראכט גראד
          ס'וויכטיג צו גדענקן אז מוואקט אריבער דארף מען באשטעלן צוויי קארס איינס ביז די גרעניץ און איינס פון די גרעניץ.

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:43 pm
          דורך פשוט און גראד
          מ’לייג מיר דא די לינק, איך קלער אז ס’קען אפשר זיין א הילף פאר איינעם,

          אויב איינער עקל’ט נישט די.... שפראך,

          https://uman.pw/

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:08 pm
          דורך פשוט און גראד
          לגבי די גרעניצען; די קורצסטע וועג איז מאלדאווע. ווייסט איינער פונעם עבר וויאזוי ס’איז געווען די טרעפיק דארט?

          כ’רעד פארענדיג צו אומן אין קומענדיג

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:10 pm
          דורך פשוט און גראד
          אויב נישט מאלדאווע, איז די קורצסטע קיין פוילן - ווילאנג דויערט אויב מ’וואקט עס דורך?

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:11 pm
          דורך פשוט און גראד
          אויב כ’וויל נישט אוועק פארען פון אומן ביפאר 3am מוצאי. ווען איז די נעקסטע באן אוועילעבעל אין פון ווי?

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:22 am
          דורך בן מנחם
          ווי איז גוט צו איינשטיין דארט ? עני עקספיריענס פון סיי וואספארע פלאץ וואלט געווען שטארק נוצבאר, ביטע אויב די האסט קום אריין

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 10:50 am
          דורך שאינו יודע לשאול
          JD Media
          דער אוקריינער אמבאסאדאר קיין מדינת ישראל האט אין א סטעיטמענט באשטעטיגט באריכטן אז זיין לאנד גרייט זיך איינצושטעלן א פארלאנג פאר עלעקטראנישע וויזעס פאר באזוכער פון מדינת ישראל און אנדערע לענדער נאך פאר ראש השנה, א שריט וואס וועט פאראורזאכן קאפוויי פאר די טויזנטער וואס וועלן מאכן די וועג קיין אומאן אויף ראש השנה. דער מעלדונג איז א טאטאלע שאק פאר די עסקנים פון 'איחוד ברסלב' וואס האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות צו אפשטופן דעם פארלאנג אויף ביז נאך ראש השנה, וואס האט אריינגענומען דאס ערלעדיגן ביי די מדינת ישראל אינערן מיניסטעריום צו אפשטופן פון זייער זייט, די וויזע פארלאנג פאר אוקריינער באזוכער ביז אינמיטן קומענדיגע ווינטער.

          Re: הילף - עצות - ידיעות - בענין אומן ראש השנה (תשפ"ה)

          געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:39 am
          דורך ברסלב פלוס
          פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 5:37 am איך זיך מער ידיעות לגבי די באנען, פון ווי - אין ווען - מ'קען אלס כאפן א באן וואס גייט דירעקט צו אומן.

          אישי איז פיין.

          ייש"כ
          תיזכו למצות!
          https://lalechet.com/tour/uman
          אומן תשפ"ה טשארטער פליגער און באן
          סדר הנסיעה

          צאתכם לשלום:

          מ'פארט ארויס בשעטומ"צ זונטאג א' סליחות 11:50 ביינאכט
          מען וועט אנקומען קיין ריישא פולין מאנטאג 3:00 נאכמיטאג
          פון עירפארט וועט מען פארן צו א האטעל ווי מ'וועט עסן מיטאג און זיך אפרוהען
          עס וועט זיין א מעגליכקייט צו פארן מתפלל זיין קיין: ליזענסק לאנצהוט דינוב
          1:00 ביינאכט וועט די באן ארויספארן פון פשעמישל קיין אומן
          אויפ'ן באן וועט זיין צוגשטעלט לייכטע איבערבייס ווי אויך א געשמאקע פרישטאג
          דינסטאג 3:00 נאכמיטאג וועט מען בס"ד אנקומען קיין אומן

          ותחזירינו לשלם:
          זונטאג צום גדלי' 11:30 צופרי וועט די באן ארויספארן פון אומן קיין פשעמישל פולין
          אויפ'ן באן וועט זיין צוגעשטעלט רייכע אויספאסטן
          11:20 ביינאכט וועט די באן אנקומען קיין פשעמישל
          פון דארט וועט מער פארן גלייך קיין ריישא
          אין ריישא עירפארט וועט זיין צוגעשטעלט א רייכע נאכטמאהל
          די פליגער וועט זיך הייבן בשעטומ"צ 4:00 פארטאג'ס
          מ'וועט זיין צוריק אי"ה מאנטאג עשי"ת 7:00 צופרי

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 6:05 pm
          דורך שאינו יודע לשאול
          די אמעריקאנע אמבאסאדע רעקאמענדירט אז מ'זאל נישט פארן קיין אומאן אויף ר"ה.
          Untitled (1).jpg
          Untitled (1).jpg (267.18 KiB) געזען געווארן 580 מאל

          Re: הילף, עצות, און ידיעות ארום אומאן ר"ה תשפ"ה

          געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 8:56 pm
          דורך פשוט און גראד
          נאכן עס ליינען, פארשטיי מיר

          אז די צעטיל איז טיפיקעל ביוקראטיע, נישט קיין שום עכטע האפט.

          (מיינונג פון א יחיד - יעדער זאל טוהן מיט עס וואס ער וויל)