בלאט 1 פון 1
אלע נייעס אונטער איין דאך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 4:42 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
צו האלט עטס אז עס וואלט געווען א גוטע איידיע, צו נעמען יעדע פאר טעג א תמצית פון אלע נייעס, און עס צוזאם שמעלצן אין איין ארטיקל?
אויב יא ביטע לאזט אייך הערן. איך בין גרייט עס צו שרייבן.
(פאר די קומענדיגע וואכן זיכער)
Re: אלע נייעס אונטער איין דאך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 7:25 pm
דורך מיינע פאעזיעס
לאמער גיין אויף פראבע
Re: אלע נייעס אונטער איין דאך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 7:35 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ס'איז א פיינער געדאנק וואס דארף קענען גוט דעליווערט ווערן. פרוביר עס און עס וועט האפנטליך געלונגען.
Re: אלע נייעס אונטער איין דאך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 9:08 pm
דורך פליט
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 30, 2024 7:35 pm
ס'איז א פיינער געדאנק וואס דארף קענען גוט דעליווערט ווערן. פרוביר עס און עס וועט האפנטליך געלונגען.
@אויסגעשארפטע בליי האט א רעפוטאציע פון גוט דעליווערן.
Re: אלע נייעס אונטער איין דאך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 9:09 pm
דורך פליט
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 30, 2024 4:42 pm
צו האלט עטס אז עס וואלט געווען א גוטע איידיע, צו נעמען יעדע פאר טעג א תמצית פון אלע נייעס, און עס צוזאם שמעלצן אין איין ארטיקל?
אויב יא ביטע לאזט אייך הערן. איך בין גרייט עס צו שרייבן.
(פאר די קומענדיגע וואכן זיכער)
מעסיוו איידיע.
Re: אלע נייעס אונטער איין דאך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 10:25 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
אז @פליט האלט דערפון גיימער איין דערפאר
Re: אלע נייעס אונטער איין דאך
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 11:35 pm
דורך Spa 42
@אויסגעשארפטע בליי פאר היינט דארפסטו האבן א גרויסע דאך...
Re: אלע נייעס אונטער איין דאך
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 2:40 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
אינדיע'ס נעשאנעל דיזעסטער ריספאנס פארסעס זוכן נאך טויזענטער פארשוואונדענע, נאכדעם וואס מאסיווע לענדסליידס האבן באגראבן גאנצע שטחים.
גרויסע רעגענעס אין די דרום סטעיט קעראלא אין אינדיע, האבן געפירט צו גרויסע לענדסלייטס, וואס האט געפירט צום טויט פון איבער הונדערט פופציג מענטשן.
די ציפער האלט אין איין שטייגן, וואס מער צייט עס גייט פארביי.
די לענדסלייטס האט באגראבן בריקן און הייוועיס, וואס מאכט שווער פאר די אויטאריטעטן צו זוכן פאר נאך מענטשן וואס זענען פארשוואונדן.
וויצע פרעזידענט קאמאלא העריס, האט היינט געזאגט ביי א ראלי אז זי וויל דעבאטירן טראמפ פנים אל פנים, אבער פון די טראמפ קאמפיין הערט מען, אז ער גייט זיך נישט שטעלן פאר א דעבאטע, ביז ווילאנג העריס ווערט נישט אפיציעל נאמינירט דורך די דעמאקראטישע פארטיי.
דעמאקראטן נוצן דאס אויס צו שרייען, אז טראמפ האט מורא איר צו דעבאטירן, און רעפובליקאנע שרייען צוריק אז אויב טראמפ האט נישט מורא פון א קויל אין קאפ, איז לעכערליך צו זאגן אז ער האט מורא פון א דעבאטע.
קאנגרעס האט דורך געפירט א ביל, וואס וועט געבן פינף הונדערט מיליאן דאלאר אין מיליטערישע הילף פאר די פיליפינען, צו פארשטערקערן די אליאנס צווישן די צוויי לענדער.
א פרישע געזעץ לויטעט, אז אלע אמעריקען פלעגס וואס ווערן געקויפט דורך די גאווערמענט, מוז פראדוצירט ווערן אין אמעריקאנע גרעניצן, מיט הונדערט פראצענט אמעריקען מעיד מאטריאל, און קען נישט ווערן אימפארטירט.
נייע ציפערן פון ניוסוויק צייגן, אז די אנטלאנטא הארטספיעלד-דשעקסאן אינטערנעשאנעל עירפארט, איז די פארנומענסטע עירפארט פון איבער די פאראייניגטע שטאטן.
קענעדי עירפארט אין ניו יארק, קומט אריין די זיבעטער אויפ'ן ליסטע.
Re: אלע נייעס אונטער איין דאך
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 2:43 am
דורך אויסגעשארפטע בליי
דערווייל האב איך מיר נישט גענומען צו גרויסע נייעסער, ווייל עס פאפט ארויף אין מיין מוח, אנאליזן מיט שטותים. און די ארטיקל וואלט פארטיג געווארן, נאכדעם וואס די נייעס וואלט שוין געווען.. אממ.. אלטע סחורה..
Re: אלע נייעס אונטער איין דאך
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 2:50 am
דורך מיינע פאעזיעס
@אויסגעשארפטע בליי גיי אן!