בלאט 1 פון 1

ביסט טאקע מיין בעה"ב, אבער פארוואס?

געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 12:32 pm
דורך מיינע פאעזיעס
ביסט טאקע מיין בה''ב, אבער פארוואס?



ביסט טאקע מיין בה''ב
אבער פארוואס?
זיי נישט אזוי יעקיש
און לאז מיר נישט לעקיש.



געפלעפט און נאם שטיי איך פארטראכט
איינער האט פון מיין בעה''ב חוזק געמאכט,

ער האט פשוט נישט געפונען א גוטע ענטפער
פאר זיין קעגנער וואס טענה'ט זיך ווי א שווערע קעמפער,

אמת ס'איז סאך בעסער ווען פון דיר חוזק מ'מאכט נישט
דאך וואס יענער וועט זאגן, בעסער טראכט נישט,

איך ווייס האסטעך אויף עפעס אנדערש גערישט
מ'גייט אבער ווייטער, די נאז מען אפווישט,


ביסט טאקע מיין בה''ב,
אבער פארוואס?
זיי נישט אזוי יעקיש,
און לאז מיר נישט לעקיש,


איך ווייס זייער גוט וואס דו טוסט יעצט ווילן
איך שפיר אויפן צונג דיינע שווערע געפילן,

פאר דעם שטופסטו מיר ארויס ס'איז פאר דיר שווער און שטוקענד
טראכט אבער אז איך ווער אזוי אלט גרוי און פארטרוקנט,

דיין טויער איז אפען נעם מיר ציריק אריין
איך קען שוין נישט אויסהאלטן די פארביסענע פיין,

מאך נישט מיט מיר קיין גערוישונגען
אויב דו האסט געהאט פילע אנטוישונגען,



ביסט טאקע מיין בה''ב,
אבער פארוואס?
זיי נישט אזוי יעקיש,
און לאז מיר נישט לעקיש,



נו וועלכע פון דיינע ארבעטער'ס בין איך וואונדערסטו זיך שוין זעכער אין גרויסן,
דאס איז דיין אייגענע ליבע צונג, וואס געפונט זיך יעצט אינדרויסן.


(נ.ב יעצט ליין איבער פון אנפאנג און קוק צו ס'שטומט...)


הצלחה רבה!

Re: ביסט טאקע מיין בה''ב, אבער פארוואס?

געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 12:35 pm
דורך מיינע פאעזיעס
images.png
images.png (6.15 KiB) געזען געווארן 368 מאל

Re: ביסט טאקע מיין בעה"ב, אבער פארוואס?

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 10:57 pm
דורך בעל החלומות
:lol: :lol: :lol: