בלאט 1 פון 2
די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:15 pm
דורך נקודות טובות
אקעי, דא גייט שוין גיין פעטש....
אין אמעריקע ווייסט מען אז ווען מען הערט נאר די ווארט סעקאנד עמענדמענט ווערט לעבעדיג! א גרויס חלק אמעריקע ווייסט ניטאמאל וואס די סעקאנד עמענדמענט איז, אבער איינער האלט אז דאס איז געפערליך און דער צווייטער האלט אז דאס טאר מען בשום אופן נישט מבטל זיין! וואס איז די סעקאנד עמענדמענט? איך זאג דיר נישט! ווען דו וועסט וויסען פון וועלכע ריווער און וועלכע סי דו רעדטסט ווען דו פראטעסטירסט, וועל איך דיר זאגן וואס די סעקאנד עמענמענד איז. אדערווייל פארברען אמעריקען פלעגס אין וואשינגטאן!
מיר פערזענליך ארט שטארק ווען פרישע טעמעס עפענען זיך. אזוי ווי איך האב געשריבען ביי די נייעס איז מיין מיינונג אז יעדע פאוסט וואס קען נאר אפי' בדוחק אריינפיטען אין א טעמע וואס עקזעסטירט שוין, און מען זאל בשום אופן עפענען א פרישע טעמע פאר דעם. איך האב שין געשמאלצען עטליכע טעמעס בעבר (וואס?
@נקודות טובות איז א מנהל? ניין! איך האב באריכטעט פאר די הנהלה, און זיי האבן געשמאלצען)
עס זענען דא די טעמעס וואס איך ליין כסדר, דערנאך איז דא טעמעס וואו איך האב נאך קיינמאל אריינגעטרעטען. און ווי אויך זענען דא טעמעס וואס ליגט אויף מיין ליסטע אז איין טאג וועל איך עס נאך ליינען. ואל תאמר לכשאפנה, שמא...
איך וועל געבן א דוגמא פון וואס איך רעד, און פארשטייט זיך איך מיין נישט קיינעם פערזענליך.
לאנגזאם-פעלדמאן האבן ארויסגעגעבן א קליפ.
מיין מיינונג. אויב איז דאס א קאמפיין וואס איז אינטערעסאנט פארן עולם, זאל דאס נישט זיין אונטערן נאמען לאנגזאם-פעלדמאן. נאר אנשטאט זאל עס זיין מיטן נאמען פונעם קאמפיין, אזוי ווי בעבר איז שוין געווען טעמעס פון אנדערע קאמפיינס. אבער ווי מען זעהט איז די המשך הטעמע געווארן איבער די פעידזש פון די צוויי. סא אויב אזוי, פארוואס א פרישע טעמע? עס איז שוין דא אן עקזעסטירענדע טעמע פאר לאנגזאם-פעלדמאן. לייג עס דארט, און שמועס דארט.
מען קען דא צוצייכענען נאך טעמעס. אבער איך מיין דער עולם פארשטייט וואס איך מיין. ביטע קומט אריין מיט אייער מיינונג בנוגע ווען עס פארלאנגט זיך א פרישע טעמע, און ווען נישט.
Re: דאס פארמירונג פון די אידטיש קאנסטעטוציע חלק ב'-פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:16 pm
דורך נקודות טובות
אאפפסס.... די צוגעצייכנטע טעמע האט באקומען א קעפל טויש....
Re: דאס פארמירונג פון די אידטיש קאנסטעטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:26 pm
דורך דעת קדשי
@נקודות טובות לאמיתו של דבר איז קיינער נישט אינטערסירט אינעם קאמפיין פונעם ראצפערטער שול אין מאנסי
ווען נישט וועלוועל פירט עס אן
Re: דאס פארמירונג פון די אידטיש קאנסטעטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:37 pm
דורך נקודות טובות
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:26 pm
@נקודות טובות לאמיתו של דבר איז קיינער נישט אינטערסירט אינעם קאמפיין פונעם ראצפערטער שול אין מאנסי
ווען נישט וועלוועל פירט עס אן
אט אזוי! און דערפאר איז אזא טעמע גענצליך איבריג לפי דעתי. לייג עס אין זייער טעמע, און ווער עס אינטערעסירט אין לאנגזאם פעלדמען וועט עס ממילא זעהן.
Re: דאס פארמירונג פון די אידטיש קאנסטעטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:39 pm
דורך וואוילער
איך האב אמאהל אויפגברענגט א געדאנק אזויווי טעגס, אז יעדע טעמע און פאוסט זאל קענען באקומען עטליכע טעגס.
אזויווי למשל א קליפ פון לאנגסאם-פעלדמאן פאר א קאמפיין, וועט האבן די פאלגענדע טעגס
לאנגסאם-פעלדמאן
קאמאדי
קאמפיין וכו'
מאנסי נייעס
דאס וועט ארבעטן אזויווי א העשטעג בחינה.
Re: דאס פארמירונג פון די אידטיש קאנסטעטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:41 pm
דורך ווירקליך
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:39 pm
איך האב אמאהל אויפגברענגט א געדאנק אזויווי טעגס, אז יעדע טעמע און פאוסט זאל קענען באקומען עטליכע טעגס.
אזויווי למשל א קליפ פון לאנגסאם-פעלדמאן פאר א קאמפיין, וועט האבן די פאלגענדע טעגס
לאנגסאם-פעלדמאן
קאמאדי
קאמפיין וכו'
מאנסי נייעס
דאס וועט ארבעטן אזויווי א העשטעג בחינה.
קיל... דארף מען זען אויב טעכניש קען עס ארבעטן.
Re: דאס פארמירונג פון די אידטיש קאנסטעטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:43 pm
דורך ווירקליך
איך נויג אביסל צו זאגן ווי נקודות, הגם נישט אזוי עקסטרעם ווי ער וויל עס נעמען, נישט ממש יעדע נייעס וואס פיט בדוחק, אבער איך וואלט יא געוואלט וואס ווייניגער טעמעס.
איך וואלט אפילו געלאזט אלע פאליטישע נייעס אין איין טעמע, פונקט ווי ווען ביסט אויף א גרופע מיט חברים עפנט מען נישט נייע גרופעס פאר יעדע טאפיק.
Re: דאס פארמירונג פון די אידטיש קאנסטעטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:50 pm
דורך וואוילער
ווירקליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:41 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 25, 2024 5:39 pm
איך האב אמאהל אויפגברענגט א געדאנק אזויווי טעגס, אז יעדע טעמע און פאוסט זאל קענען באקומען עטליכע טעגס.
אזויווי למשל א קליפ פון לאנגסאם-פעלדמאן פאר א קאמפיין, וועט האבן די פאלגענדע טעגס
לאנגסאם-פעלדמאן
קאמאדי
קאמפיין וכו'
מאנסי נייעס
דאס וועט ארבעטן אזויווי א העשטעג בחינה.
קיל... דארף מען זען אויב טעכניש קען עס ארבעטן.
כ'וואלט גע'עצה'ט אז נאר די הנהלה זאל קענען מאכן נייע טעגס, און נאר דער פאוסטער זאל קענען לייגן א טעג אויף זיין פאוסט.
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 12:18 pm
דורך נקודות טובות
נאך א שלב ווען עס קומט צו די נושאים.
@American dream (אגב, שלום עליכם) האט געפענט א פרישע
טעמע. באמת, וואלט אזא טעמע געקענט געלייגט ווערן אין איינער פון די עקזעסטירענדע טעמעס, עס איז בסך הכל נאך א בליק אריין אין די אנקעטעס. און ער דארף ווען נישט עפענען א פרישע טעמע פאר דעם. נאר וואס? ווי ער שרייבט דארט האט ער אריינגעלייגט אין דעם איבער צוויי שעה ארבעט.
עס איז דא אמאל וואס ווען מען שרייבט א פאוסט אין אן עקזעטירענדע טעמע ווערט עס פארוואסערט צווישען אנדערע פאוסטס. און עס טוט זייער וויי ווען א פאוסט אין וואס מען האט אינוועסטירט אסאך צייט, ווערט פארזעהן. (גלייבטס מיר איך פארשטיי די ווייטאג. אלץ איינער וואס גלייכט ווייניגער טעמעס, איז שוין געווען עטליכע מאל וואס מיינע פאוסטס זענען פארזעהן געווארן על אף עס איז געליגען אין דעם אסאך ארבעט)
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 8:57 pm
דורך מיילעך פריילעך
אז מרעדט שוין איז דא א גרויסע חסרון אין טעמעס.
אידישע נייעס פון רוסלאנד, איראן, אוסטראליע ועוד, ווי גייט עס?
מדארף ASAP צאמשטעלן ביידע אשכולות פון די מלחמה אין א"י!!
ועוד ועוד..
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 11:27 pm
דורך צייטווייליג
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 8:57 pm
אז מרעדט שוין איז דא א גרויסע חסרון אין טעמעס.
אידישע נייעס פון רוסלאנד, איראן, אוסטראליע ועוד, ווי גייט עס?
מדארף ASAP צאמשטעלן ביידע אשכולות פון די מלחמה אין א"י!!
ועוד ועוד..
הנני... האמיר נארוואס געשמאלצן די זרעילי טעמעס, והיה לאחדים.
אנבאלאנגט די אנדערע טעמעס, נעמט דעם כבוד און עפן כפי ראות עניך, הנה הפארעם רחבת ידים לפניך... יעדער וועט עס אייך מכיר טוב זיין.
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:12 am
דורך מיילעך פריילעך
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 5:04 pm
דורך שמח
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 8:57 pm
אז מרעדט שוין איז דא א גרויסע חסרון אין טעמעס.
אידישע נייעס פון רוסלאנד, איראן, אוסטראליע ועוד, ווי גייט עס?
מדארף ASAP צאמשטעלן ביידע אשכולות פון די מלחמה אין א"י!!
ועוד ועוד..
בנוגע שמעלצן, מעקן וכו' קען מען געווענליך באריכטן.
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 8:12 pm
דורך מיילעך פריילעך
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:23 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
עס האט דיר געכאפט יעצט א שובבים התעוררות צו מאחד זיין טעמעס אלס אן הכנה צו ביאת המשיח???...
איך מיין ערענסט גערעדט, וואס האט נייעס פון אומאן מיט אנטיסעמיטיזם? און וואס האט א פרשה פון פארכאפטע קינדער אין פראנקרייך, מיט קורצע אידישע נייעס? אפשר שטעלט אויך צוזאם די נייעס פון בארא פארק מיט די נייעס פון וויליאמסבורג??
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:30 pm
דורך שמח
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:23 pm
עס האט דיר געכאפט יעצט א שובבים התעוררות צו מאחד זיין טעמעס אלס אן הכנה צו בית המשיח???...
איך מיין ערענסט גערעדט, וואס האט נייעס פון אומאן מיט אנטיסעמיטיזם? און וואס האט א פרשה פון פארכאפטע קינדער אין פראנקרייך, מיט קורצע אידישע נייעס? אפשר שטעלט אויך צוזאם די נייעס פון בארא פארק מיט די נייעס פון וויליאמסבורג??
כ'מיין ס'איז געווען מער בבחינות סטראשע וועגן זיין ''אידישע נייעס פון רוסלאנד'' טעמע...
ער מיינט עס נישט ערענסט, עכ''פ מיר זעהט עס אויס אזוי.
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:40 pm
דורך מיילעך פריילעך
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:23 pm
עס האט דיר געכאפט יעצט א שובבים התעוררות צו מאחד זיין טעמעס אלס אן הכנה צו בית המשיח???...
איך מיין ערענסט גערעדט, וואס האט נייעס פון אומאן מיט אנטיסעמיטיזם? און וואס האט א פרשה פון פארכאפטע קינדער אין פראנקרייך, מיט קורצע אידישע נייעס? אפשר שטעלט אויך צוזאם די נייעס פון בארא פארק מיט די נייעס פון וויליאמסבורג??
איך זע גוט??
א גאנצן צייט הערט מען נישט אויף צו שרייען אויף מיר אז איך האב געעפענט טעמעס וואס ספעלט נישט אויס.
האב איך פראבירט צו צאמשטעלן אלע אדישע ניעס פון איבער די וועלט (חוץ אמעריקא אין א"י), שרייט מען ווייטער???
איך כאפ עכט נישט וואס גייט דא פאר!!!
(די נייעס פון פראנקרייך האט בערך 7 און אהאלב פאוסטס, ממילא ברויך עס נישט קיין עקסטערע טעמע)
עטס קענטס מיר מסביר זיין וואס גייט פאר מיט ענק???
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:56 pm
דורך נקודות טובות
פון וואו האב איך געוויסט אז ביי די צווייטע עמענדמענט גייט גיין פעטש?? הא??
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:20 pm
דורך פליט
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:56 pm
פון וואו האב איך געוויסט אז ביי די צווייטע עמענדמענט גייט גיין פעטש?? הא??

Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:42 pm
דורך פופציגער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:40 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:23 pm
עס האט דיר געכאפט יעצט א שובבים התעוררות צו מאחד זיין טעמעס אלס אן הכנה צו בית המשיח???...
איך מיין ערענסט גערעדט, וואס האט נייעס פון אומאן מיט אנטיסעמיטיזם? און וואס האט א פרשה פון פארכאפטע קינדער אין פראנקרייך, מיט קורצע אידישע נייעס? אפשר שטעלט אויך צוזאם די נייעס פון בארא פארק מיט די נייעס פון וויליאמסבורג??
איך זע גוט??
א גאנצן צייט הערט מען נישט אויף צו שרייען אויף מיר אז איך האב געעפענט טעמעס וואס ספעלט נישט אויס.
האב איך פראבירט צו צאמשטעלן אלע אדישע ניעס פון איבער די וועלט (חוץ אמעריקא אין א"י), שרייט מען ווייטער???
איך כאפ עכט נישט וואס גייט דא פאר!!!
(די נייעס פון פראנקרייך האט בערך 7 און אהאלב פאוסטס, ממילא ברויך עס נישט קיין עקסטערע טעמע)
עטס קענטס מיר מסביר זיין וואס גייט פאר מיט ענק???
קודם, ווער ס’שרייט אויף
@מיילעך פריילעך זאל מיר ווארטן ביי מיין אפיס מיט די פאות אויף די אויער!
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 12:57 am
דורך מיילעך פריילעך
פופציגער האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:42 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:40 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:23 pm
עס האט דיר געכאפט יעצט א שובבים התעוררות צו מאחד זיין טעמעס אלס אן הכנה צו בית המשיח???...
איך מיין ערענסט גערעדט, וואס האט נייעס פון אומאן מיט אנטיסעמיטיזם? און וואס האט א פרשה פון פארכאפטע קינדער אין פראנקרייך, מיט קורצע אידישע נייעס? אפשר שטעלט אויך צוזאם די נייעס פון בארא פארק מיט די נייעס פון וויליאמסבורג??
איך זע גוט??
א גאנצן צייט הערט מען נישט אויף צו שרייען אויף מיר אז איך האב געעפענט טעמעס וואס ספעלט נישט אויס.
האב איך פראבירט צו צאמשטעלן אלע אדישע ניעס פון איבער די וועלט (חוץ אמעריקא אין א"י), שרייט מען ווייטער???
איך כאפ עכט נישט וואס גייט דא פאר!!!
(די נייעס פון פראנקרייך האט בערך 7 און אהאלב פאוסטס, ממילא ברויך עס נישט קיין עקסטערע טעמע)
עטס קענטס מיר מסביר זיין וואס גייט פאר מיט ענק???
קודם, ווער ס’שרייט אויף @מיילעך פריילעך זאל מיר ווארטן ביי מיין אפיס מיט די פאות אויף די אויער!
אפילו כהאב נישט קיין גלעזער??
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 12:51 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:40 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:23 pm
עס האט דיר געכאפט יעצט א שובבים התעוררות צו מאחד זיין טעמעס אלס אן הכנה צו בית המשיח???...
איך מיין ערענסט גערעדט, וואס האט נייעס פון אומאן מיט אנטיסעמיטיזם? און וואס האט א פרשה פון פארכאפטע קינדער אין פראנקרייך, מיט קורצע אידישע נייעס? אפשר שטעלט אויך צוזאם די נייעס פון בארא פארק מיט די נייעס פון וויליאמסבורג??
איך זע גוט??
א גאנצן צייט הערט מען נישט אויף צו שרייען אויף מיר אז איך האב געעפענט טעמעס וואס ספעלט נישט אויס.
האב איך פראבירט צו צאמשטעלן אלע אדישע ניעס פון איבער די וועלט (חוץ אמעריקא אין א"י), שרייט מען ווייטער???
איך כאפ עכט נישט וואס גייט דא פאר!!!
(די נייעס פון פראנקרייך האט בערך 7 און אהאלב פאוסטס, ממילא ברויך עס נישט קיין עקסטערע טעמע)
עטס קענטס מיר מסביר זיין וואס גייט פאר מיט ענק???
קודם כל איך האב נישט געשרי
גן, איך האב געשרי
בן..
מ' קען נישט קוקן נאר אויף כמות פון א טעמע און לויט דעם מעסטן די וויכטיגקייט דערפון, מ' דארף קוקן אויף די איכות אויך, פונקט ווי דו פארשטייסט אז עס איז דא באנוצער'ס דא מיט א גרויסע צאל פאוסט אבער אן קיין גרויסע איכות, און עס איז דא באנוצער'ס מיט ווייניגער פאוסט אין כמות אבער מיט אסאך איכות.
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:21 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אזויווי @רעגענדיגע זונטאג זאגט. ווען עפעס אויסערארדענטליך געשעט, אפילו ס'איז דערווייל נאר דא אכט אפדעיטס, איז עס אינטערסאנטער ווי די רוסישע נייעס וואס איז פשוט די טעגליכע אפעראציעס פון די אידישע געמיינדע.
לשבר את האוזן: בעצם קען מען יעדן טאג באריכטן פון אלע שטעט און פון יעדע ארגאניזאציע און קהילה אין אמעריקע און א"י, דער האט אנגעהויבן א נייע שיעור אין פאליש, און דער האט באקומען א פרישע טראק, און דער דריטער האט נעכטן געהאט א מיטונג מיט די באהערדע וכו'.
פארוואס זאל עס זיין אינטערסאנטער וויבאלד עס קומט פאר אין רוסלאנד, און נישט אינעם היימישן וומסב"ג?
אפגערעדט ווען מ'באריכט ביי אידישע נייעס אזעלכע נייעס וואס האט מיט יודן אזויווי בערני סענדערס' קאמפיין... אדער נייעס איבער בלומבערג... ער איז אויך א יוד... אבער דאס קומט לענ"ד נישט אריין ביי אידישע נייעס.
עניוועי, שכח @מיילעך פריילעך פארן צוגעבן אזויפיל צום זייטל!
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:47 pm
דורך מיילעך פריילעך
אין הכי נמי.
אבער כמיין אז עס מעג ווען זיין א טעמע פון אידישע נייעס אלטוועלטליך.
כרעד נישט פון יעדע אידיש אפשטאמיגער אבער מהערט גענוג און נאך נייעס וואס איז נישט גאר גרויסע נייעס וואס דארף לשי' א עקסטערע טעמע, נאר סאיז א נייעס וואס חברינו היקרים וואלטן געקענט באשטיין מיטצוהאלטן.
זהו ענ''ד וכאן מקום למי שרוצה להיות בעל דין לחלוק.
Re: די פארמירונג פון דער אידטיש קאנסטיטוציע חלק ב' - פרישע טעמעס
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:49 pm
דורך מיילעך פריילעך
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 12:51 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:40 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 07, 2024 10:23 pm
עס האט דיר געכאפט יעצט א שובבים התעוררות צו מאחד זיין טעמעס אלס אן הכנה צו בית המשיח???...
איך מיין ערענסט גערעדט, וואס האט נייעס פון אומאן מיט אנטיסעמיטיזם? און וואס האט א פרשה פון פארכאפטע קינדער אין פראנקרייך, מיט קורצע אידישע נייעס? אפשר שטעלט אויך צוזאם די נייעס פון בארא פארק מיט די נייעס פון וויליאמסבורג??
איך זע גוט??
א גאנצן צייט הערט מען נישט אויף צו שרייען אויף מיר אז איך האב געעפענט טעמעס וואס ספעלט נישט אויס.
האב איך פראבירט צו צאמשטעלן אלע אדישע ניעס פון איבער די וועלט (חוץ אמעריקא אין א"י), שרייט מען ווייטער???
איך כאפ עכט נישט וואס גייט דא פאר!!!
(די נייעס פון פראנקרייך האט בערך 7 און אהאלב פאוסטס, ממילא ברויך עס נישט קיין עקסטערע טעמע)
עטס קענטס מיר מסביר זיין וואס גייט פאר מיט ענק???
קודם כל איך האב נישט געשרי
גן, איך האב געשרי
בן..
מ' קען נישט קוקן נאר אויף כמות פון א טעמע און לויט דעם מעסטן די וויכטיגקייט דערפון, מ' דארף קוקן אויף די איכות אויך, פונקט ווי דו פארשטייסט אז עס איז דא באנוצער'ס דא מיט א גרויסע צאל פאוסט אבער אן קיין גרויסע איכות, און עס איז דא באנוצער'ס מיט ווייניגער פאוסט אין כמות אבער מיט אסאך איכות.
זייער גוט געשריבן.
אבער לענינינו ווי קומט דעיס אריין??