בלאט 1 פון 2

אנטפלעקט צום ערשטן מאל! מיין חבר'ס פטירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 3:09 pm
דורך יקל פעדער
לאמעך ענק דערציילן א מעשה וואס לפי ידיעתי איז עס נאך קיינמאל געגאנגען פאבליק, צוליב דעם וואס די עסקנים האבן נישט געוואלט ס'זאל איבערדרייען דעם שטעטל, איבערהויפט ווען ס'קען צוקומען לידי בזיון פאר היימישע יודן.
אבער היות איך בין געווען זייער נאנט מיטן בעל המעשה, ווייס איך דערפון. און איך האב באשלאסן אז ס'איז שוין גענוג לאנג פון ווען די מעשה האט פאסירט. און ס'האט מער נישט קיין פשט עס צי האלטן בסוד.

אט האט איר די מעשה.
ליינט און וויינט.
געשטאנען איז ער - מיין טייערע חבר - יעדן טאג, טאג איין טאג אויס, אין די קליין קעכל אויף אונזער שטאק פון די אפיס בילדונג, און פארקויפט עסן פאר די ארבעטערס פאר לאנטש וכדו'. סענדוויטשעס, סנעקס, דעינישעס, טרינקן וכו'.
איך - אלס הינגעריעגע ארבעטער אויף יענעם שטאק - האב געהאט א מורה'דיגע קשר מיט יענעם.
יעדע טאג האב איך אים דורך געוואקט כאטש 4 מאל. און יעדע פון דעי מאל האט ער מיר באגריסט און געגעבן דעי בלינק צו מיין אויג.
ער איז געווען א נאבעלער. און אין אים האב איך זיך פרובירט אפצישפיגלען. זיינע גוטע מודות, קיינמאל נישט געשריגן. געגעבן די פינקטלעכע טשעינדזש מיט אזא איידלקייט. כ'האב אים אמת'דיג געגליכענט.
געהאט אפי' מער ווי איין מאל אז ווען כ'האב געדארפט עפעס פון אים און ער איז געווען פארקלאצט, פלעג איך אים געבן א קלאפ אז ער זאל זיך דערוועקן. קיינמאל האט ער ניטאמאל ארויסגעוויזן אז ס'באדערט אים. כ'האב אפי' געהאט א מאל (אין א אנגעצויגענע ארבעטס טאג) וואס כ'האב אים געגעבן א שטויס אז ער זאל זיך אויפכאפן. נישט נאר וואס ער האט נישט צוריק געגעבן, נאר ער האט מיך סערווירט מיט די זעלבע שמייכעל ווי א טאג פריער.
און נישט נאר איך האב אים געגליכענט. נאר אלע ארבעטערס האבן אים זייער ליב געהאט. אייביג מיט א ליכטיגקייט.

און אזוי ווי יעדע גוטע זאך אויף דער וועלט, איז זיינע יארן ליידער אויך געקומען צו אן ענדע ל"ע. אבער ליידער אויף א פאטאלע אופן.

געווען איז דאס ווען איין צופרי האט דאס ארגסטע פאסירט און א ווייער האט אויפגעריסן הארט נעבן אים, און אים נעבעך אומגעברענגט, אזוי יונג און אזוי טראגיש.
קיין גרויסע פייער איז ב"ה נישט געשעהן, אבער א ס'האט ליידער געקאסט אן אומשילדיג קרבן.
אוי ווי שווער ס'איז געווען זיך צו טרייסטן נאך אים.
די מעשה איז נאך ערגער געווארן ווען מ'האט געוואלט באשולדיגן דער יוד וואס האט געמאכט די לעקטעריק אינעם בנין, אז ער איז שולדיג אינעם מארד. אבער דאס האבן די עסקנים שוין מסדר געווען און מ'האט פארמאכט דעם קעיס.
אבער כ'האב גע'דארף ווייטער אנגיין אין לעבן, און ברענגן ברויט אויפן טיש, און כ'קען נישט אזוי אנגיין.
האט מען גערעדט צום מענעדזשער פונעם בנין, און ער האט אוועק געטראגן די אלטע פארברענטע און געברענגט א נייע.... ווענדינג מאַשין.

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 3:36 pm
דורך משותלח
😆זאל ער זיין א גיטע בעטער!!
ער ווייסט אפילו נישט וואספארא זכיה ער פארמאגט.
געזעטיגט אזויפיל יודישע נפשות!!

אי לאו האי חתונה מאשין, כמה הונגעריגע פועלים איכא בשוקא??

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 3:39 pm
דורך שמח
נאכן זעהן די ענדע האט עס אן אנדערע טעם איבערצוליינען... מ'זעהט ווי יעדע ווארט איז בכוונה...

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 3:40 pm
דורך וואוילער
:lol: :lol:

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 3:44 pm
דורך יקל פעדער
שמח האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 3:39 pm נאכן זעהן די ענדע האט עס אן אנדערע טעם איבערצוליינען... מ'זעהט ווי יעדע ווארט איז בכוונה...
אה, כאטש איינער כאפט.
שכח.

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 6:18 pm
דורך מיינע פאעזיעס
דו ביסט משוגע!!!!!
האסט מיך געהארגעט ביים ענד!!!

גוט און פיין געשריבן!!

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 7:19 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
איך האב שוין געהערט אמאל אז "איין לעצטע שורה" טוישט א גאנצע משמעות. אבער איין לעצטע ווארט?!.... יוי איז דאס ריזיג. עס האט מיר געקאסט אן אמת'ער אויספלאץ.

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 7:39 pm
דורך יקל פעדער
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 6:18 pm דו ביסט משוגע!!!!!
האסט מיך געהארגעט ביים ענד!!!

גוט און פיין געשריבן!!
כ'זעה אז דו שרייבסט, מסתם האט דיר איינער מחיה מתים געװען...
שכח.

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 8:10 pm
דורך שמח
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 7:19 pm איך האב שוין געהערט אמאל אז "איין לעצטע שורה" טוישט א גאנצע משמעות. אבער איין לעצטע ווארט?!.... יוי איז דאס ריזיג. עס האט מיר געקאסט אן אמת'ער אויספלאץ.
בבחינות פלאצתי...

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 9:59 pm
דורך יקל פעדער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 7:19 pm איך האב שוין געהערט אמאל אז "איין לעצטע שורה" טוישט א גאנצע משמעות. אבער איין לעצטע ווארט?!.... יוי איז דאס ריזיג. עס האט מיר געקאסט אן אמת'ער אויספלאץ.
ב''ה.
שכח.

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 11:55 pm
דורך טיפע טאשן
פיינע נייעס די

ביי די שטיקל האב איך שוין עפעס חושד געווען
וואס כ'האב אים געגעבן א שטויס אז ער זאל זיך אויפכאפן.

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 12:12 am
דורך טראפקעלע
זייער זיס....

דערמאנסט פון עפעס א נאמבער...
...=2X25 @

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 12:50 am
דורך פופציגער
כ'ווייס נישט גענוי וואס @טראפקעלע וויל פון מיר, זינט קיין ווענדינג מאשין בינעך נישט, אבער שקויעך פאר'ן אהערשלעפן...

סארא געשיכטע דאס...

כליפ כליפ...

בשעת'ן ליינען האב איך זיך שוין אימעדזשנט דעם גראבן אינגערמאן מיט די צעשלאכעטע שלייקעס און אפענע שיכנבענדל וואס שטייט מיט א טעצל פאנקען און בעט זיך פאר קונים... נעבעך געווארן פארכאפט אין די גראזן און דערנער... נו שוין... זיין ענדע איז געוועזן טראגיש...

זע איך אז כ'ביניש אזוי ראונג... דער גראבער ווענדינג מאשין מיט צעשלאכענע שטאנגען און לויזע ווייער וואס שטייט מיט א טעצל וכו'...

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 12:52 am
דורך שאינו יודע לשאול
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:50 am כ'ווייס נישט גענוי וואס @טראפקעלע וויל פון מיר, זינט קיין ווענדינג מאשין בינעך נישט, אבער שקויעך פאר'ן אהערשלעפן...
דו ביסט דאך (געווען :oops: ) דער מלך אין אזעלכע סורפרייז ארטיקלען.

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 1:20 am
דורך טראפקעלע
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:50 am כ'ווייס נישט גענוי וואס @טראפקעלע וויל פון מיר, זינט קיין ווענדינג מאשין בינעך נישט, אבער שקויעך פאר'ן אהערשלעפן...

סארא געשיכטע דאס...

כליפ כליפ...

בשעת'ן ליינען האב איך זיך שוין אימעדזשנט דעם גראבן אינגערמאן מיט די צעשלאכעטע שלייקעס און אפענע שיכנבענדל וואס שטייט מיט א טעצל פאנקען און בעט זיך פאר קונים... נעבעך געווארן פארכאפט אין די גראזן און דערנער... נו שוין... זיין ענדע איז געוועזן טראגיש...

זע איך אז כ'ביניש אזוי ראונג... דער גראבער ווענדינג מאשין מיט צעשלאכענע שטאנגען און לויזע ווייער וואס שטייט מיט א טעצל וכו'...
עפעס א גראבע פיס פינגער???

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 1:22 am
דורך פופציגער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:52 am
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:50 am כ'ווייס נישט גענוי וואס @טראפקעלע וויל פון מיר, זינט קיין ווענדינג מאשין בינעך נישט, אבער שקויעך פאר'ן אהערשלעפן...
דו ביסט דאך (געווען :oops: ) דער מלך אין אזעלכע סורפרייז ארטיקלען.
הער אויף שרייען! כבין ביזי, כ'ווייס, כ'על טרייען צו אויפנעמען נאך ארבייטער אין מיין היילאו פעקטארי העליך קענען זיין מער אויף אידטיש. אקעי.

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 12:02 pm
דורך יקל פעדער
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 11:55 pm פיינע נייעס די

ביי די שטיקל האב איך שוין עפעס חושד געווען
וואס כ'האב אים געגעבן א שטויס אז ער זאל זיך אויפכאפן.
יאפ, נישט די ערשטע וואס זאגט מיר דאס.

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 12:05 pm
דורך יקל פעדער
טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:12 am זייער זיס....

דערמאנסט פון עפעס א נאמבער...
...=2X25 @
העי! איך האב שוין געטראכט פון ניצן די געדאנק פאר נעקסטע מאל כ'דארף רופן @פופציגער.
קוקט אויס אז ס'איז נישט קיין נייע חידוש.
דערמאנסט מיר פון עפעס א נקודה... וואס האט זייער ליב צו צוזאמשטעלן איין ניק מיט די אנדערע.

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 12:07 pm
דורך יקל פעדער
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:50 am כ'ווייס נישט גענוי וואס @טראפקעלע וויל פון מיר, זינט קיין ווענדינג מאשין בינעך נישט, אבער שקויעך פאר'ן אהערשלעפן...

סארא געשיכטע דאס...

כליפ כליפ...

בשעת'ן ליינען האב איך זיך שוין אימעדזשנט דעם גראבן אינגערמאן מיט די צעשלאכעטע שלייקעס און אפענע שיכנבענדל וואס שטייט מיט א טעצל פאנקען און בעט זיך פאר קונים... נעבעך געווארן פארכאפט אין די גראזן און דערנער... נו שוין... זיין ענדע איז געוועזן טראגיש...

זע איך אז כ'ביניש אזוי ראונג... דער גראבער ווענדינג מאשין מיט צעשלאכענע שטאנגען און לויזע ווייער וואס שטייט מיט א טעצל וכו'...
אייביג געמיינט ביסט א ווענדינג מאשין.
סארי. טעותי.

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 12:08 pm
דורך יקל פעדער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:52 am
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:50 am כ'ווייס נישט גענוי וואס @טראפקעלע וויל פון מיר, זינט קיין ווענדינג מאשין בינעך נישט, אבער שקויעך פאר'ן אהערשלעפן...
דו ביסט דאך (געווען :oops: ) דער מלך אין אזעלכע סורפרייז ארטיקלען.
אי מלכא אנא, עד השתא אמאי לא אתית להכא.

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 12:09 pm
דורך יקל פעדער
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 1:22 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:52 am
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:50 am כ'ווייס נישט גענוי וואס @טראפקעלע וויל פון מיר, זינט קיין ווענדינג מאשין בינעך נישט, אבער שקויעך פאר'ן אהערשלעפן...
דו ביסט דאך (געווען :oops: ) דער מלך אין אזעלכע סורפרייז ארטיקלען.
הער אויף שרייען! כבין ביזי, כ'ווייס, כ'על טרייען צו אויפנעמען נאך ארבייטער אין מיין היילאו פעקטארי העליך קענען זיין מער אויף אידטיש. אקעי.
טאקע געהערט ס'האט זיך געעפענט א נייע קיאסק אין דיין געגענט... א וואונדער דער איז ביזי...?

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 1:36 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 1:22 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:52 am
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:50 am כ'ווייס נישט גענוי וואס @טראפקעלע וויל פון מיר, זינט קיין ווענדינג מאשין בינעך נישט, אבער שקויעך פאר'ן אהערשלעפן...
דו ביסט דאך (געווען :oops: ) דער מלך אין אזעלכע סורפרייז ארטיקלען.
הער אויף שרייען! כבין ביזי, כ'ווייס, כ'על טרייען צו אויפנעמען נאך ארבייטער אין מיין היילאו פעקטארי העליך קענען זיין מער אויף אידטיש. אקעי.
היילאו פעקטארי?! :roll:


ווען האסטו געקוויט דיין זילבער סטאר???

גארנישט געהערט... אזוי יונג נעבעך...

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 1:44 pm
דורך דעת קדשי
יקל פעדער האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 3:09 pm יעדע טאג האב איך אים דורך געוואקט כאטש 4 מאל. און יעדע פון דעי מאל האט ער מיר באגריסט
פשיהא ווי קויפט מען אזאנס? לוינט זיך צו פארשאפן איינס...כאטש איינער זאל מיך גריסן...

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 2:10 pm
דורך יקל פעדער
דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 1:44 pm
יקל פעדער האט געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2024 3:09 pm יעדע טאג האב איך אים דורך געוואקט כאטש 4 מאל. און יעדע פון דעי מאל האט ער מיר באגריסט
פשיהא ווי קויפט מען אזאנס? לוינט זיך צו פארשאפן איינס...כאטש איינער זאל מיך גריסן...
מיר זוכן יעצט נישט קיין פרישע ארבעטערס, אבער די אנדערע ביזנעס אויף אונזער שטאק זיכט גראדע איינעם...

Re: אנפלעקט צום ערשטע מאל! מיין חבר׳ס פטירה

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 2:27 pm
דורך יקל פעדער
.