רבי מאיר הלוי מאפטא ז"ל - כ"ה תמוז תקפ"ז

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2164

רבי מאיר הלוי מאפטא ז"ל - כ"ה תמוז תקפ"ז

פאוסט דורך מירון »

בן רבי שמואל סג"ל ז"ל. חתן: רבי אהרן הנסתר ז"ל. נולד: שנת תק"כ. רבותיו: רבי מרדכי מסטאשוב, בעל כתר כהונה, החוזה מלובלין, אפטער רב ז"ל. מחבר ספר: אור לשמים. רב בעיר: סטאבניץ, אפטא.

דער גרויסער צדיק רבי מאיר פון אפטא, אדער ווי אנדערע האבן אים גערופן רבי מאיר'ל סטאבניצער, איז געווען א גדול בתורה ויראה און ער איז געווען אנגענומען אלס דער ממלא מקום פונעם רבי'ן פון לובלין, צוליב דעם וואס רבי מאיר איז געווען ביים רבי'ן פון לובלין דעם לעצטן שבת פרשת פנחס עלי אדמות, דאס הייסט לערך א דריי פיר וואכן פארן הסתלקות פון רבין פון לובלין (דער רבי פון לובלין איז אוועק, כידוע, תשעה באב), און דער רבי פון לובלין האט ביים ליינען אויפגערופן לתורה רבי מאיר צו די פרשה פון "יפקוד ד' אלוקי הרוחות" און אויסגעלאזט אויף אים דעם פסוק פון "ויסמך את ידיו עליו ויצוהו וכו'". ביי חסידים איז דאס געווען אנגענומען אלס א רמז לממלא מקומו הק'.

מעשה:
הגה"צ רבי אלחנן היילפרין זצ"ל האט דערציילט אז בשעת די שבע ברכות פון זיין איידעם רבי מנדל גלאגובער, האט זיך פארלוירן די טאביק פושקע פונעם אור לשמים זי"ע, און די חתן האט זיך געבויגן און עס אויפגעהויבן, און דער אור לשמים איז געווארן אינגאנצן צורידערט "איך האב זית באנוצט מיט א חתן, איך האב זיך באנוצט מיט א חתן", און דער גלאגובער רב האט זיך אויסגעדרוקט אויף דעם: הלוואי זאל איך האבן בשעת כל נדרי אזעלכע הרהורי תשובה ווי דער אור לשמים האט דעמאלס געהאט...

מדבריו הקדושים:
אין זיין ספר אור לשמים פרשת תולדות (ד"ה ויעש להם משתה) שרייבט ער: איך האב געהערט פון דעם מגיד פון מעזריטש, אז ווען א מענטש מאכט חתונה א קינד דאס אליין ברענגט אים פרנסה! זאגט דער אור לשמים אז ער האט געטראפן א רמז דערויף אין פסוק (בראשית כו, ל) "ויעש להם משתה ויאכלו וישתו". ויעש להם משתה, אז מ'מאכט א חתונה איז ויאכלו וישתו, עס ברענגט פרנסה.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2164

תפילת רבי מאיר

פאוסט דורך מירון »

א הייליגע תפילה פון רבי מאיר פון אפטא:

רִבּוֹן הָעוֹלָמִים יָדַעְתִּי כִּי הִנְנִי בְּיָדְךָ לְבַד כַּחֹמֶר בְּיַד הַיּוֹצֵר. וְאִם גַּם אֶתְאַמֵּץ בְּעֵצוֹת וְתַחְבּוּלוֹת וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ נַפְשִׁי, מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְרָתְךָ אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה.

וְאִם חָלִילָה יַחְפְּצוּ כֻּלָּם לְהָרַע אָז אַתָּה בְּחֶמְלָתְךָ תָּשִׂים עֵינֶיךָ עָלַי וְתַשְׁקִיף עָלַי לְטוֹבָה מִמְּעוֹן קָדְשְׁךָ. הִנֵּה חֲבָלִים נָפְלָה לִי בַּנְּעִימִים, וִישׁוּעָתִי בָּאָה, וְעֶזְרָתִי תִגָּלֶה. לָכֵן עָזְרֵנִי רִבּוֹן הָעוֹלָמִים לִהְיוֹת עֵינַי פְּתוּחוֹת לִרְאוֹת תָּמִיד אֲמִתּוּת הַדָּבָר הַזֶּה, וִיהִי תָּקוּעַ וְקָבוּעַ אֱמוּנָתְךָ בְּלִבִּי בְּכָל עֵת לְבַל אָסוּר לֹא בְדִבּוּר וְלֹא בְמַעֲשֶׂה וְלֹא בְמַחְשָׁבָה לַעֲבֹד זוּלָתְךָ חָלִילָה, כִּי אִם תִּרְדֹּף נַפְשִׁי רְצוֹנְךָ הַטּוֹב בֶּאֱמֶת.

גַּם עָזְרֵנִי לְבַל יָמוּשׁ מֵרַעְיוֹנַי וּמִלִּבִּי גְּדֻלָּתְךָ וּגְבוּרוֹתֶיךָ וְהוֹפָעַת חִיוּתְךָ בְּכָל רֶגַע, וְקוֹטֶן עֶרְכִּי בֵּין מַעֲשֶׂיךָ, וּמַה נֶּחְשָׁב אֲנִי בֵּין יְצוּרֶיךָ, וּכְאַיִן אֲנִי נֶגֶד בְּרוּאֶיךָ אִם גַּם הָיִיתִי נָקִי מִכָּל חֵטְא, וּמַה גַּם כִּי עֲוֹנוֹתַי רָבוּ לְמַעְלָה רֹאשׁ נְקַלֹּתִי מִכָּל בְּרוּאֶיךָ כִּי הֵם עוֹשִׂים רְצוֹנְךָ אֲשֶׁר לְכָךְ נוֹצְרוּ וַאֲנִי בְּגֹבַהּ לִבִּי מְתֹעָב בְּעֵינֶךָ. וְעָזְרֵנִי לִהְיוֹת מִדַּת הַכְנָעָה וְשִׁפְלוּת רוּחַ דָּבוּק בְּלִבִּי וּבְרַעְיוֹנַי בְּכָל עֵת וּבְכָל רֶגַע, וְתִהְיֶה יִרְאָתְךָ עַל פָּנַי לְבִלְתִּי אֶחֱטָא, וְיִשְׂמַח לִבִּי תָמִיד בְּךָ אֲשֶׁר בְּרָאתַנִי לִכְבוֹדְךָ, וְאַהֲבָתְךָ תִּבְעַר בְּקִרְבִּי, וּמֵחָכְמָתְךָ תַּאֲצִיל עָלַי לִהְיוֹת נֶגֶד עֵינַי גְּדֻלָּתְךָ וּגְבוּרָתֶךָ וּמִעוּט עֶרְכִּי וְחֶסְרוֹן בִּינָתִי, וְלֹא יִגְבַּהּ לִבִּי, וְלֹא אֶרְדּוֹף אַחַר הַכָּבוֹד וּגְדֻלָּה וְעֹשֶׁר כִּי אִם תִּכְסֹף נַפְשִׁי לַעֲשׂוֹת רְצוֹנְךָ הַיָּשָׁר בְּעֵינֶיךָ, וְאֶהְיֶה מוּכָן בְּכָל רֶגַע לִמְסֹר נַפְשִׁי רוּחִי וְנִשְׁמָתִי וְגוּפִי וּמְאֹדִי עַל קְדֻשַּׁת שְׁמֶךָ, וְהָסֵר כָּל הַמָּסָכִים הַמַּבְדִּילִים בֵּינִי לְבֵינְךָ, וְהַחְזִירֵנִי בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵמָה לְפָנֶיךָ.

וְיֻנְעַם לִי כָּל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה עִמָּדִי וְלֹא יְבַלְבְּלֵנִי שׁוּם עִנְיָן מֵעֲבוֹדָתְךָ הָאֲמִתִּית, וְלֹא תַעֲלֶה קִנְאַת אָדָם עָלַי וְלֹא קִנְאָתִי עַל אֲחֵרִים, וְלֹא אֶתְאַוֶּה לְשׁוּם דָּבָר זוּלַת רְצוֹנְךָ, וְהוֹרֵינוּ דֶּרֶךְ חֻקֶּיךָ לְעָבְדְּךָ בְּלֵב נָבָר וְזָךְ וּבְשִׂמְחָה וְרוּחַ נְמוּכָה וּבְאַהֲבַת עַמְּךָ יִשְׂרָאֵל, וְיִתְקַדֵּשׁ שִׁמְךָ עַל יָדִי וְעַל יְדֵי זַרְעִי וְזֶרַע זַרְעִי עַד סוֹף כָּל הַדּוֹרוֹת וְלֹא יִמָּצֵא פְּסוּל בָּנוּ חָלִילָה, וְנִנָּצֵל מֵחִלּוּל הַשֵּׁם, וְנִזְכֶּה לַעֲסֹק בְּתוֹרָתְךָ לִשְׁמָהּ בִּתְמִידוּת מִתּוֹךְ הַרְחָבָה, בִּתְשׁוּבָה וּבְדַעַת וּבְשִׂמְחָה וְלֵב טָהוֹר, וְנִשָּׁמֵר מִכָּל חֵטְא וּמִכָּל עָוֹן, וְנִשְׂמַח בְּדִבְרֵי תוֹרָתֶךָ וּבְמִצְוֹתֶיךָ לְעוֹלָם וָעֶד, וְנִזְכֶּה לְתַקֵּן אֵת אֲשֶׁר הֶעֱוִינוּ וְלֹא נֵבוֹשׁ בָּעוֹלָם הַזֶּה וְלֹא נִכָּלֵם לָעוֹלָם הַבָּא אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן:
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1323
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3582

Re: רבי מאיר הלוי מאפטא ז"ל - כ”ה תמוז תקפ”ז

פאוסט דורך רואה חשבונות »

היינט געזען א צעטל אין ביהמ"ד
738.jpg
738.jpg (425.55 KiB) געזען געווארן 244 מאל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2164

Re: רבי מאיר הלוי מאפטא ז"ל - כ”ה תמוז תקפ”ז

פאוסט דורך מירון »

וויי וויי, דרכי ציון אבלות מבלי באי וכו' כל שעריה שוממין אזוי קוקט נעבעך אויס מקום מנוחת קדשו, אזא הסתר פנים!
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: רבי מאיר הלוי מאפטא ז"ל - כ"ה תמוז תקפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געבוירן אין שטאט אפטא, בשנת תק"כ, צו זיין טאטן הרה"ק רבי שמואל הלוי ראטענבערג זי"ע,
מגזע הגה"ק רבי ישעי' הלוי הורוויץ בעל השל"ה הקדוש זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת פייגא ע"ה,
מגזע פונעם הייליגען ש"ך זי"ע,

ווען דער חוזה זי"ע האט גערעדט פון די צוויי הייליגע קינדער פון הצדקת פייגא ע"ה, רבינו בעל אור לשמים מאפטא זי"ע און זיין ברידער רבי מרדכי מסטאשוב זי"ע, האט זיי דער חוזה גערופען "די בני פיגא'לע",

ער איז געווען א בקי בנגלה ובנסתר א גאון הגאונים, און א קדוש ישראל, ער האט געדינט דעם באשעפער מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה און א מסירת נפש ממש, ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, ער האט זיין גאנץ לעבן משפיע געווען פרנסה ברוח פאר אידישע קינדער, זיין צורת קדשו האט ארויס געריפן א יראת השם און א פחד נורא, הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע האט דערציילט בשם דעם הייליגען דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, אז בשעת ווען דער צדיק איז געגאנגען אויפן גאס זענען אפילו די גוים אנטלאפן מרוב פחד פון דעם צדיק, זיין עבודת התפלה איז צוגעגאנגען בבחינת כל עצמותי תאמרנה, דער צדיק איז געווען מפורסם אלס א בעל מנגן נפלא אז ער האט צינומען די הערצער פון די צוהערערס מיט זיין מתיקות, ער האט אסאך געדאווענט פארן עמוד ביים הייליגען חוזה, און געזונגען די זמירות שבת און יו"ט,

ער איז געווארן א יתום פון זיין טאטן יונגערהייט, און די מאמע די צדקת האט אים אויף געצויגן מיט א מסירת נפש ממש על דרך ישראל סבא, און אוועק געגעבן פון זיך אלעס, אז דער קינד זאל וואקסן אין תורה ועבודת השם, דאס דחקות אי שטוב איז געווען גאר שווער, אבער די מאמע איז גרייט געווען אוועק צו געבן פון זיך אלעס, נאר אז דאס קינד זאל אויסוואקסן א גדול בישראל,

אנפאנג האט ער געלערנט ביי זיין עלטערע ברידער הגה"ק רבי מרדכי מסטאשוב זי"ע, מגדולי תלמידים פון רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע, און דארט האט דער גאון וצדיק קונה געווען גאר אסאך תורה ועבודת השם פונעם גרויסן ברודער רבי מרדכי מסטאשוב זי"ע,

שפעטער ווען ער איז שוין געווען מפורסם מיט זיין גדלות וחריפות בתורה, איז ער אריבער לערנען אין די ישיבה פונעם גאון הדור הגה"ק רבי יצחק אברהם אבלי הכהן כ"ץ בעל כתר כהונה זי"ע, וואס איז דאן געווען רב אין שטאט סטאבניץ, דארט איז דער יונגער רבי מאיר באקאנט געווארן אלס א גאון נפלא בתורה,

די רבי האט דעם תלמיד גאר שטארק מחבב געווען, עד כדי כך אז ווען זיין רבי איז אריבער ווערן רב אן שטאט פינטשוב, האט ער באפוילן אז מען זאל דעם תלמיד רבי מאיר אויף נעמען אלס ממלא מקום אין שטאט סטאבניץ, אויך איז באקאנט אז דער רבי דער כתר כהונה האט בעפאר זיין פטירה באפוילן, אז זיין קידוש בעכער זאל מען געבן פאר זיין תלמיד רבי מאיר מאפטא זי"ע,

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת די טאכטער פון הרה"ק רבי אהרן הנסתר זי"ע, חתן הרה"ק רבי ברוך קדוש זי"ע, וואס איז געווען באקאנט אלס א גרויסע צדקת וואס איז געשטאנען צו די האנט פון איר הייליגע מאן, און מיט מסירת נפש ממש באדינט איר מאן, נאך פון די צייטן וואס זיי האבן געלעבט אין א דחקות,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: רבי מאיר הלוי מאפטא ז"ל - כ"ה תמוז תקפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע, און אויך האט ער זיך אסאך מסתופף געווען בצלו פון הרה"ק היהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע, און ביי הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע, און אויך זוכה געווען צו זיין ביים הייליגען קדושת לוי מברדיטשוב זי"ע,

אויך איז ער געווען גאר נאנט מיט הרה"ק בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע, און דער צדיק וקדוש רבי מאיר מאפטא זי"ע האט אליין מעיד געווען, אז פונעם הייליגען אוהב ישראל מאפטא זי"ע, האט ער איבער גענומען דעם דרך פון מתפלל זיין אויף פרנסה ברוח פאר כלל ישראל, וואס ווי באקאנט האבן ביידע צדיקים גאר אסאך השפעות געברענגט פאר אידישע קינדער,

דער הייליגער חוזה איז אויך געווען א לוי, און ער האט אמאל געזאגט אויף רבי מאיר מאפטא "מיר געדענקן אים אלס לוי ביז צום זיידן לוי בן יעקב" און אויך האט זיך דער הייליגער חוזה אויסגעדריקט בזה"ל, "איך קען אים נאך פון בית המקדש, מיר זענען געשטאנען ביידע איינער נאנט צום צווייטן על הדוכן",

איינמאל האט דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע געזאגט פאר הרה"ק רבי ארי' לייבוש מטארניגראד זי"ע דער טאטע פונעם הייליגען צאנזער רב זי"ע, איך האב דריי תלמידים וואס פארגעסן נישט פון פחד השי"ת קיין איין רגע", און דאס זענען הרה"ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע, הרה"ק בעל המאור ושמש מקראקא זי"ע, הרה"ק רבי מאיר בעל האור לשמים מאפטא זי"ע,

ווי באקאנט איז פאר געקומען די תנאים פון הרה"ק רבי אייזיק מקאמארנא זי"ע, ווען ער איז געווארן אן איידעם ביי הרה"ק רבי אברהם מרדכי מפינטשוב זי"ע, אין די תנאים איז געווען ביים חוזה בשנת תקע"ה דעם לעצטן יאר בחייו פונעם חוזה, און די ערבים קבלנים אויפן תנאים מצד הכלה איז געווען, דער מאור ושמש זי"ע, און דער אור לשמים זי"ע, און ווען דער חוזה האט געליינט די תנאים, האט ער נישט געזאגט "ערב קבלן מצד הכלה", נאר ער האט געליינט "עקשן קדוש מצד הכלה",

ווען דער אוהב ישראל זי"ע איז אוועק פון שטאט אפטא, און געפארן קיין מעז'יבוז, האט דער רבי איבער גענומען דאס רבנות אונעם שטאט, און דארט האט ער געדינט ביז צו זיין פטירה, אבער דער צדיק איז זיין גאנץ לעבן שטארק דבוק געווען אונעם אוהב ישראל מאפטא זי"ע,

ווען דער אוהב ישראל זי"ע איז נסתלק געווארן ה' ניסן בשנת תקפ"ג, און די ידיעה איז אנגעקומען קיין אפטא, האט מען דאס נישט געוואלט דערציילן פארן רבין רבי מאיר בעל אור לשמים מאפטא זי"ע, וויבאלד מען האט געוויסט דעם קשר וואס די צוויי צדיקים האבן געהאט, און מען האט דעם צדיק נישט געוואלט מצער זיין,

אבער יענעם יאר נאכן סדר האט די רבי געזאגט, איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, איך האב געזען דעם סדר פסח אויף דער נאכט פונעם אוהב ישראל, ווי ער זיצט אין זיין חדר און עס נעמט אים ארום אן אור גדול עד כדי כך אז איך בין כמעט בלינד געווארן פון דעם אור, אבער זיין זוהן רבי יצחק מאיר זיצט אינדערזייט זייער בעצבות, און איך ווייס נישט דעם פשט,

ערב שבועות האט מען שוין נישט געקענט באהאלטן די פטירה פונעם רבין, און ווען מען האט אים מבשר געווען די בשורה פונעם פטירה פונעם אוהב ישראל, האט דער צדיק געפירט אבילות פאר א שעה, און דאן האט ער געזאגט, אמת דער הייליגער חוזה מלובלין איז געווען מיין מורי ורבי, אבער דער הייליגער אוהב ישראל איז צו מיר געווען ווי א טאטע צו זיין קינד.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: רבי מאיר הלוי מאפטא ז"ל - כ"ה תמוז תקפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

גאר אסאך תלמידים פון זיין רבין דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע זענען אריבער געקומען און מקבל מרות געווען פונעם רבין, און ביי די תלמידים און חסידים פון לובלין איז דער הייליגער אור לשמים געווען דער ממלא מקום פונעם הייליגען חוזה זי"ע משום מעשה שהיה, ווי @מירון האט שוין פריער געברענגט בקיצור.

ווייל דעם לעצטן יאר בחייו פונעם הייליגען חוזה מלובלין זי"ע האבן די תלמידים געוויסט אז די רבי וועט נישט נסתלק ווערן אן דעם וואס ער זאל אויסקלויבן א ממלא מקום, האבן די תלמידים אפגעמאכט צווישן זיך, אז מען וועט נישט פארן צום רבין, און אזוי וועט די רבי נישט קענען נסתלק ווערן,

אבער דער הייליגער צדיק וקדוש רבי מאיר מאפטא זי"ע האט געהאט גרויס חשק צו פארן זיך מסתופף זיין ביי זיין הייליגען רבין קיין לובלין, אבער מען האט אים אפגעהאלטן כדי מען זאל דעם רבין נישט געבן קיין געלעגענהייט צו אויף נעמען א ממלא מקום, אבער פרשת פנחס בשנת תקע"ה האט דער תלמיד שוין נישט געקענט איינהאלטן זיין גרויסע תשוקה צו גיין צום רבין, און ער איז דאן געפארן צום רבין אויף שבת,

שבת צופרי ביי קריאת התורה האט דער חוזה מכבד געווען דעם תלמיד מיטן עליה פון לוי, וואס דער חוזה איז דאך אויך געווען א לוי, און ווען ער איז אנגעקומען צום פסוק "יִפְקֹד ד' אֱלֹקי הָרוּחֹת" האט דער חוזה שטארק געדריקט אויף די ווערטער, און געליינט פארן רבין ביז חמישי און אויס געלאזט מיט די ווערטער וַיִּסְמֹךְ אֶת יָדָיו עָלָיו וַיְצַוֵּהוּ,

גלייך נאך שבת קודש, האבן שוין די תלמידים פארשטאנען אז אים האט די רבי סומך געווען אלס ממלא מקום, און אפאר טאג שפעטער ט' באב בשנת תקע"ה איז דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע ליידער נסתלק געווארן, און צוליב דעם האבן רוב פון די חסידים מקבל מרות געווען פונעם הייליגען אור לשמים מאפטא זי"ע אלס דער ממלא מקום פונעם רבין,

ווען מען פלעגט קומען זיך מזכיר זיין פאר א ישועה ביים רבין, פלעגט די רבי מיט זיין גרויסע כוח אסאך מאל זאגן קללות פאר אידן, וואס דער צדיק האט געהאט העכערע כוונות אין דעם, יעדער האט געוויסט אז אויב די רבי האט געזאגט קללות איז מען א געהאלפענער, און אידן האבן געזען מופתים ביים רבין סיי מיט רפואות חוץ לדרך הטבע, און סיי אין פרנסה וואס אידן זענען נתעשר געווארן דורך די קללות פונעם רבין,

דער הייליגער אור לשמים מאפטא זי"ע האט אמאל געזאגט, אז עס קען זיין אז מען וועט אים באשטראפן אויבן בעולם העליון פארן געבן קללות פאר אידישע קינדער, אבער איך בין גרייט פאר דעם, ווייל איך האב נישט קיין אנדערע ברירה און אונס רחמנא פטריה, ווייל א צדיק קען העלפן איינע פון די צוויי וועגן, אדער דורך נעמען א פדיון, אדער דורך געבן א קללה, און איך נעם דאך נישט קיין געלט, און קללות אויף שלעכטס געב איך אויך נישט,

זיין דרך פון מעורר זיין אדישע קינדער צו תשובה און תיקן המעשים און אריין ברענגען אהבת השם און ריינע אמונה אינעם גרויסן באשעפער, איז געווען דורך שמחה, וויבאלד דער צדיק האט נישט פארטראגען קיין עצבות, און אידן האבן דערציילט, אז ביים הייליגען אור לשמים אויב האט מען געוואלט עפעס פויעלען א ישועה אדער א רפואה, האט דאס געברויכט זיין נאר מיט שמחה,

איין יאר ערב יום הקדוש ווען די חסידים זענען געקומען אין שוהל זיך גרייטענדיג פאר כל נדרי, איז דער צדיק אריין אין שוהל און געזאגט פארן עולם, "אידן לאמיר איבערבעטן די תורה הקדושה וואס מען האט די גאנצע יאר פוגם געווען און נישט מקיים געווען וואס עס שטייט אין די תורה אויפן ריכטיגע וועג״, פארשטייט זיך אז עס איז געווארן א מוראדיגע התעוררות דארט אין שוהל און דער גאנצער עולם האט געווייינט פאר צוויי שעה,

אבער ווען דער רבי דער אור לשמים זי"ע איז דאן ארויס זיך גרייטן פאר כל נדרי, און ווען דער צדיק איז צוריק אריינגעקומען אין שוהל, און געזען ווי דער גאנצער עולם וויינט אזוי, האט דער צדיק געזאגט, "אידן, נישט דאס האב איך געמיינט, נאר מיט שמחה טוט מען תשובה און מען ווערט נאנט צום גרויסן באשעפער", און דער צדיק האט אנגעהויבן זינגען האדרת והאמונה מיט א געוואלדיגע שמחה, און דער גאנצער עולם איז ארויס אין א טאנץ און עס איז געווארן א געוואלדיגע שמחה, און נאך א שעה איז דער צדיק צוגעגאנגען צו כל נדרי.

ער האט געהאט תלמידים צדיקים וגדולים בתורה ובתוכם,

הרה"ק רבי ארי' לייבוש מאוזרוב זי"ע,
הרה"ק רבי ישכר דוב הסבא קדישא מראדושיץ זי"ע,
הרה"ק רבי חיים וולברום בעל זיכרון חיים אב"ד קאמיינסק זי"ע,
הרה"ק רבי חיים בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
הגה"ק רבי יצחק מאיר אלתר בעל חידושי הרי"ם מגור זי"ע,
הרה"ק רבי שלמה בעל תפארת שלמה מראדומסק זי"ע,
הרה"ק רבי יהודה פסח מליפסק זי"ע,
הרה"ק רבי שלמה זלמן מויליפולי זי"ע,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: רבי מאיר הלוי מאפטא ז"ל - כ"ה תמוז תקפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

עס איז מפורסם די תפילה וואס דער הייליגער אור לשמים מאפטא זי"ע האט מחבר געווען "רִבּוֹן הָעוֹלָמִים יָדַעְתִּי כִּי הִנְנִי בְּיָדְךָ לְבַד כַּחֹמֶר בְּיַד הַיּוֹצֵר", און דער תלמיד מובהק דער הייליגער תפארת שלמה מראדומסק זי"ע האט דעם תפילה געזאגט צוויי מאל א טאג צופרי און נאכמיטאג, און דער תפארת שלמה זי"ע האט געזאגט, אז די תפילה איז מסוגל פאר פרנסה ברוח און הצלחה בכל ענינים,

ווי באקאנט איז דער הייליגער אור לשמים מאפטא זי"ע נישט געווען בדעה אחת מיטן צדיק רבי שמחה בונם מפשיסחא זי"ע, און ער איז געווען פון די גרויסע חולקים אויפן דרך החסידות פון רבי שמחה בונם זי"ע, וואס צדיקים בדורו האבן מעיד געווען, אז דאס איז געווען נישט סתם א מחלוקה ח"ו, נאר די צוויי צדיקי הדור האבן געהאט גרויסע כוונות מיט דעם, ומי לנו במקום קדושים וגדולים,

און ווען דער צדיק הרה"ק רבי מאיר מאפטא זי"ע איז נסתלק געווארן כ"ה תמוז, איז א איד געקומען דערציילן פאר רבי שמחה בונם זי"ע מיט א פריידט, אז דער רבי מאיר מאפטא איז נפטר געווארן, ווען דער צדיק רבי שמחה בונם האט געהערט די בשורה האט אים אנגעכאפט א ציטער און ער האט געזאגט בזה"ל, "דא מיינט מען מיך, ווארים ער איז דאך געווען מיין רוקען האלטער",

די מענטשן האבן דאן נישט פארשטאנען וואס די ווערטער מיינען, אבער יענעם יאר י"ב אלול איז דער רבי שמחה בונם מפשיסחא זי"ע נסתלק געווארן, און דאן האבן די תלמידים שוין פארשטאנען, אז די מחלוקה צווישן די צוויי צדיקים איז געווען למעלה מהשגתינו,

אפאר וואכן פאר די פטירה האט דער הייליגער אור לשמים מאפטא זי"ע געזאגט פאר איינע פון די טעכטער, אז זיין יום הפטירה קומט שוין, און געזאגט אז דאס פטירה פון די וועלט איז אזוי ווי גיין פון איין חדר צום אנדערן,

ער האט איבער געלאזט זיין הייליגען ספר אור לשמים, וואס ער האט גערופן דעם ספר מיט דעם נאמען ווייל "אור" מיינט אריין שיינען לעכטיגקייט, "לשמים" איז ווייל די נשמה פון א איד ווערט אנגערופען שמים, און דעם ספר איז דא הייליגע יסודות פון חסידות און עבודת השם,

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

הרה"ק רבי ישראל מסטאשוב זי"ע,
הרה"ק רבי פינחס מאפטא זי"ע, ממלא מקום אביו באפטא,
בתו הרבנית הצדקת מרת חוה אסתר ע"ה, אשת הרה"ק רבי מנחם מענדל מגלאגוב זי"ע, בן הרה"ק רבי אשר ישעי' מראפשיץ זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת פייגא ע"ה, אשת הרה"ק רבי ארי' לייבוש נייהויז מטאמאשוב זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת יוטל ע"ה, אשת הרה"ק רבי יעקב קאפיל הלוי הורוויץ זי"ע,

נסתלק לגנזי מרומים כ"ה תמוז בשנת תקפ"ט, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט אפטא,

דעם ציון קדשו פונעם הייליגען אור לשמים מאפטא זי"ע איז געווען אלע יארן א מקום, ווי אידן זענען געקומען אין די טויזנטער צו פוקד זיין בדבר ישועה ורחמים, צדיקים האבן דערציילט אז עס האט אנגעכאפט א גרויסע פחד ווען מען איז אנגעקומען צום ציון פונעם רבין, אבער ליידער האבן די דייטשן ימ"ש חרוב געמאכט דעם ביה"ח ביים צווייטן וועלט מלחמה, און מען האט דארט געבויעט א פארק,

זכותו הגדול יגל עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: רבי מאיר הלוי מאפטא ז"ל - כ"ה תמוז תקפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

עס איז מקובל פונעם צדיק א סגולה פאר שידוכים, זיך צו וואשן צו א סעודה לעילו נשמת רבינו מאיר ב"ר שמואל מאפטא זי"ע, אויך האט דער צדיק מבטיח געווען אז ווער עס וועט אנצינדן א ליכט און טון א טובה פאר זיין נשמה, וועט ער זיך מיען בעולם העליון צוריק צו טון א טובה פאר דעם איד, אויך האט דער צדיק געזאגט אז א סגולה פאר טהרת המחשבה, איז זיך מצייר זיין דעם מזמור למנצח בנגינות מיטן ציור המנורה,

הרה"ק רבי יצחק אייזיק ווייס בעל דברי יצחק מסוואליווע זי"ע ברענגט אין זיין ספר דברי יצחק, בשם דעם צדיק דער אור לשמים מאפטא זי"ע, אז ווער עס שניידט די נעגל און איז מעביר סדרה ערב שבת קודש פאר חצות, איז ער מובטח אז ער וועט נישט נכשל ווערן דעם גאנצן וואך מיט עבירות חמירות,

הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע האט געזאגט לעת זקנתו, איך האב געקענט צדיקים וואס זענען געווען אין די בחינה פון אדם הראשון קודם החטא, און פונעם עולם התיקון, און דאס זענען געווען,
הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע,
הרה"ק בעל מאור ושמש מקראקא זי"ע,
הרה"ק בעל אור לשמים מאפטא זי"ע,
דער הייליגער תפארת שלמה מרדומסק זי"ע וואס איז געווען א כהן, האט דערציילט אז ביים דוכענען ווען דער אור לשמים זי"ע וואס איז געווען א לוי, האט אים אפגעגאסן די הענט בעפאר ברכת כהנים, האט ער אים משפיע געווען יראת שמים,

הגה"צ רבי אלחנן היילפרין זי"ע האט דערציילט, אז ביים שבע ברכות פונעם איידעם הרה"ק רבי מנחם מענדל מגלאגוב זי"ע, איז אראפ געפאלן די טאביק פושקע פון אויפן טיש פונעם הייליגען שווער דער אור לשמים זי"ע, און דער חתן האט זיך געבויגן און עס אויפגעהויבן, און דער הייליגער אור לשמים זי"ע איז ממש דערציטערט געווארן, און ער האט געזאגט מיט גרויס פחד בזה"ל, "איך האב מיך באנוצט מיט א חתן דומה למלך, איך האב זיך באנוצט מיט א חתן דומה למלך",

האט דער איידעם דער גלאגובער רב זי"ע זיך אויסגעדריקט אויף דעם שפעטער בזה"ל, "הלוואי זאל איך האבן בשעת כל נדרי יום הקדוש אזעלכע הרהורי תשובה, ווי דער שווער האט דעמאלט געהאט",

עס האט דערציילט הרה"ח רבי בן ציון אפטער ז"ל וואס האט געוואוינט אין בני ברק און געווען פון די גדולי חסידי ברסלב, א מעשה וואס ער אליין האט מיט געהאלטן,

ער איז געזעצן אין ביהמ"ד אין שטאט אפטא און מען האט געלערנט, און אינדרויסן איז געגאנגען א שטורעם ווינט, און א גרויסע שניי איז געפאלן געמישט מיט רעגן און האגל, איז דאן אנגעקומען א וואגן מיט מענטשן, וואס צווישן זיי איז געווען א מיידל פון בערך עלף אדער צוועלף יאר אלט, וואס עס איז אריין אין איר ל"ע א דיבוק, און די אידן זענען געווען אויפן וועג צו הרה"ק רבי מאטל'י קאזמירער זי"ע, וואס איז דאן געווען באוויסט אלס א בעל מופת און א איש קדוש א זוהן פונעם הייליגען טריסקער מגיד זי"ע,

די אידן האבן זיך אפ געשטעלט אין אפטא נעבן ביהמ"ד, כדי זיך צו דערווארעמען און טרינקען עפעס, האבן מיר זיי געזאגט, אז אין אונזער שטאט געפינט זיך דער ציון פון הרה"ק בעל אור לשמים זי"ע, און אסאך אידן ווערן ביי דעם ציון געהאלפן, דעריבער נעכטיגט איבער די נאכט, און צומארגענס וועלן מיר ארויף גיין צום ציון,

צופרי גלייך ווען דאס מיידל האט געהערט אז מען וויל גיין צום ציון, האט זי געשריגן און פארפירט "איך גיי נישט, איך גיי נישט", דאס מיידל האט בשום אופן נישט מסכים געווען צו פארן מיט זיי, האבן צוויי יונגעלייט איר אנגעכאפט מיט געוואלד און איר אריין געשטעלט אונעם וואגן, אבער ווען זיי זענען אנגעקומען נאנט צום ציון, האט דאס מיידל פארפירט אז מען האט איר ממש געברויכט אנהאלטן מיט געוואלד, דאס אלעס איז געווען פאר מען איז אנגעקומען אונעם אוהל,

אבער גלייך ווען מען איז אנגעקומען אונעם אוהל איז זי שטיל געווארן, און נאך א שטיק צייט האט זי געזאגט, עס ליגן דא דריי הייליגע אידן, דער אינדערמיט איז זיך גאר שטארק משתדל פאר מיינעט וועגן, דאס איז געווען דער ציון פונעם אור לשמים, און פון די צוויי זייטן ליגן באהאלטן, זיין זוהן הרה"ק רבי פינחס זי"ע, און הרה"ק רבי יעקב מאפטא זי"ע, זיי זענען נאך פארבליבן דארט א שטיק צייט, און ווען זיי זענען ארויס מיטן מיידל, איז זי שוין געווען געזונט און שטארק.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: רבי מאיר הלוי מאפטא ז"ל - כ"ה תמוז תקפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

א געוויסער קרעטשמער וועלכער איז געווען באוויסט מיט זיין גרויסע קארגשאפט, מען האט פון דעם איד נישט געקענט ארויס באקומען קיין טובה, איז איינמאל געקומען צום צדיק רבי מאיר'ל מאפטא זי"ע און זיך אויס גערעדט פאר אים, אז דער פריץ פונעם דארף וויל אים ארויס ווארפן פון זיין קרעטשמע און ס'שטייט אים צו פארלירן זיין פרנסה,

האט אים רבי מאיר'ל געפרעגט, אידן האבן הנאה פון דיר, האט דער איד געזאגט מיט שטאלץ אוודאי האבן אידן הנאה פון מיר, צענדליגע אידן האבן פרנסה דורך מיר, און אלע דורכפארער האבן שטענדיג ביי מיר אן אפענע טיר, אבער דער צדיק מיט זיינע הייליגע אויגן האט גלייך מרגיש געווען, אז דער איד זאגט ליגענט, האט ער געזאגט פאר דעם איד, פאר צום צדיק רבי פישל'ע סטריקובער זי"ע ער וועט דיר קענען העלפן,

ווען דער איד איז ארויס, האבן זיך די מקורבים שטארק געוואונדערט, וואס עפעס שיקט דער רבי אידן וואס דארפן ישועות קיין סטריקוב, האט זיי רבי מאיר'ל געזאגט, דער סטריקובער רבי איז א איד וואס זיצט א גאנצן טאג ביי זיך אין שטוב און לערנט, ער פארט קיינמאל נישט ארום און ווייסט נישט וואס עס טוט זיך אין דער וועלט, פאר אים וועט דעם קרעטשמער געלונגען איינצורעדן זיין בלאפעריי, אז ער העלפט אידן, און רבי פישל'ע וועט מתפלל זיין פאר אים, אבער איך קען דעם קרעטשמער, מיך קען ער נישט איינרעדן.

דער הייליגער אור לשמים האט געהאט א דרך, אז ווען א איד איז זיך געקומען מזכיר זיין פאר א ישועה האט מען די נעמען אריין געשריבן אין א פנקס, און ווען דער צדיק האט געליינט די נעמען און לויט ווי אזוי די נאמען האט געשיינט האט דער צדיק געלאזט יענעם רופן און אנגעוואונטשן, און די ברכות זענען מקיים געווארן,

איינמאל האט הרה"צ רבי מיכל מסאטמאר זי"ע געשיקט א קוויטל צום הייליגען אור לשמים, און ווען דער צדיק האט געזען דעם נאמען, האט ער געזאגט צום גבאי, איך זעה דא א נאמען ר' מיכל, דער איד איז א גרויסע בעל מדריגה, אבער געב איבער פאר דעם איד אז עס פעלט אים די טהרה פון גיין אין מקו',

האט דער שליח מיטן קוויטל געזאגט פארן רבין, אז דארט אין סאמאטאר איז נישט פארהאן קיין מקו', ווייל מען קען נישט טרעפן קיין קוואל פון וואסער אונעם גאנצן געגענט, מען האט שוין אלעס פרובירט אבער מען האט נישט מצליח געווען, האט דער צדיק געהייסן מען זאל זאגן פאר רבי מיכל, אז אין א געוויסע פלאץ אויפן בארג, און געזאגט דעם פונקטליכען פלאץ ווי מען זאל גראבן, און מען וועט דארט טרעפן וואסער,

ווען דער שליח האט דאס געזאגט פאר רבי מיכל, איז ער גלייך געגאנגען צו דעם פלאץ און געגראבן, און לפלא מען האט דארט געטראפן א כשרע קוואל פון מים חיים, און מען האט געהאט א מקו, אבער נאכן הסתלקות פון רבי מיכל איז דער קוואל פארטריקענט געווארן, ויהי לפלא.

ווערט דערציילט, אז דער הייליגער צדיק רבי מאיר מאפטא זי"ע איז געווען זייער בידידות מיטן הייליגען זרע קודש מראפשיץ זי"ע, און ווען דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען דאס נישט געוואלט דערציילן פארן אפטא רב, ווייל מען האט פארשטאנען אז דאס וועט אים זייער מצער זיין,

אבער איין טאג איז א איד געקומען צום הייליגען אור לשמים מאפטא זי"ע, און ער האט זיך מזכיר געווען ביים אפטא רב, אז ליידער איז זיין פרנסה זייער שווער, ווייל זיין קי האט אויף געהערט געבן מילך, און דאס איז זיין גאנצע פרנסה, און ער האט געבעטן דעם צדיק פאר א ברכה, אז די קי זאל צוריק אנהייבן געבן מילך און ער זאל מצליח זיין מיט זיין פרנסה, האט אים דער הייליגער אפטא רב געפרעגט פארוואס ער קומט צו אים זיך מזכיר זיין, האט דער איד געזאגט, אז ביז יעצט פלעגט ער גיין צום הייליגען זרע קודש מראפשיץ זי"ע, אבער יעצט אז ער איז נסתלק געווארן האט ער שוין נישט ווי צו גיין,

אזוי ווי דער הייליגער אור לשמים זי"ע האט געהערט די ווערטער, האט דער צדיק צוריסן זיינע קליידער און אנגעהויבן זייער וויינען קלאגענדיג אויפן הייליגען ראפשיצער רב זי"ע, און דאן האט דער הייליגער אור לשמים מאפטא זי"ע געזאגט פארן איד בזה"ל, ""א ישועה האסטו גע'פּועל'ט, ווייל פאר משיח'ס צייטן וועט אפילו א טשוואק אויך קענען געבן מילך, נאר עס איז נעבעך א רחמנות אויף ציון וירושלים, וואס האט נעבעך אנגעווארן א הארץ-פריינט",
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: רבי מאיר הלוי מאפטא ז"ל - בעל אור לשמים - כ"ה תמוז תקפ"ז

פאוסט דורך ניקל »

איינמאל ווען דער רבי דער הייליגער אור לשמים מאפטא זי"ע איז געווען אין לובלין אויף שבת, איז דאן אנגעקומען א גרויסער עושר וואס פלעגט אסאך קומען צום הייליגען חוזה אויף שבת, און פרייטאג נאכמיטאג ווען דער עושר איז געגאנגען אין מקו', איז דארט געווען דער הייליגער אור לשמים זי"ע וואס איז דאן נאכנישט געווען מפורסם אין די וועלט און ער איז דאן געגאנגען מיט גאר פשוטע קליידער,

דער צדיק האט זיך גע'טובל'ט און זייער געקרעכצט און זיך פיל מאל גע'טובל'ט מיט גרויסע כוונות, דער עושר האט זיך פארגעשטעלט אז דאס איז עפעס א ארימאן וואס איז דא, און דער עושר האט שטארק אפ'גע'חוזק'ט פונעם אור לשמים, און דער אור לשמים איז דורך דעם זייער פארשעמט געווארן, און איז ארויס פון מקו',

דעם אנדערן וואך איז א איד פונעם שטאט פונעם עושר, געקומען מיט א קוויטל פונום עושר צום הייליגען חוזה און מזכיר געווען, אז ליידער האט אויס געבראכן א פייער ביי דעם עושר' און ער האט דאס גאנצע פארמעגן פארלוירען' אין ער איז געבליבן א עני ואביון, און ער האט געבעטן א ברכה פונעם חוזה מלובלין זי"ע,

דער חוזה האט געקוקט אונעם קוויטל' און ברוח קדשו האט ער געזען וואס דא האט פאסירט, און ער האט געזאגט אז מען זאל זאגן פאר דעם עושר, אז ער קען אים גארנישט העלפן, ווייל ער האט פוגע געווען אhנעם כבוד פון א גרויסע צדיק וואס איז נאכנישט באקאנט, אבער ער איז אים מבטיח' אז ווען ער וועט דעם צדיק מפייס זיין און ער וועט אים מוחל זיין' וועט זיין מזל צוריק אויפשיינען,

יארן לאנג איז דער עושר געווען א עני ואביון, און ווען דער הייליגער אור לשמים איז נתפרסם געווארן, איז ער איין שבת געווען אונעם שטאט ווי דער געוועזענער עושר האט געוואוינט,

שבת אויפדערנאכט ווען די מענטשן פון דעם שטאט זענען געקומען צום טיש פונעם אור לשמים, איז דער געוועזענער עושר אויך געקומען, און ווען ער האט געקוקט אויפן אור לשמים האט ער דערקענט אז דאס איז דער ארימאן וואס ער האט פארשעמט יארן צוריק אין לובלין,

דער עושר איז געפאלן צו די פיס פונעם אור לשמים און געבעטן ברחמים אז ער זאל אים מוחל זיין אויף דעם וואס ער האט אים מבייש געווען אין לובלין, דער אור לשמים האט אים מוחל געווען און געגעבן א ברכה, דאן איז ער צוריק געווארן א גרויסער עושר.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2094
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2195

Re: רבי מאיר הלוי מאפטא ז"ל - כ"ה תמוז תקפ"ז

פאוסט דורך אנדערער »

שרייב פאוסט