בלאט 1 פון 1
געדאנקען און פארשידנס מיט @מיינע פאעזיעס
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 6:04 am
דורך מיינע פאעזיעס
בס''ד
פון מאל צומאל קומט מיר אין קאפ פארשידענס וואס כ’קלער אז ס’וואלט ווען געווען געשמאק מיטצוטיילן מיטן עולם, דאס לעבן אינעם טאג טעגליכן הלוך ילך איז זייער קאלירפול, מענטשן כאפן נישט וואס עס שפילט זיך אפ ארום זיי, צו איז עס עפעס וואס ברענגט ארויף א שמייכעל אדער א זאך וואס פשוט פאדערט אויפמערקזאמקייט, מ’גייט ווייטער און מ’פאסט ניטאמאל אויף וואס דא האט זיך אקוראשט אפגעשפילט.
דעריבער עפען איך א טעמע געווידמעט ספעציעל פאר דעם, א פלאץ ווי איך קען לאזן מיינע פינגער זיך אויפלאזן און מיינע געדאנקען צוגיסן, איך זאג נישט צו אז איך וועל שרייבן דא יעדן טאג, פארקערט ווען מען איז זיך משעבד קען מען צומאל זיין אינטער פרעשור אז מ'ברויך יעדן טאג שרייבן עפעס, קען פון דעם ארויסקומען סתם שטותים גערעדט, ממילא ס'קען זיין אז ס'וועט דורך גיין א טאג צוויי אדער א וואך און אפילו א חודש וואס כ'וועל גארנישט שרייבן דא, ס'מיינט נישט אז איך האב פארגעסן פון דעם, ווייל מיינע געדאנקען וועלן נאכאלץ שפראצן און קומען,
קאמענטארן און הערות זענען פריינטליך וועלקאם!!!
Re: געדאנקען און פארשידענס מיט @מיינע פאעזיעס!
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 6:09 am
דורך מיינע פאעזיעס
ביידן ביידן אלעס דרייט זיך ארום ביידן!
דער איין און אכציג יעריגער וואס פירט שוין אמעריקע פאר די לעצטע דריי און א האלב יאר האט יעצט פריש געמאלדן אז ער טרעט אפ פון א צווייטע טערמין,
להבדיל:
משה רבינו איז געבוירן צו זיין פאטער עמרם און מוטער יוכבד ז' אדר ב' אלפים שס''ח, יציאת מצרים איז געוועהן ב' אלפים תמ''ט, ווען משה רבינו איז אלט געוועהן איין און אכציג יאר!!
די וועלט האט גערוישט מיט עשר מכות, מיט א קריעת ים סוף, און נאך פילע ניסים,
לב מלכים ושרים ביד השם, אונזער ביידן וואס געוויסע ריפן אים סליפ''י דזא''ו שטייט יעצט אין די זעלבע עלטער ווי להבדיל משה רבינו, וואס איז נאך אנגעגאגען נאך פערציג יאר אין מדבר מיט א פרישקייט! און אונזער ביידן כאפט נאך אריין ווילאנג ער האט דעם טיטעל פרעזידענט... (אויב טרעט ער אפ ווייל ער איז שוין צו אלט, און קאלעכט שוין די ווענט אינעם ווייסן הויז, טא ווער פירט יעצט אמעריקע??! שוין... אקעי... בקיצור...)
אז גאט וויל דו זאלסט פירן א וועלט/ א פאלק, וועסטו עס פירן קיין חילוק ווי אלט דו ביסט!!
און אויב פארקערט... רעזעגנירט מען שוין אליין, ווייל אזוי וויל הקב''ה!!!
Re: געדאנקען און פארשידענס מיט @מיינע פאעזיעס!
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 8:25 am
דורך ציבורא
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 6:09 am
ביידן ביידן אלעס דרייט זיך ארום ביידן!
דער
איין און אכציג יעריגער וואס פירט שוין אמעריקע פאר די לעצטע דריי און א האלב יאר האט יעצט פריש געמאלדן אז ער טרעט אפ פון א צווייטע טערמין,
להבדיל:
משה רבינו איז געבוירן צו זיין פאטער עמרם און מוטער יוכבד ז' אדר ב' אלפים שס''ח, יציאת מצרים איז געוועהן ב' אלפים תמ''ט, ווען משה רבינו איז אלט געוועהן
איין און אכציג יאר!!
די וועלט האט גערוישט מיט עשר מכות, מיט א קריעת ים סוף, און נאך פילע ניסים,
לב מלכים ושרים ביד השם, אונזער ביידן וואס געוויסע ריפן אים
סליפ''י דזא''ו שטייט יעצט אין די זעלבע עלטער ווי
להבדיל משה רבינו, וואס איז נאך אנגעגאגען נאך פערציג יאר אין מדבר מיט א פרישקייט! און אונזער ביידן כאפט נאך אריין ווילאנג ער האט דעם טיטעל פרעזידענט... (אויב טרעט ער אפ ווייל ער איז שוין צו אלט, און קאלעכט שוין די ווענט אינעם ווייסן הויז, טא ווער פירט יעצט אמעריקע??! שוין... אקעי... בקיצור...)
אז גאט וויל דו זאלסט פירן א וועלט/ א פאלק, וועסטו עס פירן קיין חילוק ווי אלט דו ביסט!!
און אויב פארקערט... רעזעגנירט מען שוין אליין, ווייל אזוי וויל הקב''ה!!!
זייער גוט
אבער מענטשן האבן דעמאלס געהאט א סאך מער כח און בד"כ געלעבט לענגער
ביי די 81 איז מען נאך געווען א יונגערמאן
Re: געדאנקען און פארשידענס מיט @מיינע פאעזיעס!
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 10:01 am
דורך מיינע פאעזיעס
ציבורא האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 8:25 am

ס'טוישט מיין פוינט וואס איך וויל ארויסברענגען?
Re: געדאנקען און פארשידענס מיט @מיינע פאעזיעס!
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 11:29 am
דורך ציבורא
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 10:01 am

אביסל
דעמאלס האט מען געלעבט אסאך לענגער, ווי למשל יוכבד, עמרם און נאך
Re: געדאנקען און פארשידענס מיט @מיינע פאעזיעס!
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 11:32 am
דורך מיינע פאעזיעס
ציבורא האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 11:29 am
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 10:01 am
ציבורא האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 8:25 am
זייער גוט
אבער מענטשן האבן דעמאלס געהאט א סאך מער כח און בד"כ געלעבט לענגער
ביי די 81 איז מען נאך געווען א יונגערמאן
ס'טוישט מיין פוינט וואס איך וויל ארויסברענגען?
אביסל
דעמאלס האט מען געלעבט אסאך לענגער, ווי למשל יוכבד, עמרם און נאך
ס'טוישט נישט דעם פאקט אז ווען הקב''ה וויל געשעהט עפעס, און ווען נישט נישט!!!!
און דאס האב איך געוואלט ארויס ברענגען.
Re: געדאנקען און פארשידענס מיט @מיינע פאעזיעס!
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 12:06 pm
דורך ציבורא
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 11:32 am
ציבורא האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 11:29 am
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 10:01 am
ס'טוישט מיין פוינט וואס איך וויל ארויסברענגען?
אביסל
דעמאלס האט מען געלעבט אסאך לענגער, ווי למשל יוכבד, עמרם און נאך
ס'טוישט נישט דעם פאקט אז ווען הקב''ה וויל געשעהט עפעס, און ווען נישט נישט!!!!
און דאס האב איך געוואלט ארויס ברענגען.
גערעכט, ייש"כ פאר וואס די בארייכערסט דעם טיש
Re: געדאנקען און פארשידענס מיט @מיינע פאעזיעס!
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 12:54 pm
דורך נקודות טובות
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 10:01 am
ס'טוישט מיין פוינט וואס איך וויל ארויסברענגען?
אקעי, סא דו זוכסט דוקא אז איינער זאך דיך אפרעגען? געגאנגען....
יציאת מצרים איז נישט געווען בשנת תמ"ט, נאר בשנת תמ"ח. און משה רבינו איז געווען 80 יאר אלט, נישט 81.
מיט דיין מוסר השכל בין איך פארשטייט זיך נישט מחולק....
וואס איז נאר אינטערעסאנט, אז משה רבינו זאל זיין 80 סיי בעמדו לפני פרעה, און סיי ביי יציאת מצרים. און מיר ווייסען פון די משנה אין עדיות אז די משפט המצריים איז געווען י"ב חודש. עיין
חתם סופר ד"ה רמב"ן הקשה
Re: געדאנקען און פארשידענס מיט @מיינע פאעזיעס!
געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 1:52 pm
דורך מיינע פאעזיעס
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 12:54 pm
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 22, 2024 10:01 am
ס'טוישט מיין פוינט וואס איך וויל ארויסברענגען?
אקעי, סא דו זוכסט דוקא אז איינער זאך דיך אפרעגען? געגאנגען....
יציאת מצרים איז נישט געווען בשנת תמ"ט, נאר בשנת תמ"ח. און משה רבינו איז געווען 80 יאר אלט, נישט 81.
מיט דיין מוסר השכל בין איך פארשטייט זיך נישט מחולק....
וואס איז נאר אינטערעסאנט, אז משה רבינו זאל זיין 80 סיי בעמדו לפני פרעה, און סיי ביי יציאת מצרים. און מיר ווייסען פון די משנה אין עדיות אז די משפט המצריים איז געווען י"ב חודש. עיין
חתם סופר ד"ה רמב"ן הקשה
נא נא נא... ביז תלמודי חכמים, מיט א תלמוד חכם טענה איך נישט!
און בד''ו איך זיך בכלל נישט איינער זאל אפרעגן
Re:דעם פייגעלע'ס געוויין...
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 7:21 am
דורך מיינע פאעזיעס
עס איז דאך היינט שבעה עשר בתמוז, א טאג וואס מיר פאסטן און קלאגן אויף די התחלת חורבן בהמ''ק, האב איך זיך דא אראפ געשריבן אפאר שורה'לעך לענייני דיומא:
אין א פעלד א גרינע
נעבן א וועלדל א דינע
טאג טוט שוין באנייען
די האן טוט שוין קרייען
שפאצירט זיך א פייגעלע
קריכט אויפן צווייגעלע
געלע מאגער איז איר פיס
א שיינע ווייסע ריקן זיס
זי בענקט צוריק דארט
קיין ירשלים איר ארט,
זארג נישט פייגעלע מיין
דו וועסט נאך צוזעהן אליין
גוטע צייטן וועט בליען
וועסטו אהיים צוריק פליען
אט אט בקרוב איז די זמן
דעמאלטס וועט דאס זיין
יבנה המקדש עיר ציון תמלא
ושם נשיר שיר חדש וברננה נעלה.
געניג מיט אידיש!
יעצט קען מען שרייבן אביסל אין אונגאריש??
סְאָל אָ קָאקָאש מַאר,
מֶעגְוִוירְט מַאר.
דְשזָאלד עֶר דְשזַערְבָּן,
שֵיק מֶדְזַערבָּן,
ֵשֵעיטַל עֶד מָאהדַאהר.
דְשזָאלד עֶר דְשזַערְבָּן,
שֵיק מֶדְזַערְבָּן,
שֵעיטַל עֶד מָאהדַאהר.
דֶע מִיטְשָאהדָא מָאהדַאהר?
דֶע מִיטְשָאהדָא מָאהדַאהר?
שַארְגָא לַאבָּבָּא,
דזשינדזשי אָ סַאִיָא,
עֵנְגֶעם אֻדָדא וַואהר.
שַארְגָא לַאבָּבָּא,
קֵיקְ אָ סַאִיָא,
עֵנְגֶעם אֻדָדא וַואהר.
וַואַהר מָאהדַאהר וַואהר,
וַואַהר מָאהדַאהר וַואהר,
הָא אָז אִיש-טֶען נֶעקֶעד רֶענְדֶעל,
אָה טִיעֵד לֶעס אָז מַאר.
הָא אָז אִיש-טֶען נֶעקֶעד רֶענְדֶעל,
אָה טִיעֵד לֶעס אָז מַאר.
דֶה מִיקאָהר לֶעס אָז מַאר?
דֶה מִיקאָהר לֶעס אָז מַאר?
יִבָנֶה הַמִקְדָש עִיר צִיון תְמַלֵא,
אָהקָאהר לֶעס אָז מַאר.
יִבָנֶה הַמִקְדָש עִיר צִיון תְמַלֵא,
אָהקָאהר לֶעס אָז מַאר.
והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה, אמן!
Re: Re:דעם פייגעלע'ס געוויין...
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 8:16 am
דורך ציבורא
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 7:21 am
עס איז דאך היינט שבעה עשר בתמוז, א טאג וואס מיר פאסטן און קלאגן אויף די התחלת חורבן בהמ''ק, האב איך זיך דא אראפ געשריבן אפאר שורה'לעך לענייני דיומא:
► Show Spoiler

גוגעל טרענסעלעט?
Re: Re:דעם פייגעלע'ס געוויין...
געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 6:32 pm
דורך מיינע פאעזיעס
ציבורא האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 23, 2024 8:16 am

ניין, כ'האב עס אליינס געשריבן (די גראמען, שטייצעך)
Re:מיין לימוד ביים ניאגרא פאללס!
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 8:28 am
דורך מיינע פאעזיעס
מיין לימוד ביים ניאגרא פאללס!!
באזוכענדיג לעצטענס גאט'ס וואונדער ביים ניאגרא פאלס (לא להנאת גופי כלל, א לאנגע מעשה... קיצור...) אזוי שטייענדיג אפאר פוס אפגעריקט פון די שטרוימיגע וואסער געפאלעכצער, זענען מיינע מחשבות מיר ארום געפלויגען טראכטנדיג: וואס קען איך זיך ארויס לערנען פאר מיין פריוואטע טאג טעגליכע לעבן פון אט די וואסער פאלענישן, אט איז וואס קומט מיר אין געדאנק, א נקודה וואס איז זעהער וויכטיג משים לב צו זיין, הערט נאר אויס:
פאר פינעף טויזענט זיבן הינדרעט פיר אין זיבעציג יאר צוריק האט דאס פאסירט, ווען דער ''אמר והיה עולם'' האט כביכול געזאגט די ווערטער ''יקוו המים'' זאלן זיך די וואסערן צושפרייטן, פון דעמאלטס אן רינט און פליסט די וואסער אן אויפהער, ארויף בערג און אראפ, אריין אין היילן און ארויס, וואלקענעס נעמען די טראפעלעך און ווארפן צוריק אראפ, אזוי גייט שוין דער הין און צוריק שפיל אן פאר טויזענטער יארן,
די זעלבע וואסער וואס האט געפליסט ביים זמן המקדש האבן מיר היינט אויך, דער וואסער קומט מיט א פרישקייט ווי כאילו ער איז ס'ערשטן מאל אויף טרוקעניש, נאכאמאל און נאכאמאל מיט א אין שום יואוש'דיגע התחדשות,
דאס קומט אונז צו לערנען די מידה פון התחדשות, מיט א פרישקייט! די טאג איז דיר נישט געגאנגען גוט? הייב אן מיט התחדשות פון דס'ניי!! אין שום יואוש בעולם כלל, לערן דיך פון די וואסער, ער גייט איבער און איבער ווייל דאס איז זיין תפקיד, דיין תפקיד אויף דער וועלט איז טון און נישט אויפטון! און געב נישט אויף צו עררייכן דיין ציל און דיין תפקיד!!
גיימער, ביי...

- images.jpg (9.93 KiB) געזען געווארן 606 מאל
Re: געדאנקען און פארשידנס מיט @מיינע פאעזיעס
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 9:52 am
דורך פליט
דיין נשמה.... דיין אויגן..... דיין פעדער......
.........
Re: געדאנקען און פארשידנס מיט @מיינע פאעזיעס
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 8:34 pm
דורך מיילעך פריילעך
איינער ווייסט צו סאיז דא א וועג אז יעדע מאל @מיינע פאעזיעס לייגט ארויף א פאוסט אין די טעמע, זאל ער אטאמאטיש באקומען א לייק???
ומי יעמוד בסוד קדושים...
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 7:20 am
דורך מיינע פאעזיעס
היינטיגע דורות...
שיקט מיר א חבר לעצטענס אריין א טעקסט מעסעדזש, ס'ליינט זיך אזוי:
This is a chain text just to give you that geshmake feeling when your phone vibrates in your pocket
..."ahh, i'm popular, somebody texted me ...." pass it on
ומי יעמוד בסוד קדושים...
Re: ומי יעמוד בסוד קדושים...
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:48 am
דורך שאינו יודע לשאול
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 7:20 am
היינטיגע דורות...
שיקט מיר א חבר לעצטענס אריין א טעקסט מעסעדזש, ס'ליינט זיך אזוי:
This is a chain text just to give you that geshmake feeling when your phone vibrates in your pocket
..."ahh, i'm popular, somebody texted me ...." pass it on
ומי יעמוד בסוד קדושים...
למעשה האסטו פארדינט צוויי מאל, איינמאל ביים עס באקומען, נאכמאל ביים עס דא ארויפלייגן, און זיך צוקרעכצן מיטן באקאנטן "היינטיגע דורות" תנועה...
א לימוד מיט ר' מוטה
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 2:02 am
דורך מיינע פאעזיעס
זיצנדיג לעצטענס ביי א געשמאקע פרברענג צוזאמען מיט המשפיע ר' מוטה פראנק שליט''א, האב איך געהערט א מורא'דיגע געדאנק פון ר' מוטה און איך האלט אז מ'קען מאכן פון דעם א לענגס און א ברייטס,
איינע פון די אנוועזנדע האט געשטעלט א פראגע צו ר' מוטה אזוי: וואס טוט מען ווען מען האט נישט קיין געדולד צו דאווענען און ווען מ'שפירט נישט קיין טעם און די דאווענען? ר' מוטה האט מיט זיין ליבליכע שמייכעל זיך אנגעריפן: איך וועל אייך דערציילן א מעשה בדידי הוא עובדא, און אזוי פארציילט ער:
פאר א סכום פון קרוב צו צוואנציג יאר צוריק זייענדיג אין אומאן ביים רבין אויף ראש השנה, אזוי ערב יו''ט קומט צו צו מיר א איד, צייגענדיג אויף א בחורל וואס האט ליידער נישט אויסגעקוקט ווי די פרומסטע, און זאגט: ר' מוטה וואס קען מען טוהן מיט דעם בחור? ער היט ליידער נישט קיין שבת,
ר' מוטה גייט צו צום בחור וואס האט שוין באמערקט וואס עס גייט פאר, איידער איך האב געקענט עפענען דאס מויל, זאגט ר' מוטה, האט דער בחור זיך גלייך אנגעריפן ''דו וועסט גארנישט פועל'ן ביי מיר'' איך בין עדיקטעד צום ציגארעטל און איך קען נישט אויפהערן רייכערן אין שבת,
ר' מוטה זאגט ווייטער: איך האב זיך אנגעריפן צום בחור און געפרעגט, וויפיל ציגרעטלעך רייכערסטו א טאג?
צוויי שאכטלעך ענטפערט ער מיר
ווי לאנג נעמט א ציגרעטל צו רייכערן? פרעג איך
דריי מינוט ענטפערט ער,
נו קומט אויס אז דו היטסט געהעריג שבת, פשוט צוויי שעה ביסטו א מחלל שבת, ר''ל
דערציילט ווייטער ר' מוטה: אפשר מאכען מיר אפ אז דו היטסט שבת, פונעם פאון קענסטו זיך אפרייסן פאר פיר אין צוואנציג שעה? די לייט קענסטו זיך איינהאלטן פון אנצינדען? פרעג איך אים,
יא ענטפערט ער,
נו האלט דיך איין פון אלעס,
רייכערן קענסטו, דו האלסט געהעריג שבת, אבער נאר צוויי און צוואנציג שעה,... (ר''ל זאגט ר' מוטה)
די געדאנק איז געפאלן פארן בחור, און ער האט מיר צוגעזאגט אז ער וועט זיך האלטן צו דעם, און איך האב פון די מעשה פארגעסן,
מיט אפאר יאר שפעטער בין איך געריפן געווארן צו א פארברענג, ביים פארברענג זענן געזיצן א גרופע בחורים, ווען אינמיטן קומט צו צו מיר א בחורל, און פרעגט מיר צו איך דערקען אים,
ניין האב איך אים גענטעפערט, היות וואס איך טרעף אסאך מענטשן קען איך נישט געדענקען יעדעם,
ריפט זיך דער בחור אן: איך בין דער בחור וואס דו האסט געטראפן ביים ציון פון ר' נחמן אין אומאן,
ס'האט מיר גענומען א מינוט זיך צו דערמאנען פון די מעשה, אה דו ביסט עס, נו וויאזוי איז דיין שמירת שבת?
און דער בחור הייבט אן מיט זיין געשיכטע:
ווען איך בין אהיים געקומען יענע יאר פון אומאן נאך ר''ה, בין איך צוריק געגאנגען צו מיינע חבירים, און געזאגט וואס ''ר' מוטה פראנק'' האט מיר געזאגט וועגן שמירת שבת, זיי האבן מיר אלע אויסגעלאכט, אבער איך האב זיך געהאלטן שטארק!!
איך בין א שומר שבת פאר צוויי און צוואנציג שעה!!
נאך א שטיק צייט האט די עולם געזעהן אז איך מיין עס ערנסט, איך בין פעסט ביי מיר!
און זיי האבן מיר אנגעהויבן נאכטוהן,
היינט, פירט דער בחור אויס, זענען מיר פולשטענדיגע שומרי שבת פאר פיר און צוואנציג שעה!!!
האט ר' מוטה צוגענדיגט זיינע ווערטער ביים קאנטרי פארברענג, און געענטפערט פארן אינגערמאן: דו שפירסט נישט קיין טעם אין דאווענען? דאווען איין שטיקל בכוונה אינעם סידור מיט די פירוש המילות, צוביסלעך צוביסלעך וועסטו אנהייבן שפירן א טעם.
שכח פארן מיך אויסהערן!
הצלחה!
Re: געדאנקען און פארשידנס מיט @מיינע פאעזיעס
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 10:03 am
דורך פופציגער
זייער שיין!
דאס איז א מהלך וואס יעדער איד קען נוצן אין יעדן מצב; זיי מחשיב דאס וואס דו ביסט!
מיר זענען אלע פרישע בעלי תשובות!!
געפאוסט: מוצש"ק אקטאבער 12, 2024 11:39 pm
דורך מיינע פאעזיעס
הייליגע טאטע כאפ א בליק
אויף דיין פאלק ישראל יעצט קוק
יעצט מוצאי יו''כ מיר האבן חשיבות
מיר זענען אלע פרישע בעלי תשובות
עס קומט א גרויסע יאר פול מיט זאכן
מ'קען נישט וויסן וואס עס וועט זיך מאכן
דעם בעל תשובה איז מען אלעמאל גוט דן
זאל פאר אונז אויך פשוט'ע אידן די גאנצע יאר אזוי זיין