שעפטל נחומ'ס לעבנס היסטאריע
געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 3:10 pm
געווען איז עס א פארוואלקנטע טאג, פינעף און דרייסיג יאר צוריק ווען איך בין אראפגעקומען אויף דעם עולם.
ס'איז געווען א מורא'דיגע שמחה אין די משפחה נאכדעם וואס איך בין געבוירן געווארן צו מיין טאטעס צווייטע ווייב גלייך נאך די ערשטע מלחמה אין די משפחה איבער די הייליגע זיידע הרב ר' שעפטל נחום וואס מפלעגט רופן מיט'ן צונאמען שמייכל תמיד'ס ירושה.
אבער ווי צייטן פליען פארביי איז צוגעקומען די נאמען שעפטי וואס האט גאר גוט ארויסגעברענגט די הייליגע זיידעס כאראקטער. ווען איך בין געבוירן געווארן איז געווען ביי א יעדעם איינעם ברור אז איך וועל ווייטער קענען טראגן די דגל פון די משפחה וואס מיין זיידע שעפטל נחום האט געטראגן מיט א שטארקייט.
גלייך ביים געבוירן ווערן ווען איך האב נאכנישט געהאט קיין אידישע נאמען האט מען מיך גערופן עשיו נאכן עלטער עלטער פעטער עשיו וואס איז געבוירן געווארן פיקס פארטיג אזוי ווי מיך שעפטי, אויף מיך האט מען גלייך געקענט אנזען אז איך בין געמאכט צו זיין א עסקן און טראגן שליסלעך און דרייווען א פולי לאדיט יוקאן ד'נעלי מיט טינטיט פענסטער.
מיין טאטע האט פון מיין געבוירן ווערן נישט גערוהט קיין מינוט נישט נאר אלעס אליין געטון און אנגעגרייט די גאנצע סעודות ברית און וואכט נאכט, ער האט געהאסלט ווי א מאמע טשורעפאכע.
ווען ס'איז געקומען די טאג פונעם ברית (וויבאלד טעג בלייבן נישט שטיין) האט די גאנצע שטאט געפארן אויף רעדער, א יעדער וואס האט געהאט פיס צו וואקן איז געקומען צום ברית.
מיין טאטע אליין איז צוגעגאנגען צום עמוד אין אראפגעלייגט מייסטערהאפטיגע חזנות שטיקלעך וואס איז געבליבן קלינגען אין די אויער ביז נאך פסח שני ווען א יעדע איד-טיש עסט מצה.
נאכן דאווענען איז מען גלייך צוגעגאנגען צום ברית און מיין טאטע האט מכבד געווען זיין לאנג יעריגע פריינט די הצלה קאארדינעיטאר פון שטאט אלס קוואטער.
ווען מען איז אנגעקומען צו געבן די נאמען האט זיך אראפגעלאזט א טויט שטילקייט אויפן האריזאנט מען האט נאר געקענט הערן מיין געוויין אבער א נאמען האט מען נישט געהערט, מיין טאטע איז נישט געווען צום געפינען, נאך אפאר מינוט זוכן האט מען אים געטראפן אנגרייטן די אווער נייט קוגל.
די רב האט געוואקט מיט שטייטע טריט צו מיין טאטע אין געגעבן צוויי שטילע איידעלע קלאפעס אויפ'ן אקסעל מיין טאטע וואס איז געווען פארזינקען אין די קוגל בשעת'ן זיך אונטער זינגען האט זיך זייער דערשראקן און פון גרויס שרעק האט די טאץ קוגל געלאנדעט אויפן ערד, מיין טאטע איז געווארן אין כעס און געפרעגט מיט א שטארקע שטומע וואס האט אפגעהילכט אין די גאנצע ביהמ"ד
יא רב לעעעבן וואס דארפט איר?!
די רב האט מיט זיין איידעלע נאבעלע שטומע מסביר געווען אז די טאטע דארף יעצט געבן די נאמען
מיין טאטע איז געווארן נאכמער אין כעס וואס הייסט וועכע נאמען!! איר ווייסט נישט? שעפטי!! טאקע מ'האט מיך א נאמען געגעבן שעפטל נחום אבער מ'האט מיך גערופן פון דעמאלס און ווייטער @שעפטי
פארזעצונג איבער דאס לעבן ווייטער פון שעפטי וועט נאכפאלגן.