מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

שמועסן, אינפארמאציע, און עצות איבער טעכנאלאגיע און אירע כלים
אוועיטער
אינזשעניר
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:32 am
x 13

מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך אינזשעניר »

גוגל קראום איז מיינען די פאפולערסטע בראוזער צו נוצן אויפן קאמפיוטער, אבער לעצטנס האב איך מחליט געווען צו פרובירן עדש און ס'איז מיר זייער געפאלן.

ס'איז זייער ענליך צו קראום אבער עס האט אסאך מעלות איבער קראום. חסרונות האב איך נאכנישט געטראפן...

בעפאר איר הייבטט אן נוצן עדש, די ערשטע זאך וואלט איך אייך גע'עצה'ט צו טוישן די סורטש ענדשין צו גוגל אנשטאט בינג. איך גלייך זייער נישט וויאזוי בינג גיבט רעזולטאטן.
ווי אויך וועט איר זיך דארפן ארומשפילן מיט די דיספלעי סעטינגס וויייל ביי דיפאלט עפנט זיך די היים בלאט מיט אסאך נייעס .
ביי מיר קוקט עס אויס פונקט ווי איך וואלט ווען גענוצט קראום, נאר אנשטאט גוגל שטייט מייקראסאפט, אבער ווען איך סורטש גייט עס צו גוגל.

איינע פון די גוטע מעלות איז די סיידבאַר. א ווינדאו וואס עפנט זיך אין די רעכטע זייט און דו קענסט דארט האלטן אפן א עקסטרע וועבסייט. איך נוץ עס און עס איז זייער פראקטיש.
קענסט האבן בוקמארקס וואס עפענען זיך געהעריג אין א טעב, משא"כ די בוקמארקס וואס ליגן ביי די סיידבאַר עפענען זיך אין די זייטיג קעסטעלע.

רוב עקסטענשנס וואס זענען אוועיליבל פאר קראום זענען אויך אוועיליבל פאר עדש.

דו קענסט אימפארטן אלע דיינע קראום בוקמארקס צו עדש אין א סעקונדע.. זיך פאר די סעטינג.


ווען דו קאפיסט א URL פון די אדרעס באר אין עדש און דו פעיסט עס אין א אימעיל וכו' וועט עס אויסקוקן אזוי. וואס איך טרעף אלס א מוראדיגע מעלה.
Annotation 2023-07-18 144625.png
Annotation 2023-07-18 144625.png (10.85 KiB) געזען געווארן 993 מאל
פאר סיי וועלכע סיבה ארבעט עס נישט דא אויפן טיש..


זייער סינק ארבעט זייער גוט.
נוצנדיג א מייקראסאפט אקאונט, וואו אימער איך סיין אריין מיט מיין אקאונט זע איך אלע בוקמארקס און איך קען נוצן מיינע סעיווד פעסווארדס און קרעדיט קארדס.

אויב נוצט איר עדש אויף נאך א דעווייס ווי א סמארט פאון אדער א טעבלעט, קענט איר שיקן א טעב פונעם קאמפיוטער צום צווייטן כלי עס זאל זיך דארט עפענען.

עס איז זיכער דא נאך מעלות וואס איך געדענק נישט יעצט אויף די מינוט. איך האב מיר צוגעוואוינט און איך גלייך עס זייער..

טוישט איר אריבער? לאזט אייך הערן מיט אייער פידבעק!

א דאנק, הצלחה.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 182

Re: מייקראסאפט עדש. פארוואס נישט?

פאוסט דורך אני-הק' »

איך האב נישט אריבערגעטוישט, אבער איך נוץ עס אויך, איך בין זיך מחיה מיט די סיידבאר, און מיט נאך זאכן
און איך נוץ טאקע גאגל סירטש עינדזשין אנשטאט בינג, איך האב עס נישט אנגעשטעלט צו דעם, נאר פון איין טאג אויפן אנדערן איז עס אטאמאטיש געשעהן, אז ווען איך הייב אן סירטשן טראנספארמירט זיך עס גלייך צו גאגל סירטש אויפן עדזש, קען זיין ס'האט מיט די פילטער צו טוהן, איך נוץ נעטפרי
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
וועלגערערס צום טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:55 pm
x 7

Re: מייקראסאפט עדש. פארוואס נישט?

פאוסט דורך וועלגערערס צום טיש »

צ/ק ווייל זיי פייניגן מיר צו אינסטאלירן, כ'האס זיי.... ווי דער ראבא קאללס...
נישט אפעלירט מיט די קארטעלן פון מעקסיקא.
אוועיטער
יתוש
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:27 pm

Re: מייקראסאפט עדש. פארוואס נישט?

פאוסט דורך יתוש »

אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:00 pm איך האב נישט אריבערגעטוישט, אבער איך נוץ עס אויך, איך בין זיך מחיה מיט די סיידבאר, און מיט נאך זאכן
און איך נוץ טאקע גאגל סירטש עינדזשין אנשטאט בינג, איך האב עס נישט אנגעשטעלט צו דעם, נאר פון איין טאג אויפן אנדערן איז עס אטאמאטיש געשעהן, אז ווען איך הייב אן סירטשן טראנספארמירט זיך עס גלייך צו גאגל סירטש אויפן עדזש, קען זיין ס'האט מיט די פילטער צו טוהן, איך נוץ נעטפרי
אודאי מיט'ן פילטער. נעטפרי און נאך אנדערע פילטערס רידיירעקטן די סירטשעס דוקא צו גוגל סירטש.
בראשית ברא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 10:12 pm
x 78

Re: מייקראסאפט עדש. פארוואס נישט?

פאוסט דורך בראשית ברא »

מייקראסאפט עדזש איז זייער שוואך באנוצט דורך מענטשן העכער צוואנציג - פינף און צוואנציג.

די סיבה, איז אינטערנעט עקספלארער ז"ל...
מייקראסאפט האט זיך געמוטשעט מיט זייער בראוזער פאר יאאארן, און וויפיל ארבעט זיי האבן אריין געלייגט, אזויפיל מער באגס זענען ארויס געוואקסן...

אין די זעלבע צייט האט גוגל ארויס געגעבן זייער בראוזער, וועלכע איז געווען רעלאטיוו סטאביל, און האט צוביסלעך אריבערגעשלעפט דעם ציבור.

װען מייקראסאפט האט איבערגעמאכט זייער בראוזער פון סקרעטש און עס א נאמען געגעבן עדזש, איז שוין געווען אביסל טו לעיט...
איך האב אויך גענוצט עדזש אביסל, און קוקט אויס מיט פיל מעלות איבער גוגל קראום, אבער נאך אלעם בין איך געבליבן מיט קראום...
קאפ קעיק
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:10 pm

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך קאפ קעיק »

מיינע צוויי צענט.
עדזש איז היינט קראמיעם בעסעד און אלע גוגל עקסטענשענס ארבטען דארט, און סניצט ווייניגער RAM ווי קראום, ווייניגער בעטערי לייף און איז שנעלער אויך! אבער איך ניץ נאך אלטץ קראום וועגן סאיז קלינער, האט נישט די פארייכעטע מסן פעדזש ביי סטאראפ, די באטענס /שעפעס זענען געשמאקער, און געואוינהייט בינעך שוין צו קראום, און גראדע געטראכט צו סוויטשן זייט בינג איז געווארן אינטעגרעטעד צו עדזש אבער איך גלייך בעסער קראום מיט גפטי'ס עקסטענשען אין קראום.
פלוני אלמוני
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:43 am
x 3

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך פלוני אלמוני »

קאפ קעיק האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:14 pm אבער איך גלייך בעסער קראום מיט גפטי'ס עקסטענשען אין קראום.
וואס איז דאס גפטי?
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 191
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 198

Re: מייקראסאפט עדש. פארוואס נישט?

פאוסט דורך איך ווייס »

בראשית ברא האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 1:41 am מייקראסאפט עדזש איז זייער שוואך באנוצט דורך מענטשן העכער צוואנציג - פינף און צוואנציג.

די סיבה, איז אינטערנעט עקספלארער ז"ל...
מייקראסאפט האט זיך געמוטשעט מיט זייער בראוזער פאר יאאארן, און וויפיל ארבעט זיי האבן אריין געלייגט, אזויפיל מער באגס זענען ארויס געוואקסן...

אין די זעלבע צייט האט גוגל ארויס געגעבן זייער בראוזער, וועלכע איז געווען רעלאטיוו סטאביל, און האט צוביסלעך אריבערגעשלעפט דעם ציבור.

װען מייקראסאפט האט איבערגעמאכט זייער בראוזער פון סקרעטש און עס א נאמען געגעבן עדזש, איז שוין געווען אביסל טו לעיט...
איך האב אויך גענוצט עדזש אביסל, און קוקט אויס מיט פיל מעלות איבער גוגל קראום, אבער נאך אלעם בין איך געבליבן מיט קראום...
אפילו עדזש, וואו לאנג ס'איז נישט געווען קראמיום בעיסעד, איז עס נישט צוגעקומען צו די פיסטריט פון קראום. זייט זיי זענען געווארן קראמיום בעיסעד, זענען זיי בעסער, אבער פשוט'ע עמך אידן געדענקען נאך אז קראום איז בעסער, און אפילו יעצט איז עדזש נישט אזויפיל בעסער אז ס'זאל זיין מערקבאר. (איך געדענק ווען קראום איז ארויסגעקומען, און איך האב עס אינסטאלירט, איך האב נישט געדארפט קיין בענטשמארקס צו זעהן אז ס'איז פיל שנעלער פון די אנדערע בראוזערס)
מים חיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:03 pm
x 8

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך מים חיים »

פלוני אלמוני האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:48 am
קאפ קעיק האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:14 pm אבער איך גלייך בעסער קראום מיט גפטי'ס עקסטענשען אין קראום.
וואס איז דאס גפטי?
GPT
לעדי באג
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:20 am
x 7

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך לעדי באג »

ע"פ סברא אז מען ניצט גוגל ניצט שוין אויך זייער בראוזער וואס איז קראום

אגב בינעך נייגעריג צו עדזש האט אויך פראפיילס אדער נאך נישט?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2830
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3368

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך וואוילער »

אינזשעניר האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 2:48 pm גוגל קראום איז מיינען די פאפולערסטע בראוזער צו נוצן אויפן קאמפיוטער, אבער לעצטנס האב איך מחליט געווען צו פרובירן עדש און ס'איז מיר זייער געפאלן.

ס'איז זייער ענליך צו קראום אבער עס האט אסאך מעלות איבער קראום. חסרונות האב איך נאכנישט געטראפן...

בעפאר איר הייבטט אן נוצן עדש, די ערשטע זאך וואלט איך אייך גע'עצה'ט צו טוישן די סורטש ענדשין צו גוגל אנשטאט בינג. איך גלייך זייער נישט וויאזוי בינג גיבט רעזולטאטן.
ווי אויך וועט איר זיך דארפן ארומשפילן מיט די דיספלעי סעטינגס וויייל ביי דיפאלט עפנט זיך די היים בלאט מיט אסאך נייעס .
ביי מיר קוקט עס אויס פונקט ווי איך וואלט ווען גענוצט קראום, נאר אנשטאט גוגל שטייט מייקראסאפט, אבער ווען איך סורטש גייט עס צו גוגל.

איינע פון די גוטע מעלות איז די סיידבאַר. א ווינדאו וואס עפנט זיך אין די רעכטע זייט און דו קענסט דארט האלטן אפן א עקסטרע וועבסייט. איך נוץ עס און עס איז זייער פראקטיש.
קענסט האבן בוקמארקס וואס עפענען זיך געהעריג אין א טעב, משא"כ די בוקמארקס וואס ליגן ביי די סיידבאַר עפענען זיך אין די זייטיג קעסטעלע.

רוב עקסטענשנס וואס זענען אוועיליבל פאר קראום זענען אויך אוועיליבל פאר עדש.

דו קענסט אימפארטן אלע דיינע קראום בוקמארקס צו עדש אין א סעקונדע.. זיך פאר די סעטינג.


ווען דו קאפיסט א URL פון די אדרעס באר אין עדש און דו פעיסט עס אין א אימעיל וכו' וועט עס אויסקוקן אזוי. וואס איך טרעף אלס א מוראדיגע מעלה.
Annotation 2023-07-18 144625.png
פאר סיי וועלכע סיבה ארבעט עס נישט דא אויפן טיש..


זייער סינק ארבעט זייער גוט.
נוצנדיג א מייקראסאפט אקאונט, וואו אימער איך סיין אריין מיט מיין אקאונט זע איך אלע בוקמארקס און איך קען נוצן מיינע סעיווד פעסווארדס און קרעדיט קארדס.

אויב נוצט איר עדש אויף נאך א דעווייס ווי א סמארט פאון אדער א טעבלעט, קענט איר שיקן א טעב פונעם קאמפיוטער צום צווייטן כלי עס זאל זיך דארט עפענען.

עס איז זיכער דא נאך מעלות וואס איך געדענק נישט יעצט אויף די מינוט. איך האב מיר צוגעוואוינט און איך גלייך עס זייער..

טוישט איר אריבער? לאזט אייך הערן מיט אייער פידבעק!

א דאנק, הצלחה.
גם אני בחלומי האלט אינמיטן מחליט זיין וועגן טוישן, און די זעלבע (כמעט) איז בנוגע נוצן Gmail אדער Outlook.
דער עולם איז געוואוינט צו GOOGLE און מיט רעכט, עס איז א בחינה פון ארויסגיין פון די Comfort Zone.

קודם צו די מעלות און חסרונות וואס דו ברענגסט ארויס:
GOOGLE האט אויך די אפציע פון Sync profile, און שיקן א TAB צו א צווייטע דיווייס.

לויט מיין ריסעירטש, איז די מעלה פון MICROSOFT בעיקר פאר ביזנעס אקקאוינטס, ווייל דערעולם ניצט סייווי זייערע פראדוקטן, ווי WORD און EXCEL במילא אויב נוצט מען OUTLOOK איז עס פראקטישער.
און אז מען נוצט די אלע אויבנדערמאנטע, איז ממש א שאד נישט צו נעמען דעם גאנצן פעקל לפונדק אחד און זיין איינגעטינקען אין Microsoft.

נאר גוגל האט די רעכט אונז צו קאנטרעלירן? מייקראסאפט האט מחליט געוועהן אז זיי מעגן/קענען אויך.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2830
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3368

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך וואוילער »

אגב, אין ביזנעס אקקאוינטס גייט עס היבש ווייטער מיט SharePoint וואס ביי גוגל הייסט עס SharedDrive.
דאס הייסט אז מען האט א שעירד פאלדער (אדער עטליכע) אנשטאט א Server.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 294
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 192

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך יאנטשי »

נאך א מוראדיגע מעלה אין עדש איז די פד"ף ריעדער, חוץ וואס עס איז גאנץ שנעל פארמאגט עס די פול ענד סיין אפציע
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2830
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3368

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך וואוילער »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:13 pm נאך א מוראדיגע מעלה אין עדש איז די פד"ף ריעדער, חוץ וואס עס איז גאנץ שנעל פארמאגט עס די פול ענד סיין אפציע
אן א extension? ווייל גוגל האט אויך די אפציע מיט א extension.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2717
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 2728

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך שמח »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:10 pm אגב, אין ביזנעס אקקאוינטס גייט עס היבש ווייטער מיט SharePoint וואס ביי גוגל הייסט עס SharedDrive.
דאס הייסט אז מען האט א שעירד פאלדער (אדער עטליכע) אנשטאט א Server.
שער פוינט איז ווי one drive וואס אפאר מענטשן האבן עקסעס?

וויפל גוג גייט אריין אין דער פוינט?
"גוט געטון איז בעסער ווי גוט געזאגט." (היום יום)
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2830
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3368

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך וואוילער »

יא, שעיר פוינט איז וואן דרייוו.
כ'ווייס נישט פונקטליך וויפיהל גוג, אבער דאכט זיך אז מייקראסאפט גיבט מער פון גוגל, און ביי גוגל קען מען אייביג צולייגן פאר קליין געלט.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 747
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 1146

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

עדזש האט געטוישט די טעבס, אנשטאט אויבן ליגט אלעס אויף די לינקע זייט אין פיצי באקסלעך, נאר א אייקאן פאר יעדע טעב.

און עס מאכט מיר שרעקליך נערוועז...
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2830
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3368

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך וואוילער »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 10:51 am עדזש האט געטוישט די טעבס, אנשטאט אויבן ליגט אלעס אויף די לינקע זייט אין פיצי באקסלעך, נאר א אייקאן פאר יעדע טעב.

און עס מאכט מיר שרעקליך נערוועז...
דאכט זיך אז ס'איז א סעטינג וואס מ'קען טוישן
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 747
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 1146

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

אה, גערעכט!

געזוכט און געטראפן. איצטער איז ער צוריק נארמאל געווארן
פיילס
Screenshot 2023-07-28 105543 copy.jpg
Screenshot 2023-07-28 105543 copy.jpg (139.99 KiB) געזען געווארן 617 מאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2830
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3368

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך וואוילער »

עפ"י רוב די הייקעלע טוישונגען מאכן זיי Optional
אויך גוגל טוט אזוי.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
HighTag
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 6:34 pm
x 9
פארבינד זיך:

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך HighTag »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 10:06 pm נאר גוגל האט די רעכט אונז צו קאנטרעלירן? מייקראסאפט האט מחליט געוועהן אז זיי מעגן/קענען אויך.
קיינער האט נישט די רעכט.
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 294
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 192

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך יאנטשי »

גוגל קראום האט באקומען א אפדעיט אז די דאונלאד פיילס קומט אן אין א דראפדאון אויבן די רעכטע זייט, נעבן די עקסטענשאן אייקאן.

מען קען דארט עקסעסן די פייל לאקעישאן אין פייל עקספלאדער

אינטרעסאנט ווייל עדש האט עס שוין יארן
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2830
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3368

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך וואוילער »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 10:14 pm גוגל קראום האט באקומען א אפדעיט אז די דאונלאד פיילס קומט אן אין א דראפדאון אויבן די רעכטע זייט, נעבן די עקסטענשאן אייקאן.

מען קען דארט עקסעסן די פייל לאקעישאן אין פייל עקספלאדער

אינטרעסאנט ווייל עדש האט עס שוין יארן
יא, יעדער לערנט זיך פונעם צווייטן.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
טשיינע קלאזעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 1:11 am
x 82

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך טשיינע קלאזעט »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 8:37 am יא, שעיר פוינט איז וואן דרייוו.
כ'ווייס נישט פונקטליך וויפיהל גוג, אבער דאכט זיך אז מייקראסאפט גיבט מער פון גוגל, און ביי גוגל קען מען אייביג צולייגן פאר קליין געלט.
פאר א פשוטן בירגער, באקומסטו פון גוגל 15 גיג בעת פון מייקראסאפט נאר 5. עס קאסט געלט צו האבן מער סטארעזש.
לא רעב ללחם אלא לקאקאש קעיק
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 458
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 368

Re: מייקראסאפט עדזש, פארוואס נישט?

פאוסט דורך ענותן »

וואס מיינט דאס ? דאס קומט ארויף ווען איך וויל עפענען מיין אוטלאוק, דארף איך רופן מיין IT אדער איך קען עס אליין פארעכטן (איך בין אן עם הארץ אין די ענין)
Screenshot 2023-12-24 220805.jpg
Screenshot 2023-12-24 220805.jpg (21.43 KiB) געזען געווארן 262 מאל
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
שרייב פאוסט