היינט זונטאג ט"ו תמוז פאלט אויס די יארצייט פון הרה"ק רבינו חיים בן עטר ב"ר משה זי"ע, בעל אור החיים הקדוש.
ער איז געבוירן אין שטאט סאלו אין מרוקו, בשנת תנ"ו.
צו זיין טאטע החכם הרה"ק רבי משה זי"ע,
בן הגה"ק רבי חיים בן עטר זי"ע מגולי ספרד,
ווי באקאנט איז דא דריי גדולים און צדיקים וואס זענען געריפן געווארן מיטן טיטול "הקדוש", וואס איז א טיטול וואס איז נישט געשריבן געווארן אויף יעדן איינעם, און דאס מיינט אז די צדיקים זענען געווען גאר גרויסע קדושים,
דער הייליגער של"ה הקדוש זי"ע,
דער הייליגער אלשיך הקדוש זי"ע,
דער הייליגער אור החיים הקדוש זי"ע,
ער איז געווען א איש קדוש מאוד איש אלקים רבן של ישראל דומה למלאך ד' צבקות, ער איז געווען א גאון הגאונים און א בקי בש"ס ופוסקים, און א בקי בנגלה ובנסתר, ווי מען זעהט אין זיין הייליגע פירוש אור החיים, וואס אלע צדיקים כאיש אחד האבן מעיד געווען אז די תורה פונעם אור החיים הקדוש איז געווען תורה מפי הקב"ה, אויך איז ער געווען א פועל ישועות און א בעל מופת עצום,
ער האט אסאך פון זיין תורה געלערנט ביי זיין זיידן הגה"ק רבי חיים בן עטר זי"ע, און ווי דער אור החיים הקדוש זי"ע שרייבט אין די הקדמה אויפן ספר חפץ ה' בזה"ל, "וישבתי ללמוד תורה מפי מורי ורבי הרב המפורסם אדוני זקני מורי אשר נודע בשרים שמו המופלג החסיד העניו כמוהר"ר חיים בן עטר זלה"ה, אשר מימיו שתיתי באר מים חיים, ובין ברכיו גדלתי, ובחיקו ישבתי מיום היותי, לשאוב מדבריו הטובים".
ער האט גאנץ אנפאנג עוסק געווען במסחר פאר פרנסה, און דאן האט ער געברויכט גיין פון שטאט צו שטאט, אבער שפעטער האט ער פארלוירן זיין פרנסה און געלעבט אין דחקות, און דאן האט ער אנגעהויבן מחבר זיין דעם ספר אור החיים הקדוש, צדיקים האבן מעיד געווען, אז דער אור החיים האט געהאט א התקשרות און שייכות מיט די בני משה וואס זענען געווען אויפן אנדערן זייט סמבטיון, דורך זיך שרייבן מכתבים כסדר,
אין זיין גרויס קדושה זעהט מען וואס הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע שרייבט אין זיין ספר נתיב מצותיך, אויף דעם אור החיים הקדוש זי"ע בזה"ל, "שמע בכל לילה תורה מפי הקב"ה, וגודל קדושתו אי אפשר לכתוב", אויך זעהט מען אין שו"ת פונעם הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע וואס איז מסופק אין די כשרות פון א שוחט וואס האט געזאגט אז די חיבור פונעם אור החיים הקדוש זי"ע איז נישט נתחבר געווארן מיט רוח הקודש,
ער האט חתונה געהאט מיט דעם טאכטער פון הנגיד רבי משה בן שם טוב בן עטר זי"ע, און דארט איז דער אור החיים הקדוש זי"ע געזעצן על התורה ועבודה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה און קדושה,
אבער לימים האט מען אויפן שווער ארויף געלייגט א שווערע עלילה, וואס צוליב דעם האט דער אור החיים געברויכט אנטלויפען פון שטאט, און דאן האט דער אור החיים געלעבט אין א שרעקליכע דחקות, אבער דאס האט נישט צוריק געהאלטן דעם קדוש פון לערנען ווייטער און עוסק זיין בתורה אין עבודה און אויך גאר שטארק געוואקסן בתורה הנסתר,
דאן האט ער צוגענדיגט דעם אור החיים הקדוש, וואס איז מקובל געווארן אין די גאנצע וועלט, און באלייכט די אויגן פון אידישע קינדער עד היום הזה, גאר א לאנגע צייט האט דער אור החיים הקדוש יענע צייט אזוי ארום געוואנדערט אין געווען נא ונד, פון איטאליא און אויך אין אנדערע מדינות ארום, און ווי דער צדיק איז אנגעקומען האט מען אים גאר שטארק מכבד געווען,
בשנת תק"ב האט ער אנגעהויבן מאכן די וועג ארויף קיין ארץ ישראל, און אויפן וועג איז ער אריבער אירופא, און דארט האט ער משלים געווען זיין חיבור פון אור החיים הקדוש, דורך די שטיצע פון 4 עשירים, וואס דער אור החיים הקדוש דערמאנט זיי אלע לשבח אונעם הקדמה צום ספר אור החיים.
בשנת תק"ב איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל, קודם איש דער אור החיים הקדוש געווען אין גליל העליון מירון צפת טבריה, אבער צום סוף האט ער קובע געווען זיין וואוינונג אין ירושלים, און דארט האט ער געגרינדעט צוויי ישיבות, איינס איז געווען א ישיבה ווי מען האט עוסק געווען יומם ולילה אין תורת הנגלה, און אין דעם אנדערן ישיבה האט מען געלערנט תורת הנסתר.
און ווי זיין הייליגע תלמיד דער חיד"א זי"ע האט מעיד געווען בזה"ל, "שכל רואי פניו חשבוהו למלאך ד' צבקות, שהשכינה חופפת עליו כל היום".
אויך האט ער דארט אין ישיבה מדפס געווען דעם הייליגען ספר ראשית לציון, אויף אסאך מסכת הש"ס, און דארט האט ער געשריבן זאכן אויף הלכה למעשה, און ווי זיין תלמיד שרייבט אויף זיין רבי בזה"ל, "כי כל ספריו הוא אחד מעשרה מחכמתו, וחריפותו הפלא ופלא״.
הרה"ק רבינו חיים בן עטר ב"ר משה זי"ע, אור החיים הקדוש - ט"ו תמוז תק"ג
Re: הרה"ק רבינו חיים בן עטר ב"ר משה זי"ע, אור החיים הקדוש - ט"ו תמוז תק"ג
ווי עס איז באקאנט האט דער בעש"ט הקדוש זי"ע גאר שטארק געוואלט קומען קיין ארץ ישראל צום אור החיים הקדוש זי"ע און געזאגט אז אויב ער וועט זיך טרעפן מיטן אור החיים הקדוש קענען זיי צוזאמען ברענגן די גאולה, אבער ליידער האט מען פון הימל אנדערש געוואלט, און דער בעש"ט האט געהאט אסאך שוועריקייטן און נישט געמאכט דעם וועג קיין ארץ ישראל,
אויך איז באקאנט אז דער שוואגער פונעם בעש"ט רבי גרשון מקיטוב זי"ע איז ארויף געקומען קיין ארץ ישראל, האט ער דאן געברענגט א פריסת שלום פונעם בעש"ט צום אור החיים הקדוש,
און ווען ער האט געזאגט פארן אור החיים אז ער האט א פריסת שלום פון "בעל שם" האט דער אור החיים געזאגט אז ער ווייסט נישט פון וועם ער רעדט, דאן האט ער געזאגט אז עס איז פון "בעל שם טוב הקדוש" דאן האט דער אור החיים געזאגט אז ער קען אים טאקע,
און ווי עס איז באקאנט אז ווען דעם אור החיים הקדוש איז נסתלק געווארן מוצש"ק ט"ו תמוז האט דער בעש"ט הקדוש געהאלטן ביי שלש סעודות אין שטאט מעזיבוז, און נאכן ברכת המוציא האט דער בעש"ט הקדוש זיך אנגערופן אז כבה נר מערבי, און אז דער אור החיים הקדוש זי"ע איז יעצט נסתלק געווארן,
ווען מען האט געפרעגט דעם בעש"ט הקדוש פון ווי ער ווייסט דאס, האט ער געזאגט, עס איז פארהאן א כוונה ביי נטילת ידים לסעודה, וואס דאס איז מען מגלה פאר חד בדרא איין צדיק אין יעדע דור, און דאס האט נאר דער אור החיים הקדוש זי"ע געוויסט ביז יעצט, און יעצט ביי שלש סעודות האט מען אנטפלעקט דעם כוונה פאר מיר, דערפאר האב איך געוויסט אז דער אור החיים הקדוש איז נסתלק געווארן,
ווען דער אור החיים הקדוש זי"ע איז נסתלק געווארן אין ארץ ישראל, האט דער הייליגער בעש"ט געריסען קריעה אין מעזיבוז אויף זיין ידיד נפשו, און ווען דער הייליגער נודע ביהודה האט דאס געהערט האט ער געזאגט פארן בעש"ט הקדוש, אז לויט די הלכה טאר מען נישט רייסן קיין קריעה, נאר אויב מען איז אין שטאט ווי עס איז געווען יציאת נשמה, האט דער הייליגער בעש"ט געזאגט "ומה אעשה שהייתי נוכח שם בשעת פטירתו",
הרה"ק אברהם שלום מסטראפקוב זי"ע האט דערציילט, אז ווען זיין הייליגע טאטע הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע איז צוריק געקומען פון ארץ ישראל בשנת תרל"א, האט ער דערציילט אז די ווייב פונעם אור החיים הקדוש זי"ע איז דאך געווען א שומר יבום, נאכדעם וואס דער אור החיים איז נסתלק געווארן און נישט איבער געלאזט קיין קינדער, האבן זי דאן געפרעגט פונעם אור החיים פון ווי זי וועט האבן פרנסה,
האט דער אור החיים הקדוש געזאגט אז ער וועט איבער לאזן זיינע הייליגע תפילין, און מען זאל מפרסם זיין אז ווער עס וויל האבן די זכי' צו לייגען די הייליגע תפילין קען דאס לייגן פאר א אפצאל, און פון דעם וועט זי האבן פרנסה, אבער בתנאי אז ווער עס לייגט די תפילין זאל ח"ו נישט רעדן קיין דברי חול און זייער נזהר זיין בקדישות פון די תפילין, ווייל אויב מען ועט יא רעדן מיט די תפילין וועט דאס פארלירן די קדושה,
די אלמנה האט דאס טאקע געטון און אסאך ערליכע אידן זענען געקומען זיך משתמש זיין מיט די תפילין, און די אלמנה האט דערפון געהאט שיין פרנסה, אבער די אלמנה האט גאר שטארק אפגעהיטן אויף די בקשה וואס די מאן האט געבעטן, און אפגעהיטן אז קיינער זאל נישט רעדן מיט די תפילין,
איינמאל איז א גרויסע סוחר געקומען און געדאווענט מיט די הייליגע תפילין, אינמיטען דאווענען איז געקומען א גרויסע סוחר, און ער האט זייער געוואלט רעדן צו דעם סוחר, אבער די אלמנה האט בשום אופן נישט צו געלאזט רעדן צו דעם סוחר בשעת ער האט אנגעטון די תפילין, אבער דער אנדערער סוחר האט זיך אריינגעכאפט און גערעדט צום סוחר בשעת ער האט אנגעהאט די תפילין, און דער סוחר האט גערעדט א דבר חולין מיט די תפילין, גלייך נאכדעם האט מען בודק געווען די תפילין, און לפלא האט מען געזען אז די אלע אותיות פון די תפילין זענען אוועק געפלויגען,
ליידער האט דער אור החיים הקדוש נישט מאריך ימים געווען דארט אין ארץ ישראל, און בערך א יאר שפעטער וואס ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל איז ער נסתלק געווארן זייענדיג נאר 47 יאר אלט,
ער האט ליידער נישט איבער געלאזט קיין זש"ק, אבער ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע חיבורים, וואס באלייכטען די אויגן פון כלל ישראל עד היום,
ספר חפץ ד', חידושים על מסכתות הש"ס,
ספר פרי תואר, ספר הלכה על שולחן ערוך,
ספר אור החיים הקדוש, על התורה, וואס איז געדריקט געווארן און אסאך חמשים, און ווערט געלערנט אין די גאנצע וועלט,
ספר ראשון לציון, חידושים על סוגיות,
נסתלק לגנזי מרומים מוצאי שבת קודש ט"ו תמוז בשנת תק"ג, ומנוחתו כבוד איז אויפן הר הזיתים אין ירושלים סמוך ונראה צום הייליגן פרי חדש זי"ע,
ווי באקאנט האבן די אראבערס ימ"ש געוואלט חרוב מאכן דעם מקום קדוש יארן צוריק, און עס האבן גאר אסאך פון זיי גע'פגר'ט בשעתן גראבן, ביז זיי האבן אויפגעגעבן און דעם הייליגען ציון איז געבליבן אים גערירט,
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

דער בעש"ט הקדוש זי"ע האט גאר שטארק געוואלט טרעפן דעם אור החיים הקדוש זי"ע, און געזאגט אז ער דער בעש"ט איז די נפש פון דוד המלך ע"ה, און דער אור החיים הקדוש איז די רוח פון דוד המלך ע"ה, און צוזאמען קענען זיי ברענגען משיח בן דוד, אבער ליידער איז נישט געווען די צייט פון די גאולה, און די צוויי צדיקים זענען קיינמאל נישט אנגעקומען זיך צו טרעפן,
אויך האט דער בעש"ט הקדוש מגלה געווען פאר די תלמידים די פירוש פון דעם אור החיים הקדוש, און געזאגט פאר די תלמידים אז דער חיבור איז מטהר די וועלט, און מען זאל דאס לערנען יעדן ערב שבת קודש, און דאס איז מסוגל צו מטהר זיין די ליפט, אויך האט דער בעש"ט הקדוש געזאגט אז ער טרעפט זיך מיטן אור החיים הקדוש אויבן אין היכל העליון,
הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע האט געזאגט, אז ער האט אין קיין שום ספר נישט געפונען אזעלכע וואונדערליכע זאכן ווי אין דעם זוהר הקדוש, דעם אור החיים הקדוש, און דעם ספר מאור עינים,
הרה"ק רבי דוד שלמה אייבשיץ בעל ערבי נחל זי"ע שרייבט, אז די רייד פון דעם אור החיים הקדוש קען מען נישט באגרייפן נאר מיט רוח הקודש, נאר זיינע אנהויב ווערטער זענען אביסל פארשטענדליך פאר דעם וואס טראכט אריין אין זיי,
הרה"ק רבי איציקל מסקווירא זי"ע האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צום אור החיים, אז מען לערנט נישט דעם אור החיים הקדוש.
הרה"ק רבי משה מסלאוויטא זי"ע בן הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע, האט זיך אנגערופן פאר זיין הסתלקות, "מיט וואס וועלן מיר ארויפקומען אויפן עולם האמת, נאר מיר דערמאנען זיך אז מיר האבן ב"ה זוכה געווען צו דרוקן עטליכע מאל דעם הייליגען אור החיים הקדוש על התורה" דאן האט זיך דער הייליגער צדיק מסלאוויטא בארואיגט, און געזאגט "איין האר פון די הייליגע בארד פונעם אור החיים הקדוש, קען אויף אונז מגין זיין",
הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע האט געזאגט אז די לימוד אור החיים הקדוש איז מסוגל לרומם את נשמת אדם, און צדיקים האבן געזאגט אז אזוי ווי לימוד זוה"ק איז מסוגל לטהר הנפש, אזוי איז אויך די לימוד אין אור החיים הקדוש,
הרה"ק רבי ישראל מרוז'ין זי"ע האט געזאגט, אז אזוי ווי בדורות הראשונים איז די לימוד הזוהר הקדוש געווען א סגולה לטהרת הנשמה, די זעלבע איז בדורות האחרונים א סגולה לטהרת הנשמה לערנען דעם ספר אור החיים הקדוש,
אונעם ספר קימו וקיבלו פונעם אייניקל פונעם דברי חיים זי"ע ברענגט ער אראפ בשם דעם זיידן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, אז ווער עס לערנט דעם פירוש פון אור החיים הקדוש אויף די פרשה אחרי מות און קדושים, איז ער מובטח אז ער וועט נישט נפטר ווערן פון די וועלט אן קיין תשובה,
הגה"ק רבי חיים פאלג'י זי"ע שריבט בשם דעם הייליגען חיד"א זי"ע, אז בשעת די צרות אין פולין איז דער אלשיך הקדוש זי"ע געקומען אין חלום צו איינעם, און געזאגט אז לערנען דעם הייליגען חיבור האלשיך איז א סגולה צו ניצל ווערן פון צרות, און רבי חיים פאלג'י זי"ע האט מוסף געווען אז דאס זעלבע איז אויך מיטן לערנען דעם פירוש פונעם אור החיים הקדוש וואס איז אויך א סגולה צו ניצל ווערן פון צרות ח"ו,
הרה"ק רבי משה האפשטיין מווישנאוויץ זי"ע שרייבט אז לערנען דעם ספר אור החיים הקדוש איז מסוגל פאר פרנסה ברווח און אריכת ימים,
הרה"ק רבי יוחנן מקארלין זי"ע האט געזאגט אז לערנען דעם ספר אור החיים איז א סגולה פאר אמונה אונעם באשעפער,
הרה"ק רבי יוסף מאיר בעל אמרי יוסף מספינקא זי"ע שרייבט אז לערנען דעם ספר אור החיים הקדוש איז מסוגל פאר זש״ק, וויבאלד דער צדיק האט דאך נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, האט ער באהאלטן אין זיין ספר דעם כח ההולדה, און אסאך אידן זענען שוין געהאלפן געווארן מיט האבן קינדער.

מעשה
בשנת תש"ד אינמיטן די צווייטע וועלט מלחמה זענען שוין די נאציס געווען ביי עגיפטן און מען האט זייער מורא געהאט אז זיי וועלן אנקומען קיין א"י,
זענען דאן דריי צדיקים ארויס געגאנגען צום הר הזיתים צום קבר פונעם אור החיים הקדוש זי"ע צו איינרייסען פאר תושבי ארץ ישראל, און די זענען געווען די דריי צדיקים,
הרה"ק רבי שלמה'קע מזוויהל זי"ע,
הרה"ק רבי אהרן ראטה בעל שומרי אמונים זי"ע,
הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין זי"ע
און די דריי צדיקים האבן איינגעריסן פאר כלל ישראל פון ארצנו הקדושה און מעורר רחמים געווען אויפן מצב,
ווען מען איז צוריק געקומען פונעם ציון קדשו פונעם אור החיים הקדוש זי"ע, האט הרה"ק מהוסיאטין זי"ע, געזאגט ער איז מובטח אז דער רשע וועט נישט אנקומען קיין ארץ ישראל, און ווען מען האט אים געפרעגט פון ווי ער איז אזוי מובטח, האט ער געזאגט אז בשעת זיי האבן דארט מתפלל געווען ביים קבר פונעם אור החיים הקדוש, האט ער געזעהן די שם ה-ו-י-ה לייכטען אויפן קבר פונעם אור החיים הקדוש זי"ע.
בשעת ווען דער אור החיים הקדוש זי"ע האט געוואוינט אין שטאט סאלי האט ער זיך באשעפטיגט מיטן זיין א שניידער, און ער איז געווען באוויסט אונעם שטאט אלס א גאר גוטע שניידער,
איינמאל האט דער סולטאן פון סאלי געברויכט אויפנייען א שיינע קלייד פאר די חתונה פון זיין טאכטער, און הערענדיג אז רבי חיים איז א אויסגעצייכנטע שניידער, האט ער באשלאסן אים צו געבן דעם ארבעט פון אויפנייען דעם קלייד, און פארלאנגט אז דאס זאל זיין גרייט אין א וואך,
דער אור החיים הקדוש אפילו ער האט זיך טאקע מפרנס געווען דורך שניידעריי און זיך מפרנס געווען מיגיע כפו, האט ער אבער געהאט א כלל, אז ווי נאר ער האט שוין געהאט פארדינט פאר די וואך, האט ער זיך צוריקגעקערט צום לערנען, און ווען די שלוחים פונעם סולטאן האבן צו אים געברענגט די קליידער, האט דער אור החיים זיי אפגעזאגט און נישט געוואלט נעמען די ארבעט, וויבאלד ער האט שוין געהאט פרנסה פאר די וואך, די שלוחים האבן אים געווארנט אז עובר זיין אויף א באפעל פונעם סולטאן קען אים קאסטן טויט שטראף, אבער דער אור החיים הקדוש האט זיך נישט דערשראקן און זיך געהאלטן ביי זיינ'ס,
דער סולטאן איז זייער אויפגעברויזט געווארן פון דעם איד'ס חוצפה פון אפזאגן זיין באפעל, און ער האט געהייסן פאר די באדינערס אז זיי זאלן אויס הונגערן די לייבן וואס ער האט געהאט ביי זיך אין גרוב, און דאן זאלן זיי אריינווארפן דעם אור החיים אונעם גרוב,
די שלוחים האבן אויסגעפריט דעם באפעל פונעם סולטאן, און אויפן וועג האט מען שוין געהערט די ברימען פון די הינגעריגע לייבן ווי זיי ווארטן שוין אויף זייער קרבן, אבער ווי נאר מען האט דעם צדיק אריינגעווארפן אונעם גרוב האבן די לייבן אים מקבל פנים געווען מיט גרויס עהרע, און דעם צדיק ארום גענומען מיט גרויסע הכנעה, און דער צדיק האט זיך אראפגעזעצט נעבן זיי און געזאגט תהלים,
ווען דער סולטאן האט דאס געהערט, איז ער פרעזענליך אראפ זעהן דעם וואונדערליכען מראה מט די אייגענע אויגן, דאן איז דער סולטאן געפאלן צו די פיס פונעם אור החיים הקדוש און געבעטן מחילה אז ער האט פוגע געווען אין דעם כבוד פון אזא הייליגען מאן, און ער האט באפוילען צו באפרייען דעם אור החיים, און נאך באשאנקן דעם אור החיים מיט חשובע מתנות, און אזוי זענען אלע איבערצייגט געווארן אין די גרויסקייט פונעם אור החיים הקדוש זי"ע.

דער אור החיים הקדוש זי"ע האט געהאט א מנהג צו טיילן חלות און פלייש פאר תלמידי חכמים אז זיי זאלן האבן אויף די שבת קודש סעודות, אזוי האט זיך דער צדיק געפירט פאר יארן,
איינמאל האט זיך געמאכט א מאנגל אויף פלייש, ווייל די מערסטע בהמות וואס מען האט גע'שחט'ן זענען ארויס געקומען טריפה, און דער עולם אין שטאט האט נישט געהאט קיין פלייש אויף שבת קודש, אבער דער אור החיים האט נישט משנה געווען זיין מנהג, און ער האט געקויפט א קעלבעלע און עס געלאזט שחטן און מיטן באשעפערס הילף איז עס ארויס געקומען כשר,
מען קען זיך נישט פארשטעלן די פרייד פונעם אור החיים הקדוש, אז ער וועט קענען ממשיך זיין מיט זיין מנהג, און ער האט פארטיילט פלייש פאר די תלמידי חכמים פונעם שטאט, האט זיך איינער א עושר דערוויסט אז ביים אור החיים אין שטוב איז דא פלייש, איז ער אריבער צום אור החיים, און געבעטן אז ער זאל אים געבן פלייש, אבער דער אור החיים האט געזאגט איך בין נישט קיין פלייש פארקויפער,
אזוי שטייענדיג ביים שטוב פונעם אור החיים הקדוש איז געקומען איינע פון די גרויסע תלמידי חכמים פון שטאט, און דער אור החיים האט דעם תלמיד חכם געגעבן א שטיק פלייש לכבוד שבת קודש, האט דער עושר זיך אנגערופן מיט שפאס געמישט מיט צארן "אט האסטו א נייעם תלמיד חכם, פאר אים איז שוין דא פלייש און פאר מיר נישט", דער אור החיים הקדוש האט גארנישט געענטפערט פאר דעם עושר און דער עושר איז זיך אהיימגעגאנגען.
פרייטאג צו נאכטס האט זיך דער אור החיים געחלומ'ט א שווערן חלום, עס איז דא א קטרוג אויף אים אין הימל, אז היינט האט ער געהערט ווי מען פארשעמט א תלמיד חכם, און ער האט גארנישט מוחה געווען נאר ער האט געשוויגן, און מען האט דעריבער ארויסגעגעבן א באפעל אז דער הייליגער אור החיים מוז גיין גלות ליידן א יאר צייט, כדי עס זאל אים פארגעבן ווערן פארן נישט מוחה זיין ווען מען האט פארשעמט דעם תלמיד חכם,
באלד מוצאי שבת קודש האט דער אור החיים הקדוש אנגעטון מיט פראסטע קליידער אזוי ווי א פשוטע דארפסמאן, און ארויס געגאנגען גלות ליידען, און אזווי האט דער צדיק ארומגעוואנדערט פון שטאט צו שטאט און דערפער, ווי ער איז געווען בייטאג האט ער נישט גענעכטיגט, ער האט געליטן בזיונות פון מענטשן, וויבאלד מען האט דאך נישט געוויסט ווער ער איז ממילא האט מען אים נישט אפ געגעבן דעם געהעריגן כבוד,
אמאל פרייטאג נאכמיטאג האט זיך דער אור החיים הקדוש געפונען אויפן פרייען פעלד ווייט פון א שטאט, און דאס איז געווען פרייטאג פרשת בחוקותי, און דער אור החיים הקדוש האט נישט געקענט ווייטער גיין צוליב זיינע שוואכע כוחות, און ער האט זיך אביסל אפגעריט, דאן זיצענדיג אינטער א בוים האט דער אור החיים הקדוש מחדש געווען 42 פשטים אויפן פסוק "אם בחוקותי תלכו", און דאס האט געגעבן דעם אור החיים הקדוש כח ווייטער צו גיין, און ביי חצות איז דער אור החיים אנגעקומען אין א שטאט,

דער אור החיים הקדוש האט זיך געגערייט צום שבת קודש און געגאנגען אין מקוה, און אזוי אנגעטון מיט די פראסטע קליידער איז ער געגאנגען אין שוהל און זיך געזעצט נעבן די אנדערע ארימעלייט, דער אור החיים הקדוש האט געדאווענט מיט א ברען אבער באהאלטן זיין שטארקע קדושה פונעם עולם, גלייך נאכן דאווענען האט א איד א עושר איינגעלאדענט דעם ארימאן דעם אור החיים צו זיך אין שטוב פאר די סעודה, און נאכן עסן האט דער בעל הבית געזאגט פארן ארימאן, אז דא איז א מנהג אז מען גייט צוריק אין שוהל צום רב'ס טיש, ווי מען פארברענגט מיט דברי תורה, איז דער אור החיים מיט געגאנגען מיטן בעל הבית,
פארשטייט זיך אז דער אור החיים וואס איז געווען אנגעטון מיט די פראסטע קליידער האט מען אים נישט צוגעטיילט א שיינעם פלאץ ביים טיש, נאר ער איז געבליבן זיצן ביים עק פונעם טיש, און ווען עס איז געקומען צו די דברי תורה, האט דער רב אנגעהויבן זאגן 14 פשטים אויפן פסוק "אם בחוקותי תלכו" און ווען ער האט דאס גענדיגט האט דער רב געזאגט, "די תורה וואס איך האב יעצט געזאגט האב איך געהערט אין די ישיבה של מעלה, וואס דאס איז היינט נתחדש געווארן דורך דעם גאון און צדיק רבינו חיים בן עטר, וועלכער געפינט זיך אויף דער וועלט".
ווען דער רב האט געזאגט די וועטער, האט זיך געהערט א געשריי פונעם עק טיש, וואס דאס איז געווען די שטימע פונעם אור החיים הקדוש, און ער האט אויסגערופען הויעך אויפן קול "אזוי האט געזאגט חיים בן עטר",
דער רב וואס איז געווען א הייליגער איד איז דערציטערט געווארן הערענדיג די ווערטער, ווי דער ארימאן זאגט ארויס דעם נאמען פון דעם צדיק מיט א פשטות און זאגט ניטעמאל דעם טיטול "רבי", און כאטש דער רב האט נישט געקענט דעם אור החיים הקדוש פרעזענליך, האט ער אבער פארשטאנען אז ער איז א גרויסע צדיק, אז מען זאגט נאך זיינע חידושי תורה אין די מתיבתא דרקיע,
דער רב האט געוואלט באשטראפן דעם ארימאן, אבער דער בעל הבית האט געבעטן דעם רב אז ער זאל נישט טשעפענען דעם גאסט, ווייל מן הסתם ווייסט דער גאסט נישט ווי גרויס דער אור החיים הקדוש איז, דאס זעלבע איז אבער פאר געקומען ביים טיש צופרי, דער רב האט נאכאמאל געזאגט 14 פשטים אויפן פסוק און צוגענדיגט "דאס האב איך געהערט אין הימל איבערזאגן אין נאמען פון דעם צדיק און קדוש רבינו חיים בן עטר" און דער אור החיים הקדוש האט נאכאמאל איבער געזאגט די זעלבע זאך "פון חיים בן עטר",
דער רב האט אים געוואלט באשטראפן, אבער דער בעל הבית האט זיך נאכאמאל אנגענומען פארן גאסט, אבער ווען עס איז געקומען צו שלש סעודות און עס האט זיך נאכאמאל אפגעשפילט די זעלבע, ווען די רב האט געזאגט נאך 14 נייע פשטים אויפן פסוק און דער ארימאן האט זיך נאכאמאל אנגערופען מיט שפאס ווערטער אויפן אור החיים הקדוש, האט דער רב געהייסן אז מען זאל דעם ארימאן איינשפארן אין א פינסטערן שטוב, און מארגען וועט דער בית דין און די רב באשליסן וואס פאר א שטראף מען זאל אים געבן פארן פארשעמען דעם אור החיים הקדוש,
אבער ווען מען האט גענדיגט דאווענען מעריב, האט אויס געבראכן פלוצלונג א גרויסער שטורעם אין די שטאט, עס האט געדינערט און געבליצט און עס איז געפלויגען דעכער און ביימער, און די גאנצע שטאט איז געקומען צו לויפן צום רב און געבעטן אז ער זאל מתפלל זיין פאר די שטאט,
האט די רב געמאכט אן עליית נשמה צו וויסן פארוואס עס האט אויסגעבראכן א שטורם אין שטאט, האט מען אים מגלה געווען, אז אזוי ווי יעדן שבת קודש האבן די רשעים מנוחה פון גיהנום, און מוצש"ק ווען דער אור החיים הקדוש מאכט הבדלה פירט מען זיי צוריק אין גיהנום, אבער יעצט וויבאלד דער אור החיים הקדוש איז איינגעשפארט אין א פינסטערן שטוב און קען נישט מאכן קיין הבדלה, איז געווארן א בהלה אין די עולמות העליונים און וועגן דעם האט אויסגעבראכן א שטורעם אין די שטאט,
אויך האט מען געלאזט וויסן פאר דעם רב, אז ער זאל איבערגעבן פארן אור החיים הקדוש, אז וויבאלד ער איז געווען פארשפארט אין די פינסטערן שטוב פארן פארשעמען א תלמיד חכם, איז אים פארגעבן געווארן די זינד, און ער דארף שוין נישט אפרעכטן קיין גלות און ער קען שוין אהיים פארן צוריק צו זיין ישיבה,
דער רב איז געווארן זעהר איבעראשט דערוויסענדיג ווער דער ארימאן דער גאסט ביי זיי אין שטאט איז, און וועמען מען האט דא באשטראפט און פארשעמט, און ער האט באלד מודיע געווען פארן עולם, און זיי זענען אלע אריבער צום אור החיים הקדוש און אים ארויס געפירט מיט גרויס כבוד און געבעטן מחילה, פארשטענדליך האט דער אור החיים הקדוש גלייך מוחל געווען פארן רב, און אדרבה ער האט זיך געפרייט אז ער איז שוין אפ געקומען וואס ער האט געברויכט אפ קומען און ער קען צוריק אהיים גיין.

אין די צייט וואס דער אור החיים הקדוש זי"ע האט געוואוינט אין ירושלים עיר הקודש, און האט געפירט דאס ביהמ"ד און ישיבה כנסת ישראל, האט די רעגירונג אמאל ארויסגעגעבן א גזירה אויף די אידישע געמיינדע, אז זיי זאלן דארפן צאלן מער שטייערן, דער אור החיים הקדוש זי"ע וואס אלע רבנים און מנהיגים פון ארץ ישראל האבן אים זייער געשעצט און רעספעקטירט און זיך צו געהערט צו זיינע ווערטער, האט מען דאן צוזאמען גערופן די רבנים צו אן אסיפה, וואו מ'וועט זוכן אן עצה וויאזוי אפצורופן די גזירה,
וועלנדיג מאכן די אסיפה אין א געהיימען פלאץ האבן זיי באשלאסן עס צו מאכן אין די שול פון די "קראים" וואס האט זיך געפונען אין א קעלער, און צו די באשטימטע שעה, זענען זיך אלע רבנים צוזאמען געקומען, און זיי האבן אראפגעשפאנט די טרעפ וועלכע האבן אריינגעפירט צום קעלער, און צווישן די רבנים איז אויך געווען דער אור החיים הקדוש, און אראפ קומענדיג די טרעפ, איז דער אור החיים הקדוש פלוצלונג אראפ געפאלן און פאר'חלש'ט געווארן,
פארשטייט זיך אז אלע באטייליגטע האבן זיך דערשראקן, און באלד געטוען אלע מיטלען אים צו דערמונטערן, און נאכדעם וואס עס איז זיי ענדליך געלונגען צו דערמונטערן, האט דער אור החיים הקדוש געהייסן אז מען זאל אויפהייבן די טרעפ, אויף וואס ער האט גע'חלש'ט, און צו אלעמענ'ס שרעק האט מען דארט געפונען די הייליגע ספרים פונעם רמב"ם זי"ע, וואס די קראים האבן עס אונטער געלייגט דארט, מיט א כוונה עס מבזה צו זיין ח"ו יעדעס מאל ווען מען טרעט אויף די טרעפ,
דער אור החיים הקדוש זי"ע איז געווארן שטארק אויפגעברויזט און צעשוידערט פון דאס געוואלדיגע רשעות, און די ערשטע זאך האט ער גע'שתדל'ט צוזאמען מיט די אנדערע רבנים, אז די גזירה פון די שטייערן זאלן נאר זיין אויף די קראים, ער האט אויפגעטוען אז זיי זאלן דארפן באצאלן אלע שטייערן וואס די רעגירונג האט געפאדערט פון אלע אידן, אויך האט ער זיי דאן געשאלטן אז עס זאל מער קיינמאל נישט זיין קיין מנין פון די קראים אין ירושלים,
פון דאן, איז ווירקליך די קללה פונעם אור החיים הקדוש זי"ע מקיים געווארן, טאמער איז געבוירן געווארן א קינד אדער איז געקומען א נייער קראי קיין ירושלים, איז באלד געשטארבן אן אנדערער פון זיי, און אסאך יארן דערנאך האבן זיך צוזאמען גענומען א גרופע פון צוואנציג משפחות פון די קראים, וועלכע האבן געוואלט ארויף קומען קיין ירושלים, די קראים פון ירושלים האבן זיך געפרייט דערצו, טראכטנדיג אז יעצט וועט וואקסן זייער גרופע, אבער ווי נאר זיי האבן איבערגעטרויטן די טויערן פון ירושלים, האט אויס געבראכן א מגיפה ביי זיי, און עס איז ווייטער נישט געבליבן קיין מנין.
פאר יארן צוריק ווען די אידן פון ירושלים האבן גאר אסאך געליטן פון זייערע שכנים די אראבער'ס, האבן א גרופע פון אראבער ליידער געשעדיגט און פוגע געווען אינעם כבוד פון די נפטרים אויף הר הזיתים, זיי האבן רח"ל צעשטויסן און חרוב געמאכט מצבות און ארויס געווארפן די ביינער ל"ע, שפעטער ווען אידן זענען געקומען אויפ'ן הר הזיתים, האט מען באמערקט אן איבערגעדרייטן טראקטאר נעבן ציון פונעם אור החיים הק',
ווען די אנוועזנדע האבן זיך נאכגעפרעגט דער אורזאך דערפון, זענען זיי געוואויר געווארן, אז דאס האט פאסירט ווען די אראבער זענען געקומען נאנט צום ציון פונעם אור החיים הקדוש זי"ע, און ר"ל געוואלט צו שטערן מנוחת כבוד קדשו, איז געשען א וואונדערליכע זאך, דער גרויסער מעכטיגער טראקטאר האט זיך באלד איבערגעדרייט, און דער גוי וואס האט עס געפירט איז געשטארבן,
די ארבייטער האבן געמיינט אז עס איז א צופאל, האבן זיי גענומען אן אנדערן טראקטאר מיט די זעלבע כוונה, אבער ווי נאר זיי זענען צו געקומען נאנט צום ציון פונעם אור החיים הקדוש זי"ע איז געשען דאס זעלביגע, דער טראקטאר האט זיך איבערגעדרייט, און דער דרייווער איז ארויס געפאלן א טויטער, האבן זיי באלד איינגעזען אז דאס איז נישט קיין צופאל, נאר דא ליגט א גאר הייליגער צדיק, און זיי האבן פארלאזט דעם גאנצן פלאץ, און אזוי ארום איז דער ציון געבליבן גענצליך אומבאשעדיגט,
הרה"ק רבי מרדכי חיים מסלונים זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל איז דער אור החיים הקדוש זי"ע געפארן אויף איינע פון זיינע נסיעות מיט א שיירה, און ווען עס איז געקומען שבת קודש האט דער אור החיים נישט געוואלט גיין ווייטער און ח"ו מחלל שבת זיין, און דערפאר איז דער אור החיים געבליבן אינמיטן די וואלד פאר שבת, בשעת די איבעריגע שיירה איז ווייטער געפארן,
זייענדיג אזוי אליין אין וואלד ווי עס האבן זיך געדרייט חיות רעות און דער צדיק איז געווען דארט איינער אליין, פלוצלונג איז געקומען צו גיין א גרויסע לייב, און דער לייב האט זיך געזעצט נעבן דעם אור החיים הקדוש, און אזוי איז דער לייב געזעצן די גאנצע שבת קודש און אפגעהיטן דעם אור החיים הקדוש פון די חיות רעות, און דאן ווען עס איז געווארן מוצאי שבת, האט דער לייב ארויף גענומען דעם אור החיים הקדוש אויף זיך, און ער האט אהיים געטראגן דעם אור החיים צו די שיירה, און אזוי האט דער אור החיים געקענט ווייטער גיין אויפן וועג,

ווען הרה"ק רבי חיים אלעזר בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע איז געווען אין ארץ ישראל בשנת תרצ"א, האט ער דערציילט די פאלגענדע עובדא וואס ער האט געהאט מקובל פון זיינע הייליגע עלטערן, אז איינער פון די מקורבים ביים אור החיים הקדוש זי"ע האט זיך שיין ערנערט פון א פרנסה, אבער מיט אמאל איז ער געווארן א "יורד" ל"ע, און עס איז געקומען דערצו אז עס איז פשוט נישט געווען קיין שטיקל ברויט אין שטוב, און דאס גאנצע הויז געזונט האט ממש געהונגערט,
איז דער איד געגאנגען זיך אויסרעדן זיין ביטער הארץ פאר'ן אור החיים הקדוש זי"ע, און דער אור החיים הק' האט אויף אים זייער רחמנות געהאט, האט ער גענומען א שטיקל פארמעט, און ער האט אויף געשריבן דערויף עטליכע ווערטער, ער האט דאס איינגעוויקלט און איבער געגעבן דעם איד, זאגנדיג, "נעם דעם פארמעט, האלט דאס פעסט אין דיינע הענט, און גיי צום כותל המערבי, זיך אויף א שפאלט צווישן די שטיינער, און לייג אהין אריין דאס פארמעט, און האפענטליך מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועסטו געהאלפן ווערן גאר אין גיכן",
דער איד האט זיך ארויס געלאזט צום כותל המערבי, און אינמיטן וועג האט אויס געבראכן א געפערליכער שטורעם ווינט וואס האט שרעקליך געבושעוועט, און האט אים אראפ געווארפן דעם הוט פונעם קאפ, ער האט אבער נישט צופיל אכט געלייגט דערויף, די ווינט האט זיך אבער געהאלטן אין איין שטארקן און ווערן שווערער, ביז עס האט אויך אראפגעשליידערט זיין קאפל פון קאפ, און נישט וועלנדיג בלייבן אין הוילן קאפ, איז ער נאכגעלאפן דעם פליענדיגן קאפל, און לויפנדיג נאכ'ן קאפל האט די ווינט ארויסגעריסן פון זיין האנט די קמיע און עס איז נעלם געווארן,
מיט א ביטער הארץ איז דער איז צוריק געגאנגען צום אור החיים הק' זי"ע, און ער האט אים דערציילט וואס עס האט אים געטראפן אויפ'ן וועג צום כותל המערבי, האט דער אור החיים הק' ארויס געלאזט א טיפן קרעכץ און געזאגט, "וואס קען איך טוען אז עס איז דיר נישט באשערט",
שפעטער אין דעם זעלבן טאג האט מען געטראפן זיך וואלגערן א שטיקל פארמעט אין די ירושלימ'ער גאסן, אונטער געשריבן "חיים בן עטר", מען האט גענומען דעם פארמעט, און מען האט עס אפ געטראגן צום אור החיים הק', אבער אויפ'ן וועג האט מען אויפגעוויקעלט דעם שטיקל פארמעט, האט מען געטראפן שטיין בזה"ל, "אחותי רעיתי יונתי תמתי, איך בעט דיך זאלסט רחמנות האבן און געבן א שפע פון גוטע פרנסה פאר פלוני בן פלוני", אונטער געשריבן חיים בן עטר,
און דער הייליגער מנחת אלעזר זי"ע האט צו געלייגט און פארענדיגט אז עס שטעלט זיך ממש אויף די האר פון קאפ, הערענדיג אזא מורא'דיגע מעשה, און מען קען באקומען א שטיקל באגריף אויף דאס גרויסקייט און קדושה פונעם אור החיים הק' זי"ע.
עס ווערט געברענגט אין ספר דברי שמואל, אז ווען דער אור החיים הקדוש זי"ע האט נאך געוואוינט אין שטאט מורוקו, האט ער געגעבן א עצה פאר די שטאט מענטשן, אז זיי זאלן זיך אונטער נעמען צו ארבעטן נאר דריי טאג א וואך, און דאס איבעריגע טעג זאלן זיי נאר עוסק זיין בתורה ועבודת השם, און דער אור החיים הקדוש האט זיי מבטיח געווען, אז זיי וועלן אין די דריי טאג מאכן דאס זעלבע און אפילו מער געלט ווי זיי האבן געמאכט ביז יעצט ארבעטענדיג 6 טאג א וואך,
די אידן פון דעם שטאט האבן טאקע געפאלגט דעם צדיק, און פון דאן האט מען איינגעפריט אין שטאט, אז מען האט נאר געארבעט דריי טאג א וואך, און דאס איבעריגע האט מען מקדיש געווען נאר פאר תורה, פארשטייט זיך אז די ברכה פונעם צדיק איז מקיים געווארן, און מען האט די דריי טאג געמאכט מער געלט ווי ביז איצט,
אבער ווען דער צדיק האט זיך אוועק געצויגן פון שטאט און איז ארויף קיין ירושלים, האבן די אידן פון שטאט צוביסלעך נאך געלאזט, ביז מען האט שוין צוריק געארבעט גאנצע 6 טאג א וואך, אבער לפלא האט קיינער אין שטאט נישט געמאכט מער געלט, נאר מען האט געמאכט ווייניגער ווי ביז יעצט, ווייל דער צדיק האט מיט זיין קדושה אריין געברענגט אן השפעה אין שטאט, בזכות די תורה הקדושה וואס מען האט דארט געלערנט,
זכותו יגן עלינו