מיר זענען אלע אויפגעוואקסן מיט די מעשה אז דער הייליגער אור החיים האט געהאט א פגם, געגאנגען גלות ליידן, ערב שבת איז אים בייגעפאלן די 42 פשטים אויף אם בחקתי תלכי וואס דער רב האט איבערגעזאגט פון הימל
שטעלט זיך אפאר קשיות. ערשטנס פארוואס פונקט פון די 42 פשטים מאכט מען א מצב
צווייטענס עס זענען אזויפיל מוראדיגע מעשיות פון הייליגן אור החיים, פארוואס לערנט מען מיט די קינדער פונקט די מעשה און נאך מיט אלע קליפערלעך
נאך א קשיא. די תורה איז גרויס ברייט און טיף, פונקט אויף אם בחקתי תלכי האט דער הייליגער צדיק מחדש געווען אזויפיל פשטים?
צו פארשטיין דעם ענטפער איז גוט צו לערנען אדער הערן דעם שמועב וואס ר' שמעון שפיצער האט געזאגט ביי שלוש סעודות https://drive.google.com/drive/u/0/mobi ... sp=sharing
תמצית וואס איך װיל צוקומען אז טאקע דורך דעם פגם לויט די מדריגות פון דעם הייליגן צדיק איז ער אנגעקומען העכער און האט זוכה געווען אז מען האט נאכגעזאגט זיינע חידושים אין הימל און די צדיקי הדור האבן עס איבערגעזאגט דא
דאס איז געוואלדיגע חיזוק פאר אונז פשוטע אידעלעך. יעדעס מאל מיר פאלן דורך מיט עפעס איז דאס א געלעגענהייט נענטער צו ווערן צום באשעפער. מער טאר נישט טון קיין עבירות חס וחלילה כדי צו קענען תשובה טון אבער אויב איז שוין געשען און מען האט יא געטון אן עבירה כאפ דעם געלעגענהייט און ווער נענטער מיט דיין טאטע אין הימל
אויש. שיעור פארגעסן צו פארענטפערן די קשיות. אבער איז עס נאך אפילו שווער?
תורה וואס קומט פון תשובה איז דאס בעסטע וואס קען זיין אין אלע וועלטן, דאס ברענגט השפעות ברוחניות ובגשמיות אז מען איז מחדש אזעלעכע חידושי תורה וואס די וועלט איז אויף דערמיט און ברענגט נאכדעם א גאולה, און דאס פרעגלט מען אריין אין די קינדער
מען קען אפשר טייטשן מיט דעם די מימרא אף חכמתי עמדה לי חכמה שלמדתי באף היא עמדה לי. ווען א איד טוט חלילה נישט וואס ער דארף מאכט ער א חרון אף. אבער ווען ער טוט תשובה ברענגט אים דאס נאך העכער פון פריער און מדה טובה מרובה וועט יענע מצוות טאקע זיין דאס וואס וועט אים עומד זיין
און פארדעם במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד ווי דער הפלאה זאגט מפני שזדונות נחשבים להם כזכיות און די אף העלפט זיי
קען מען נאך אפשר מאכן עפעס מיט די עמידה עמידה אבער די דרעפט שטייט שוין צו לאנג
פארוואס פונקט די 42 פשטים. חיזוק
Re: פארוואס פונקט די 42 פשטים. חיזוק
איך לייג נישט קיין קאפירייט און יעדער קען צולייגן, אפלייגן, אפפרעגן