רבי אלעזר ווייסבלום מריישא ז"ל - ט"ו תמוז תר"ע
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217

בן רבי אלימלך רודניקער ב"ר מענדל בער פשעווארסקער ז"ל. חתן: רבי דוד'ל קשאנובער ז"ל ובזיווג שני רבי חיים יונה היילפערין ראב"ד ריישא ז"ל. נולד: תקצ"ח וי"א תקצ"ט. רבותיו: זקינו הצאנזער רב ז"ל. מחבר ספר: משנה למלך. רב בעיר: בוקאווסק, פשעווארסק.
רבי אלימלך רודניקער, איידער ער איז נפטר געווארן האט גענומען זיין זוהן רבי אלעזר ריישער, און געטראגן קיין צאנז. ער האט געזאגט פאר'ן צאנזער רב איך לאז דא איבער מיין זון ביי אייך, איך וועל צוריק זיין פאר די חתונה. נאך איז ער געגאנגען פאר צייט פון 8 חדשים צו רבי דוד'ל דינוב'ער. רבי דוד'ל האט געזאגט אויף אים ווען ער איז אנקומען צו זיין הויז "אה וואה, גאר א שיין קינד האט רבי אלימלך איבערגעלאזט".
רבי אלעזר מריישא, איז געווען פון די געציילטע צדיקים וואס האבן פאראויסגעזען די צווייטע וועלט קריג און איר ביטערן חורבן. ער פלעגט שיקן זיי מקורבים וואוינען קיין אמעריקא. געווען אזעלכע וואס האבן געהאט טענת קעגן אים, האט ער געזאגט בזה"ל, "ס'העט קומען א צייט, ס'עט ברענען אונטער די פוס, און מ'וועט נישט האבן וואו צו אנטלויפן".
מעשה: רבי אלעזר ריישער'ס טאטע, רבי אלימלך רודניקער האט נישט זוכה געווען צו קינדער יארן לאנג נאך די חתונה. איינמאל פרייטאג צונאכטס האט זיין רביצין געריקט דעם בעט ביז צו די טיר כדי צופארשטעלן די טיר, כדי רבי אלימלך רודניקער זאל נישט קענען גיין צו טיש. ווען רבי אלימלך האט דאס באמערקט האט ער געפרעגט ווער ס'האט דאס געטוען? האט די רביצין זיך אנגערופן, איך האב עס געטוען, דו גאנצע וועלט קענסטו העלפן, און מיר נישט? דאן האט רבי אלימלך ארויפגעשפרינגען אויפן בעט, און געוויזן מיט די האנט: "דו וועסט נאך האבן א קינד אזוי הויך".
זכותו הגדול יגן עלינו

Re: רבי אלעזר ריישער, ווייסבלום ז"ל - ט”ו תמוז תר”ע
מקום מנוחת קדשו
- פיילס
-
- מצבתו.jpeg (14 KiB) געזען געווארן 534 מאל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1326
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3596
Re: רבי אלעזר ריישער, ווייסבלום ז"ל - ט”ו תמוז תר”ע
היינט איז דער יארצייט, זי"ע
Re: רבי אלעזר ריישער, ווייסבלום ז"ל - ט”ו תמוז תר”ע
ער איז געבוירן צו זיין טאטן הרה"ק רבי אלימלך מרודניק זי"ע, הנקרא ר' אלימלך רודניקער,
בן הרה"ק רבי מנחם ישכר בער מפשעווארסק זי"ע,
בן הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זי"ע,
בן הרה"ק רבי אלימלך בעל נועם אלימלך מליזענסק זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת קריינדל ע"ה,
בת הנגיד וחסיד מוה"ר יצחק מרודניק ז"ל,
ער איז געווען א צדיק און א איש אלקים קדוש וטהור מאוד, ער איז געווען מפורסם אלס א למדן נפלא און א גאון ובקי בתורת הנגלה והנסתר, דער צדיק האט זיך געפירט מיט א גוואלדיגע קדושה וטהרה נפלאה, אבער ער האט דאס אלס באהאלטן מיט א געוואלדיגע הסתר, ער האט עוסק געווען בצדקה וחסד אויף א גאר געהויבענע דרגה ווי ער האט מקבל געווען פון זיין רבי דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, צדיקים האבן מעיד געווען, אז דער צדיק האט אוועק געגעבן יעדע פרוטה ממש פאר צדקה, אויך איז דער צדיק געווען גאר גרויס אין מידת השמחה, און צדיקים בדורו האבן מעיד געווען, אז ווען מען איז נאר אריין געקומען צו דעם צדיק, איז מען געווארן בשמחה, ווייל דער צדיק איז געווען א אוצר מלא שמחה,
ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת עצום און א גאר גרויסע פועל ישועות ממש א חד בדרא, ובפרט אין עניני רפואה איז דער צדיק געווען גאר גרויס, טויזענטער אידן האבן געזען מופתים ביי דעם צדיק ממש חוץ לדרך הטבע, צדיקי הדור האבן כסדר געשיקט אידן פאר ישועות צו דעם צדיק, און אידן זענען ארויס געהאלפענע פון זיין שטוב, אבער דער צדיק האט דאס אלעס מסתר געווען כאילו ער האט גארנישט געטון, דער צדיק האט באמת געהאלטן אז ער איז דער ערגסטער איד בדורו און כסדר געזאגט, אז ער איז מלא חטאים ופשעים,
בשנת תר"ט ווען דער צדיק איז געווען 10 יאר אלט, האט זיך זיין הייליגע טאטע רבי אלימלך מרודניק זי"ע אוועק געצויגען צום שטאט סאקלוב, און ליידער י"ט טבת בשנת תר"ט אפאר חדשים נאכן זיך אהין ציען, איז דער טאטע נסתלק געווארן, און איבער געלאזט דעם יונגען אלעזר אלס א יתום, און אפאר חדשים שפעטער האט ער אויך פארלוירן זיין מאמע הצדקת מרת קריינדל ע"ה, בלייבענדיג א קאלעכיגע יתום,
דאן האט דער צדיק הרה"ק רבי דוד שפירא בעל צמח דוד מדינוב זי"ע וואס האט מרגיש געווען דעם גדלות און קדושה פון דעם יתום אלעזר, אים אריין גענומען צו זיך אין שטוב, און דער צדיק רבי דוד האט דעם יתום אויף געצויגען ווי א אייגען קינד, דאן האט דער קינד זוכה געווען צו מקבל זיין גאר אסאך תורה און עבודת השם פון דעם צדיק מדינוב, און ער האט זיך אין אים מדבק געווען מיט א געוואלדיגע קשר,
הרה"ח רבי זעליג בלייכפלד מדובעצק ע"ה דערציילט דעם גדלות און די השגה וואס דער קינד אלעזר האט שוין דאן געהאט, דערציילט רבי זעליג, אז ווען דער קינד איז אנגעקומען קיין דינוב, האט אים רבי דוד'ל געזאגט, עס איז דא א חשובע גאסט, אפשר געסטו פאר דעם גאסט א שיינע נתינה, האט דאס קינד געזאגט, אז ער האט נישט קיין פרוטה מיט זיך, האט רבי דוד'ל געבעטן אז ער זאל זיכן און אפשר וועט ער טרעפן,
האט דאס קינד אויפגעמאכט זיין העמד, און דער קינד האט געוויזן אויף זיין הייליג הארץ און געזאגט, "אדרבה זיכט ביי מיר, דאס איינציגסטע וואס איך האב איז ליידער חטאים עוונות ופשעים", ווען רבי דוד'ל האט געהערט די ריינע ווערטער איז ער זייער נתרגש געווארן און האט ער זיך אנגעריפן, "אה וואר גאר א שיינע קינד האט דער רבי אלימלך איבער געלאזט",
בערך א יאר שפעטער איז דער קינד דער צדיק רב אלעזר אריבער צום שטוב פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, וואס די טאטע רבי אלימלך מרודניק זי"ע האט בעפאר זיין פטירה געבעטן פון צאנזער רב, אז ער זאל ערציען זיין הייליגע זון אלעזר, און ער האט צו געזאגט, אז ער וועט צוריק קומען צו די חתונה פונעם קינד, דער הייליגער דברי חיים האט ארויס געוויזן א גרויסע חביבות צום קינד אלעזר, דער דברי חיים האט אפילו קובע געוען א צייט ווען ער האט יעדן טאג געלערנט א שיעור מיטן קינד אלעזר,
ווערט דערציילט אז דאס חביבות איז געווען אזוי גרויס, אז ווען עס האט זיך אמאל געמאכט צייטן וואס די אייגענע קינדער האבן זיך נישט געטרויט אריין צו גיין צום טאטן דער צאנזער רב זי"ע, האבן די קינדער פונעם הייליגען דברי חיים, אריין געשיקט דעם קינד רבי אלעזר צום דברי חיים, וויסענדיג אז די טאטע וועט אויף אים נישט האבן קיין הקפדה,

בעפאר זיין בר מצוה האט דער דברי חיים מצאנז זי"ע געהייסן דעם קינד צוריק פארן צום צדיק רבי דוד'ל מדינוב זי"ע, און געהייסן אז רבי דוד'ל מדינוב זאל דעם בחור לייגן דאס ערשטע מאל תפילין, און דער צדיק רבי דוד'ל מדינוב זי"ע האט גאר שטארק באוואונדערט דעם קינד, און ער האט מעיד געווען אויף אים, אז ער איז "נקי מחטא", ריין פון יעדע זונד און געזאגט בזה"ל, "גאר א שיין קינד האט רבי אלימלך רודניקער איבער געלאזט,
ער האט חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט הרבנית הצדקת מרת בריינדל ע"ה,
בת הרה"ק רבי דוד הלברשטאם מקאשנוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי חיים בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
דאן איז דער צדיק געזעצן פאר אפאר יאר אויף קעסט ביים גרויסן זיידן דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע, דארט האט דער צדיק ווייטער זוכה געווען צו א געוואלדיגע קרבה פונעם גרויסן זיידן, גאר אסאך תורה און עבודת השם האט ער קונה געווען פונעם זיידן דער דברי חיים זי"ע, יענע צייט זייענדיג ביים זיידן אין צאנז, האט ער זוכה געווען אז דער זיידע האט גאר אסאך שווערער תשובות נאכן זיי שרייבן געגעבן פארן אייניקעל רבי אלעזר זאל דאס איבערקוקן, אויך האט אים דער הייליגער צאנזער רב זי"ע מצרף געווען אין זיין בי"ד אין שטאט צאנז,
אויך ווערט דערציילט פון חסידי צאנז, אז דאס לעצטע יאר ביים הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע, פסח ביינאכט ביים סדר נאכט, האט דער צדיק וקדוש רבי אלעזר ריישער זי"ע געגעסן דעם סדר נאכט ביים צאנזער רב זי"ע, האט דער צאנזער רב איבער געלאזט אביסל פון יעדע כוס פון די ד' כוסות, און סוף סדר האט דער צאנזער רב אהין געגעבן די ביסל וויין פאר רבי אלעזר ריישער זי"ע און האט אים געזאגט בזה"ל, "מיט די וויין וועסטו קענען מחי' מתים זיין",
אויך האט ער דאן באקומען סמיכה פון גרויסע גדולים און גאונים בדורו ובתוכם הגה"ק רבי חיים אלעזר וואקס בעל נפש חיה מפיעטרקוב זי"ע, וואס אלע פון די גדולים האבן ממש באוואונדערט זיין גדלות און קלארקייט בתורה, ער איז שוין דאן געווען מפורסם אין גאנץ גליציה מיט זיין גדלות וחריפות בתורה, הונדערטער גדולים און גאונים בדורו האבן זיך מיט דעם יונגען גאון משתעשע געווען אין גאר שווערער מקצועות התורה,
ווען דער צדיק איז נאך אסאך יארן נישט געהאלפן געווארן מיט קיין קינדער, האט ער דאן בעצת פון די צדיקי הדור זיך געשייד פון דעם זיווג ראשון, און האט בעצת פונעם הייליגען שינאווא רב זי"ע חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית הצדקת מרת חי' ע"ה,
בת הגה"ק רבי חיים יונה האלפרין ראב"ד ריישא זי"ע,
בן הגה"ק רבי אלכסנדר שמואל בעל שו"ת מהרא"ש אב"ד לבוב גאליגורי זי"ע,
נאכן הסתלקות פונעם גרויסן זיידן דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע, האט דער אייניקעל אן גענומען דאס רבנות אין שטאט בוקאווסק, און נאך א שטיק צייט האט ער זיך געצויגען פאר א קורצע צייט קיין פשעווארסק, דער צדיק איז שוין דאן געווען גאר שטארק מפורסם אלס א איש קדוש מאוד און א בעל מופת עצום מאוד, הונדערטער אידן זענען שוין דאן געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק וקדוש, און טויזענטער אידן האבן געזען גרויסע מופתים און ישועות ביי דעם צדיק,

סוף ימיו האט זיך דער צדיק געצויגען קיין ריישא, און דארט איז ער נתפרסם געווארן אלס איינע פון די גרעסטע רבי'ס בימיו, די חסידים פון זיין גרויסן טאטן מרודניק האבן זיך מדבק געווען אין דעם זון און געקומען זיך מסתופף זיין בצלו, אויך האבן גאר אסאך חסידי צאנז זיך מדבק געווען אין דעם צדיק וקדוש, און אויף דעם שטאט ריישא ווערט דער צדיק געריפן עד היום "רבי אלעזר ריישער זי"ע",
גרויסע צדיקים בדורו האבן געשיקט כסדר אידן וואס זענען זיך צו זיי געקומען מזכיר זיין פאר ישועות, צום גרויסן צדיק פון ריישא, ובפרט אין עניני רפואה איז דער צדיק געווען די ערשטע אדרעס, הונדערטער מעשיות ווערט דערציילט וואס אידן האבן געזען ישועות ממש חוץ לדרך הטבע ביי דעם צדיק וקדוש,
אויך דער הייליגער דברי יחזקאל משינאווא זי"ע האט געשיקט אידן פאר ישועות צום צדיק מריישא, און אויך דערציילט מען, אז ווען דער הייליגער שינאווא רב אליין איז אמאל נישט געזונט געווען, האט ער געשיקיט זיך מזכיר זיין ביי רבי אלעזר ריישער זי"ע,
אויך ווערט דערציילט אז הרה"ק רבי אשר אנשיל יונגרייז בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע וואס איז געווען מפורסם מיט זיין גרויסע כוח פון רפואה, האט גאר אסאך עוסק געווען צוזאמען מיט דעם צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע אויף ברענגען גרויסע ישועות פאר אידישע קינדער,
אויך אנדערע צדיקי הדור האבן מעיד געווען אז דער צדיק איז א גרויסע פועל ישועות, און צדיקים האבן געזאגט, אז ביי דעם צדיק וקדוש האט מען געזען אפענע מופתים ממש וואס מען האט כמעט נישט געזען בימיו ביי קיין שום צדיק, ממש ווי די דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע,
דער צדיק וקדוש אפילו באווייזענדיג אזויפיל מופתים און ישועות, איז ער אבער געווען א געוואדליגע ענוותן כהלל און א שפל ברך, ער האט פון זיך קיינמאל נישט געמאכט קיין וועזן, נאר אדרבה ער האט כסדר גערעדט פון זיין שפלות און ווי נידעריג ער איז אין עבודת השם, ער האט פארמאגט א געוואלדיגע אהבת ישראל און ער האט יעדן איד ליב געהאט אהבת נפש ממש,
גאר אסאך חסידים אפילו פון אנדערע חסידות'ער זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו און געקומען פאר א ברכה, און פון גאנץ גאליציה איז מען געקומען צו דעם צדיק, ער האט כסדר באהאלטן זיינע מופתים און פראבירט דאס צו פארשטעקן אין פשוטע עבודות ווי שרייבן רעצעפטן פאר חולים וואס זיי זאלן טראגן צום אפעטייק, אבער די אפעטייקער האבן געוויסט אז די רעצעפט מאכט בכלל נישט אויס, נאר דער צדיק היילט מיט זיין הייליגע כוחות, אסאך מאל האט דער אפעטייק גאר געזאגט, אז די רעצעפט וואס דע רצדיק האט געשריבן, איז לויט זיין פארשטאנד גאר סם המוות, אבער אז דער צדיק האט דאס געגעבן האט דאס געהאלפן,
ער האט זיך זיין גאנץ לעבן געפירט מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה, ער האט יעדן טאג געלייגט צוויי פאר תפילין צוזאמען רש"י און ר"ת און ער האט דאן עוסק געווען אין ספרי האריז"ל און אויך אין די הייליגע חסידישע ספרים ווי נועם אלימלך, דברי חיים, בני יששכר, און נאך חסידישע ספרים, אויך זיין עסן און שלאפן איז געווען מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה, דער צדיק איז כמעט נישט געשלאפן ביינאכט, ער פלעגט אויפשטיין יעדע פערטל שעה, און זיך געוואשן די הענט,
דער צדיק האט געהאט א געוואלדיגע עבודה ביי די דברי תורה ביים טיש, ער האט יעדע וואך שבת קודש אויף געמאכט א חומש צו די סדרה, און ער האט געזאגט א פסוק פון חומש, און דאן אויב האט זיך געזאגט תורה, האט דער צדיק געקענט זאגן תורה פאר שעות אריכות, און עס איז געווען כמעין המתגבר, אבער אויב האט ער נישט געשפירט ווי די תורה זאגט זיך, האט ער יענעם וואך בכלל נישט געזאגט קיין תורה,

ער האט איבער געלאזט פאר די וועלט זיינע הייליגע דברי תורה וואס זענען געדריקט געווארן אינעם ספר משנה למלך על התורה, און דער צדיק וקדוש מיט זיין גרויסע עניוות האט נישט געשריבן קיין נאמען פונעם מחבר, נאר האט דאס געלאזט ליידיג אן קיין נאמען ווער עס האט די דברי תורה מחבר געווען,
א גרויסע פלא איז, אז דער צדיק וקדוש רבי אלעזר מריישא זי"ע איז געווען גאר שטארק מקושר מיטן לערנען דעם הייליגען חיבור פון אור החיים הקדוש זי"ע, און דער צדיק איז נסתלק געווארן דעם זעלבן טאג ט"ו תמוז, און פון ביידע זענען ליידער נישט געבליבן קיין דורות ל"ע,
אויך דערציילט מען, אז דער צדיק רבי אלעזר נאך זיין לוי' וואס איז געווען מיט א געוואלדיגע יאגענישט, איז ער געקומען אין חלום צו איינע פון די חברא קדישא, און געזאגט, עטץ מיינט אז איר האט מיך געטראגן לקבורה, דער הייליגער אור החיים הקדוש זי"ע האט מיך געטראגן לקבורה, ווייל בדרך הטבע האט די צייט נישט געשטימט מיט די קבורה, נאר עס האט געמיזט זיין מיט קפיצת הדרך,
ער האט געהאט איין טאכטער א בת יחידה הצדקת מרת קריינדל פינקל ע"ה, הי"ד, אשת הרה"ק רבי שלמה הורוויץ זי"ע, בן הרה"ק רבי צבי הירש הורוויץ מראזוואדוב זי"ע, בן הרה"ק רבי משה מראזוואדוב זי"ע, בן הרה"ק רבי אליעזר מדזיקוב זי"ע,
אבער ליידער איז די טאכטער קריינדל ע"ה און איר הייליגע מאן און די קינדער, שיינדל גיטל, אלעזר, ביילא, אלע אומגעקומען אויף קידוש השם דורך די דייטשן ימ"ש, און עס איז ליידער נישט געבליבן קיין דורות פון דעם צדיק וקדוש,
ארץ אל יכסה דמם ואל יהיה מקום לזעקתם עדי עד ישקיף ד' ויראה בצרת עמו ויגאלנו ברחמיו שנית לעיני כל חי בביאת גואל צדק בב"א.
די טאג וואס דער צדיק איז נסתלק געווארן איז געווען ערב שבת קודש פרשת פנחס, און בשעת דער צדיק איז געלעגן אין בעט און געווען גאר שוואך, האט מען געהערט ווי דער צדיק רעכנט אויס נעמען פון די צדיקים וואס קומען אים מקבל פנים זיין ובתוכם זיין הייליגע טאטע זי"ע,
דער צדיק האט זיך נאנט צו זיין הסתלקות אויס געדריקט בזה"ל, "מיך וועט מען אריינריקן ווי א טשולנט", קיינער האט בשעת מעשה נישט פארשטאנען די ווערטער, ער האט איבער געלאזט א צוואה, אז מען זאל אים ברענגען לקבורה נעבן דעם טאטן, און ווען דער צדיק איז נסתלק געווארן אין שטאט אגומואלא וואס איז נעבן ריישא, איז שוין געווען שפעט פרייטאג נאכמיטאג,
אבער מען האט זייער געטריבן די לוי' כדי צו קענען באערדיגן דעם צדיק אין שטאט סוקולוב, וואס איז געווען א מהלך, און טאקע ממש סמוך צו כניסת השבת, איז דער צדיק געקומען לקבורה, דאן האבן די אידן פארשטאנען וואס דער צדיק האט פאר געזאגט לגבי זיין באערדיגען, הרה"ק רבי איציק'ל מפשעווארסק זי"ע האט געזאגט, אז מען האט געזען ווי די זין האט זיך ממש אפגעשטעלט לכבודו פון דעם צדיק וקדוש,
נסתלק לגנזי מרומים ערב שבת קודש פרשת פנחס ט"ו תמוז בשנת תר"ע, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט סוקולוב נעבן זיין הייליגן טאטן זי"ע,
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

הרה"ק רבי אברהם שלום מסטרופקוב זי"ע איז אמאל געווען אויף ל"ג בעומר אין שטאט ריישא, און ער האט אפגעראכטן א סעודה לכבוד ל"ג בעומר אין די שטוב ווי דער צדיק וקדוש רבי אלעזר ריישער זי"ע האט געוואוינט, האט ער דאן דערציילט פארן עולם די מעשה,
אמאל איז געקומען צום טאטן דער הייליגער שינאווא רב זי"ע א איד א חולה מסוכן, אלע דאקטורים האבן אויף דעם איד אויף געגעבן, זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין רפואה פאר דעם איד, פון גרויס ייאש איז דער איד אריבער געקומען צום שינאווא רב זי"ע און געבעטן אז דער צדיק זאל אים פויעלען א ישועה, דער שינאווא רב האט זיך געזעצט שרייבן א בריוו צום צדיק וקדוש רבי אלעזר ריישער זי"ע,
און דער שינאווא רב האט דארט זייער געבעטן דעם צדיק רבי אלעזר, אז ער זאל פאר דעם איד וואס די דאקטורים האבן אויף געגעבן ברענגען א רפואה, און דאן האט דער שינאווא רב זי"ע געגעבן דעם בריוו פאר דעם איד, און ער האט אים געהייסן גלייך פארן קיין בוקאווסק ווי דער צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע האט נאך דאן געוואוינט, און זאל דעם בריוו געבן פארן צדיק, און ער וועט בעזהשי"ת האבן א רפואה שלימה,
פארשטייט זיך אז דער צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע האט דעם איד אויף גענומען און אים געהאלטן פאר צוויי וואכן ביי זיך אין שטוב, ביז דער איד איז געזונט געווארן, אבער ווען דער איד האט זיך געגרייט אהיים צו פארן, האט דער צדיק רבי אלעזר געבעטן דעם איד, אז ער זאל קודם אריבער גיין קיין שינאווא צום הייליגען דברי יחזקאל זי"ע, און רבי אלעזר האט אפ געשריבן א בריוו פארן שינאווא רב, ווי ער שרייבט פארן שינאווא רב, אז ער שיקט אים צוריק דעם איד וואס איז שוין ב"ה געזונט,
ווען דער הייליגער שינאווא רב זי"ע האט געליינט דעם בריוו און זיך שטארק פארטיפט אינעם בריוו, האט ער גענומען קלאפן מיט זיינע הייליגע הענט אויפן טיש און האט זיך אויס געדריקט בזה"ל, "אין הימל טיילט מען איין יעדן צדיק זיינע תפקידים און פעולות ווי אזוי צו העלפן אידישע קינדער, אין רפואה זאכן האט מען אין הימל אויפגענומען דעם בוקובסקער ריישער רב, און ער האט אין די וועלט דעם כוח הרפואה",
החסיד ר' שאול פאסטן ע"ה האט זיך געדארפט שטעלן צום מיליטער, איז ער אריין בעטן א ברכה פון רבי אלעזר ריישער זי"ע, אז ער זאל באפרייט ווערן, האט אים רבי אלעזר געזאגט, "איך וויל זען ווי אזוי דו גייסט", און ער האט אים געהייסן גיין אהין און אהער און שטוב, דערנאך זאגט אים רבי אלעזר, "דו טויגסט נישט", דאס מיינט אז דיין גיין איז נישט ווי אזוי מען דארף האבן פון א סאלדאט,
ווען ר' שאול איז געקומען זיך שטעלן פאר'ן מיליטער, האבן די דאקטוירים אים געהייסן גיין אין שטוב אהין און אהער, ווייל זיי ווילן זען זיין גאנג, ווען ער איז געגאנגען אין שטוב, האבן זיי זיך צעלאכט און געזאגט, "דו טויגסט נישט, דו ביסט נישט פאר אונז", ממש די זעלבע ווערטער וואס רבי אלעזר האט געזאגט, פארשטענדליך אז ער איז באפרייט געווארן פון מיליטער.

הרה"ק רבי אלעזר פון ריישא זי"ע איז ווי באקאנט געווען אן איידעם בזיווג ראשון ביי הרה"ק רבי דוד'ל קשאנובער זי"ע, ער איז געווען גאר יונג ווען ער איז געווארן דעם צאנזער רב'ס אייניקל, ער איז געווען זעהר באליבט ביים זיידן סיי וועגן דעם וואס ער איז געווען א "בן אחר בן" פונ'ם רבי'ן רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, אבער אויך ווייל זיין פאטער רבי אלימלך רודניקער איז געווען א נאנטער חבר פונעם צאנזער רב, און אויך אלס "יחוס עצמו", ווייל רבי אלעזר איז געווען א גדול בתורה און א קדוש עליון,
האט אבער פאסירט א מעשה וואס האט אויף א קורצע צייט אפ געקילט די גרויסע אהבה פונעם צאנזער רב צום אייניקל, און די מעשה איז געווען ווי פאלגאנד, בעפאר סוכות פלעגט מען ברענגן פאר'ן צאנזער רב א קעסטל אתרוגים, און דער צאנזער רב פלעגט זיך אויסקלויבן א שיינע אתרוג לכבדו יו"ט סוכות, און נאכדעם פלעגט ער געבן פון דעם פאר זיינע קינדער און אייניקלעך,
דעם ערשטן יאר פון רבי אלעזר'ס חתונה, וואס ער איז דעמאלט געווען גאר יונג, און האט פארשטאנען אז מן הסתם וועט ער באקומען גאר א שוואכן אתרוג, ווייל ער איז דאך דער יונגסטער אייניקל, האט ער זיך בארעכנט אז ער וועט זיך מקדים זיין און נעמען א שיינעם אתרוג ווייל אויב נישט יעצט, וועט ער דאך האבן גאר א שוואכן אתרוג, און פרשטייט זיך אז ער וועט נאכדעם זיך פארעכענען מיטן זיידן און באצאלן דעם אתרוג, אומר ועושה, און ער האט גענומען אן אתרוג וואס איז אים געפאלען,
ווען מען האט געברענגט דעם קעסטל צום צאנזער רב זי"ע, האט ער תיכף מרגיש געווען אז מען האט שוין פון דארט אראפ גענומען אן אתרוג, דער צאנזער רב איז געוואויר געווארן אז רבי אלעזר האט עס געטוען, און דער צאנזער רב האט געהאט א גרויסע הקפדה אויף רבי אלעזר,
רבי אלעזר האט דאן זייער געבעטן זיין פעטער דער גארליצער רב זי"ע א ברודער פון זיין הייליגן שווער דער קשאנובער רב זי"ע, אז ער זאל גיין מפייס זיין דעם זיידן אין זיין נאמען, אבער דער צאנזער רב האט זיך נישט געלאזט איבערבעטן, אויך האט ער געשיקט זיין רעבעצין, אבער דער צאנזער רב איז נאך אלץ נישט געווארן איבערגעבעטן, ביז רבי אלעזר האט זיך מיישב געווען, אז ער גייט גיין אליין פרובירן זיין מזל,
ווען רבי אלעזר איז אריין אין שטוב פון צאנזער רב איז אויף אים געפאלן א שרעקליכן פחד. ער האט קוים ארויס געזאגט פון מויל די ווערטער, "רבי, איך וועל שוין זיין גוט", אבער ווען דער הייליגער דברי חיים האט געהערט די אמתע ווערטער, איז דער הייליגער דברי חיים שטארק נתרגש געווארן פון די ווערטער פון רבי אלעזר, און געגעבן א זאג, "איך וועל שוין אויך זיין גוט, לאמיר זיין אינאיינעם גוט", און דער צאנזער רב האט אים מוחל געווען בלב שלם, פון דעם קען מען זען דאס התקשרות פונעם אייניקעל צום זיידן, און אויך וואס די אמתע צדיקי הדור האבן געוואלט, אז א איד זאל באמת וועלן זיין גוט,
הרה"ח ר' שמואל בריכטא ז"ל האט דערציילט די מעשה וואס ער האט אליין געהערט פון דעם צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע, דער צדיק הרה"ק רבי אהרן הורוויץ מבייטש זי"ע וואס איז געווען א איידעם ביים הייליגען צאנזער רב זי"ע, האט אמאל גאר שטארק געליטען אויף א אנטצינדונג אין א צאן, און די דאקטוירים האבן אים אן געזאגט, אז ער זאל אריבער פארן קיין דייטשלאנד צו א גאר גרויסער פראפעסער, וואס וועט אים קענען העלפן מיט דעם שרעקליכן צאן ווייטאג,
פארענדיג אויפן וועג קיין דייטשלאנד, איז דער צדיק רבי אהרן דורך געפארן דעם שטאט ריישא, ווי מען האט געברויכט טוישען באן, האט דער צדיק רבי אהרן באשלאסן אריין צו גיין צום צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע, און זיך מזכיר זיין לגבי זיין שרעקליכע ציין ווייטאג, און אפשר וועט דער צדיק אים קענען העלפן מיט א ישועה,
אריין קומענדיג צום צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע, האט אים דער צדיק געפרעגט, ווייז מיר וועלכע צאן טוט דיר וויי, דער צדיק רבי אהרן האט אנגעוויזן פאר צדיק רבי אלעזר וועלכע ציין האט די ווייטאג, האט דער הייליגער צדיק רבי אלעזר זי"ע אריינגעלייגט זיינע הייליגע הענט אינעם מויל פונעם בייטשער רב, און האט דעם צאן ארויס גענומען, און לפלא איז דאס גאנצע ווייטאג גלייך פארהיילט געווארן, און ער האט שוין מער נישט געברויכט פארן קיין דייטשלאנד,

רבי אלעזר אין ריישא האט געפירט די רבי'סטעווע מיט א ספעציעלע סדר היום, ער האט זיך אסאך אפגעגעבן מיט צובראכענע מענטשן, און זיין הויז איז געווען אפן פאר יעדן איד, זיין טיילן צדקה איז געווען מיט א ברייטע האנט דאס וואט ער האט געזעהן ביים זיידן אין צאנז,
רבי אלעזר פלעגט נישט שלאפן מער פון 2 ביז 3 שעה אין א מעת לעת, און אסאך מאל דאס אויך נישט, יעדע פערטל שעה פלעגט ער זיך אויפכאפן און וואשן די הענט, און אזוי האט דער צדיק אפ געראכטן זיינע נעכט, און מיט דעם אלעם איז ער שטענדיג געווען פריש און פריילעך, און די אלע וואס זענען געווען ארום אים פלעגן פון זיין שטראלנדיגן ליכטיגן געזיכט פריילעך ווערן,
יעדן מיטאג פלעגן דארפן עסן מיט אים לפחות א מנין אידן, און ער האט יעדן טאג געזאגט תורה פאר זיי מערסטענס פון זיין רבי'ן דער דברי חיים מצאנז זי"ע, וואט ער פלעגט זיינע תורות צושפרייטן און פארברייטערן, גאנץ חודש אלול פלעגט ער זיין אין צאנז כדי צו זיין נאנט צום ציון פון דעם דברי חיים, און דארט פלעגט ער יעדן טאג גיין און מתפלל זיין פארן כלל ישראל, און דארט אויפן ציון הקדוש אין צאנז, האט דער צדיק געפויעלט גרויסע ישועות פאר אידן,
וויבאלד ער איז נישט געהאלפן געווארן מיט קיין קינדער מיטן ערשטן זיווג, האבן צדיקים איהם געהייסן זיך שיידן, און דער שינאווא רב זי"ע האט איהם געעצה'ט צו נעמען בזיווג שני די טאכטער פון רבי חיים יונה היילפרין דער רב פון ריישא, אין יאהר תרס"ד ווען רבי אלעזר איז שוין געווען אין עלטער פון 66 יאר, האט ער נאך קיין קינד נישט געהאט,
אין חודש אלול איז ער געפארן ווי זיין שטייגער קיין צאנז צום ציון קדשו פונעם דברי חיים זי"ע, און דער שווער איז מיט איהם מיט געפארן, און איידער מ'איז אריין אין אוהל פון צאנזער רב, האט צו אים דער שווער געזאגט, יעצט איז זיכער צייט וואס ער קען אויס בעטן ביים צאנזער רב אויף קינדער,
אבער רבי אלעזר האט אים נישט געענטפערט, אויף דעם וועג צוריק פארנדיג איז רבי אלעזר איינגעשטאנען ביי דעם גביר ר' משה הכהן אין שפיטובקה כדי זיך דארט אפרוען פון וועג, האט ער דארט זיך אנגערופן, ווען איך בין אריין צום ציון פון צאנזער רב, האט מען מיר געעצה'ט אז איך זאל מתפלל זיין פאר מיין פריוואטן ענין אויף קינדער,
אבער ווען מען גייט אריין צום ציון פון רבי'ן פארגעסט מען פון זיך, ווייל דארט דארף מען דאך מתפלל זיין אויף אסאך העכערע זאכן, און גלויבט מיר אז איך האב נישט געקענט מתפלל זיין פריוואט פאר מיר, דאס יא איך האב דארט אינזינען געהאט, אז איך בין נאך נישט געקומען צו די דרגה פון מקיים זיין בשלימות די מצוה פון אהבת ישראל, און אז איך בין נישט זוכה צו מקיים זיין דעם ואהבת לרעך כמוך אין די ריכטיגע הויכע מדריגה, דעריבער האב איך געבעטן ביים רבין אז איך זאל דערצו זוכה זיין, לפלא צום יאר איז רבי אלעזר געהאלפן געווארן מיט א קינד, מיט די חשובע איינציגסטע טאכטער, וואס ער האט געהאט מיטן זיווג שני,
ווען עס איז געקומען די ידיעה און מ'האט איבער געזאגט דעם ווארט וואס רבי אלעזר האט געזאגט ארום דעם ענין פון אהבת ישראל און ואהבת לרעך כמוך, וואס ער האט אים אויס געפויעלט, און ער האט אויף דעם געבעטן, האט דער צעשינובער רב זי"ע מסביר געווען,
אז געמיינט האט רבי אלעזר מיט זיין תפילה, לויט דעם וואס דער באר משה אין פרשת לך לך זאגט, אז דער וואס האט נישט קיין קינדער, פעלט אים דער חלק פון קענען ליב האבן א איד און צו קומען צו די הויכע דרגה פון ואהבת לרעך כמוך, ווייל די ליבשאפט וואס מ'האט צו אייגן קינד ברענגט אריין אין דעם מענטשן דעם כוח פון אהבה, און לערנט איהם ווי אזוי ליב צו האבן א חבר, און מיט די תפילה צו קענען צוקומען צו אהבת ישראל און ואהבת לרעך כמוך האט ער געפועל"ט פאר זיך א קינד,

בעיקר איז געווען גרויס זיין כח הרפואה, וואס אויף דעם האבן מעיד געווועהן כמה צדיקים, אז זיין כח הרפואה איז אין בדומה, ער פלעגט שרייבן רעצעפטן, אבער דער שינאווא רב פלעגט זאגן אז נישט די רעצעפטן היילט, נאר די תפלות, ווי אויך ר' אלעזר פלעגט זאגן אז ער גיבט נישט קיין רעצעפט, נאר ווען ער ווייסט די מאמע'ס נאמען, דער הייליגער צדיק רבי ברוך'ל גארליצער זי"ע פלעגט אים רופן "דער ריישא'ער דאקטער",
הרה"ק רבי אלעזר ריישער זי"ע פלעגט טייטשן, אז א איד דארף א רפואה, איז קודם בורא רפואות, מ'גייט צו א דאקטער, דערנאך אז דער דאקטער העלפט נישט, נורא תהילות, זאגט מען תהלים, און אז ס'איז נאך אלץ נישטא קיין ישועה, אדון הנפלאות, פראוועט מען א מופת'ל,
יעדע מין קראנקייט פלעגט ער היילן, אפילו משוגעים, דער צדיק האט געהאט א גאר גרויסע עבודה ביי קידוש פרייטאג צונאכטס, וואס דאן האט דער צדיק געפויעלט ישועות חוץ לדרך הטבע, מ'פלעגט ברענגען צום טיש משוגעים צו געבינדן מיט שטריק, און נאך קידוש האט מען זיי אויף געבינדן און אהיים געפירט געזונטערהייט,
פיל מעשיות ווערט דערציילט ווי ר' אלעזר מיט זיינע בלויזע הענט האט געמאכט רפואות, פשוט ווי ער האט צו גערירט איז געווארן אויס געהיילט, צו צאן ווייטאג וכדומה, פיל מאל האט ער פשוט צו גערירט צום מויל, און די ווייעדיגע ציינער האבן ארויס שפאצירט,
צו מאל זענען די רפואות געווען ממש בגדר תחיית המתים, א איד איז אמאל צוזאמען געפאלן אין ביהמ"ד, ר"ה אינמיטן דאווענען, דער איד האט אויס געזען אן קיין סימני חיים, ר' אלעזר איז צוגעגאנעם צו דעם איד און געזאגט, ביי מיר אין ביהמ"ד וועסטו נישט פייגערן, וואס כדרכו האט ער געהאט אזעלכע שארפע לשונות, און געזאגט, נאך דיין טויט וועט זיין א גרויסע פראסט,
לפלא דער איד איז גלייך אויף געשטאנען פון דער ערד כאילו לא הי' און געלעבט אסאך יארן, אבער ווען ער איז אוועק פון דער וועלט, איז געווען אזא פראסט, אז די חברה קדישא האבן געמוזט האקן מיט האמער'ס אויפצועפענען דעם אייז מיטן מקום הקבורה.
אמאל אינמיטן טיש, איז געווארן א גרודער, א איד איז צוזאמען געפאלן, ר' אלעזר האט געפרעגט וואס איז די רעש אז איך בין דא, און ווי נאר ער האט געפרעגט האט זיך דער איד אויף געשטעלט, האט ר' אלעזר געזאגט וועלנדיג משתיק זיין דער מופת, אז איך בין דא קען ער נישט שטארבן.
א פרוי איז אריין געקומען וויינען אז איר מאן איז זייער קראנק, האט ר' אלעזר געענטפערט כדרכו, דיין מאן גייט שטארבן, די פרוי האט אנגעהויבן נאך מער צו וויינען מיט יללות, האט ר' אלעזר געזאגט, איך האב דען געזאגט אז ער גייט שוין שטארבן, ער וועט לעבן, און צום סוף וועט ער שטארבן ווי יעדער מענטש, כך הוה דער איד איז געזונט געווארן און מאריך ימים געווען,
אסאך מאל האט ער מסתיר געווען זיינע ברכות אין דברים נסתרים, ווי א חתן איז אריין פאר די חתונה בעטן א ברכה, האט אים ר' אלעזר געוואונטשן, די באקאנטע קללה פון הקב"ה צום שלאנג, "על גחונך תלך ועפר תאכל כל ימי חייך", און דער צדיק האט צו געענדיגט די ברכה בזה"ל, "און זאלסט ברעכן דיין קארג",
דער חתן וואס האט נישט פארשטאנען די ברכה, האט אנגעהויבן זייער צו וויינען פארוואס ר' אלעזר שעלט אים, האט אים ר' אלעזר געזאגט זיין כוונה, אז דאס איז גרויסע ברכות, זאלסט זיין א גביר, "על גחונך", זאלסט האבן א בויך ווי גבירים, "תלך", זאלסט גיין בעבודת ד' נישט זיין פאריאגט, "ועפר תאכל כל ימי חייך", זאלסט האבן פרנסה מצוי לעבן דיר ווי דער נחש, און נאך א ברכה זאלסט נישט זיין קיין קמצן, זאלסט ברעכן דיין קארג, "קארגשאפט".

צווישן די פיל ווינדער, איז אויך דא די אפענע רוח הקודש, פון דאס זעהן פאראויס וואס עס ווארט אויף כלל ישראל, און דער צדיק האט פראבירט צו העלפן אידן, מיטן שיקן קיין אמעריקא, אין די צייט וואס אנדערע צדיקים האבן נישט געלאזט פארן קיין אמעריקא, ער פלעגט זאגן ס'איז כדאי זיך צו פארקויפן דעם חתן זייגער, און פארן קיין אמעריקא, דארט איז א מקום הפרנסה, און דארט וועט משיח קודם קומען,
ווען מ'פלעגט אים פרעגן, אז מ'זאגט דאך אז אין אמעריקא זענען די שטיינער טריפה, האט ער גענפערט "מ'גייט זיי כשר'ן", און געזאגט א מורא'דיע נביאות, "ווען אידן וועלן שטיין ביי די שיפן מיט טרערן און די אויגן צו פארן קיין אמעריקא, וועט שוין זיין צו שפעט, און דאס איז געווען א פחד נורא, ווייל אזוי איז באמת געווען, מ'האט נישט אריין געלאזט אידן קיין אמעריקא און אפילו צוריק געשיקט אין לייבן גרוב,
ווי באקאנט האט ער געשיקט איינער פון זיינע חשוב'סטע חסידים הרה"ח ר' צבי באק ע"ה קיין אמעריקא, זאגנדיג אז די ווילסט האבן דורות פאר קיין אמעריקא, און אמאל איז ער געפארן מיט זיין שוואגער ר' לייבוש ט"ב אב"ד קאלבאסאוו זי"ע אונטעוועגנס, דורך פארנדיג א מיליטערישע לאגער פון די פוילישע ארמעי, האט ר' אלעזר באטראכט דעם גאנצן לאגער, די מאגאזינען מיט אלעם, צום סוף האט ער געזאגט עה דאס איז נישט קיין מלוכה,
און דער צדיק האט ווייטער געזאגט, אז אסאך רבי'ס האבן טענות אויף מיר אז איך האב געשיקט אזא טייערע אינגערמאן ווי הערשל באק קיין אמעריקא, אבער וואס זאל איך טון, איך זעה, אז עס וועט קומען א צייט ווען עס וועט ברענען און בראטן די ערד אונטער אידישע פיס, מ'וועט שטיין ביי די אמעריקאנער טויערן בעטן מ'זאל ווערן אריין געלאזט,
יעצט אז איך קען ראטעווען איין איד, זאל איך אים נישט ראטעווען, פאלג מיך מיין שוואגער און פאר קיין אמעריקא,
אינצווישן איז ר' אלעזר נסתלק געווארן, און ר' לייבוש האט פארגעסן פון די מעשה, צום סוף פון די ערשטע וועלט קריג, איז געווען א פראגראם אין קאלבאסאוו, ר' לייבוש האט זיך באהאלטן אין א קעלער, אין די גוים האבן אים צושפאלטן דעם קאפ, דאן האט ר' לייבוש געזאגט, ווען איך זאל פאלגן ר' אלעזר וואלט איך אנגעקומען קיין אמעריקא מיט א גאנצן קאפ, אזוי קום איך קיין אמעריקע מיט א צושפלעטערעטע קאפ,
אין ירושלים איז געווען א איד וואס האט געהינקעט אויף א פיס, מלא צרות יגן ואנחה, אבער אייביג געווען פרייילעך, האט ער פארציילט אז ער איז געבוירן אין די שטאט ריישא, און ביי זיין ברית האט ר' אלעזר געהייסן געבן דעם נאמען שמחה, און אז ר' אלעזר הייסט שמחה, דעמאלטס קען זיך די שמחה נישט אפטון עד היום הזה, און דעריבער איז ער אלץ בשמחה,
אמאל בעפאר סוכות איז געקומען א איד צו רבי אלעזר ריישער זי"ע מזכיר זיין זיין ווייב וואס האט געדארפט אדורכגיין אן אפעראציע, וואס איז געווען פארבינדן מיט א גרויסע סכנה ל"ע, דער מאן האט געוואלט דורך שמועסן און פרעגן רבי אלעזר וואס צו טוען, און ווען ער איז אנגעקומען, האט רבי אלעזר געהאלטן אינמיטן זיין עבודת הקודש פון לייגן סכך אויף די סוכה,
ווען רבי אלעזר האט אים באמערקט, האט ער אים געפרעגט וואס ער וויל, האט דער איד געענטפערט, "וויבאלד דער רבי שטייט יעצט אויף די לייטער, וועל איך צו ווארטן ביז ווען דער רבי וועט אראפקומען פון לייטער", רבי אלעזר האט זיך אבער איינגעשפארט און געזאגט אז ער זאל תיכף פרעגן, דער איד האט געפרעגט זיין שאלה, צי ער זאל מאכן די סכנה'דיגע אפעראציע,
האט זיך רבי אלעזר אנגערופן בזה"ל, "יא זאלסט אפערירן און זי וועט שטארבן!", דער איד האט זיך דערשראקן און אויסגעשאסן אין א ביטערליך געוויין, זאגט אים רבי אלעזר, "ס'איז ריכטיג, זאלסט לאזן מאכן די אפעראציע, און זי וועט שטארבן אבער נישט תיכף נאר אין פופציג יאר ארום", וואס האסטו געוואלט אז זי זאל לעבן אויף אייביג, לפלא אזוי איז געווען, מען האט געמאכט די אפעראציע און זי האט מאריך ימים געווען, אבער פופציג יאר שפעטער, צוויי טעג פאר סוכות איז זי נפטר געווארן.
הרה"ק רבי דוד'ל בריזל מריישא זי"ע האט דערציילט, אז פרייטאג פארנאכט ביים טיש פון דעם צדיק וקדוש רבי אלעזר ריישער זי"ע האט מען געזען ממש פלאים גאר גרויסע מופתים ממש חוץ לדרך הטבע, נאך קידוש האט דער צדיק ארום שפאצירט צווישן עולם און געגעבן פון די קידוש וויין, און מען האט געזען ממש ווי אידן זענען אויפן פלאץ אויס געהיילט געווארן,
אבער עס איז געווען א פלא, אויב דער איד איז געווען פריילעך און בשמחה, איז יענער איד אויס געהיילט געווארן די ערשטע וואך, אבער אויב דער איד איז געווען בעצבות, האט ער געברויכט קומען אפאר וואכן, איין וואך איז געקומען א איד א חולה נפש וואס איז געווען פריילעך, אבער ער איז געקומען אפאר וואכן און נישט געווארן געהאלפן,
איז איינע פון די קרובים צו געגאנגען צום צדיק און געפרעגט, אז דא איז דא א חולה וואס קומט שוין אפאר וואכן און ער איז א פריילעך אידל, איז פארוואס איז ער נאכנישט אויסגעהיילט געווארן, האט דער צדיק געזאגט, אלע וואס קומען שטייען אין די רייע גלייך און איך קען זיי גלייך העלפן, אבער דער איד שפאצירט ארום און האט נישט קיינער וואס זאל אים האלטן גלייך, און דערפאר קען איך אים נישט העלפן, האט דער איד דעם קומענדיגע וואך געמאכט זיכער צו האלטן דעם איד גלייך ווען דער צדיק האט ארום שפאצירט, און גלייך נאכן טיש איז דער איד ארויס געגאנגען געזונט כאחד אדם,

א איד איז געקומען צום צדיק וקדוש רבי אלעזר ריישער זי"ע און אים דערציילט, אז ביי זיין יונגל האט פאסירט אן אומגליק ל"ע, אז א ווארעם איז אריינגעקראכן אין זיין אויער, און עס איז נאנט צום מוח, מען מוז עס אפערירן, אבער דאס איז א סכנה ווייל עס איז נאנט צום מוח, און דער איד האט געבעטן מיט טרערן דעם צדיק, אז ער זאל העלפן דעם קינד זיינער מיט א ישועה,
דער צדיק רבי אלעזר האט געבעטן דעם טאטן א גרויסן סכום פאר זיינע פילע צדקה צוועקן, כדרכו בקודש ווען א איד פלעגט קומען פאר א ישועה, פלעגט ער אסאך מאל בעטן א גרויסע סכום געלט פאר צדקה, און דאן האט ער גענומען דאס קינד, און אים ארויס גענומען אינדרויסן, ער האט אים אוועק געלייגט אויף די גראז, מיט'ן אויער וואס דער ווארעם איז דארט אריין, אויסגעדרייט צו די ערד,
דאס קינד איז דארט אזוי געלעגן א האלבע שעה, עס איז געווען "הפלא ופלא", אז נאך די האלבע שעה האט מען באמערקט אז דער ווארעם איז ארויס אויף די ערד, פארשטענדליך אז עס איז געווארן דערפון א רעש, אזא אפענע מופת, אבער רבי אלעזר האט מבטל געווען דעם מופת, און ער האט גלייך געזאגט, אז עס איז בכלל נישט קיין מופת, ווייל א ווארעם קומט דאך פון די ערד, איז עס דער סדר אז עס זאל זיך ציען צו די ערד, און דערפאר איז די ווארעם ארויס געקראכן.
אין ספר דרך החיים ווערט געברענגט אז דער צדיק הרה"ק רבי אלעזר רישא זי"ע איז געווען באקאנט אלס א בקי גדול ברפואות, איין טאג איז צו אים געקומען א איד מיט א רעצעפט פון דעם הייליגען מנוחת אשר מטשענגער זי"ע צו פרעגן דעם חוות דעם פון רבי אלעזר רישא זי"ע,
ווען רבי אלעזר רישא זי"ע האט איבער געקוקט דעם רעצעפט האט ער געזאגט, אויב וואלט איר באקומען דעם רעצעפט פון א דאקטאר, וואלט איך געזאגט אז דאס איז סם המוות פאר דיר, אבער וויבאלד דאס קומט פונעם הייליגען מנוחת אשר מטשענגער זי"ע זאלסטו דאס נעמען, ווייל די צדיקים האבן א אנדערן כח ווי א דאקטאר, כך הוה דעם איד איז אויס געהיילט געווארן,
א קבוצה אידן זענען געווען אין פולין אויף א נסיעה צו מקומות הקדושים, איינע פון די פלעצער איז געווען סאקאלוב ווי עס ליגן די צוויי צדיקים הרה"ק רבי אלימלך רודניקער זי"ע און זיין זון הרה"ק רבי אלעזר ריישער זי"ע, וואס איז אין א צימענט פעקטארי, וואס ליידער איז די גאנצע ביה"ח חרוב געווארן, אבער בדרך נס איז איבער געבליבן די צוויי הייליגע קברים פון רבי אלימלך און רבי אלעזר זי"ע,
די קבוצע איז אנגעקומען דארט 6 אזייגער נאכמיטאג, און די גדר אריין צו גיין איז געווען פארשלאסן, מען האט פראבירט צו ריפן דעם שומר, אבער דער שומר האט געזאגט אז ער וועט נישט זיין דארט בעפאר א שעה, מען האט געוואלט ווייטער פארן קיין ליזענסק, אבער ווי אזוי לאזט מען דורך פון מתפלל זיין אויף אזא הייליג פלאץ, איז וואס טוט מען דא, האט זיך איינע פון די קבוצה אנגעריפן, דער צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע האט בחייו געקענט עפענען טירן, איז קען ער אויך זיכער עפענען טירן יעצט, און מען גייט בל"נ נישט ווייטער, ביז מען קומט אן אינעווייניג אינעם אוהל,
נישט צום גלייבן, אבער 60 סעקונדעס גייט דורך, און א טרעקל פון איינע פון די ארבעטער'ס פונעם פעקטארי קומט צו פארן, און ער מאכט אויף דעם גדר, און ווייזט אונז אז מיר קענען אריין גיין, אבער דער אוהל איז דאך פארשלאסן, גייט דער גוי דער ארבעטער ברענגט א אייזן, און געט א קלאפ אויפן שלאס, און די טיר פונעם אוהל איז אפען, די אידן זענען אלע געשטאנען פארוואונדערט, מען האט ממש געזען ווי דער צדיק האט צו געהערט אונזערע ווערטער און געשיקט א מלאך המושיע צו אויף מאכן דעם אוהל,
די מעשה ענדיגט זיך נישט דא, צווישן די קבוצה אידן איז געווען איינער א איד וואס איז גאר שטארק מקושר צום צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע שוין פאר יארן, דער יונגערמאן האט געהאט א גאר שווערע זאך וואס ער ארבעט שוין אויף דעם א שיינע פאר יאר, אבער די לעצטע שטיק צייט האט שוין אויס געזען ווי די זאך וועט שוין נישט דורך גיין, און דער יונגערמאן האט שוין כמעט געוואלט אויפגעבן זעענדיג ווי עס ארבעט זיך נישט אויס,
אבער לפלא אזוי ווי דער טיר פונעם אוהל ביים ציון קדשו פון רבי אלעזר ריישער זי"ע האט זיך אויף געמאכט, האט זיך אויך אויף געמאכט א אנדערע טיר, און בשעת די אידן שטייען ביים טיר פונעם ציון, ריפט איינער אריין יענעם איד און זאגט אים די בשורה טובה, "עס איז דורך", מען קען נישט באשרייבן מיט קיין ווערטער דאס התעוררות וואס דארט איז געווען, בשעת מען זעט ווי דער צדיק 114 יאר נאך זיין פטירה, ארבעט ער נאך בעולם העליון פאר אידישע קינדער,

איינמאל איז דער צדיק וקדוש רבי אלעזר ריישער זי"ע געווען ביים פעטער דער הייליגער שינאווא רב זי"ע אויף א שבת, און זעענדיג די עבודת הקודש פון קידוש פונעם פעטער, און דער הייליגער שינאווא רב זי"ע האט זיך דאן אנגעריפן "אז משיח צדקנו וועט קומען בשנת תרס"ו, האט רבי אלעזר זי"ע זיך אנגעריפן בזה"ל, "אם יבוא משיח צדקנו בשנת תרס"ו, יצמחו שערות על כף היד", ווי אוועק צו מאכן די ווערטער פונעם הייליגען שינאווא רב זי"ע,
ווען די אידן דארט האבן דאס געהערט, האבן זיי געפרעגט פון רבי אלעזר, פון ווי ער ווייסט אזוי זיכער אז משיח וועט נישט קומען בשנת תרס"ו, האט דער צדיק געזאגט, אז באמת ווייסט ער נישט דאס, אבער אזוי ווי דער פעטער דער שינאווא רב איז געווען אין אזא דביקות עצומה, אז ער איז כמעט געקומען צום מצב פון כלות הנפש, דערפאר האב איך געזאגט די ווערטער, כדי ארויס צו נעמען דעם פעטער פונעם דביקות און פונעם סכנה,
שבת קודש פאר שלום עליכם האט מען נישט געקענט זען אויף רבי אלעזר אז ער גרייט זיך צו די גרויסע עבודה, פון זאגן "עדות" אויף בריאת שמים וארץ, ווייל ער האט דאך פרובירט צו באהאלטן זיין עבודת הקודש, והצנע לכת עם אלקיך, אבער ווען עס איז געקומען צו די ווערטער, "ואעיד אשר בראת בששה ימים כל היצור" איז רבי אלעזר געווארן פארפלאמט אז עס איז געפאלן אן אימה ופחד אויף די ארומיגע,
אמאל האט מען אים געברענגט א שווער קראנקן מענטש ל"ע פרייטאג צונאכטס, ווען רבי אלעזר איז אנגעקומען צום שטיקל "בחמרא גו כסא, להתקפא חלשין", האט ער איבער געזאגט די ווערטער "להתקפא חלשין" אפאר מאל, וואס איז טייטש צו שטארקן די שוואכע, ביז דער קראנקער איד איז געווארן אינגאנצן אויס געהיילט.
הרה"ח רבי לוי קנעלער ז"ל איז געווען א גרויסע חסיד פונעם צדיק וקדוש רבי אלעזר ריישער זי"ע, איין טאג איז ער געווארן גאר שטארק נישט געזונט און ער איז געווען ממש אין א סכנת מוות, איז מען געלאפן צום צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע, און מען האט מזכיר געווען דעם חסיד רבי לוי, און מען האט זייער געבעטן דעם צדיק זאל פויעלען א ישועה פאר ר' לוי,
האט דער צדיק רבי אלעזר גענומען זיין שטעקן און האט דאס געגעבן פארן איינע פון זיינע מקורבים ר' מיכל, און ער האט אים געזאגט, גיי אריבער צו ר' לוי אין שטוב, און די זאלסט דיך נישט אפשטעלן פאר קיין שום זאך, און ווען די קומסט אן אין שטוב, זאלסטו געבן א קלאפ פאר ר' לוי און זאלסט אים זאגן אלעזר האט געזאגט זאלסט אויף שטיין,
כך הוה דער ר' מיכל איז שנעל געלאפן צום שטוב פון ר' לוי, און לפלא האט מען אים פראבירט אפ צו שטעלן די גאנצע וועג, אבער ער האט זיך נישט געלאזט, און אזוי ווי ער איז אריין געקומען צו ר' לוי און אים א קלאפ געגעבן מיטן שטעקן, איז דער ר' לוי געזונט געווארן כאחד אדם, און נאך געלעבט אסאך יארן, אלעס נאר מיט א קלאפ פונעם שטעקן פונעם צדיק וקדוש,
הרה"ח רבי משה ביגלאייזן האט דערציילט, אז א מומע זיינער חנה זילבערגער ע"ה, וואס האט געוואוינט אין שטאט ריישא, האט געהאט א קינד, און די מאמע איז איין נאכט געשלאפן מיטן קינד אין א בעט, און צופרי האט זי באמערקט, אז זי איז ל"ע געשלאפן די גאנצע נאכט אויפן קינד, און עס האט זיך נישט געזען קיין סימן פון לעבן אויפן קינד,
מען האט גלייך געכאפט דעם קינד און אריבער צום צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע, און דער צדיק האט געהייסן מען זאל דעם קינד אריין לייגן אין בעט, און יעדער זאל ארויסגיין, און נאך אפאר מינוט האט ער פאר די עלטערן צוריק געגעבן א געזונט קינד, ויהי לפלא,
הרה"ח ר' נפתלי זינגער האט דערציילט, אז זיין טאטע ווען ער איז געווען א קינד, האבן זיי געוואוינט אין שטאט ריישא, איין טאג האבן זיך די קינדער אין שטאט געשפילט ביי א פאס פון וואסער, און איינע פון די קינדער האט גענומען דעם קינד ר' נפתלי'ס טאטע אין אריין געווארפן אין וואסער, און וויבאלד די קינדער האבן דאך מורא געהאט צו גיין דערציילן וואס עס איז געשען, האט מען דעם קינד הערשט ארויס גענומען א צייט שפעטער,
און ר"ל מען האט נישט געזען קיין סימן פון לעבן אויפן קינד, איז מען שנעל אריבער געלאפן צום צדיק וקדוש רבי אלעזר ריישער זי"ע, און מען האט אים געגעבן דעם קינד, ער האט געהייסן מען זאל אים לייגן אין בעט און יעדער זאל ארויסגיין, לפלא אפאר מינוט שפעטער איז ארויס געקומען דער קינד כאחד אדם געזונט און פריש, ממש תחיית המתים,

אין ספר שיח זקנים ווערט געברענגט, אז הרה"ק רבי פנחס חיים הלוי הורוויץ בעל פתחא זוטא ראב"ד קאסוב זי"ע איז אמאל געווען זיך מסתופף זיין בצלו פונעם צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע אויף א שבת קודש, האט ער דערציילט גאר גרויסע מופתים וואס מען האט געזען דארט ביים צדיק אין ריישא,
איז דארט אנגעקומען א איד וואס איז ליידער געווען אויס געשלאגן אויף די פיס מיט א שרעקליכע אויסשלאג, און די דאקטורים האבן נישט געקענט דעם איד העלפן, ווען מען האט אים מזכיר געווען ביים צדיק וקדוש רבי אלעזר ריישער זי"ע איז געווען בעפאר מנחה, האט דער צדיק געפרעגט מיט א תמימות, ווי לאנג ברויך נעמען אז דאס זאל ווערן אויסגעהיילט, ווייל דער צדיק האט כסדר געארבעט אריין צו ברענגען אמונה אינעם באשעפער,
האט דער איד געזאגט אז ער ווייסט נישט, אבער זיכער נעמט דאס א לאנגע צייט, האט דער צדיק געזאגט, איך גיי יעצט דאווענען מנחה און נאך מנחה וועט מען שוין זען, לפלא ווען דער צדיק רבי אלעזר ריישער איז צוריק געקומען פון מנחה, איז שוין די פיס פין דעם איד געווען אויס געהיילט כאחד אדם,
ווי באוויסט האט דער צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע נישט געלאזט מען זאל אים ריפן רבי, נאר מען האט אים געריפן רב, ווען אימער איינער האט אים געזאגט רבי, האט דער צדיק געפרעגט פון יענעם, בין איך דען דיין רבי און די בוסט דען מיין תלמיד, איינמאל האט א איד געזאגט רבי, האט דער צדיק געפרעגט, בין איך דען דיין רבי, האט דער איד געזאגט, איר זענט זיכער א ערליכע איד, האט דער צדיק געזאגט בזה"ל, "א ערליכע איד ווייסן נאר צוויי, דער הייליגער באשעפער, און די רעבעצין",
הרה"ח רבי אליעזר ארגעל ז"ל א גרויסע חסיד וואס איז געווען א משמש ביים גאון רבי שמעון סופר זי"ע, האט זיך אוועק געצויגען פאר פרנסה קיין ענגלאנד, האט אים זיין טאטע געבעטן, אז כדי ער זאל בלייבן א ערליכע איד, זאל ער יעדעס יאר פארן קיין בעלזא צום צדיק וקדוש רבי יהושע בעלזא זי"ע, און דער חסיד פלעגט טאקע יעדעס יאר פארן אויף שבועות קיין בעלזא,
דארט אין ענגלאנד האט אויך געוואוינט א משפחה פון ערליכע חסידים א גרויסע גביר, וואס האט ליידער געהאט א בחור, וואס ווען ער איז געקומען צו שידוכים, האט דער בחור אפגעמאכט צו חתונה האבן מיט א נישט אידישע פרוי, פארשטייט זיך אז די עלטערן האבן געהאט גרויס עגמת נפש דערפון, און האבן נישט געוויסט וואס צו טון, מען האט כסדר גע'מיטשעט דעם בחור אז ער זאל ח"ו נישט באגיין אזא שטות פון חתונה האבן מיט א נישט אידישע פרוי,
פון גרויס דרוק איז דער בחור אריין און א מרא שחורה, און נאך א שטיק צייט איז דער בחור ממש אזוי געפאלן אז ער איז נישט געווען ביי זיך, די עלטערן האבן געהאט גרויס צער דערפון, און דעם קומענדיגע מאל וואס דער חסיד ר' אליעזר בריגל איז געפארן קיין בעלזא, האט דער גביר געשיקט א קוויטל פארן בעלזא רב, און געבעטן אז ער זאל דעם בחור מזכיר זיין ביים בעלזא רב,
אויפן וועג איז דער ר' אליעזר בריגל אריבער דעם שטאט ריישא, און ער האט געזען די מופתים וואס אידן זעהן דארט, איז ער אריין מיטן קוויטל צום צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע, און ער האט מזכיר געווען דעם בחור ביים צדיק, און דער צדיק רבי אלעזר ריישער זי"ע האט אים שיין אנגעוואונטשן, און אזוי איז ער ווייטער געפארן קיין בעלזא אויף שבועות,
נאך שבועות ווען ער איז אהיים געקומען, האט ער זיך נאכגעפרעגט ביי די משפחה וואס עס טוט זיך מיט דעם בחור, האט מען אים דערציילט, אז לפלא איין טאג וועקט זיך אויף דעם בחור, און ער בעט מען זאל אים געבן א ציצות און א קאפל, און ער זאגט אז ער וויל בשום אופן נישט ח"ו חתונה האבן מיט די נישט אידישע פרוי,
און דער בחור דערציילט פאר ר' אליעזר בריזל, אז עס איז געקומען צו אים אין חלום א ערליכע איד, און דער בחור האט נישט געוואלט זאגן וואס דער איד האט אים געזאגט, אבער נאכן אויסמאלן דעם צורה פון דעם איד, האט ר' אליעזר גלייך געכאפט, אז דער איד איז געווען נישט קיין אנדערער ווי דער צדיק וקדוש רבי אלעזר ריישער זי"ע, און דער צדיק האט פון ריישא ביז ענגלאנד מסדר געווען די גאנצע זאך, און צוריק געברענגט דעם בחור צו זיינע עלטערן,
זכותו יגן עלינו

זייער שיין! שכוח
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: רבי אלעזר ריישער, ווייסבלום ז"ל - ט”ו תמוז תר”ע
גליון מגנזי המלך
- פיילס
-
- מגנזי -1-2.pdf
- (165.51 KiB) דאונלאודעד 20 מאל
Re: רבי אלעזר ריישער, ווייסבלום ז"ל - ט”ו תמוז תר”ע
הפלא ופלא, שכוח שכוח!
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 123
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 313
Re: רבי אלעזר ריישער, ווייסבלום ז"ל - ט”ו תמוז תר”ע
שלום עליכם אידן. איך האב זיך נארוואס אויפגעסיינט צום סייט, און היות די אשכול איז איינס פון די וואס זענען ארויפגעקומען רויט וועל איך שרייבן א מעשה וואס איך האב געהערט פונ'ם בעל המעשה, ר' מענדל טייטלבוים שליט"א אב"ד טשענסקאוויץ פלעטבוש.
ער איז אמאל געפארן אויף מקומות הקדושים אין אייראפע מיט רייכבערג'ס נסיעה, און מוצאי שבת זענען זיי געפארן קיין סאקאלוב און פון דארט קיין ליזענסק. זייענדיג אין ליזענסק האט ער דארט געטראפן איינער פון די מתפללים פון זיין ביהמ"ד, און יענער האט אים געזאגט אז ער פארט יעצט קיין סאקאלוב מיט א טעקסי און ער בעט אז דער רב זאל מיטקומען. ער איז שוין טאקע געווען, אבער רייכבערג האט געגעבן פיר א האלב שעה אין ליזענסק, היבש מער ווי גענוג, און דער מתפלל בעט אזוי, האט ער מסכים געווען.
די וועג קיין סאקאלוב איז א וועג פון מאקסימום 20 מינוט. למעשה אבער פארן זיי אזוי פאר 20, 25, 30, 35 מינוט, און מען זעהט נישט קיין זכר פון סאקאלוב. די זייגער בלייבט נישט שטיין, און באלד פארט שוין רייכבערג פון ליזענסק און זיי זענען נאך ניטאמאל אנגעקומען אין סאקאלוב.
רופט זיך ר' מענדל אן אז ער גיבט $100 פאר קרן תולדות אלעזר (ע"ש ר' אלעזר ריישער [וואס ליגט אין סאקאלוב צוזאמען מיט ר' אלימלך סאקאלובער] - ר' מענדל איז פון די רבני הקרן) אז מען זאל טרעפן די וועג. אזוי ווי ער האט ארויסגעזאגט די ווערטער פון מויל דערזעעהן זיי א שילד "סאקאלוב"!
יעצט גיי זיך דעם בית החיים אין די פינסטערניש פון די נאכט. זיי פארן אריין אין סאקאלוב, און ר' מענדל זאגט צו נאך א הונדערטער אז מען זאל טרעפן די בית החיים שנעל. אויף די סעקונדע וואקסט ארויס א פאליס קאר און יענער פרעגט זיי וואס זיי זוכן. הערנדיג אז זיי זוכן דעם אידישן בית החיים האט ער זיי געהייסן אים נאכפארן, און פאר וואס ווען וואו זענען זיי געווען ביים בית החיים. ארויסקומענדיג פון די קאר האט ער געוואלט צוגיין צום פאליציאנט זיך באדאנקען, אבער דער פאליציאנט האט שוין אפגעיאגט פון שטח.
זכותם יגן עלינו.
ער איז אמאל געפארן אויף מקומות הקדושים אין אייראפע מיט רייכבערג'ס נסיעה, און מוצאי שבת זענען זיי געפארן קיין סאקאלוב און פון דארט קיין ליזענסק. זייענדיג אין ליזענסק האט ער דארט געטראפן איינער פון די מתפללים פון זיין ביהמ"ד, און יענער האט אים געזאגט אז ער פארט יעצט קיין סאקאלוב מיט א טעקסי און ער בעט אז דער רב זאל מיטקומען. ער איז שוין טאקע געווען, אבער רייכבערג האט געגעבן פיר א האלב שעה אין ליזענסק, היבש מער ווי גענוג, און דער מתפלל בעט אזוי, האט ער מסכים געווען.
די וועג קיין סאקאלוב איז א וועג פון מאקסימום 20 מינוט. למעשה אבער פארן זיי אזוי פאר 20, 25, 30, 35 מינוט, און מען זעהט נישט קיין זכר פון סאקאלוב. די זייגער בלייבט נישט שטיין, און באלד פארט שוין רייכבערג פון ליזענסק און זיי זענען נאך ניטאמאל אנגעקומען אין סאקאלוב.
רופט זיך ר' מענדל אן אז ער גיבט $100 פאר קרן תולדות אלעזר (ע"ש ר' אלעזר ריישער [וואס ליגט אין סאקאלוב צוזאמען מיט ר' אלימלך סאקאלובער] - ר' מענדל איז פון די רבני הקרן) אז מען זאל טרעפן די וועג. אזוי ווי ער האט ארויסגעזאגט די ווערטער פון מויל דערזעעהן זיי א שילד "סאקאלוב"!
יעצט גיי זיך דעם בית החיים אין די פינסטערניש פון די נאכט. זיי פארן אריין אין סאקאלוב, און ר' מענדל זאגט צו נאך א הונדערטער אז מען זאל טרעפן די בית החיים שנעל. אויף די סעקונדע וואקסט ארויס א פאליס קאר און יענער פרעגט זיי וואס זיי זוכן. הערנדיג אז זיי זוכן דעם אידישן בית החיים האט ער זיי געהייסן אים נאכפארן, און פאר וואס ווען וואו זענען זיי געווען ביים בית החיים. ארויסקומענדיג פון די קאר האט ער געוואלט צוגיין צום פאליציאנט זיך באדאנקען, אבער דער פאליציאנט האט שוין אפגעיאגט פון שטח.
זכותם יגן עלינו.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 726
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2217
Re: רבי אלעזר ריישער, ווייסבלום ז"ל - ט”ו תמוז תר”ע
אוהל הקדוש אין סאקאלאוו
- פיילס
-
- אוהל הק' - סאקאלאוו.png (607.85 KiB) געזען געווארן 235 מאל