בלאט 1 פון 8

די רעפובליקאנישע און דעמאקראטישע 2024 קאנווענשאנס

געפאוסט: מאנטאג יולי 15, 2024 9:41 pm
דורך פארק שול
ביטע קומט אריין דא מיט אלע נייעס, קליפס און בילדער

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: מאנטאג יולי 15, 2024 9:44 pm
דורך פארק שול
Spa 42 האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 1:02 pm ביי די רעפאבליקאנער קאנווענשאן וועט צווישן אנדער אויפטרעטן שבת קעסטענבוים, -א אידישע אקטיוויסט-וואס האט ביי די פארלאפענע וואלן געשטימט פאר בערני סענדערס... אבער ער האט שוין איינגעזען ווער די חברה זענען...

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: מאנטאג יולי 15, 2024 11:02 pm
דורך Spa 42
פארטיג.

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: מאנטאג יולי 15, 2024 11:44 pm
דורך ס'קען זיין אז..
Spa 42 האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:02 pm פארטיג.
וואס פארטיג?

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: מאנטאג יולי 15, 2024 11:50 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:44 pm
Spa 42 האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 11:02 pm פארטיג.
וואס פארטיג?
די מעמד איז פארטיג. די עסקנים ארבעטן העפטיג צוריקצושטעלן דאס פלאץ פאר די מארגענדיגע מנינים.

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: מאנטאג יולי 15, 2024 11:54 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ווען טראמפ איז ערשינען אויפן פאדיום האבן אים די אויפגעהייטערטע מאסן באגריסט און געיובלט "פייט! פייט! פייט!"
די קאנווענשאן
די קאנווענשאן
unnamed - 2024-07-15T235103.635-.jpg (260.48 KiB) געזען געווארן 723 מאל

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 12:58 am
דורך ניקל
איך מיין מען זאל טוישן קעפל, צו 2024 קאנווענשאן'ס, אדער רעפאבליקאנער און דעמאקראטישע קאנווענשאן'ס 2024

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 12:59 am
דורך ניקל
פעלט נישט אויס צו האבן 2 עקסטערע אשכולות, ווען עס איז בכלל נישט די זעלבע צייט,
מען קען נוצן ביידע און איין אשכול
עולם מיט מיר ?

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 3:39 pm
דורך ניקל
באריכטן איבער פאליציי וואס האבן געשאסן איינעם נעבן די זיכערהייט זאנע, נעבן די רעפובליקאנע קאנווענשאן און מילוואקי וויסקאנסין

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 3:43 pm
דורך שאינו יודע לשאול
קאמענטירער זאגן אז טראמפ איז געווען "אומגעווענליך עמאציאנאל" ביים קאנווענשאן.
unnamed - 2024-07-16T154046.911.jpg
unnamed - 2024-07-16T154046.911.jpg (8.34 KiB) געזען געווארן 624 מאל

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 3:50 pm
דורך מיילעך פריילעך
א ליסטע פון די היינט נאכטיגע רעדנערס ביים רעפאבליקאנער קאנווענשן:

• Nikki Haley
• Gov. Ron DeSantis
• Gov. Sarah Huckabee Sanders
• Vivek Ramaswamy
• Sen. Marco Rubio
• Ben Carson
• Lara Trump
• Speaker Mike Johnson
• Rep. Steve Saclise
• Rep. Elise Stefanik
• Kari Lake

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 5:32 pm
דורך פליט
ניקל האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:59 am פעלט נישט אויס צו האבן 2 עקסטערע אשכולות, ווען עס איז בכלל נישט די זעלבע צייט,
מען קען נוצן ביידע און איין אשכול
עולם מיט מיר ?
פאלי מיט דיר

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 5:34 pm
דורך פליט
IMG_20240717_003127_659.jpg
IMG_20240717_003127_659.jpg (148.11 KiB) געזען געווארן 582 מאל

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 5:37 pm
דורך פליט
IMG_20240717_003517_932~2.jpg
IMG_20240717_003517_932~2.jpg (197.72 KiB) געזען געווארן 577 מאל

Re: רעפובליקאנער 2024 קאנווענטשען

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 5:45 pm
דורך הכל ריוח
פליט האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 5:32 pm
ניקל האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:59 am פעלט נישט אויס צו האבן 2 עקסטערע אשכולות, ווען עס איז בכלל נישט די זעלבע צייט,
מען קען נוצן ביידע און איין אשכול
עולם מיט מיר ?
פאלי מיט דיר
געטוישט

Re: 2024 קאנווענשענס - רעפאבליקאנע און דעמאקראטישע

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 12:14 am
דורך ניקל
ניקי העילי היינט ביים קאנווענשאן האט זייער בארימט טראמפ
ער האט אונז ארויסגעצויגן פונעם איראנע דיעל.
ארויפגעלייגט שווערע סאנקציעס אויף זיי,
געהארגעט סולימאני
איראן האט געציטערט צו טשעפענען אמעריקאנע אינטערעסן, זיי האבן געוויסט אז טראמפ איז סיריעס
די ביידען אדמיניסטרעישן האט געליפטעט די סאנקציעס,
זיך אונטערגעגעבן און אפגאניסטאן.
און יעצט געפינען זיך אמעריקאנער האסטידזשעס פארכאפט ביי חאמאס.
פאר טראמפ איז קלאר ווער עס איז א פריינט און ווער איז איז א פיינט! ביידען נישט

Re: 2024 קאנווענשענס - רעפאבליקאנע און דעמאקראטישע

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 12:15 am
דורך ניקל
ניקי העילי:
איך וועל אנהייבן מיט איין זאך, עס צו מאכן פערפעקטלי קלאר און דייטליך.
דאנאלד טראמפ האט מיין פולע אינדארסמענט. פינטל

#העפטיגע קלאטשערייען

Re: 2024 קאנווענשענס - רעפאבליקאנע און דעמאקראטישע

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 12:16 am
דורך ניקל
ראמעסוואמי ביי זיין ספיטש
Screenshot_20240717_001600_Plus.jpg
Screenshot_20240717_001600_Plus.jpg (176.63 KiB) געזען געווארן 527 מאל

Re: 2024 קאנווענשענס - רעפאבליקאנע און דעמאקראטישע

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 12:17 am
דורך ניקל
פרעזידענט טראמפ מיט וויצע פרעזידענט קאנדידאט ווענס היינט ביים קאנווענשאן
Screenshot_20240717_001647_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240717_001647_WhatsApp.jpg (137.99 KiB) געזען געווארן 526 מאל

Re: 2024 קאנווענשענס - רעפאבליקאנע און דעמאקראטישע

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 12:20 am
דורך ניקל
ראמעסוואמי:
אויב ווילסטו פארמאכן די בארדער - וואוט טראמפ
אויב ווילסטו צוריקברענגען לאוי און ארדער און די לאנד - וואוט טראמפ
אויב ווילסטו צוריקברענגען די עקאנאמיע און די לאנד - וואוט טראמפ (דא העלפט שוין די עולם צו מיטן מיט שרייען די 2 ווערטער וואוט טראמפ)
אויב ווילסטו מאכן אמעריקע גרעיט אגעין - וואוט טראמפ

Re: 2024 קאנווענשענס - רעפאבליקאנע און דעמאקראטישע

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 12:20 am
דורך ניקל
פארפאלן די ראמעסוואמי האט א מאסיווע שפראך. ער כאפט א ציבור

Re: 2024 קאנווענשענס - רעפאבליקאנע און דעמאקראטישע

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 12:21 am
דורך ניקל
דיסענטיס ביי זיין רעדע
Screenshot_20240717_002052_Plus.jpg
Screenshot_20240717_002052_Plus.jpg (122.02 KiB) געזען געווארן 518 מאל

Re: 2024 קאנווענשענס - רעפאבליקאנע און דעמאקראטישע

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 12:24 am
דורך ניקל
גאווענער דיסענטיס:
מיין פעלאוי רעפאבליקאנע:
לאמיר צוריק שיקן דזשאוי ביידען צוריק צו זיין בעסמענט
און לאמיר שיקן דאנעלד טראמפ צוריק צו די ווייסע הויז!

לעבן איז געווען מער אפארדעבל ווען דאנעלד טראמפ איז געווען פרעזידענט!
אונזער בארדער איז געווען מער פארזיכערט אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע
און אונזער לאנד איז געווען רעספעקטירט ווען דאנעלד טראמפ איז געווען קאמאנדיר אוו טשיף
דזשאוי ביידען האט געפעלט!

Re: 2024 קאנווענשענס - רעפאבליקאנע און דעמאקראטישע

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 12:27 am
דורך ניקל
נאך:
אונזערע פיינט קענען נישט האבן איינעם וואס איז אוועליבעל צווישן 10:00-4:00
אונז דארף מיר א קאמאנדיר און טשיף וואס קען ארבעטן 24 שעה עה א טאג און 7 טעג א וואך
אמעריקאנער קען נישט עפארדן נאך 4 יאר פון אזא שוואכע פרעזידענט.

Re: 2024 קאנווענשענס - רעפאבליקאנע און דעמאקראטישע

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 12:27 am
דורך ניקל
דיסענטיס איז געווען אן פייער ביי זיין ספיטש