בלאט 1 פון 3
לאטערי נייעס
געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:23 pm
דורך ווער
די פאוערבאל לאטארי איז געשטיגן צום ריזן ציפער פון א ביליאן דאלאר נאכדעם וואס קיינער האט נישט געוואונען דעם אויסציאונג די נאכט
אויב איינער וועט אויסקלויבן צו נעמען דעם איינמאליגן סומע וועט עס זיין ווערד ארום 516 מיליאן דאלאר. די מעגע מיליאנס אוסציאונג וואס גייט פארקומען מארגן דינסטאג וועט אויך האבן א ריזן געוואונס פון 640 מיליאן דאלאר וויבאלד קיינער האט נישט געוואונען ביים אויסציאונג פרייטאג צו נאכטס.
אידיש 24
Re: לאטארי נייעס
געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 1:42 pm
דורך נחום
האנדל מיט הענדל אויף קול מבשר 117 רעדט ער נעכטן וועגן די לאטערי, ער ברענגט אראפ א אינטערוויא פון א לאנגע צייט צוריק מיט מענטשן וואס זיי וואלטן געטוהן אויב געווינען זיי די לאטערי, זייער א זיסע אינטערוויא.
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 2:35 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
אן איינצעלנע פאוערבאל לאטערי טיקעט וועלכע איז פארקויפט געווארן אין קאליפארניע האט געוואונען די נעכטיגע לאטערי וועלכע איז געשטאנען ביי $1.08 ביליאן.
לאטעריס!
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 4:35 pm
דורך ניקל
די מעגא מיליאן דזשעקפאט איז געשטיגן צו 1.25 ביליאן דאלער צוליב וואס עס איז נישט פארקויפט געווארן קיין געווינער טיקעט פאר נעכטן נאכט'ס ציאונג.
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:02 am
דורך ניקל
די מעגא מיליאן לאטעריע איז געשטיגן צו די העכסטע אין איר היסטאריע 1.55 ביליאן און 757 מיליאן פאר די קעש אפציע.
עס וועט ארויסגעצויגן ווערן דינסטאג.
די פריערדיגע רעקארד איז געווען 1.53 ביליאן 2018 אין סאוט קאראליינע.
Re: לאטעריס!
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:05 am
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 02, 2023 4:35 pm
די מעגא מיליאן דזשעקפאט איז געשטיגן צו 1.25 ביליאן דאלער צוליב וואס עס איז נישט פארקויפט געווארן קיין געווינער טיקעט פאר נעכטן נאכט'ס ציאונג.
די מעגא מיליאנס דזשעקפאט שטייט ביי די איר גרעסטע ציפער אין היסטאריע נאך וואס קיינער האט נישט געוואונען דעם ציאונג פון פרייטאג צונאכטס. די קומענדיגע פרייז וועט שטיין ביי 1.55 ביליאן מיט א קעש אפציע פון 757.2 מיליאן דאלער.
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 4:21 pm
דורך ווער
היינט נאכט ווערט ארויסגעצויגן די דריטע-גרעסטע לאטערי געווינס, אזויפיל ווי 1.55 ביליאן דאלער
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:03 pm
דורך וואוילער
ווי האט יענער געזאגט, קויפן די לאטערי איז קעגן בטחון, ווייל אז דער אייבערשטער וויל מיך מאכן פארלירן $2 האט ער גענוג וועגן, כ'דארף אים נישט העלפן.
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 12:19 am
דורך ניקל

- Screenshot_20230809_001821_WhatsApp.jpg (78.76 KiB) געזען געווארן 1206 מאל
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:06 am
דורך להגדיל הטראסק
און יארמער רב גייט קויפן די לאטערי מיט א שירעם
ווייל עס איז דא א גרעסערע טשאנס אז א פויגל זאל אראפלאזן ווי אז ער זאל געווינען די לאטערי...
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:50 am
דורך טראפקעלע
פארוואס איז דא וויניגער געווינער די לעצטע שטיק צייט?
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:19 am
דורך ניקל
אן איינצעלנע טיקעט אין פלארידע האט געווינען די $1.58 ביליאן מעגא מיליאנס לאטערי, די דריט גרעסטע לאטערי אין אמעריקאנער היסטאריע.
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:04 pm
דורך מיילעך
טראפקעלע האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 1:50 am
פארוואס איז דא וויניגער געווינער די לעצטע שטיק צייט?
ווייל אזוי גייט די לאטערי אריין אין די נייעס און די קויפסט עס...
דיעפ סטעיט.
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:01 am
דורך וואוילער
דאכט זיך אז מ'האט לעצטנס געטוישט די סיסטעם פונעם אויסציאונג, איינער מיט פרטים?
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:47 am
דורך ווירקליך
זיי זאגן אז איינער וואס געווינט א לאטערי וועט געווענליך שפענדן ריזיגע געלטער פאר גארנישט און שנעל אויסליידיגן די קאסע.
צו פארשטיין וואס דאס מיינט ברויך מען נאר קוקן אויף געוויסע אמעריקאנע פרעזידענטן (אן נעמען! ווער סמיינט איך מיין אים, אים מיין איך טאקע, און ער זאל מיר ווארטן ביים מנהל’ס אפיס מיט זיין מאנטל און לג בעומר שיסער) וועלכע ווערן ערוועלט, באקומען מיטאמאל צוטריט צו ריזיגע געלטער, און טאקע בליץ שנעל ספענדו זיי עס פאר שטותים מיט מאשראמס, און ליידיגן אויס די קאסע.
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 17, 2023 10:44 pm
דורך ניקל
די שיסל פון די מארגן נאכטיגע פאוערבאל לאטערי איז געשטיגן צו 638 מיליאן דאלער, זייענדיג די 10-טע גרעסטע געלט סומע אין די היסטאריע פון די שפיל, עס זענען שוין פאראיבער 25 ראפל ציאונגען אן א געווינער.
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:51 pm
דורך ווער
די פאוערבאלל לאטארי איז ווידעראמאל געשטיגן ארויף צו ריזן סומע פון 725 מיליאן דאלאר, נאכדעם וואס קיינער האט נישט געוואנען דעם אויסציאונג
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 2:59 am
דורך ניקל
די פאוערבאל לאטערי איז געשטיגן צו 925 מיליאן דאלער, נאך וואס קיינער האט נישט געוואונען מיטוואך נאכטס ציאונג
נעקסטע ציאונג וועט זיין שבת
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 01, 2023 11:41 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: ↑פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 2:59 am
די פאוערבאל לאטערי איז געשטיגן צו 925 מיליאן דאלער, נאך וואס קיינער האט נישט געוואונען מיטוואך נאכטס ציאונג
נעקסטע ציאונג וועט זיין שבת
געשטיגן צו 1.04 ביליאן דאלער, נאך וואס קיינער האט נישט געוואונען שבת ציאונג
נעקסטע ציאונג וועט זיין מארגן נאכט
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 5:37 pm
דורך ניקל
די פאוערבאל לאטעריע האט דערגרייכט צו דער היסטארישע ציפער פון 1.73 ביליאן דאלאר נאכדעם וואס ס'איז נישט געווען קיין געווינער אין די נעכטיגע ארויסציאונג.
די מארגענדיגע דזשעקפאט האט א קעש ווערט פון א געשאצטע 756 מיליאן דאלאר, מאכנדיג עס פאר די צווייט גרעסטע לאטערי אין די היסטאריע פון פאוערבאל, איינס נאך די רעקאָרד 2.04 ביליאן דאלאר געווינען אין קאליפארניע נאוועמבער 2022.
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:04 pm
דורך וואוילער
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 12:59 am
דורך ניקל
א געווינער טיקעט פון 1.7 ביליאן דאלאר איז פארקויפט געווארן און קאליפארניע
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 7:53 pm
דורך מאטאווירט
ניקל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 12:59 am
א געווינער טיקעט פון 1.7 ביליאן דאלאר איז פארקויפט געווארן און קאליפארניע
זאגט מיר איינער פריער ”אבי נישט צווישן אידן”...
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:47 pm
דורך אחת למעלה
ברוך השם. געווינען נעכטען א לאטערי פון די ריזן סכום המממ 2 טאלער. נאך טעקסעס בלייב איך לכאורה א בעל חוב פון 50 אלפים.
Re: לאטערי נייעס
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:36 pm
דורך ווער
די פאוערבאלל לאטארי פאר די אויסציאונג היינט נאכט איז געהויבן געווארן צו 700 מיליאן דאלאר צוליב די שטארקע פארלאנג ביי מענטשען