בלאט 1 פון 1

א רויטע קו, פארוואס? (פרשת חקת)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 5:51 pm
דורך מיינע פאעזיעס
א רויטע קי? פארוואס??
פרשת חקת



שוין לאנג געווארט, טמא געוועהן ביז יעצט
פון לאנג געגארט, ריין ווערן עטס וועטס,
א פרה אדומה
גאנץ און תמימה
און קיין יאך לייגן אויף איר,

דעם קי פארברענט, דאס אַש האט מען אויסגעמישט,
שפריצן געקענט, טמא מער איז מען נישט,
נעמען א רויטע אָקס , דאס איז פון מיר א חק -
ס' האט נישט קיין טעמים אויף איר,

דער טמא'נע מענטש ווערט דורך איר ריין
דער כהן אליין פונקט פארקערט טוט ער זיין
דורך דעם אַש
וואס אויף יענעם געוואש'ט
דעם כהן מאכט עס טמא,

א גזירה זי איז, מלפניה,
ואין לך רשות, להרהר אחריה,
א חק בלי טעם
אן אויסנאם
אז דאס טוט אינז רייניגן די נשמה,

רש''י ברענג, די גוי אינז ער לאכט אויס,
וואס איז מיט ענק, די פרה וואס מאכט אויס,
א הסבר איך דארף - עס,
א סברה פארשאף - עס
אזוי לאכט ער פון דעם ער שפעט,

א קשיא פרעג איך, איך וויל פארשטיין דאס,
קיין איין גוי האט מיך, נאכניש געפרעגט פארוואס,
קוים וואס ער ווייסט - עס
אז א פרה אדומה הייסט - עס
איז וואס מיינט אז פרעגן ער וועט?

נאר דאס אליין -איז, אין גלות מיר זענען,
אין גוי'שע שכנות, מ'טוט עס דערקענען,
עס האט אן השפעה
אז מיר זענען דא'ע
מיר טראכטן דעם גוי'ס וועגן,

דער גוי אליין - ער, טוט טאקע נישט פרעגן - ווער,
נאר די השפעה זיינער, דאס איז די שעדיגער,
דאס מאכט אינז טראכטן
חלילה זיך דאכטן
אויפן תורה קשיא'ס פרעגן,

דאס אינז א לימוד גאר הויעך
אז די סביבה האט א שטארקע כח.


א גוט שבת!

Re: א רויטע קי? פארוואס? (פרשת חקת)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 5:56 pm
דורך שמח
שטארק! און שיין!.

Re: א רויטע קי? פארוואס? (פרשת חקת)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 6:05 pm
דורך מיינע פאעזיעס
טשולדיגטס פארן לייגן אזוי שפעט, כ'וועל פרובירן די נעקסטע מאל לייגן פריער @מיינע פאעזיעס

Re: א רויטע קי? פארוואס? (פרשת חקת)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 7:47 pm
דורך מיילעך פריילעך
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 6:05 pm טשולדיגטס פארן לייגן אזוי שפעט, כ'וועל פרובירן די נעקסטע מאל לייגן פריער @מיינע פאעזיעס
# בעסער שפעטער ווי קיינמאל..

Re: א רויטע קי? פארוואס? (פרשת חקת)

געפאוסט: מוצש"ק יולי 13, 2024 2:33 pm
דורך ווינטעלע
פששיהא.. הערליך הערליך!

Re: א רויטע קי? פארוואס? (פרשת חקת)

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 9:08 am
דורך שאינו יודע לשאול
זייער זייער שיין!

(דעם געדאנק האב איך אמאל געהערט פון ר' יחזקאל ווייס שליט"א, אבער אין דיינע קונצליכע שורות האט עס באקומען א נייעם גלאנץ)

Re: א רויטע קי? פארוואס? (פרשת חקת)

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 5:10 am
דורך בעל החלומות
גוט געשריבן!!
@מיינע פאעזיעס ביסט א אור!!!