בלאט 1 פון 2

דער חילוק פונעם גוי און דעם איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 2:28 pm
דורך יקל פעדער
ווי באקאנט האט די פאריגע פרעזידענט טראמפ יר"ה, מיט געציילטע יארן צוריק געעפענט אן אייגענעם פלאטפארמע מיטן נאמען טראָט סאשעל.
האבעך דעמאלטס געהערט פון איינעם וועם מ'האט אנגעפרעגט צו ער גייט עפענען זיין אקאונט דארט, נאכדעם וואס יענער האט געהאט איין אויף טוויטער. האט יענער געענטפערט אזוי "יא. איך האב געעפנט מיין אקאונט אויף טראָט סאשעל. אבער איך פלאן נישט צו פאוסטן דארט מיינע זאכן. כ'האב עס בלויז געעפנט אז א צווייטער זאל נישט קומען און עפענען אן אקאונט פאר זיך מיט מיין נאמען".

עד כאן במעשה בגוי.

*

איך האב געעפנט א ניק אויף אייוועלט "יקל פעדער". איין טאג האב איך באשלאסן צו עפענען א ניק אויך דא אויף אידטיש, און מיט די זעלבע נאמען וואס איך האב אויף אייוועלט, צו קענען משפיע זיין מיינע ארטיקלען דא, אז נאך יודן זאלן הנאה האבן, און כ'האב געהאפט אז קיינער האט עס נאך נישט אויסגעכאפט. (ווייל כאילו איינער דארף דעי ניק...)
איך האב ב"ה געוויסט וועלכע יו"ט מען עסט מצה, און כ'האב מיך איינגעשריבן פרייליכערהייט, אז כ'האב גענומען די ניק אין צייט נאך פאר איינער אנדערש זאל עס נעמען.
גייט דורך א טאג און איך טשעק מיין אימעיל, זעה איך א אימעיל פון אידטיש. כ'האב מיך שוין געפרייט אז מ'האט מיר אזױ שנעל אנגענומען, אבער ניין. ס'איז געקומען אן אימעיל אז היות ס'איז שוין דא אזא ניק אויף אייוועלט, קען מען מיך נישט אננעמען נאר אויב איך שיק אריין א סקרינשאט פון מיין אייוועלט אקאונט.
למעשה זעהט עטס אז איך בין אנגענומען...

עד כאן במעשה באיד(טיש)

*
קוקטס אן די צווישנשייד פון א גוי׳אישע און א אידישע פלאטפארמע.
מער פון דעם דארף איך נישט מסביר זיין.

Re: די חילוק פון א גוי און א איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 2:32 pm
דורך שאינו יודע לשאול
👍
גוט געזאגט!
יהא בואכם לברכה.

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 2:44 pm
דורך פייל און בויגן
@יקל פעדער אפשר לייגסטו ארויף דא א סקרינשאט פון די אימעיל?

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 2:55 pm
דורך יקל פעדער
פייל און בויגן האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:44 pm @יקל פעדער אפשר לייגסטו ארויף דא א סקרינשאט פון די אימעיל?
דאס איז געשטאנען דארט.
Off Topic
מיר זעען אז איר האט זיך איינגעשריבן מיט א ניק-נאמען ״יקל פעדער״, וואס איז דער זעלבער נאמען ווי א ניק אויף אייוועלט.

צו באשטעטיגן, שיקט ביטע א סקרינשאט פון אייער אקאונט דארט.

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 2:57 pm
דורך פייל און בויגן
יקל פעדער האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:55 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:44 pm @יקל פעדער אפשר לייגסטו ארויף דא א סקרינשאט פון די אימעיל?
דאס איז געשטאנען דארט.
Off Topic
מיר זעען אז איר האט זיך איינגעשריבן מיט א ניק-נאמען ״יקל פעדער״, וואס איז דער זעלבער נאמען ווי א ניק אויף אייוועלט.

צו באשטעטיגן, שיקט ביטע א סקרינשאט פון אייער אקאונט דארט.

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 3:03 pm
דורך ציבורא
פייל און בויגן האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:57 pm
יקל פעדער האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:55 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:44 pm @יקל פעדער אפשר לייגסטו ארויף דא א סקרינשאט פון די אימעיל?
דאס איז געשטאנען דארט.
Off Topic
מיר זעען אז איר האט זיך איינגעשריבן מיט א ניק-נאמען ״יקל פעדער״, וואס איז דער זעלבער נאמען ווי א ניק אויף אייוועלט.

צו באשטעטיגן, שיקט ביטע א סקרינשאט פון אייער אקאונט דארט.
נישט געזאגט אז ער נעמט עס נישט אן

אויב ביסטו דער זעלבער איז נישט קיין פראבלעם

מבשרי אחזה

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 3:09 pm
דורך שמח
ציבורא האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 3:03 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:57 pm
יקל פעדער האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 2:55 pm
דאס איז געשטאנען דארט.
Off Topic
מיר זעען אז איר האט זיך איינגעשריבן מיט א ניק-נאמען ״יקל פעדער״, וואס איז דער זעלבער נאמען ווי א ניק אויף אייוועלט.

צו באשטעטיגן, שיקט ביטע א סקרינשאט פון אייער אקאונט דארט.
נישט געזאגט אז ער נעמט עס נישט אן

אויב ביסטו דער זעלבער איז נישט קיין פראבלעם

מבשרי אחזה
דאס איז דאך דער פוינט, מ'וויל נישט מ'זאל אוועקנעמען איינעמ'ס ניק, נאר דער עכטער בעל הניק זאל עס האבן.

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 3:13 pm
דורך נפתלי
מיך האט מען גראד אנגענומען ווייל כהאב נישט קיין ניק אויף אייוועלט

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 4:16 pm
דורך מיילעך פריילעך
שלום עליכם ר' יקל, כהאב גראדע זייער הנאה געהאט פון דיינע ארטיקלען אויף יענע וועלט, איך האב הנאה אז נאך א גוטע ניק האט זיך באקוועם געמאכט דא.
יהא בואך לברכה!!

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 4:22 pm
דורך יקל פעדער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 4:16 pm שלום עליכם ר' יקל, כהאב גראדע זייער הנאה געהאט פון דיינע ארטיקלען אויף יענע וועלט, איך האב הנאה אז נאך א גוטע ניק האט זיך באקוועם געמאכט דא.
יהא בואך לברכה!!
נישט געוויסט אז דא דרייען זיך חברה פון יענע וועלט...
ביסט א מלאך הייסט…?

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 4:23 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 4:16 pm כהאב גראדע זייער הנאה געהאט פון דיינע ארטיקלען אויף יענע וועלט,
גאמ

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 4:25 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
שלום עליכם. איך קען נישט יענע וועלט זינט איך בין נישט געווען דארט מער ווי א חודש צוויי, איך געדענק נישט א ארטיקל פון יקל פעדער, סאו פון מיינער זייט קענסטו איבערלייגן אלסדינג מהחל ועד כלה, נישט דוקא כלה, אפילו די חתן... דו זעסט אויס פיין פון די התחלה אליינס...

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 4:26 pm
דורך נפתלי
עס זעהט אויס @יקל פעדער איז א שטארקע אור און אינז וועלן זייער הנאה האבן דא פון אים

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 4:50 pm
דורך יקל פעדער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 4:25 pm שלום עליכם. איך קען נישט יענע וועלט זינט איך בין נישט געווען דארט מער ווי א חודש צוויי, איך געדענק נישט א ארטיקל פון יקל פעדער, סאו פון מיינער זייט קענסטו איבערלייגן אלסדינג מהחל ועד כלה, נישט דוקא כלה, אפילו די חתן... דו זעסט אויס פיין פון די התחלה אליינס...
נפתלי האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 4:26 pm עס זעהט אויס @יקל פעדער איז א שטארקע אור און אינז וועלן זייער הנאה האבן דא פון אים
שכח שכח.
בעז״ה וועל איך לייגן דא מיינע אלטע ארטיקלען פון דארט, און פארשטייט זיך די פרישע אויך.

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 7:49 pm
דורך מיילעך פריילעך
יקל פעדער האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 4:22 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 4:16 pm שלום עליכם ר' יקל, כהאב גראדע זייער הנאה געהאט פון דיינע ארטיקלען אויף יענע וועלט, איך האב הנאה אז נאך א גוטע ניק האט זיך באקוועם געמאכט דא.
יהא בואך לברכה!!
נישט געוויסט אז דא דרייען זיך חברה פון יענע וועלט...
ביסט א מלאך הייסט…?
Not really 😕
נישט ממש א מלאך, א מיילעך זיכער...

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 4:56 am
דורך מאדערן ארט
שיהא א פאקערטע מעשה לעצטנס האב איך מיך איינגעשריבן אין אייוועלט..

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 4:58 am
דורך מאדערן ארט
שיהא א פאקערטע מעשה לעצטנס האב איך מיך איינגעשריבן אין אייוועלט..

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 7:57 am
דורך מיינע פאעזיעס
מאדערן ארט האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:56 am שיהא א פאקערטע מעשה לעצטנס האב איך מיך איינגעשריבן אין אייוועלט..

האסטעך איינגעשריבן צוויי מאל דארט?... :lol:

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 8:22 am
דורך פליט
מאדערן ארט האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:58 am שיהא א פאקערטע מעשה לעצטנס האב איך מיך איינגעשריבן אין אייוועלט..
העי. שאלום!

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 1:49 pm
דורך מאדערן ארט
יעצט באמערקט, אינטערסאנט אז ס'איז ארויף 2 מאל.

@פליט, ס'מאכסטע? טענקס פארן אויפנאמע.

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 2:11 pm
דורך יקל פעדער
מאדערן ארט האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:56 am שיהא א פאקערטע מעשה לעצטנס האב איך מיך איינגעשריבן אין אייוועלט..
ס׳געווען די מעשה ביי דיר ?

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 2:18 pm
דורך פופציגער
מאדערן ארט האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:56 am שיהא א פאקערטע מעשה לעצטנס האב איך מיך איינגעשריבן אין אייוועלט..
רגע רגע, ביסטו נישט נעלם געווארן פון דא באלד א יאר צוריק?

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 5:17 pm
דורך יקל פעדער
פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 2:18 pm
מאדערן ארט האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:56 am שיהא א פאקערטע מעשה לעצטנס האב איך מיך איינגעשריבן אין אייוועלט..
רגע רגע, ביסטו נישט נעלם געווארן פון דא באלד א יאר צוריק?
Wow
נישט געוויסט כ׳קען מחיה מתים זיין…

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 7:01 pm
דורך מאדערן ארט
פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 2:18 pm
מאדערן ארט האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:56 am שיהא א פאקערטע מעשה לעצטנס האב איך מיך איינגעשריבן אין אייוועלט..
רגע רגע, ביסטו נישט נעלם געווארן פון דא באלד א יאר צוריק?
פשיהא, פיפצי האט געכאפט אז כ'בין נישטא געווען, דאס מיינט דאך אוודאי אז ער געדענקט פאר א סיבה.. ;)

Re: די חילוק פון דער גוי און דער איד(טיש)

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 7:08 pm
דורך יקל פעדער
מאדערן ארט האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 7:01 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 2:18 pm
מאדערן ארט האט געשריבן: זונטאג יולי 14, 2024 4:56 am שיהא א פאקערטע מעשה לעצטנס האב איך מיך איינגעשריבן אין אייוועלט..
רגע רגע, ביסטו נישט נעלם געווארן פון דא באלד א יאר צוריק?
פשיהא, פיפצי האט געכאפט אז כ'בין נישטא געווען, דאס מיינט דאך אוודאי אז ער געדענקט פאר א סיבה.. ;)
אוי וויי. ס׳פארגעגאנגען ?