בלאט 1 פון 1

שמועסן, הילף, און געדאנקען איבער הייזער דעוועלאפמענט

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:19 pm
דורך פשוט און גראד
ברוכים הבאים,

ווי באוויסט זענען דא אזעלכע וואס טראכטען, חשבונען, - אריינצוגיין, ארויסצוגיין, פון די אינדוסטרי.

דיוועלאפינג
די דיפאלט נאטור פון א דיוועלאפער, איז א קריעיטער יש מאין כבי’. א דיוועלאפער איז לאו דוקא געבינדען צו האיזינג פראדזעקט, ס’קען זיין אין סאפטווער, ברענד’ס, וכד’. נישט צו פארמישען זיך מיטן אנשיפינאר.

אין די אשכול לאמיר פאוקעסען פאר די ריעל עסטעיט פיפעל.

לא ראי זה כראי זה,
▪︎ געגענט
▪︎ סייז
▪︎ פראדוקט [קאנדא, רענטעל]

טייפ אויף קלייענט
▪︎ לוקזעריעס
▪︎ עוורידזש
▪︎ גאווערמענט טייפ, סובסעדיס ובד’

קומט’ס אריין פאר טיפס, רעיונות, ארטיקלען וכו’.

נ.ב כ’האב נישט די קלארסטע שרייבערישע שפראך, סאו טיילמאל קען עס זיין אביסעל שווער צו פארשטיין די נקודות וואס כ’שרייב. כ’וועל טרייען מיין בעסטע אי"ה.

אויב איינער וויל עפעס זאכליך אויסברייטערען, איז עס סאך מער ווי וועלקאם, וויבאלד די מטרה דא, איז אז אפשר - איין טאג קען עס זיין אן הנאה/תועלת פאר איינע פון עם ישראל.

Re: דיוועלאפער אשכול - הילף - שמועסעריי - איידיעס.

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 5:10 pm
דורך פשוט און גראד
בס"ד

ווען מ’מאכט א אנדעררייטינג פאר א פראדזעקט, איז דא גרעי עריעס וואס מ’פארזעהט, וואס די זאכען איז די key factor אויף הצלחה, פחד, אין זיין עקטיוו אין די אינדוסטרי.

1. קלארקייט אין די טריקענע פאקטען, קריעיטיוו פאכמאן, גיטע מענטשען מיט וועים די דיעלסט איז key.

לאמיר דא דורכשמועסן די גרעי עריעס,

די ציל איז, די דארפסט וויסען קלאר די קאסט וויפיל ס’איז פער דירה, און סק. פט.

דעפינישען פער דירה, סק. פט.; ווי למשל די כמות וויפיל מ’קען בויען, די סייז, קאמען עריע, קוואליטי, נעט סק. פט., גראוס סק. פט., די חילוק, למשל די ענוועלאופ פון די בילדינג וועט זיין די גראוס וואס פארשטייט זיך קאסט געלט, אין די נעט איז די ליוועבעל חלק.

[גיין אויף עוורידזש קען זיין a maker or breaker אויפן געשעפט.

סאפט קאסט, אינקלוד

רעגולעישענס; ווילעדזש, טאון, סטעיט, פעדערעל, osha - דעיס אינקלוד, די סובס וואס זענען אויסגעשטעלט יעדען טאג פאר פרישע עדזוסמענטס, ווי למשל O&R וכד’ וואס טראגט א ערענסטע געוויכט אויף א דיוועלאפמענט, ווי ס’איז נישט ביד פון די דיוועלאפער, אין ס’איז געקניפט אין געבינדען, נומערס טשעינדזשען זיך יעדען טאג,

ליגעל; 3 מאל קלאוזען,
1, ביי די Purchase
2. ביי די מארטגעדזש
3. ביי די ענד סעיל
4. טייטעל

טעקסעס;
מארטגעדזש טעקס (צירודערטע סכום)
קעפיטעל געין (צירודערטע סכום)
טרענספער טעקס ??

בראוקערידזש;
Purchase
Mortgage
Sales

אפיס;
ארבייטערס, בידס, פעיעבעל, בענק, קארדינעישען. פרינטינג, מעסענדשער סערוויס.

פראפעעשענעל;
ארכיטעקט
עקספעדייטער
גארסידזש רימאוועל
טוען פאר דין תורות
לויער, אסאך מאל פאר אפראוועלס, למשל סוער וכד’
קאנדא בוק לויער
רעגיסטער ביי אטורני גענערעל די קאנדאס
פערמיטס
לויער פאר לאו סוטס (איטס א מעטער אויף טיים)
דיזיינער

אינטרעסט
פוינטס ביים אנהייבען און ענדיגען,
פרי פענעלטי
עקסטענשענס

אינשורענס

און הערשט יעצט הייבט זיך ערשט אן די הארד קאסטס
אין אויך מיט טשעינדזש ארדערס. בעיסד אן פיעלד קאנדישענס.

נ.ב כ’האב עס געשריבען אן טאפ אויף מיי מיינד. יעדער מעג צולייגען אדער אראפנעמען[/