בלאט 1 פון 1

פאר וועם גיבסטו א לייק? (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:12 pm
דורך דאס טוישן
נו פאר וועם?

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *געטוישט צו אנקעטע*

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:27 pm
דורך פייל און בויגן
א דאנק פארן ברענגען די נייעס.

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *געטוישט צו אנקעטע*

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:28 pm
דורך דאס טוישן
פייל און בויגן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:27 pm א דאנק פארן ברענגען די נייעס.
צוגעלייגט

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *געטוישט צו אנקעטע*

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 6:40 pm
דורך להגדיל הטראסק
לייג צו: ווען יענער האט רעאגירט צו מיין תגובה און כ'וויל סתם מודיע זיין אז כ'האב עס געזען.

און אמאל ווייל איך האלט ווי יענעם
אמאל האלט איך נישט ווי יענעם אבער ער האט גוט געשריבן
אמאל האלט איך נישט ווי יענעם, ער האט נישט גוט געשריבן, אבער ער האט פארט געשריבן און אינוועסטירט כוחות פאר אונזער טישל, קומט אים א לייק אלס חיזוק!

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *געטוישט צו אנקעטע*

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 6:51 pm
דורך אנדערער
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 6:40 pm לייג צו: ווען יענער האט רעאגירט צו מיין תגובה און כ'וויל סתם מודיע זיין אז כ'האב עס געזען.

און אמאל ווייל איך האלט ווי יענעם
אמאל האלט איך נישט ווי יענעם אבער ער האט גוט געשריבן
אמאל האלט איך נישט ווי יענעם, ער האט נישט גוט געשריבן, אבער ער האט פארט געשריבן און אינוועסטירט כוחות פאר אונזער טישל, קומט אים א לייק אלס חיזוק!
אט אזוי

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *געטוישט צו אנקעטע*

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:41 pm
דורך מיינע פאעזיעס
צ''ק

הנאה געהאט און כ'האלט אזוי
(ד''ה איך וואלט עס אויך געשריבן ווען נישט דו שרייבסט!)

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *געטוישט צו אנקעטע*

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 9:44 am
דורך ציבורא
עס דארף זיין די מעגליכקייט צו מער ווי איין אפציע,

איך למשל לייק צוליב די פאלגענדע


הנאה געהאט
כהאלט אויך אזוי
א דאנק

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *געטוישט צו אנקעטע*

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 1:16 pm
דורך שאינו יודע לשאול
בעצם איז שוין דא א ענליכע אנקטע.
viewtopic.php?t=1656

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 9:17 am
דורך ווא'טו'זיך
פארשטיי איך נישט די שאלה..

ווער גיבט לייקס אויף אידטיש?!?
ס'שפירט זיך וואו אין גאליציע ביים ארויסנעמען א פעני...

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 12:38 pm
דורך דאס טוישן
ווא'טו'זיך האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:17 am פארשטיי איך נישט די שאלה..

ווער גיבט לייקס אויף אידטיש?!?
ס'שפירט זיך וואו אין גאליציע ביים ארויסנעמען א פעני...
מען דארף מאכן א מפיכה!!

ווער עס איז מסכים זאל לייקן דו תגובה!

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 12:39 pm
דורך דאס טוישן
לאמיר אנקומען צו כאטש 50 לייקס!!

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 12:42 pm
דורך מיינע פאעזיעס
דאס טוישן האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:39 pm לאמיר אנקומען צו כאטש 50 לייקס!!
האסט גרויסע השגות, האלסטעך נאר ביי איינס יעצט,

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 1:20 pm
דורך דאס טוישן
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:42 pm
דאס טוישן האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:39 pm לאמיר אנקומען צו כאטש 50 לייקס!!
האסט גרויסע השגות, האלסטעך נאר ביי איינס יעצט,
יעצט ביי 2 שכוח פאר דיך מען גייט עס באווייזן 50 לייקס!!

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 2:02 pm
דורך בן תורה
מדארף פשוט קענען די טיישט פון די ווארט לייק.

די אידיש טייטש פון ווארט לייק איז איך "גלייך", ווען איך גלייך א פאוסט מאיזה סיבה שיהי' צו ווייל ער רעדט צום זאך, צו ווייל איך אפרישיעט אז ער האט געברענגט די נייעס, צו ווייל ער האט גוט צולייגט די נושא, געב איך אים א לייק.

ווען איינער בעט מיך "לייק מיין פאוסט" פילט זיך עס ווי יענער בעט מיך "גלייך מיין פאוסט"... זאל איך בעטן מיין הארץ זאל עס גלייכן?... און נניח אז יענער באקומט יא הונדערטער לייקס ווייל ער האט געבעטן, פילט ער אז דער עולם האט געגליכן זיין פאוסט? חוץ אויב יענער בעט אז ווער סהאט געגליכן זיין פאוסט זאל נישט פארגעסן צו לאזן וויסן אז ער האט עס געגליכן.

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 2:05 pm
דורך בן תורה
אפשר טאקע זאל מען טוישן איבעראל פון לייק צו גלייך (אדער אויב איינער האט א בעסערע ווארט).

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 2:41 pm
דורך מיינע פאעזיעס
בן תורה האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 2:05 pm אפשר טאקע זאל מען טוישן איבעראל פון לייק צו גלייך (אדער אויב איינער האט א בעסערע ווארט).
גוטע איידיע!

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 4:06 pm
דורך דאס טוישן
דאס טוישן האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:38 pm
ווא'טו'זיך האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:17 am פארשטיי איך נישט די שאלה..

ווער גיבט לייקס אויף אידטיש?!?
ס'שפירט זיך וואו אין גאליציע ביים ארויסנעמען א פעני...
מען דארף מאכן א מפיכה!!

ווער עס איז מסכים זאל לייקן דו תגובה!
האלט שוין ב"ה ביי 5!! שכוח אלע חבירים!

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 5:51 pm
דורך מיינע פאעזיעס
דאס טוישן האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 4:06 pm
דאס טוישן האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:38 pm
ווא'טו'זיך האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 9:17 am פארשטיי איך נישט די שאלה..

ווער גיבט לייקס אויף אידטיש?!?
ס'שפירט זיך וואו אין גאליציע ביים ארויסנעמען א פעני...
מען דארף מאכן א מפיכה!!

ווער עס איז מסכים זאל לייקן דו תגובה!
האלט שוין ב"ה ביי 5!! שכוח אלע חבירים!
ס'ווערט שוין אביסל קינדעריש...

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 8:07 pm
דורך מיילעך פריילעך
למען הקלארקייט.
דא קומט מען נישט צו באקומען לייקס, דא קומט מען זיך אביסל אויסליפטערן נאך א טאג ארבעט וכו',
אודאי איז א שארקע ענין געווען צו לייקן יענעם, שלא תהא כפוי טובה, אבער נישט איז די מיטל נישט די ציל.

אז די דארפסט לייקס אדער עפן 25 ניקס, אדער גיי צו אייוועלט.

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 3:45 am
דורך ווא'טו'זיך
אז איינער לייגט אריין א משהו ארבעט
ברענגען א ווידאו
א לינק
א בילד
דרייוון א ווידאו
שרייבן א לענגערע ארטיקל
קאפי פעסטן א לענגערע ארטיקל

''קומט זיך נישט צו וויסן פאר יענעם... האלט! ש'כח, דיין ארבעט ווערד געוועהן פאר מיך, איך ווייס נישט צו פאר נאך איינער וכו', מיך האסטו זיכער מהנאה געוועהן, דיין ארבעט האט זיך אויס אויסגעצאלט...

אין פאר א סייד פאונט... יא, די מציאות ווייזט אז יענער וועט שנעלער און לענגער ברענגען זאכען וואס אנדערע נישט!! וד''ל

נ.ב.אזוי פיל יא, בעסער נישט צושרייבן ''ביטע לייקן'' ודו''ק

Re: פאר וועם געט מען א לייק? *אנקעטע*

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 3:48 am
דורך מיינע פאעזיעס
ווא'טו'זיך האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 3:45 am אז איינער לייגט אריין א משהו ארבעט
ברענגען א ווידאו
א לינק
א בילד
דרייוון א ווידאו
שרייבן א לענגערע ארטיקל
קאפי פעסטן א לענגערע ארטיקל

''קומט זיך נישט צו וויסן פאר יענעם... האלט! ש'כח, דיין ארבעט ווערד געוועהן פאר מיך, איך ווייס נישט צו פאר נאך איינער וכו', מיך האסטו זיכער מהנאה געוועהן, דיין ארבעט האט זיך אויס אויסגעצאלט...

אין פאר א סייד פאונט... יא, די מציאות ווייזט אז יענער וועט שנעלער און לענגער ברענגען זאכען וואס אנדערע נישט!! וד''ל

נ.ב.אזוי פיל יא, בעסער נישט צושרייבן ''ביטע לייקן'' ודו''ק
קומט'זיך דיר יעצט א לייק 👍