ד' תמוז פאלט אויס די יארצייט פון הגה"ק רבי פנחס ב"ר צבי הירש הלוי זי"ע, (איש הורוויץ), בעל הפלאה, מפרנקפורט,
ער איז געבוירן אין שטאט טשורטקוב, בשנת תצ"א,
צו זיין טאטן הגה"ק רבי צבי הירש הלוי הורוויץ מטשורטקוב זי"ע,
בן הגה"ק רבי מאיר הלוי הורוויץ המהר"ם מטיקטין זי"ע,
מגזע הגה"ק בעל השל"ה הקדוש זי"ע,
ומגזע הגה"ק בעל הרמ"א זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת מלכה ע"ה,
בת הגה"ק רבי מרדכי אב"ד סלוצק זי"ע,
ער איז געווען א גאון הגאונים האמיתי, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, רבן של כל בני הגולה, ער איז געווען א בקי בתורת הנגלה והנסתר, ער האט געלערנט יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, נאך פון זייענדיג גאר יונג האט מען שוין געזען זיין גדלות התורה און זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה, אויך האט דער גאון עוסק געווען אין צדקה וחסד אויף א געוואלדיגן אופן, ער האט מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים גאונים וגדולים בתורה, און פארשיינט די וועלט מיט זיינע הייליגע דברי תורה,
דער הייליגער בעל הפלאה זי"ע איז געווען א ברידער מיט הרה"ק רבי שמואל שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, און דער טאטע רבי צבי הירש איז אנפאנג געווען א מתנגד פונעם הייליגען בעש"ט זי"ע, אבער איינמאל איז ער געפארן צום בעש"ט זי"ע, און געזען דעם קדושה מיט וואס דער בעש"ט דינט דעם באשעפער, איז ער געווארן א חסיד פונעם בעש"ט,
שפעטער איז דער בעש"ט איינמאל געווען אין שטאט טשורטקוב, און עוסק געווען אין תורה מיט רבי צבי הירש פאר 12 שעה ברציפות, דאן ווען דער בעש"ט הקדוש איז אוועק געגאנגען, האט ער געזאגט פאר זיינע תלמידים אז ער לאזט זיי איבער מיט רבי צבי הירש וואס איז אזא צדיק ווי איך,
ער האט געלערנט פון אלס יונג קינד ביי זיין הייליגען טאטן רבי צבי הירש מטשורטקוב זי"ע, ער האט פון זיין טאטן אסאך תורה ועבודת השם געלערנט,
שפעטער האט ער געלערנט ביי זיין הייליגע ברידער הגה"ק רבי נחום הלוי מפרוסקורוב זי"ע, אבער רוב פון זיין גדלות בתורה האט ער געלערנט ביי זיין הייליגען ברידער הגה"ק רבי שמואל שמעלקא מניקלשבורג זי"ע,
ווי דער הייליגער בעל הפלאה שרייבט אויף זיין ברידער "נפשי קשורה בנפש אחי הרב הגאון מו"ה שמעלקא הלוי ז"ל, ונוחים זה לזה באהבה נפלאה, כאהבה של דוד ויהונתן", און שרייבט ווי זיי האבן געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדת התורה בש"ס ופוסקים, און זיך מייגע געווען צו פארשטיין לאמיתה של תורה, און השי"ת האט אונז באגליגט אז מיר האבן געהאט אן הצלחה און עס איז מקיים געווארן דעם פסוק, מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד, און דער הייליגער הפלאה האט געזאגט אז רוב פון זיינע חידושים וואס זענען ארויס געקומען האט ער געשריבן דאן ווען ער האט געלערנט מיטן ברידער רבי שמעלקא זי"ע.
הגה"ק רבי פנחס ב"ר צבי הירש הלוי זי"ע, ההפלאה - ד' תמוז תקס"ה
Re: הגה"ק רבי פנחס ב"ר צבי הירש הלוי זי"ע, ההפלאה - ד' תמוז תקס"ה
אנפאנג זענען די צוויי ברידער רבי שמעלקא און רבי פנחס נישט געווען קיין חסידים, זיי האבן געלערנט אונעם ביהמ"ד פון הגה"ק בעל הגר"א מווילנא זי"ע, וואס איז געווען א גרויסער מתנגד צום דרך החסידות, וואס דארט האבן זיי קונה געווען זייער דרך הלימוד,
אבער שפעטער זענען די צוויי הייליגע ברודער נתקרב געווארן צום דרך הבעש"ט הקדוש זי"ע, דורך הרה"ק רבי אברהם מקאליסק זי"ע פון די גרויסע תלמידים פונעם הייליגען מגיד ממזריטש זי"ע,
און די הקדמה פונעם שו"ע הרב, פונעם הייליגען בעל התניא זי"ע שרייבן די קינדער פונעם בעל התניא גאר גרויסע שבחים אויף די צוויי ברידער, אויך קען מען זעהן די בריוו וואס דער הייליגער בעל התניא האט געשריבן פארן בעל הפלאה גלייך נאכדעם וואס דער בעל התניא איז ארויס געקומען פון תפיסה,
ווען מען האט געפרעגט דעם בעל הפלאה פארוואס ער פארט צו א צדיק, ווי צום הייליגען מגיד ממזריטש, ווען ער קען דאך אין די צייט זיצן ביי זיך אין שטוב און לערנען אסאך מער, האט ער גענטפערט מיט חכמה, ווען איך לערן מוסר קומט דער יצר הרע און לאזט מיך נישט לערנען דעם בלעטל ווי עס שטייט דער מוסר וואס איך דארף לערנען, אבער ווען איך קום צום רבין, ווייזט ער מיר דווקא דעם בלעטל וואס איך דארף לערנען,
אין ספר שמן הטוב ברענגט ער אראפ בשם פון הרה"ק רבי משה קאברינער זי"ע בשם פן זיין רבין הרה"ק רבי נח מלעכוויטש זי"ע, אז בשעת די צוויי ברידער דער הפלאה און רבי שמעלקא זי"ע זענען אמאל געווען ביים הייליגען מגיד ממזריטש, האט זיי דער מגיד געזאגט, איר זאלט וויסן אז אפילו א איד פירט זיך אויף דעם גאנצן טאג ערליך,
און בעפאר ער גייט שלאפן מאכט ער זיך א חשבון הנפש וואס יעדער איד ברויך מאכן פארן גיין שלאפן, און ער הייבט אן פילן גוט אז ער האט ב"ה געהאט א גוטן טאג מיט זיין עבודת השם, און ער טראכט ביי זיך, איך האב דאך די גאנצע טאג געלערנט און עוסק געווען בעבודת השם און געטון מצוות ומעשים טובים, איז אויב ברענגט דאס אריין אינעם מענטש א מחשבה פון גאות, מאכט מען מיט דעם קאליע די מצוות ומעשים טובים.
ער האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הגביר הרבני הנגיד רבי יואל ב"ר ישראל הלפרין זי"ע.
ווערט דערציילט לגבי די געוואלדיגע ענווה און שפלות וואס דער גאון האט פון זיך געהאלטן, שטייט אינעם פנקס פון שטאט בראד, אז מען האט איינמאל מכבד געווען דעם גאון דער בעל הפלאה זי"ע צו זאגן א דרשה אינעם קלויז אין שטאט בראד, וואס דער שטאט איז געווען א עיר ואם בישראל, א שטאט פיל מיט תלמידי חכמים און גאוני הדור, און דער בעל הפלאה אז דאך געווען א גאון הגאונים,
פארשטייט זיך אז ער האט געזאגט א גאר טיפע דרשה פיל מיט חריפות ובקיאות התורה, האט זיך אבער נישט אנגעזען קיין שום גאווה אדער גרויסקייט אויפן פנים פון דעם גאון, נאר אדרבה ער איז די גאנצע דרשה געשטאנען מיט אראפ געבויגענעם קאפ און מיט א אימה ויראה און א געוואלדיגע הכנעה צו די גאונים פון שטאט,
און אזוי האט דער גאון אראפ געלייגט א דרשה, וואס אלע גולים דארט האבן גאר שטארק באוואונדערט, אבער דער גאון האט בכלל נישט געמאכט קיין וועזן דערפון, נאר ער האט דאס געטון לכבודו פון די גדולים וואס זענען דארט געזעצן,

ער איז געווען רב אין שטאט וויטקוב פאר א שטיק צייט, דערנאך איז ער געווארן רב אין שטאט לעכאוויטש, און די לעצטע 33 יאר איז ער געווען רב אין שטאט פרנקפורט וואס איז דאן געווען א עיר מלאה חכמים און א עיר ועם בישראל,
דארט האבן גאר גרויסע גאונים געדינט אלס רב, ווי דער הייליגער של"ה הקדוש, דער פני יהושע, און נאך גדולי ישראל, ער איז געווען דאן פארעכענט אלס איינע פון די גאונים בדורו, מיט דעם אלעם איז דער בעל הפלאה געווען א עניו מאוד,
ער האט דארט אין שטאט פרנקפורט געדינט פאר 33 יאר, ער האט דארט גאר אסאך אויפגעטון פאר אידישקייט, אויך האט ער דארט גאר אסאך לוחם געווען קעגן די מתחדשים, און קעגן דעם רשע מענדעלזאהן שר"י,
אויך האט ער דארט אויף געשטעלט זיין ישיבה פון ווי עס זענען ארויס געקומען גרויסע גאונים, ובתוכם הגה"ק החתם סופר זי"ע, וואס דער גאון האט ארויסגעוויזן פאר דעם תלמיד א געוואלדיגע אהבה, מען קען זעהן ווי אזוי דער רבי דער בעל הפלאה האט גערעדט פון זיין תלמיד, און ווי אזוי דער חתם סופר האט גערעדט פון זיין רבין.
אויך האט דער הייליגער בעל הפלאה געהאט א חיבה יתירה פון דעם גאון הגה"ק רבי נתן אדלער זי"ע, וואס האט גערעדט פון דעם גדלות פון דעם הייליגען בעל הפלאה זי"ע,
ווערט דערציילט, אז ווען דער גאון הגה"ק רבי יחזקאל לאנדא בעל הנודע ביהודה זי"ע האט דאס ערשטע מאל געזען דעם ספר בעל הפלא"ה פון דעם גאון, האט ער שטארק געשטוינט דערפון, און אויס געדריקט פאר זיינע תלמידים זיין גרויס וואונדער, און ער האט זיך אויס געדריקט בזה"ל,
"איך פארשטיי נישט ווי דער גאון האט צייט צו לערנען, ווייל באלד צופרי געט דער גאון זיין טיפע שיעורים פאר די תלמידים, און דאן לערנט ער זיין שיעור אין קבלה, און דאן לערנט דעם גאון יראת שמים מיט זיינע תלמידים, בלאבד דאך נאר איבער א גאר קורצע צייט אין טאג, איז ווי האט דער גאון געקענט אריין לייגן די צייט פאר דעם געוואלדיגע חיבור, נאר וויבאלד זיי זענען חסידים, זענען זיי זוכה אז זייער תורה בלייבט אפגעהיטן ביי זיי",
הרה"ק רבי אברהן יהושע פריינד אב"ד נאסויד זי"ע האט געזאגט, אז ער האט געהערט פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, אז דער חתם סופר זי"ע איז פארעכנט צווישן די תלמידי הבעש"ט הקדוש זי"ע, וויבאלד ער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגען בעל הפלאה זי"ע, וואס איז געווען א תלמיד מובהק פונעם הייליגען מגיד ממזריטש זי"ע,
ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע חיבורים,
ספר פנים יפות, על התורה,
ספר נתיבות לשבת, על שו"ע,
חידושי הפלא"ה, על מסכת ברכות,
ספר הפלא"ה, על מסכתות מתלמוד בבלי,
ספר תוכחות מוסר,
ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,
הגה"ק רבי מאיר יעקב זי"ע, נפטר געווארן בחייו פון זיין טאטן,
הגה"ק רבי צבי הירש אב"ד פראנקפורט בעל לחמי תודה זי"ע, חתן הגה"ק רבי זלמן פרלסיס מבראד זי"ע, ממלא מקום אביו,
בתו הצדקת מרת מרים ע"ה, אשת הגה"ק רבי צבי יהושע אב"ד טרייוויטש בעל סמיכת משה זי"ע, בן הגה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע,
בתו הצדקת מרת מלכה ע"ה, אשת הגה"ק רבי אברהם חיים בעל אורח לחיים מזלאטשוב זי"ע.
נסתלק לגנזי מרומים ד' תמוז בשנת תקס"ה, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט פרנקפורט.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

דער הפלאה און זיין ברודער דער רבי ר' שמעלקא זי"ע, ווען זיי זענען שוין ביידע געווען רבנים אין די גרויסע קהילות פרנקפורט און ניקלשבורג, זענען זיי אמאל געקומען צו פארן צוריק צו זייער היים לאנד, קיין פוילן, און אויפן וועג איז זיי אויס געקומען דורכצופארן די שטאט זלאטשוב,
האבן זיי געהאט אין פלאן דארט צו וויילן א פאר טעג, און האבן געקלערט איינצושטיין ביים זלאטשובער מגיד רבי ר' מיכל'ע זי"ע, איידער זיי זענען אן געקומען אין שטאט זלאטשוב, איז שוין געקומען די ידיעה אז די צוויי הייליגע ברידער די גדולי הדור קומען צו פארן, זיי וועלן זיין דא אונטערוועגנס, און וועלן דא איינשטיין,
האט זיך אבער געמאכט א סיבה אז דער רבי ר' מיכל'ע האט פונקט געמוזט וויכטיג ערגעץ אוועק פארן, האט רבי מיכל'ע אן געזאגט אין שטוב, און ספעציעל פאר'ן זוהן הרה"ק רבי יצחק דער שפעטערדיגער ראדווילער רבי זי"ע, וועלכער איז נאך געווען א בחור, אז ווען די צוויי ברידער וועלן אנקומען, זאל מען זיי אויפנעמען אויפן שענסטן און בעסטן אופן,
אזוי איז טאקע געווען, די צוויי ברידער זענען אנגעקומען קיין זלאטשוב, זיי זענען איין געשטאנען דארט אין שטוב פונעם צדיק רבי מיכל'ע, אין צוויי באזונדערע צימערן איינע נעבן די אנדערע, די צימערן האבן געהאט א טיר פון איינע צו די אנדערע,
איז געווען א בחור א זלאטשובער איינוואוינער, וועלכער איז געפארן קיין פרנקפורט לערנען ביים הפלאה אין די ישיבה, און יעצט איז ער אהיים געקומען, ער האט געהאלטן פאר די חתונה, און הערנדיג אז דער הפלאה איז דא אין שטאט, איז ער געקומען צו אים בעטן ער זאל אים אויס לערנען א דרשה, כדי ער זאל קענען דרש'ענען ביי די חתונה, ווי דער מנהג איז געווען בימים ההם,
דער הפלאה האט גענומען לערנען א פשט'ל מיט דעם בחור, ער האט געזאגט א מאמר פון די גמרא וואס האט זיך אנגעהויבן מיט "אמר רבא", ער האט געפרעגט דערויף צוויי און צוואנציג קושיות, און נאכדעם געענטפערט איין תירוץ וואס האט אלעס פאר ענטפערט,
דער רבי ר' שמעלקא האט אלעס געהערט דורך די טיר, און ווען דער הפלאה האט געענדיגט זאגן דעם גאנצן פשט'ל, האט דער רבי ר' שמעלקא געגעבן א קום אריין אין צימער, און געזאגט צום הפלאה: "מיין ברודער, אמת אז אזוי איז דער פשט אין דעם מאמר, ווייל רבא אליין איז יעצט געווען ביי מיר, און געזאגט אז טאקע דאס האט ער געמיינט",
די מעשה שרייבט הגאון בעל "מנחת שבת" וואס ער האט דאס געהערט פון אן איש אמת, וועלכער האט דאס געהערט מפה קדשו פונעם הייליגען ריז'ינער זי"ע וואס רבי איציקל ראדווילער האט דאס אים דערציילט.

אונעם ספר יכבד אב, ווערט דערציילט אז ווען דער הפלאה איז געווען רב אין שטאט לעכאוויטש, איידער ער איז געווארן רב אין פרנקפורט, איז אינטער געקומען א מעשה וואס האט געמאכט דעם רב אוועק פארן פון לעכאוויטש, און די מעשה איז געווען ווי פאלגענד,
אין לעכאוויטש האט געוואוינט א געמיינער מענטש, וועלכער האט אנגעווארפן א שרעק אויף יעדן איינעם וואס איז נאר געקומען אין בארורונג מיט אים, איינמאל האט דער איד געהאט עפעס א סוכסך מיט א אנדערן איד, און עס איז אנגעקומען צו א דין תורה ביים בית דין, און דער הייליגער הפלאה איז געווען צווישן די דיינים,
דער מענטש האט געהאט די חוצפה צו פאדערן פונעם רב דער בעל הפלאה זי"ע, נישט מער און נישט ווייניגער אז דער רב זאל פסק'נען פאר זיין טובה, נישט קיין חילוק אויב ער איז גערעכט אדער נישט, דארף ער געווינען דעם דין תורה,
דער הייליגער הפלאה האט מקיים געווען דעם פסוק פון די תורה הקדושה ,"ולא תגורו מפני איש", און ווען עס איז אויס געקומען אז דער מענטש איז נישט גערעכט, האט דער הפלאה ארויסגעגעבן דעם פסק דין ווי די הלכה איז, און דער אנדערער צד איז ארויס גערעכט,
דער מענטש איז געגאנגען און פאר'מסר'ט דעם בעל הפלאה ביים שר, דער דוכס פונעם שטאט, אין יענע צייטן האט דער דוכס געהאט די ממשלה צו טוען וואס ער האט געוואלט, האט דער דוכס געהייסן מ'זאל שלאגן דעם הפלאה, די משרתים פונעם דוכס האבן ארעסטירט דעם הפלאה, אים אראפגעלייגט אויף דער ערד און זיך געגרייט אים צו שלאגן,
האט דער הייליגער הפלאה דאן געלאזט א טרער און געזאגט "אוי, כי שחה לעפר נפשנו, דבקה לארץ בטננו, קומה עזרתה לנו ופדנו למען חסדך", און ווי נאר דער הפלאה האט גענדיגט די דיבורים, איז פארגליווערט געווארן די הענט פון די משרתים, וואס האבן אים געוואלט שלאגן, און זיי האבן מער נישט געקענט שלאגן דעם הפלאה, און אזוי איז דער גאון ניצול געווארן פון זייערע הענט,
און צוליב דעם מעשה איז דער הייליגער הפלאה מער נישט געבליבן דארט אין שטאט, נאר אנטלאפן קיין יאמפאלא ווי ער האט זיך אויף געהאלטן אפאר חדשים, ביז ער איז אויף גענומען געווארן אלס רב אין פרנקפורט,
דערציילט הגה"ק בעל מנחת שבת זי"ע, איך האב געהערט אז עד היום הזה, איז נישט אפגעטוען געווארן דעם קללה פון דעם הייליגען הפלאה פון דעם איד און אויף זיין משפחה, און פון יענעמס קינדער און אייניקלעך זענען נעבעך דא משוגעים און חסרי דעת און אנדערע מרעין בישין רח"ל.

עס איז באקאנט דער געשעעניש פון דעם "קליווער גט" ווי אסאך גדולי הדור זענען געווען פארמישט אין די שאלה, טייל האבן גע'פסק'נט אז דער גט איז פסול, טייל האבן גע'פסק'נט אז עס איז כשר, און דער דעמאלטס'דיגער רב אין פרנקפורט הגה"ק רבי אבוש'ל פראנקפורטער זי"ע האט גע'פסל'ט דעם גט, אין פראנקפורט איז די קהלה געווען שטארק בייז אויף די רבנים, וואס האבן זיך געקריגט אויף זייער גרויסן רב.
א יאר שפעטער איז דער גרויסער פראנקפורטער רב הגה"ק רבי אביש'ל זי"ע נסתלק געווארן, דער פראנקפורטער קהלה וואס איז דאן פרעכענט געווארן פון די שענסטע און גרעסטע קהלות ביי אידן, האט אנגעהויבן זוכן א רב פאר זייער שטאט, פארשטייט זיך אז יעדער רב וואס האט חולק געווען אויף זייער רב איז נישט געקומען אפילו אין באטראכט,
אין די ענדע איז אויסגעוועלט געווארן דער הייליגער הפלאה זי"ע, און ער איז געווארן רב אין די עיר ואם בישראל פרנקפורט, און דא האט מען געזען, אז ווי פון הימל האט מען צו געפריט פון פריער, אז דער הייליגער הפלאה זאל קענען זיין רב אין פראנקפורט, און מעשה שהיה כך היה,
דעמאלט ווען עס איז אן געגאנגען די שאלה פונעם גט, און עס איז אנגעקומען צום הייליגן הפלאה, האט דער הייליגער הפלאה דורכגעטוען דעם ענין, און ער האט געזאגט זיין מיינונג אז דער גט איז יא כשר, און דער הפלאה האט זיך אוועק געזעצט שרייבן א לאנגע תשובה,
אבער ווען דער הפלאה האט גענדיגט שרייבן די תשובה, האט ער אויסגעשטרעקט זיין האנט צו נעמען דאס פלעשעלע זאמד, וואס איז געלעגן אויפן טיש צו אויסטריקענען די טינט, און ער האט בטעות גענומען דאס פלעשעלע טינט, און געגעבן א גיס אויס די טינט אויף דעם בריוו, און די בריוו איז מער נישט געווען לייענבאר.
ווען ער האט אכט גענומען די מעשה, האט ער זיך בארעכנט אז אפשר איז דאס א צייכן פון הימל, אז ער דארף נישט שיקן קיין תשובה, ער האט דאס דאן איבער גערעדט מיטן שפעטערדיגער לעמבערגער גאון רבי מרדכי זאב אורנשטיין זי"ע דער פאטער פונעם ישועות יעקב זי"ע, און ער האט אויך געהאלטן אז דאס איז א סימן פון הימל, אז ער זאל נישט איבער שרייבן די תשובה, מד' מצעדי גבר כוננו, און אזוי האט ער געקענט שפעטער ווערן רב אין די שטאט פרנקפורט.
ווען מען האט פאר די צוויי גאונים דער הייליגער בעל הפלאה זי"ע און זיין ברודער רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, אן געטראגען רבנות אין די צוויי גרויסע שטעט, "פראנקפורט, און ניקלשבורג", און וויבאלד די שטאט פרנקפורט איז געווען פיל א גרעסערע שטאט ווי ניקלשבורג, האבן די צוויי הייליגע ברידער נישט געקענט באשליסן ווער עס זאל גיין ווי, ווייל יעדער פון זיי האט געהאלטן, אז דער אנדערע ברודער איז מער ראוי לאותה איצטלא צו זיין רב אין שטאט פרנקפורט,
הרה"ק רבי שמעלקא זי"ע האט געהאלטן מיט זיין גרויס עניוות, אז זיין ברודער דער בעל הפלאה זי"ע אפילו ער איז טאקע יונגער ווי אים, איז ער אבער מער ראוי צו נעמען דאס רבנות אין פרנקפורט, אבער דער הייליגער בעל הפלאה זי"ע האט געהאלטן, אז וויבאלד זיין גאנצע גדלות בתורה און חשיבות, קומט נאר פון זיין עלטערע ברידער, איז ער דערפאר מער ראוי צו נעמען דאס רבנות אין פרנקפורט,
האבן די צוויי צדיקים מחליט געווען, אריבער צו פארן צו זייער גרויסן רבין דער הייליגער מגיד ממזריטש זי"ע, און זיי וועלן אן פרעגן ביים רבין וואס מען זאל דא טון, אנקומענדיג קיין מעזריטש צו זייער רבין, האט זיך ווידער געמאכט דעם וויכוח צווישן די צוויי הייליגע ברידער, ווער עס זאל קודם אריין גיין צום רבין אין שטוב, ווייל קיינער פון זיי האט נישט געוואלט אריין גיין בעפאר דעם צווייטן,
אבער באלד ווען דער הייליגער מגיד ממזריטש זי"ע וואס האט מרגיש געווען דאס עניוות פון די צוויי צדיקים איז ארויס געקומען, האט ער אויס געריפן בזה"ל, "זאל ערשט אריין גיין דער ניקלשבורג'ער רב, ווייל ער איז דאך עלטער", דאן האבן די צוויי ברידער שוין באקומען דעם ענטפער, אז רבי ר' שמעלקא וואס איז עלטער, זאל ווערן רב אין ניקלשבורג, און דער ברידער דער בעל הפלאה, זאל ווערן רב אין פרנקפורט,

ווען דער הייליגער בעל הפלאה זי"ע איז געפארן קיין פרנקפורט איבער נעמען דאס רבנות פון די חשוב'ע שטאט, האט ער זיך באגעגנט אינמיטן וועג מיט א איד א סוחר, וואס האט געהייסן ר' יעקב, דער ר' יעקב איז געווען פון די חסידים פונעם הייליגען מעזריטשער מגיד זי"ע, און פון דארט האט אים דער בעל הפלאה געקענט,
דער הפלא"ה האט געבעטן דעם סוחר ר' יעקב, אז ער זאל מיט אים מיט קומען קיין פרנקפורט ביז איבער שבת, און כאטש ר' יעקב האט געהאט וויכטיגע געשעפטן צו ערלעדיגן, אבער וויבאלד 'אין מסרבין לגדול', האט ער געדינגען אן אנדערן איד, און אים געבעטן אז ער זאל אים מסדר זיין זיינע געשעפטן, און ר' יעקב איז מיט געקומען מיט דעם הפלאה, די גאנצע שטאט פרנקפורט איז ארויס געקומען מקבל פנים זיין זייער נייער רב, און מ'האט אים געגעבן כבוד מלכים,
וואס בדרך אגב ווערט געברענגט אין א ספר, אז בשעת דעם גאנצן קבלת פנים פאר דעם גאון דער בעל הפלאה, האט מען געזען ווי דער גאון זיצט אויף זיין פלאץ איינגעבויגן, און מען האט געזען גרויס צער אויפן פנים פון דעם גאון, און ווען מען האט געפרעגט דעם גאון פשט, האט דער הייליגער גאון וצדיק וקדוש דער בעל הפלאה געזאגט מיט זיין גרויס עניוות בזה"ל, "איך זעה דאס גאנצע כבוד וואס מען גיבט מיר דא, און איך שטעל מיך פאר ווי עס איז יעצט מיין לוי' און איך ליג אינעם ארון", און דאס איז געווען זיין גרויס צער, ווייל דער גאון האט באמת נישט געקענט פארטראגן ווען מען איז אים מכבד,
דעם ערשטן שבת קודש זענען אנגעקומען די גרויסע לומדים פון די שטאט, און אנגעהויבן צו רעדן מיט דעם גאון אין תורה, יעדער האט אנגעהויבן צו פרעגן קשיות, האט דער הייליגער הפלאה געבעטן דעם ר' יעקב אז ער זאל זיי ענטפערן אויף זייערע שאלות, און רבי יעקב האט טאקע זיך מפלפל געווען מיט די לומדים, מיט א געוואלדיגע חריפות, און דער הפלא"ה איז זיך געזעסן אין די זייט און צו זיך געזונגען שטילערהייט א ניגון 'ישמחו במלכותך',
דאס איז געווען א פלא, אז דער רבי ר' יעקב וואס איז בכלל נישט געווען קיין גרויסער תלמיד חכם און חריף, נאר איז געווען א ביזנעס מאן און די גאנצע וואך געפירט געשעפטן, האט ער זיך אבער גאר שטארק מפלפל געווען מיט די לומדים, און ער איז דעמאלט געווארן כמעיין המתגבר, דער פלא איז געווען אז נאך שבת איז דער רבי יעקב געווארן צוריק ווי זיין שטייגער,
דערציילט מען אז ווען די צוויי ברודער דער רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע און זיין ברודער דער בעל הפלאה זי"ע זענען דאס ערשטע מאל געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פון דער הייליגע מגיד הגדול ממזריטש זי"ע, ווען זיי זענען צוריק אהיים געקומען, האבן די אידן פון שטאט וואס זענען געווען גרויסע מתנגדים געפרעגט פון די צוויי ברודער, איר האט נישט חרטה אז איר זענט געפארן צום מגיד און מבטל תורה געווען און גע'בטל'ט די צייט,
האבן די צוויי גאונים געענטפערט, אז זיי האבן יא חרטה, פארשטייט זיך אז די מתנגדים האבן הנאה געהאט פון דעם ענטפער, אבער זיי האבן גלייך מסביר געווען, אז זיי האבן חרטה אז זיי זענען געפארן, און נישט געגאנגען צופיס, ווייל צו אזא צדיק און פאר אזא קדושה ברויך מען גיין צופיס,

די צוויי הייליגע ברידער די צדיקים און גאונים רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע און זיין ברידער רבי פנחס הארוויץ דער בעל הפלאה מפרנקפורט זי"ע זענען שוין אין די יוגענט געווען גרויסע מתמידים און שטענדיג געלערנט תורה,
דער רבי ר' שמעלקא פלעגט אויף זיין גאנצע נעכט און לערנען בהתמדה, ער האט זיך קיינמאל נישט געלייגט שלאפן אין א בעט, זיין שלאפן איז געווען נאר, ווען ער פלעגט צוזאם פאלן פאר מידיקייט און דאס איז נאר געווען אנליידענדיג זיין קאפ אויף א באטל וואסער, ווידער זיין ברודער דער הפלאה פאר גרויס חשק צו לערנען די הייליגע תורה, האט נישט געהאט קיין צייט אפילו זיך צו וואשן צום עסן, נאר ער פלעגט זיך באגענוגענען מיט עסן קוכן צו שטילען זיין הונגער,
האט די מוטער זייערע זיך אמאל אויסגעדריקט אויף איהרע צוויי קינדער, "השי"ת האט מיר געשענקט צוויי קינדער, איינער בענטשט נישט קיין ברכת המזון, און דער אנדערער לייענט נישט קיין קריאת שמע על המיטה",
הרה"ק בעל עבודת עבודה מטאהש זי"ע האט דערציילט, אז די צוויי ברודער'ס הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע און זיין ברודער הרה"ק רבי פנחס בעל הפלאה מפרנקפורט זי"ע וואס זענען געווען תלמידים פונעם הייליגען גר"א מווילנא זי"ע, דערנאך זענען זיי נתקרב געווארן צום דרך החסידות דורך דעם הייליגען מגיד ממעזריטש זי"ע,
ווען די צוויי ברודער'ס זענען דאס ערשטע מאל אנגעקומען צום מגיד, האבן זיי געבעטן דעם מגיד אז ער זאל זיי זאגן א פלפול אז זיי זאלן זעהן זיין גדלות בתורה, וויבאלד דער מגיד האט אזוי געווארט אז די צוויי ברודער'ס זאלן שוין קומען צו אים, ווייל ער האט געזען אז די צוויי וועלן נאך אויפטון גאר אסאך צו מקרב זיין אידישע קינדער צום באשעפער, האט דער מגיד מסכים געווען צו זייער בקשה,
דער מגיד האט געזאגט פאר די צוויי ברודער'ס א גאר טיפע פלפול אין סוגיות הש"ס, וואס אפילו די צוויי גדולים האבן זיך גאר שטארק געברויכט מצמצם זיין צו קענען מיט האלטן און פארשטיין, פארשטייט זיך אז די צוויי ברודער זענען גאר שטארק נתפעל געווארן פונעם גדלות בתורה פונעם מגיד, און זיי האבן זיך מדבק געווען אין אים,
נאכדעם וואס דער מגיד האט געענדיגט דעם פלפול האט ער געזאגט פאר זיי, וויסן זאלט איר אז במשך די פאר שעה וואס איך האב ענק געזאגט דעם פלפול, בין איך געווען אין א גאר גרויסע סכנה ממש כחוט השערה צו פארלירן אלע מיינע מדריגות, וואס איך האב אזויפיל יארן געארבעט אויף דעם, דורך ח"ו האבן א טראפ התנשאות אדער גאווה, ווייל דער באשעפער איז מדקדק מיט צדיקים כחוט השערה, אבער מיט דעם אלעם האט זיך מיר דאס געלוינט, כדי צו מקרב זיין די אחים הקדושים צום דרך החסידות,
מען זאגט נאך אז דער הייליגער גר"א מווילנא זי"ע האט אמאל געזאגט, אז אויף אלע תלמידי בעש"ט הקדוש זי"ע האט ער קשיא'ס און טענות, חוץ אויף הרה"ק רבי שמואל שמעלקא מניקלשבורג זי"ע און זיין ברודער הרה"ק רבי פנחס בעל הפלאה מפרנקפורט זי"ע, ווייל פנחס זה אליהו,

דער הייליגער גר"א זי"ע האט זיך אמאל אויס געדריקט בזה"ל, "ווי קומט מען צו צום עניוות פונעם הייליגען בעל הפלאה זי"ע" און ער האט דערציילט א מעשה, אז ווען ער דער גר"א איז געגאנגען גלות ליידן, איז ער איינמאל אנגעקומען צום שטאט ווי דער הייליגער בעל הפלאה זי"ע האט געוואוינט, איז ער דאן איין געשטאנען ביים גאון דער הפלאה,
ביינאכט האט דער הלפאה נישט וויסענדיג ווער דער גאסט איז, האט ער אים ביינאכט צו געדעקט מיט א צודעק, און דאן האט זיך דער הפלאה געזעצט לערנען, אבער דאן האט דער הפלאה געזען אז די דעק איז אראפ געפאלן, האט ער זיך אויף געשטעלט און נאכאמאל צו געדעקט מיטן דעק, און זיך צוריק געזעצט לערנען, אבער ביים דריטן מאל וואס ער האט געזען אז די דעק איז אראפ געפאלן, האט ער געבעטן דעם אורח אז ער זאל אכטונג געבן אז די דעק זאל נישט אראפ פאלן, ווייל עס שטערט אים אינמיטן לערנען,
דאן האט זיך דער גר"א ארויס געכאפט און אנגערופען "דאס איז דאך שעטנז לויטן רמב"ם", אזוי ווי דער הפלאה האט געהערט די ווערטער פונעם גאסט, איז דער הייליגער הפלאה גלייך געלאפן, און געברענגט אן אנדערן דעק פארן גאסט, וואס האט נישט געהאט אין זיך דעם שאלה פון שעטנז, וואס אין אמת'ן נעמען רוב פוסקים נישט אן דעם הלכה, אבער כדי דער גאסט זאל זיך גוט געפינען ביי אים אין שטוב, האט ער געברענגט אן אנדערן דעק, און אויף דעם גדלות אין ענווה האט דער גר"א געזאגט אז ער איז מקנא דעם הפלאה,
הגה"ק בעל החתם סופר זי"ע האט דערציילט, אז זיין רבי דער הייליגער בעל הפלאה זי"ע איז ליידער סוף ימיו געווארן א סגי נהור און האט נישט געקענט זעהן אויף איין אויג, האט דער חתם סופר זי"ע געזאגט, אז נאכדעם וואס די רבי איז געווארן א סגי נהור, איז ער געשטיגען אסאך מער אין כשרונות און חריפות בתורה און איז נתעלה געווארן אסאך העכער, און ווען מען האט געברענגט א דאקטאר וואס זאל אויס היילן דעם גאון'ס אויגן, האט דער גאון געזאגט, צו זעהן די וועלט ברויך איך נישט קיין אויגן, און אויף תורה איז מיר גענוג איין אויג אויך,
ווי באקאנט האט דער הייליגער צדיק הרה"ק רבי אברהם חיים בעל אורח לחיים מזלאטשוב זי"ע נישט זוכה געווען צו האבן קיין קינדער ל"ע, צדיקים האבן דערציילט אז בזיווג ראשון איז ער געווען א איידעם ביים גאון וקדוש הגה"ק בעל הפלאה זי"ע, און ווען דער שווער האט זיך געגרייט צו פארן קיין פרנקפורט, האט ער זייער געבעטן דעם איידעם, אז ער זאל מיט קומען מיט אים, ווייל ער האט געוואלט האבן א היימיש פנים דארט, אויך ווייל דער איידעם איז געווען א גאון וגדול בתורה, אבער דער איידעם האט נישט געוואלט מיט גיין,
דער בעל הפלאה האט גלייך מרגיש געווען, אז דער איידעם זאגט זיך אפ, וויבאלד ער האט דאך נישט געהאט קיין קינדער, האט ער זייער געוואלט גט'ן דאס ווייב און חתונה האבן נאכאמאל, אפשר וועט ער דאן געהאלפן ווערן מיט קינדער, אבער בשעת זיין שווער וואוינט דא האט ער נישט געקענט דאס טון, האט זיך דער הייליגער שווער דער בעל הפלאה אויס געדריקט מיט א שווער לשון און געזאגט, "עס וועט דיר נישט העלפן גארנישט", און ליידער האט די ווארט פונעם צדיק חל געווען, און דער איידעם דער אורח לחיים האט ליידער טאקע נישט זוכה געווען צו קיין קינדער ביים זיווג שני אויך נישט,
ווערט דערציילט אז עס איז געווען א גרויסע חסיד פון הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע וואס האט געהייסן "אברהם חיים" וואס האט ליידער נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, דער צאנזער רב זי"ע האט אסאך איינגעריסן פאר דעם איד און פראבירט אלע סגולות אז דער חסיד זאל זוכה זיין צו זש"ק,
איינמאל האט אים דער צאנזער רב געפרעגט, אויב ער הייסט אברהם חיים נאכן הייליגען אורח לחיים, האט דער איד געזאגט אז יא, ווייל זיין טאטע איז געווען א גרויסע חסיד פונעם אורח לחיים, האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע געזאגט, דאן קען איך דיר נישט העלפן, ווייל דער אורח לחיים זי"ע האט געהאט אויף זיך דעם הקפדה פונעם שווער דער בעל הפלאה זי"ע, און נישט נאר ער האט נישט געקענט האבן קיין קינדער, נאר אפילו איינער וואס טראגט זיין נאמען קען אויך נישט,