בלאט 1 פון 1

פארשלאגן פאר די אידישע היסטאריע סוב פארום

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 10:44 am
דורך כחלום יעוף
שלום וברכה,
לאור די התחדשות פונעם נייעם פארום וואלט איך געקענט באשטיין אז עס זאל אויך זיין א התחדשות אין די נושא פון אידישע היסטאריע

דערפאר עפן איך די אשכול מען זאל זיך קענען דא צונויפשמועסן און מטכס עצה זיין בנוגע האלטו אקטיוו דעי סוב פורום

Re: פארשלאגן פאר די אידישע היסטאריע סוב פארום

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 10:51 am
דורך כחלום יעוף
ובזה החלי,

אויף וויקיפידיע איז דא זייער אינפארמאטיווע און דעטאלירטע טיימליינס פון געוויסע מאורעות דוירכאויס די יארן ווצב"ש די ערשטע וועלט קריג אדער די צווייטע וועלט קריג

איך האב א געדאנק אז מען זאל ציזאמען דא בדיבוק חברים אינטערנעמען א פראיעקט איבער צי טייטשן איינער פין די טיימליינס אויף יודיש מיט אביסל הסבר צי די זייט

Re: פארשלאגן פאר די אידישע היסטאריע סוב פארום

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 10:52 am
דורך אני-הק'
אדרבה.
קריינא דאיגרתא...

Re: פארשלאגן פאר די אידישע היסטאריע סוב פארום

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 10:58 am
דורך כחלום יעוף
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:52 am אדרבה.
קריינא דאיגרתא...
כדארף וויסן וויפל מענטשן זענען גרייט פאר דעים
און אויך וועלכע נושא?

Re: פארשלאגן פאר די אידישע היסטאריע סוב פארום

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 2:59 pm
דורך איך בין עס
כחלום יעוף האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:58 am
אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:52 am אדרבה.
קריינא דאיגרתא...
כדארף וויסן וויפל מענטשן זענען גרייט פאר דעים
און אויך וועלכע נושא?
איך בין שוין גרייט צו ליינען
די נושא איז נישט קיין נפק"מ הייב נאר אן

Re: פארשלאגן פאר די אידישע היסטאריע סוב פארום

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 3:19 pm
דורך איך ווייס
אויף די צווייטע וועלט קריג איז דא פון סענדער דייטש, סוף פון זיין בוך א פילע טיימליין.

די זאך איז אבער אז איך זעה נישט באמת דאס זאל זיין א "אידישע" היסטאריע, אפשר א "אלגעמיינע" היסטאריע. ספעציעל איז ס'איז פון וויקיפידיע.

מיר וואלט געווען אינטרעסאנט צו ליינען אזא טיימליין פון די מלחמות וואס זענען פארגעקומען הארט נאך די ערשטע וועלט קריג, די רוסישע בירגער קריג, און אלע צווייגן דערפון וועלעכע האבן זיך פארשפרייט צעווישען אלע זייערע שכינים ( און צעווישען איין שכן און צווייטער). די אמת איז עס דאס האט שטארק געווירקט אויף אידן אויך. אבער פון וויקי וועט מען לכאורה נישט זעהן די אידישע בליק. איך וואלט געקענט באשטיין צו זעהן א טיימליין פון וויקי, און צו די זייט א אידישער היסטאריקער וואס וועט צולייגן וויאזוי דאס האט געווירקט אויף די אידן.

Re: פארשלאגן פאר די אידישע היסטאריע סוב פארום

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 3:22 pm
דורך איך בין עס
איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:19 pm אויף די צווייטע וועלט קריג איז דא פון סענדער דייטש, סוף פון זיין בוך א פילע טיימליין.

די זאך איז אבער אז איך זעה נישט באמת דאס זאל זיין א "אידישע" היסטאריע, אפשר א "אלגעמיינע" היסטאריע. ספעציעל איז ס'איז פון וויקיפידיע.

מיר וואלט געווען אינטרעסאנט צו ליינען אזא טיימליין פון די מלחמות וואס זענען פארגעקומען הארט נאך די ערשטע וועלט קריג, די רוסישע בירגער קריג, און אלע צווייגן דערפון וועלעכע האבן זיך פארשפרייט צעווישען אלע זייערע שכינים ( און צעווישען איין שכן און צווייטער). די אמת איז עס דאס האט שטארק געווירקט אויף אידן אויך. אבער פון וויקי וועט מען לכאורה נישט זעהן די אידישע בליק. איך וואלט געקענט באשטיין צו זעהן א טיימליין פון וויקי, און צו די זייט א אידישער היסטאריקער וואס וועט צולייגן וויאזוי דאס האט געווירקט אויף די אידן.
אויך געטראכט אזוי, וויקי איז מלא שקרים און כפירה, און אידישע שטאדירטע היסטאריע איז אסאך מער אינטערעסאנט, דאך האב איך נישט געוואלט אוועק מאכן ווייל קודם זאלך זיך קאכן עפעס היסטאריע און דערנאך וועט זיך עס פארבעסערן, אבער אז דו זאגסט שוין זאג איך אויך!

Re: פארשלאגן פאר די אידישע היסטאריע סוב פארום

געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 3:29 pm
דורך איך ווייס
@איך בין עס איך מאך עס נישט אוועק, ס'איז א גוטע אנהייב, מען דארף נאר ארויסזיפן די שקרים און צולייגן די אידישע קוק ווינקל, די פראבלעם איז אז אנליין איז ווייניג דא פון אידישע היסטאריע.

ס'איז דא א בוך "דער אייביגער פאלק" וועלעכע שטעלט צוזאם די אידישע און גוי'שע טיימליינס אויף א שיינע אופן, אבער עס איז נאר פון תקופות הגאונים און ראשונים.

Re: פארשלאגן פאר די אידישע היסטאריע סוב פארום

געפאוסט: זונטאג יולי 23, 2023 11:10 pm
דורך ששת ימים
מען דארף מאכן עפעס פון דערמאנען דער יארצייטן פון דער גרויסע צדיקים וקדושים, גאוני הדור, גדולי ישראל וכו' וכו'

פארשטייט זיך, דערמאנען דער תולדות פון דער גדול אין צדיק, וכדו'

איך קען עס נישט מאכן, אבער איך וואלט געוואלט זעהן אזעלכע אשכולות וואס דאס געט צו דער רייכקייט...