בלאט 1 פון 1

מיין בעסטער חבר וואס איז מיין גרעסטער שונא

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 7:13 pm
דורך מיינע פאעזיעס
מיין בעסטע חבר וואס איז מיין גרעסטע שונא!!!


פזמון: וואס וואלט געוועהן ווען כ'וואלט איהם נישט געהאט
ער האט דאך צו מיר אייביג אזויפיל צייט
אבער ווען איך קוק פון די אנדערע זייט
פון איהם יעדן טאג אזוי איך ליידט,

ער איז קיינמאל אין א מאד א שיעפן
און ווען איך וויל קען איך איהם רופן,

ער פאלגט מיר אויפן מינוט
און וואס איך הייס, אזוי ער טוט,

סיי ווען איך לייג מיך יעדע נאכט
און סיי ווען איך שטיי אויף פון איהם איך טראכט,

נישט קיין חילוק און וועלכע מצב, קלאפ איך אן בר-איהם
און ער העלפט מיר ארויס אזוי הארציג און ווארעם,

פזמון: וואס וואלט געוועהן ווען כ'וואלט איהם נישט געהאט
ער האט דאך צו מיר אייביג אזויפיל צייט
אבער ווען איך קוק פון די אנדערע זייט
פון איהם יעדן טאג אזוי איך ליידט,

אבער רוב מאל ער שטערט מיר
דאס לעבן ער פארשווערט מיר,

און דווקא ווען ער איז געדרוקט
ערשט דעמאלטס אויף מיר ער קוקט,

מיין טאג וואלט געוועהן אסאך גרעסער
און דאס לעבן וואלט מיר געוועהן סאך בעסער,

אן איהם וואלט איך זיכער ווייניגער געליטן
און אסאך פראבלעמען פארמיטן,

פזמון: וואס וואלט געוועהן ווען כ'וואלט איהם נישט געהאט
ער האט דאך צו מיר אייביג אזויפיל צייט
אבער ווען איך קוק פון די אנדערע זייט
פון איהם יעדן טאג אזוי איך ליידט,

נו ווער איז ער? פרעגסטו שוין זיכער מיט נייגער!
נישט מער און נישט ווייניגער ווי די סנאז קנעפל אויף מיין וועקער זייגער...


(נ.ב יעצט ליין איבער פון אנפאנג און קוק צו ס'שטומט...)



הצלחה רבה!

Re: מיין בעסטע חבר וואס איז מיין גרעסטע שונא!!!

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 8:06 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואף... פינף שעה איז ער שוין דא און אזאנס צו דעליווערן?!

👍👍👍

הערליך! קיפ אן גאואינג!

Re: מיין בעסטע חבר וואס איז מיין גרעסטע שונא!!!

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 8:11 pm
דורך דער תהלים איד
גוט!! :lol:

יא, איבערגעליינט פון אנהייב און עס שטימט...

א פרישער גאסט, מיט טאלאנט ווי אן אלטגעזעסענער.

Re: מיין בעסטע חבר וואס איז מיין גרעסטע שונא!!!

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 8:22 pm
דורך פליט
דאס איז הערליך!

שטימט עפעס צו גוט..

Re: מיין בעסטע חבר וואס איז מיין גרעסטע שונא!!!

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 10:58 am
דורך וואלף
האנדל דיך איין אזוינס.....
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 9:00 pm בילד

Re: מיין בעסטע חבר וואס איז מיין גרעסטע שונא!!!

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 7:51 pm
דורך מיינע פאעזיעס
וואלף האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 10:58 am האנדל דיך איין אזוינס.....
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 9:00 pm בילד
:lol:

Re: מיין בעסטע חבר וואס איז מיין גרעסטע שונא!!!

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 8:57 pm
דורך מיילעך פריילעך
שוין ווייטער בין איך שולדיג..

Re: מיין בעסטע חבר וואס איז מיין גרעסטע שונא!!!

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 10:10 pm
דורך פופציגער
😄😄😄