בלאט 1 פון 2

א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 3:37 pm
דורך נקודות טובות
עס מאכט זיך אסאך מאל ביי מיר, און איך שטעל מיך פאר אז ביי אנדערע אויך. אז מען זעהט ערגעץ וואו א שיינע פשט אין א מאמר חז"ל אדער א פסוק, און מען וויל עס פאר איינעם איבערזאגן. עס פשוט א שאד אז א צווייטער זאל נישט אויך געניסען פון די גוט ווארט וואס איך האב נארוואס געזעהן. איז די פאסיגע זאך אז עס זאל זיין דא אן אשכול וואס זאל דינען דעם איינעם תפקיד. האסט געזעהן א שיין פשט אין א מאמר חז"ל אדער א שיינער פשט אין פסוק? זיי מהנה אנדערע אויך!
אבער ביטע לאזן די טעמע נאר פאר פשטים וכדו', און נישט חסידישע געדאנקען אדער התעוררת וכדו'. נאר אך ורק פאר בליציגע רעיונות.


ובזה החלי. עס איז באקאנט פאר יעדן די מעשה פון די גר וואס איז געקומען צו הלל הזקן און זיך געוואלט מגייר זיין על מנת שתלמדני כל התורה כולה כשאני עומד על רגל אחת, און הלל האט אים געזאגט דעלך סני לחברך לא תעביד.

אין סוף ספר מעלות התורה פון הרב רבי אברהם אחי הגר"א האבן די מוצאים לאור צוזאמען גענומען שמועות פון אנדערע ספרים וואס ברענגען נאך בשם רבי אברהם, און ער זאגט דארט פשט אזוי. דער גוי האט געזאגט פאר הלל אז ווי לאנג איך בין אין ביהמ"ד ווייס איך ווי אזוי מען קען זיין א איד. אבער וואס טוט מען ווען מען איז נאר מיט איין פיס אין ביהמ"ד, אבער מיט די צווייטע פיס איז מען ביי די ארבעט, ווי אזוי איז מען דעמאלטס א איד? ער האט אים געבעטען, למדני כל התורה כולה כשאני עומד על רגל אחת. אויף דעם האט אים הלל ג'ענטפערט, דעלך סני לחברך לא תעביד, אויב וועסטו בשעת די ארבעט נזהר זיין בדברים שבין אדם לחבירו, וועסטו קענען זיין א איד אפילו ווען דו ביסט מיט איין פיס ביי די ארבעט!

Re: א שיינע פשט געזעהן...

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 3:40 pm
דורך רואה חשבונות
הערליך! א בחינה געדענקען די תורה יעדע מינוט אין טאג.

Re: א שיינע פשט געזעהן...

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 3:50 pm
דורך וואלף
אויב מ'מעג צולייגן אז שמאי דחפו באמת הבנין צו זאגן אז אפי' מ'ארבעט אין קאנסטראקשן קען מען זיין דבוק אין תורה מיט ביידע פיס...

הלל האט אים אבער געגעבן א עצה פאר זיין דרגא

Re: א שיינע פשט געזעהן...

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 3:54 pm
דורך נקודות טובות
וואלף האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:50 pm אויב מ'מעג צולייגן אז שמאי דחפו באמת הבנין צו זאגן אז אפי' מ'ארבעט אין קאנסטראקשן קען מען זיין דבוק אין תורה מיט ביידע פיס...

הלל האט אים אבער געגעבן א עצה פאר זיין דרגא
זייער שיין! איך האב געהאט געקלערט אנדערש, אבער איך האב עס נישט געוואלט שרייבען...
שמאי איז געווען מער דער שארפער ליטוואק, און ער האט געזאגט אז דו האלטס נישט ביים בלייבען אין ביהמ"ד קענסטו בלייבען א גוי. אבער הלל איז געווען מער דער חסידישער מיט'ן בכל דרכיך דעהו, האט ער אים געזאגט ניין, קענסט גיין ארבעטען, אבער געדענק ביי די ארבעט איז אויך דא א תורה.

Re: א שיינע פשט געזעהן...

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 3:55 pm
דורך וואלף
נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:54 pm
וואלף האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:50 pm אויב מ'מעג צולייגן אז שמאי דחפו באמת הבנין צו זאגן אז אפי' מ'ארבעט אין קאנסטראקשן קען מען זיין דבוק אין תורה מיט ביידע פיס...

הלל האט אים אבער געגעבן א עצה פאר זיין דרגא
זייער שיין! איך האב געהאט געקלערט אנדערש, אבער איך האב עס נישט געוואלט שרייבען...
שמעי איז געווען מער דער שארפער ליטוואק, און ער האט געזאגט אז דו האלטס נישט ביים בלייבען אין ביהמ"ד קענסטו בלייבען א גוי. אבער הלל איז געווען מער דער חסידישער מיט'ן בכל דרכיך דעהו, האט ער אים געזאגט ניין, קענסט גיין ארבעטען, אבער געדענק ביי די ארבעט איז אויך דא א תורה.
אבער דאס אלעס זאגט רבי אברהם אחי הגר"א...

Re: א שיינע פשט געזעהן...

געפאוסט: זונטאג יולי 14, 2024 4:29 pm
דורך וואוילער
רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:40 pm הערליך! א בחינה געדענקען די תורה יעדע מינוט אין טאג.
בכל דרכיך דעהו

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: פרייטאג יוני 05, 2026 12:28 am
דורך יהושע עבד השם
עַיִן רוֹאָה, וְאֹזֶן שׁוֹמַעַת, וְכָל מַעֲשֶׂיךָ בַּסֵּפֶר נִכְתָּבִין: (פרק ב' משנה א')

"עַיִן רוֹאָה" דיינע אויגן זאלן זעהן וויאזוי ערליכע אידן פירן זיך אויף!

"וְאֹזֶן שׁוֹמַעַת" דיינע אויערן זאל הערן דערציילן פון צדיקים, וויאזוי זייערע העכערע עבודה איז געווען!

אבער "וְכָל מַעֲשֶׂיךָ בַּסֵּפֶר נִכְתָּבִין" דיינע מעשים דארפן שטימען מיט דאס וואס עס שטייט אין שולחן ערוך.....

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: זונטאג יוני 07, 2026 11:12 pm
דורך יהושע עבד השם
וְלֹא תוֹנוּ אִישׁ אֶת עֲמִיתוֹ וְיָרֵאתָ מֵאֱלֹהֶיךָ: (ויקרא כ"ה י"ז)

"וְלֹא תוֹנוּ אִישׁ אֶת עֲמִיתוֹ" א מענטש זאל נישט אויספאפן זיין חבר אז "וְיָרֵאתָ מֵאֱלֹהֶיךָ" אז ער האט מורא פונעם אויבערשטער.....

ר' בונם מפשיסחא זי"ע פלעגט זאגן "על פי הדין טאר מען נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין איז אז מ'זאל זיך אליינס נישט אויספאפן..."

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: מאנטאג יוני 08, 2026 8:42 am
דורך יהושע עבד השם
יומא קמא לא אמר להו ולא מידי (שבת פ"ו: )

ר' איציקל ווארקער זי"ע פלעג זאגן "יומא קמא" די ערשטע טאג, "לא, אמר להו" האט ער זיי געזאגט וועגן די מדה פון "לא", אז מ'דארף זיך האלטן ווי א גארנישט, און זיך פירן בהכנעה, און נאר אזוי קען מען קונה זיין די הייליגע תורה!! און זאלסט נישט מיינען אז עס איז א קלייניגקייט, נאר "ולא" די מדה פון הכנעה איז "מידי" א שטארקע זאך!!

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: מאנטאג יוני 08, 2026 2:28 pm
דורך יהושע עבד השם
אֱמֹר אֶל הַכֹּהֲנִים: זאגט רש"י, אֱמֹר... וְאָמַרְתָּ, לְהַזְהִיר גְּדוֹלִים עַל הַקְּטַנִּים.

זאגט די גאון ר' משה פיינשטיין זצ"ל, ווען עס קומט צו "לְהַזְהִיר גְּדוֹלִים עַל הַקְּטַנִּים" די ווילסט עפעס זאגן פאר דיין קינד און אים מחנך זיין, און בכלל ווען עס קומט צו זאגן מוסר וכדומה פאר איינעם, איז "אֱמֹר" מאך זיכער אז דאס וואס די זאגטס אים, איז "וְאָמַרְתָּ" "די" אליינס זאגסט עס!!... דיין אייגענע התנהגות זאל רעפלעקטירן דאס וואס די זאגסט! און נאר אזוי וועט עס קענען האבן די ריכטיגע השפעה בעז"ה!

מענין לענין...
די אויבערשטער זאגט "כִּי יְדַעְתִּיו לְמַעַן אֲשֶׁר יְצַוֶּה אֶת בָּנָיו" מיין אהבה צו אברהם איז וויבאלד ער איז מחנך זיינע קינדער צו תורה און מצוות! פרעגט די חתם סופר, אויב איז חינוך אזא שטארקע זאך, אז פון די אלע מסירת נפש וואס אברהם אבינו האט געהאט פאר'ן אויבערשטער, האט די אויבערשטער דאס אנגעגעבן אלץ די סיבה פון זיין אהבה צו אברהם אבינו, איז אויב אזוי פארוואס טרעפט מען נישט אין די תרי"ג מצוות א מצוה פון חינוך?

די תירוץ איז אז וויבאלד די תורה רעדט דאך שוין צו די מענטש אליינס, אז ער זאל זיך פירן ערליך ווי עס דארף צו זיין, איז אויב ער וועט זיך פירן ערליך און טוהן דעם רצון השם ריכטיג, איז געווענדליך "שותא דינוקא או דאבוה או דאימיה.." און די קינדער וועלן שוין פון זיך אליינס ממשיך זיין די ערליכע התנהגות, אויב אזוי פעלט נישט אויס צו רעדן עקסטער פון חינוך אליינס...

אזווי עס גייט די פתגם העולם
"Practice what you preach"...

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: דינסטאג יוני 09, 2026 12:43 am
דורך יהושע עבד השם
אִישׁ אִישׁ כִּי יִהְיֶה טָמֵא לָנֶפֶשׁ אוֹ בְדֶרֶךְ רְחֹקָהׄ.
זאגט רש"י, וואס מיינט בְדֶרֶךְ רְחֹקָהׄ? שֶׁהָיָה חוּץ לְאִסְקֻפַּת הָעֲזָרָה.

אמאל איז דא א מענטש וואס ער שפירט זיך אזוי דערווייטערט פונעם אויבערשטער, פארבלאנדזשעט ערגעץ ווער ווייסט וואו... ער איז זיכער אז ער איז אין א דרך רחוקה מאד מאד...

קומט אונז רש"י הק' דא לערנען "שֶׁהָיָה חוּץ לְאִסְקֻפַּת הָעֲזָרָה" דו ביסט גארנישט אזוי ווייט!! דו שטייסט אינדרויסן פון טיר, ממש ביים שוועל! טוה נאר איין ריכטיגע פעולה, שטעק אריין דיין פיס! און די וועסט גלייך זיין אין די עזרה, בחצרות בית השם!!

ווייט מיינט נישט אזוי ווייט...

לֹא נִפְלֵאת הִוא מִמְּךָ וְלֹא רְחֹקָה הִוא: כִּי קָרוֹב אֵלֶיךָ הַדָּבָר מְאֹד בְּפִיךָ וּבִלְבָבְךָ לַעֲשֹׂתוֹ.

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: דינסטאג יוני 09, 2026 11:23 am
דורך יהושע עבד השם
כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, שנאמר ועמך כולם צדיקים, לעולם יירשו ארץ, נצר מטעי, מעשה ידי להתפאר:

ר' חנניא בן עקשיא אומר, רצה הקב"ה לזכות את ישראל, לפיכך הרבה להם תורה ומצות, שנאמר השם חפץ למען צדקו, יגדיל תורה ויאדיר:

די שבת גוי וואס ארבעט ביי חברה הצלה, מצילי אש, באקומט א וועכענטליכע געהאלט א באשטימטע סכום יעדע וואך, חוץ פון דעם באקומט ער עקסטער געלט געוואנדען לויט די קאלס פון יענע וואך, פשט איז אז כדי ער זאל זיין הונדערט פערצענט אוועליבעל און גרייט צו לויפן ווען אימער עס וועט זיך אויספעלן באקומט ער זיין באשטימטע געהאלט, אבער חוץ פון דעם פאר'ן למעשה גיין צום קאל קומט זיך אים עקסטער געלט.

די זעלבע איז ביים אויבערשטער פאר'ן בעצם זיין א איד וואס איז גרייט 24/7 צו טוהן דעם רצון השם באקומט מען שכר, דאס איז כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב!! חוץ פון דעם איז רצה הקב"ה לזכות את ישראל וכו' גיבט ער זיי שכר פאר יעדע מצוה עקסטער!!

מ’קען דא אסאך מאריך זיין אבער תן לחכם ויחכם עוד!....

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: דינסטאג יוני 09, 2026 12:08 pm
דורך יהושע עבד השם
ויעמד העם על משה מן הבקר עד הערב: (יתרו י"ח י"ג)
רש"י: אפשר לומר כן? אלא כל דיין שדן דין אמת לאמיתו אפי' שעה אחת, מעלה עליו הכתוב כאילו עוסק בתורה כל היום, וכאלו נעשה שותף להקב"ה במעשה בראשית שנאמר בו ויהי ערב וגו'.

וואס איז פשט פון די ווערטער דין אמת "לאמיתו"? ס'איז דא א אמת וואס איז נישט לאמיתו?

נאר חז"ל זאגן אז שקר אליינס האט נישט קיין קיום, נאר אויב עס האט עפעס א אמת צו זיך, וואס די אמת דאס איז מחזק די שקר עס זאל קענען האבן א קיום.
איז אסאך מאל זאגט א מענטש א אמת נאר כדי די שקר וואס ער גייט באלד זאגן זאל זיך קענען האלטן...... ער זאגט טאקע א אמת אבער זיין ציל און מטרה איז די שקר, זאגט רש"י אז א דיין וואס פסקנ'ט א אמת’ע דין, און זיין ציל איז פאר'ן אמת און נישט כדי מחזק צו זיין די שקר דער ווערט א שיתוף להקב"ה!!

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: דינסטאג יוני 09, 2026 2:35 pm
דורך יהושע עבד השם
ר' מאטע'לע קוזמירער זצ"ל טייטש אל תרגזו בדרך, ווער נישט אויפגערעגט אויף א צווייטען ווען ער גייט א אנדערע דרך פון דיר!...
און ווי רש"י זאגט אל תתעסקו בדבר הלכה, אויב די ביסט צוקריגט מיט איינעם לייג נישט אלעס אן אויף די תורה...

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: דינסטאג יוני 09, 2026 2:39 pm
דורך יהושע עבד השם
זֶה יִתְּנוּ. הראה לו כמין מטבע של אש ומשקלה מחצית השקל, ואמר לו "כזה יתנו":

א חסיד האט זיך אמאל אפגערעדט פאר ר' מרדכי'לע נדבורנא'ער זצ"ל אויף זיין מצב הפרנסה, האט אים ר' מרדכי'לע געזאגט "טוה תשובה וועסטו האבן פרנסה" און ער האט אים מסביר געווען, אז מ'זעהט אז די אויבערשטער האט ארויסגענומען א מטבע של אש און עס געוויזן פאר משה רבינו, זעה מיר דאך אז אונטער די כסא הכבוד ליגט א מטבע של אש, און עס שטייט דאך "גדולה תשובה שמגעת עד כסא הכבוד" איז אז מ'טוט תשובה, און מ'שטייט נעבן די כסא הכבוד, קען מען שוין ארויס נעמען אפאר מטבעות....

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: דינסטאג יוני 09, 2026 5:28 pm
דורך יהושע עבד השם
שם האחד גרשם כי אמר ... ושם האחד אליעזר כי אלקי אבי בעזרי: (יתרו י"ח ד')

פארוואס שטייט ביי אליעזר ושם "האחד" אליעזר? לכאורה וואלט געדארפט שטיין ושם "השני" אליעזר?

נאר, ווי זעהט מען אין די תורה השני? ביי די קרבן תמיד, איז די לשון הפסוק "את הכבש אחד תעשה בבקר, ואת הכבש השני תעשה בין הערבים" ווייל ביי בהמות און חיות איז טאקע דא די ערשטע בהמה, די צווייטע בהמה און אזוי ווייטער....

אבער ביי אידישע קינדער איז יעדער חשוב פאר זיך ווי א individual, און נישט סתם ווי נאך איינער אין א לאנגע שורה! נאר יעדער איז די פראנט ראננער אין זיין לעבן!!

מ’קען דא אסאך מאריך זיין אבער תן לחכם ויחכם עוד!....

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: דינסטאג יוני 09, 2026 5:30 pm
דורך יהושע עבד השם
ותען להם מרים שירו להשם כי גאה גאה סוס ורכבו רמה בים.

פארוואס האט מרים אויסגעוועלט צו זאגן דווקא די פסוק פון די גאנצע שירה?
נאר לכאורה דארף מען פארשטיין, וואס האט דער סוס שלעכטס געטוהן אז עס קומט זיך אים אזא שטראף? ממילא דער רכבו איז דאך א רשע א מצרי! און האט געפייניגט די אידן! אבער דער סוס האט דאך גארנישט געטוהן? נאר וויבאלד ער האט צוגעהאלפן די מצרי אויספירען זיינע שלעכטע מעשים, קומט זיך אים די זעלבע שטראף!
די גמרא אין ברכות זאגט אז די זכות וואס די פרויען האבן, איז מיט דעם וואס זיי העלפן צו אז די מענער זאלן קענען זיצן און לערנען! איז פון ווי זעהט מען אז איינער וואס העלפט צו איז די זעלבע ווי דער וואס טוט אליינס? דאס זעהט מען פון די סוס וואס איז נאר געווען א מסיייע לדבר עבירה, און ער איז געשטראפט געווארן די זעלבע ווי די מצרי די עושה עבירה אליינס, איז דאך זיכער מדה טובה מרובה! אז די פרויען וואס העלפן זייער מענער צו לערנען און דאווענען, וועלן אויך באקומען די זעלבע שכר ווי די מענער אליינס! וועגן דעם האבן די פרויען דווקא געזינגען די פסוק פון "סוס ורכבו רמה בים".

(א גוטע תורה צו זאגן ווען די ווייב/שוויגער הערט....)

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: דינסטאג יוני 09, 2026 5:30 pm
דורך שינאווער
יהושע עבד השם האט געשריבן: דינסטאג יוני 09, 2026 5:28 pm שם האחד גרשם כי אמר ... ושם האחד אליעזר כי אלקי אבי בעזרי: (יתרו י"ח ד')

פארוואס שטייט ביי אליעזר ושם "האחד" אליעזר? לכאורה וואלט געדארפט שטיין ושם "השני" אליעזר?

נאר, ווי זעהט מען אין די תורה השני? ביי די קרבן תמיד, איז די לשון הפסוק "את הכבש אחד תעשה בבקר, ואת הכבש השני תעשה בין הערבים" ווייל ביי בהמות און חיות איז טאקע דא די ערשטע בהמה, די צווייטע בהמה און אזוי ווייטער....

אבער ביי אידישע קינדער איז יעדער חשוב פאר זיך ווי א individual, און נישט סתם ווי נאך איינער אין א לאנגע שורה! נאר יעדער איז די פראנט ראננער אין זיין לעבן!!

מ’קען דא אסאך מאריך זיין אבער תן לחכם ויחכם עוד!....
שטארק!

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: דינסטאג יוני 09, 2026 5:33 pm
דורך יהושע עבד השם
ארבע מאות שקל כסף ביני ובינך מה הוא: זאגט רש"י: בין שני אוהבים כמונו מה היא חשובה? לכלום, אלא הנח את המכר, ואת מתך קבור.

זייט ווען איז אברהם געווען א חבר פאר עפרון? ווען זענען זיי געווארן אוהבים?
נאר פשט איז אזוי, עפרון האט ליב געהאט געלט, און אוהב כסף לא ישבע כסף, איז ארבע מאות שקל כסף גארנישט ווערט געווען ביי אים, און אברהם האט ליב געהאט מצות, און אוהב מצות לא ישבע מצות, איז ארבע מאות שקל כסף אויך גארנישט ווערט געווען ביי אים כדי צו קענען מקיים זיין א מצוה, דאס האט עפרון געזאגט "בין שני אוהבים צווישען אונז ביידע, וואס איינער האט ליב געלט און איינער האט ליב מצות איז ארבע מאות שקל כסף מה הוא"....

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: דינסטאג יוני 09, 2026 10:42 pm
דורך יהושע עבד השם
איינער איז אמאל געקומען צו ר’ עקיבא איגר און געבעטן א ברכה, האט אים ר’ עקיבא איגר געפרעגט, איך בין דען ראוי צו געבן א ברכה? האט יענער גענטפערט, יא! עס שטייט דאך אל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך! און ווען יענער האט זיך געכאפט וואס ער האט דא געזאגט, האט ער זיך געגעבן אז רוף אן, אז ס’מיינט א ברכה וואס מ’גיבט פאר א הדיוט, אל תהיה קלה בעיניך!... האט זיך ר’ עקיבא איגר אנגערופן, ”ענדערש זאל איך זיין א הדיוט, וויי איידער אז די זאלסט זיין א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה”.....

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: דינסטאג יוני 09, 2026 11:03 pm
דורך להגדיל הטראסק
די חטא פון די מרגלים איז געווען אז זיי האבן געציטערט פון די קדושה פון ארץ ישראל וואס פון איין זייט קען מען צוקומען צו גאר הויכע מדריגות, פון די אנדערע זייט איז מען עלול אויף די גרעסטע טומאה אויב מען איז נישט אפגעהיטן. זיי האבן געציטערט פון די געמבל.

אבער זייער טעות איז געווען ווייל יעצט וויל דער אייבערשטער זאלסט גיין ארץ ישראל קוק וואס דער אייבערשטער וויל פון דיר 'יעצט'! מאך נישט קיין חשבונות לעתיד פאלג דעם אייבערשטן די יעצטיגע סקונדע וואס ער וויל פון דיר 'יעצט'!

(ישמח ישראל)

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: מיטוואך יוני 10, 2026 10:44 am
דורך יהושע עבד השם
די הייליגע צאנזער רב זי"ע איז אמאל סוכות ווען עס האט גערעגנט געבליבן אין די סוכה און ווייטער געגעסן, האט אים איינער געפרעגט, "עס שטייט דאך אז איינער וואס בלייבט אין די סוכה ווען עס רעגנט איז א הדיוט? האט זיך די הייליגע צאנזער רב צופייערט און געזאגט "הדיוט אהער הדיוט אהין" פון די הייליגע סוכה גיי איך נישט ארויס!!!

מענין לענין.....
כיודע האט די הייליגע בריסקער רב ז”ל געהאט א שטארקע הקפדה מיט די תפילין של ראש עס זאל זיין בין עיניך פונקטליך, און ער פלעגט יעדן טאג קוקן און א שפיגל צו זיכער מאכן אז עס איז אויף די ריכטיג פלאץ, משא"כ די הייליגע צאנזער רב שרייבט אויף דעם "דברי בורות" און "דידוע דיש מקום בראש להניח שני תפילין...
איינמאל ווען די בריסקער רב איז געווען זוממער און די קור-ארט קרעניץ-וואס איז נעבן צאנז-האט איינער אראפגלייגט א שו"ת דברי חיים אויפגעמישט ביי יענע תשובה, ווען די בריסקער רב האט דאס באמערקט האט ער זיך אנגערופן "בורות אהער בורות אהין" איך וועל לייגן מיינע תפילין בין עיניך......

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: מיטוואך יוני 10, 2026 10:44 am
דורך יהושע עבד השם
א איד איז אמאל געקומען באזוכן ר’ חיים ווילאזשענער חול המועד סוכות, און ר’ חיים האט געזאגט פאר דעם איד אז ער זאל ארויס גיין אין סוכה און עפעס טועם זיין, און ער-אזוי ווי ער איז אלט און שוואך, איז ער דאך א מצטער וואס איז פטור מן הסוכה-וועט דא בלייבן, די איד איז ארויס אין סוכה און א מינוט שפעטער זעהט ער ווי ר’ חיים שלעפט זיך אריין אין סוכה, פרעגט ער פון ר’ חיים, די רבי האט מיר דאך געזאגט אז "מצטער פטור מן הסוכה? זאגט אים ר’ חיים גערעכט אז אויף מצות סוכה איז דא א פטור אויב מ’איז א מצטער, אבער אויף מצות הכנסת אורחים איז נישט דא קיין פטור פון מצטער......

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: מיטוואך יוני 10, 2026 10:44 am
דורך יהושע עבד השם
אִם יִהְיוּ חֲטָאֵיכֶם כַּשָּׁנִים-כַּשֶּׁלֶג יַלְבִּינוּ, אִם יַאְדִּימוּ כַּתּוֹלָע-כַּצֶּמֶר יִהְיוּ.

”אויב די עבירות אייערער מאכט אייך רויט די פנים, און איר זענט פיל מיט בושה, וועל איך אייך העלפן עס ווייס מאכן!” (הרב מפאנאוויטש זצ”ל)

Re: א שיינעם פשט געזען…

געפאוסט: פרייטאג יוני 12, 2026 7:53 pm
דורך יהושע עבד השם
וְלֹא תָתוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם:

די חוזה פון לובלין זי"ע טייטש: וְלֹא תָתוּרוּ, בינד נישט אויף דיין קשר מיטן רבונו של עולם, אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם, נאכדעם וואס עטץ זענטץ נאכגעגאנגען די אויגן און די הארץ! געב נישט אויף!