אראפגעשטעלט
א גרויסע וועלט
לענדער אסאך
קאנטינענטן און שפראך
היסטאריע זיך אנגעהויבן
אברהם איבער'ן קינד געבויגן
דאן זיך געשאפן
א בונד מיט דער וואס האט באשאפן
מיר בלייבן זיינס
אפטיילן נישט קיין שאנס
אין מצרים
בלוט שפייען
דערנאך די עמלקים
קאלט מען מאכט אים
בלוט האט זיך אלס געגאסן
אלע דורות צובליטיגט און צושאסן
מען שפלינדערט און מען הארגעט
עס מוז זיין מאחורי הפרגוד
איז דא א העכערע כוח
וואס האלט אונז שוין פון נח
אונז זענען א פשוטע נס
די וועלט אסאך מאל פארגעסט
שוין דריי טויזנט יאר
לאמיר זיין קלאר
פראבירט מען אונז אפ ווישן פונעם מאפע
זאל עס זיין די אינקוויזיציע אדער דער געלע לאטע
אינעם מיטל אלטער
אינטער בלוט בלבולים פאלט ער
פאגראמען מיר שטייען הילפלאז
מענער פרויען קינדער אויפן ערד באוואוסטלאז
מען שטיקלט און מען האקט
אבער אונז האבן אייך אלע פארפאקט
דער איד איז טו סטעי העיר
פילע האבן שוין פראבירט מער
מיר גייען מיט'ן קאפ אין די הייעך
מסביר זיין וויאזוי נישט שייך
פוילן האט עטס כמעט אויסגעראטן
פיר מיליאן פון דארט אין באראקן פארשאטן
פייניגונגס מיטלען
מיט אלע ענקערע טיטלען
וועלן אונז נישט שוואך מאכן
היטלער ש-ד קענסט גיין קראכן
נישט נאר פון דרויסן
האט מען פראבירט פון אונז לויזן
צדוקים פון אינעווייניג
פראבירט א פארטיליג
רעפארמער משכילים קאנסערוואטיוון
ציונים ש"ץ ימ"ש פרובירט צו עטשיוון
נעאלאגן מיט די קריסטן פראבירט וואונדער צו באווייזן
דער אידישער פראבלעם צו לייזן
עטס זענטס אלע דורכגעפאלן
דער שיינער איד טוהט צום בורא שטראלן
איך מיין עטס זאלטס אויפגעבן איז צייט
פון ענק אלע איז שוין געווען שטערקערע לייט
וואס האבן דעם בעטעל פיעלד פארלוירן
שוין פון ווען מען האט אין ירושלים צובראכן די טויערן
@אנטיסעמיט עס וועט זיך נישט אויסארבעטן וואס די פלאנס
פאר דיר איך געב עס נישט קיין שאנס
אונז זענען א נס אפגעהיטן פונעם מלך אליין
די וועסט אונז נישט באזיגן ניין ניין ניין
האלט! יודע!
- אויסגעשארפטע בליי
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 318
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:41 pm
- Location: ביים שרייב טישל אדער ביים חסידיש ספר
- x 1394
האלט! יודע!
אויסגעשארפטע בליי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2024 5:09 pm ווען איר זעהט עפעס אינטערעסאנט, ביטע טיילט דאס מיט מיט די אידטיש איינוואוינער.
Re: האלט! יודע
גוט! דער @אויסגעשארפטע בליי זאגט גוט!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: האלט! יודע
טאלאנט!!!!!!
רעב איד אייער טאלאנט ווערט שענער! רייכער! שארפער!
שכח!
רעב איד אייער טאלאנט ווערט שענער! רייכער! שארפער!
שכח!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
Re: האלט! יודע
צום זאך! שיין געשריבן!!
Re: האלט! יודע
יש לך טאלאנט גדולה, ואתה כותב ב'מלא תוכן.
חריזום שלך הוא דעלישעס!!
אונז פארמאגן א תשוקה'לע פאר נאך סטאף!!
חריזום שלך הוא דעלישעס!!
אונז פארמאגן א תשוקה'לע פאר נאך סטאף!!
- בעל החלומות
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 33
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 1:41 am
- Location: אין חלום...
- x 50
Re: האלט! יודע
זייער זייער זייער גוט!!!
- מיינע פאעזיעס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 440
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:13 am
- Location: אויפן פאפיר
- x 1281
Re: האלט! יודע
צום פינטל. !!!
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4245
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 13161
Re: האלט! יודע
הערליך הערליך מיט תוכן!!
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 5
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:07 pm
- x 2
Re: האלט! יודע!
זייער שיין