הרה"ק רבי קלונימוס קלמן זי"ע, אב"ד קראקא ובעל מאור ושמש - א' תמוז תקפ"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

הרה"ק רבי קלונימוס קלמן זי"ע, אב"ד קראקא ובעל מאור ושמש - א' תמוז תקפ"ג

פאוסט דורך ניקל »

א' תמוז איז די יארצייט פון הרה"ק רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן הלוי זי"ע,בעל מאור ושמש, אב"ד קראקא.

ער איז געבוירן אין שטאט ניישטאט, בשנת תקי"א, צו זיין טאטע הרה"ק רבי אהרן הלוי עפשטיין זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת צילקא ע"ה, מגזע הגה"ק בעל החינוך זי"ע, ומגזע הגה"ק רבינו זרחיה בעל המאור השגות על הרי"ף זי"ע,

ער איז געווען א איש אלוקים קדוש בוצינא קדישא און א צדיק מפורסם בדורו, ער איז געווען א אדם הענקים און א גדול ובקי בתורה, ער איז געווען א בעל מקובל נפלא און א עניו מאוד, און א מופת הדור, און א גרויסע פועל ישועות, עניו וצדיק, טויזענטער אידן זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו, און מיט האלטן זיין עבודת הקדוש, זיין עבודת הקדוש איז געווען מיט א אש קודש און א געוואלדיגע דביקות בשם,

דער טאטע פונעם מאור ושמש זי"ע איז געווען א גאר ערליכער און א איש תמים מאוד און א עובד השם נפלא, ער איז געווען א בעקער און נישט געהאט קיין געלט צו שיקן זיין זוהן קלמן לערנען ביי א מלמד, דערפאר פלעגט דער קליינער זון קלמן זייענדיג 7 יאר אלט, ארויס העלפן דעם טאטן מיט פרנסה, און ארום געגאנגען אונעם מארק פארקויפן די בייגעלעך פונעם טאטן'ס בעקעריי,

עס איז געווען ווינטער און ווען דער קינד קלמיש'ל האט גענדיגט פארקויפן די בייגלס, איז דער קינד אריין אין ביהמ"ד זיך אביסל אנווארמען, און זיצענדיג אין ביהמ"ד האט ער זיך צוגעהערט ווי די תלמידי חכמים זענען זיך מפלפל אין לערנען, און דער קינד האט זייער הנאה געהאט פון די תורה וואס ער האט דארט געהערט, האט דער קליינרער קלמיש'ל מחליט געווען יעדן טאג נאכדעם וואס ער האט געענדיגט פארקויפן אלע בייגלס, איז ער אריין אין שוהל און מיט געהאלטן דאס לערנען פון די תלמידי חכמים פונעם שוהל,

צווישן די לומדים איז געווען א גרויסער עושר א תלמיד חכם, וואס האט אין אכט גענומען דעם קליינעם קלמיש'ל וואס זיצט יעדן טאג לאנגע שעות, און הערט זיך צו צו די פלפולים, האט ער דעם קינד געפרעגט ווער ער איז און ווער עס איז זיין מלמד, האט דער קינד געזאגט אז ער גייט נישט אין חדר, נאר ער פארקויפט בייגעלעך פאר זיין טאטן, וואס איז דער בעקער פונעם שטאט,

האט אים דער עושר געפרעגט אויב ער פארשטייט די פלפולים וואס מען זאגט דא אין שוהל, האט דער קליינער קלמיש'ל נאכגעזאגט דעם גאנצן פלפול ווארט ביי ווארט, דאן האט דער עושר געזען אז דער קינד איז א חריף, איז דער עושר אריבער צום טאטן רבי אהרן, און אים אנגעטראגען א געשעפט, איך האב א טאכטער בערך 6 יאר אלט, אויב בוסטו מסכים צו שליסן שידוך מיט מיין טאכטער צו דיין זוהן קלמן, וועל איך צאלן פאר א מלמד וואס זאל מיט דעם קינד לערנען און אזוי וועט דער קינד אויסוואקסן א תלמיד חכם, און פארן קינד נעם איך מיך אינטער צו געבן א גאר שיינע נדן פארן חתן ביי די חתונה,

דער טאטע רבי אהרן האט פאר דעם עושר געזאגט, אז ער איז מסכים אויפצוגעבן אויף דעם אז דער קינד זאל אים ארויסהעלפן אין פרנסה, און ער איז מסכים צו דעם געשעפט נאר כדי זיין זוהן זאל וואקסן אין תורה,

ווען דער קינד איז געווארן בר מצוה האט מען אויך געמאכט די חתונה, און דער שווער האט דעם איידעם אויסגעהאלטן מיט וואס עס האט זיך אויסגעפעילט, און פון דעם קינד קלמיש'ל איז אויסגעוואקסן דער הייליגער מאור ושמש זי"ע.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הרה"ק רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן הלוי זי"ע, בעל מאור ושמש, אב"ד קראקא. - א' תמוז תקפ"ג

פאוסט דורך ניקל »

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת מילכה ראדל ע"ה, בת הנגיד רבי מרדכי גוטלאד זי"ע, וואס האט דעם צדיק וקדוש אויסגעהאלטן נאך פון די 7 יאר, ווי געברענגט פריער
נאך די חתונה האט דער הייליגער מאור ושמש געדאווענט אינעם ביהמ"ד הרמ"א אין קראקא,

איין טאג איז דער הייליגער רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע געקומען קיין קראקא, דארט אין שטאט האבן דאן געואווינט אסאך מתנגדים, האט דער הייליגער רבי אלימלך געדאווענט אונעם ביהמ"ד פון הגה"ק בעל מגלה עמוקות זי"ע, און ווי פארשטענדליך זענען גאר ווייניג מענטשן געקומען דאוווענען מיטן רבי ר׳ אלימלך ווייל רוב שטאט זענען געווען מתנגדים,

אבער יענעם טאג ווען דער מאור ושמש האט געוואלט גיין דאווענען איז געווען רגליו מוליכות אותו צום ביהמ"ד פונעם מגלה עמוקות, און תיכף ווען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד האט ער געזען דעם צדיק רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע און גלייך איז געווען נפשו קשורה בנפשו און דער מאור ושמש האט זיך גלייך מדבק געווען אונעם הייליגען נועם אלימלך זי"ע.

ער איז געווען דבוק אין די צדיקי הדור ובתוכם,

הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
הרה"ק רבי זושא מאניפולי זי"ע,
הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע,
הרה"ק המגיד מזלאטשוב זי"ע,
הרה"ק הקדושת לוי מבארדיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי מרדכי מנעשכיז זי"ע,
הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע,
הרה"ק המגיד מקוזניץ זי"ע,

זיין רבו מובהק איז געווען דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, עס איז דא אפאר באקאנטע נסחאות ווי אזוי ער איז נתקרב געווארן שוין פון זיין יוגענט צום הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, צו דאס איז דורך דעם ברידער פונעם נועם אלימלך רבי ר' זושא מאניפולי זי"ע אדער דורך הרה"ק בעל הקדושת לוי מברדיטשוב זי"ע.

נאך די חתונה האט ער געבעטן רשות פון זיין שווער צו גיין זיך מסתופף זיין בצלו פונעם הייליגען נועם אלימלך זי"ע, אנפאנג האט דער שווער וואס איז אויך נישט געווען קיין חסיד געפרעגט פונעם איידעם, פארוואס ברויכסטו מבטל תורה זיין מיטן גיין צום רבין, די קענסט דאך דא עוסק זיין בתורה,

אבער ווען זיין רעבעצין האט געזען ווי שטארק דער מאן וויל גיין צו זיין רבין, האט זי אים געזאגט אז אויב דאס וועט אים העלפן אין זיין עבודת השם, זאל ער גיין אפילו אן רשות פון זיין שווער, דאן איז דער מאור ושמש געפארן צו רבי ר׳ אלימלך זי"ע קיין ליזענסק,

ווען ער איז דארט אנגעקומען האט אים רבי ר׳ אלימלך זי"ע געפרעגט, ווער ביזטו, און פון ווי קומסטו, און וואס ווילסטו דא אויפטון, האט ער געענטפערט, איך הייס קלונימוס קלמן פון קראקא, און איך בין אהער געקומען אז דער רבי זאל מיט מיר לערנען תורה, האט רבי ר׳ אלימלך געזאגט, איך לערן נישט מיט קיין תלמידים, און רבי ר׳ אלימלך האט זיך שטארק פארטראכט, און ווען דער רבי אלימלך האט זיך אויפגעכאפט האט ער נאכאמאל איבער געפרעגט דאס זעלבע, און דער רבי קלמן האט געענטפערט דאס זעלבע.

דאן האט רבי ר׳ אלימלך געזאגט, אויב ווילסטו קענסטו דא בלייבן אלץ משרת, און דער הייליגער מאור ושמש האט צו דעם מסכים געווען, און דארט געבליבן, און דארט האט דער מאור ושמש גאר אסאך געלערנט פון זיין גרויסן רבין רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1002
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3336

Re: הרה"ק רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן הלוי זי"ע, בעל מאור ושמש, אב"ד קראקא. - א' תמוז תקפ"ג

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

פאר די צופראסקעטע אידן וואס איין טאג וועסטו זיי זעהן סטריקטלי ותיקין!!! א וואך צייט דאווענט ער ותיקין!!! די נעקסטע טאג קאכט ער מיט סוף זמן תפילה! עק וועלט מיט סוף זמן תפילה! איבערמארגן גייט מען כאפן חצות, און א טאג דערויף איז ער א 'נארמאלע' מענטש... ער גייט לערנען א שעה פארן דאווענען דאווענען 8:30 ווי א מענטש!!!

איין טאג קאכט ער מיט שיעור עיון, איין טאג מיט די קריטישקייט פון לערנען מוסר, דעם דריטן טאג מיט א ווארעמע חסידיש ספר, און א נעקסטן טאג איז ער א גראדער שולחן ערוך איד וואס לערנט הלכה למעשה אלס די וויכטיגסטע פריאריטעט אין לעבן...\

נאט אייך א שטיקל מאור ושמש פרשת בלק...
א"י על פרש"י הנ"ל ראה שאין פתחיהן מכונים. יש לרמוז בזה כי הנה ידוע שסט"א הוא תמיד לעומת הקדושה כקוף בפני אדם וכשהאדם רוצה לכנוס אל הקדושה ולקבל עליו עול מלכותו ית"ש אז מתחזקת הסט"א לעומתו להלחם בו ולבלבלו ולכן צריך האדם לפקוח עינים על כל דרכיו ובתחבולות לעשות מלחמה כי כשרואין המקטריגין את הפתח שפתח לו האדם לעבוד את ה' מתחזקין לעמוד לשטן לו באותו הפתח ולבלבלו ולכן צריך האדם לפתוח לפניו דרך אחר אשר לא ידעו ולא יבינו המקטריגים לבלבלו וכן בכל עת ובכל שעה צריך האדם לבחור לו דרך חדש ופתח אחרת להנצל מן המבלבלין ומקטריגין כי עי"ז יתבלבלו המסטינין העומדים לשטן לו כשיראו שלא הועיל להם מה שעמדו לנגדו לסגור הפתח לפניו אשר פתח מקודם לכן מכיון שהאדם נטה לדרך אחר ולפתח חדש אשר לא ידעו מקדם ועי"ז יוכל להנצל מידם ולעלות מדריגה אחר מדריגה עד ינחה עליו רוח ה' וכן אין הדבר שוה בכל אדם כי כל אדם צריך לדרוך לפי שורש נשמתו בקדושה ולפי שכלו והנה בלעם הרשע שהי' מקור הטומאה ושורש רע נשא ג"כ עיניו ולבו לבלבל את ישראל ולהפרידם מדביקותם וראה שאין פתחיהן מכוונים רומזו בזה שראה שכל מה ששם מגמתו לעמוד ולבלבל דרכי עבודתם ולסגור לפניהם הפתח אז הם עשו בערמה לפתוח להם בכל עת כל איש מהם פתח חדש אשר הוא לא ידעו מקדם וזהו שוכן לשבטיו שכל שבט מהם הי' לו שביל בפני עצמו ופתח בפני עצמו בכל עת ומפני זה לא הי' יכולת בידו לעשות להם כל מאומה כי נחה עליהם רוח ה' ע"י עבודתם ודביקותם בא"ס ב"ה וזהו ותהי' עליו רוח אלהים ופי' בזוה"ק עליו על ישראל ובע"כ הוכרח לברכם והבן.
אינגערמאן!!! געב נישט אויף!!! לאז דיך נישט פון די וואס מאכן חוזק פון דיר!!! דער הייליגער מאור ושמש איז אויף דיין זייט!!! פרוביר דיין בעסטע און ווען דו פאלסט דורך און דו נעמסט א פרישע דרך האסטו סופארט פון דעם וועם צדיקים האבן גערופן "שולחן ערוך לחסידות" דער הייליגער מאור ושמש!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1002
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3336

Re: הרה"ק רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן הלוי זי"ע, בעל מאור ושמש, אב"ד קראקא. - א' תמוז תקפ"ג

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

מען זעהט כסדר אין מאור ושמש דאס ענין פון זיין בשמחה, התחזקות, זיין א נארמאלער מענטש, זיין מעורב בין הבריות, די תורה אין פרשת משפטים וועגן דאווענען מיט מנין, גיין אין מקוה, וכו וכו' וכו'

א גרינגע חסידיש ספר אנגעפולט מיט הדרכה און חיזוק למעשה.

(אלס בחור האב איך געהאט עטליכע יאר בלי גוזמא וואס איז כמעט נישט דורך א טאג אן א שטיקל מאור ושמש)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1002
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3336

Re: הרה"ק רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן הלוי זי"ע, בעל מאור ושמש, אב"ד קראקא. - א' תמוז תקפ"ג

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אז מען רעדט שוין
ער ברענגט ארויס סוף ספר אז דער לאקס פיש (סעלמאן בלע"ז) האט אין זיך א באזונדערע קדושה ווייל עס האט איין סימן טהרה - איין פליספעדער - מער פון אנדערע פיש.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הרה"ק רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן הלוי זי"ע, בעל מאור ושמש, אב"ד קראקא. - א' תמוז תקפ"ג

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 1:12 am ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת מילכה ראדל ע"ה, בת הנגיד רבי מרדכי גוטלאד זי"ע, וואס האט דעם צדיק וקדוש אויסגעהאלטן נאך פון די 7 יאר,
נאך די חתונה האט דער הייליגער מאור ושמש געדאווענט אינעם ביהמ"ד הרמ"א אין קראקא,

איין טאג איז דער הייליגער רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע געקומען קיין קראקא, דארט אין שטאט האבן דאן געואווינט אסאך מתנגדים, האט דער הייליגער רבי אלימלך געדאווענט אונעם ביהמ"ד פון הגה"ק בעל מגלה עמוקות זי"ע, און ווי פארשטענדליך זענען גאר ווייניג מענטשן געקומען דאוווענען מיטן רבי ר׳ אלימלך ווייל רוב שטאט זענען געווען מתנגדים,

אבער יענעם טאג ווען דער מאור ושמש האט געוואלט גיין דאווענען איז געווען רגליו מוליכות אותו צום ביהמ"ד פונעם מגלה עמוקות, און תיכף ווען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד האט ער געזען דעם צדיק רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע און גלייך איז געווען נפשו קשורה בנפשו און דער מאור ושמש האט זיך גלייך מדבק געווען אונעם הייליגען נועם אלימלך זי"ע.

ער איז געווען דבוק אין די צדיקי הדור ובתוכם,

הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
הרה"ק רבי זושא מאניפולי זי"ע,
הרה"ק בעל החוזה מלובלין זי"ע,
הרה"ק המגיד מזלאטשוב זי"ע,
הרה"ק בעל הקדושת לוי מבארדיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי מרדכי מנעשכיז זי"ע,
הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע,
הרה"ק בעל עבודת ישראל המגיד מקוזניץ זי"ע,

זיין רבו מובהק איז געווען דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, עס איז דא אפאר באקאנטע נסחאות ווי אזוי ער איז נתקרב געווארן שוין פון זיין יוגענט צום הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, צו דאס איז דורך דעם ברידער פונעם נועם אלימלך רבי ר' זושא מאניפולי זי"ע אדער דורך הרה"ק בעל הקדושת לוי מברדיטשוב זי"ע.

נאך די חתונה האט ער געבעטן רשות פון זיין שווער צו גיין זיך מסתופף זיין בצלו פונעם הייליגען נועם אלימלך זי"ע, אנפאנג האט דער שווער וואס איז אויך נישט געווען קיין חסיד געפרעגט פונעם איידעם, פארוואס ברויכסטו מבטל תורה זיין מיטן גיין צום רבין, די קענסט דאך דא עוסק זיין בתורה,

אבער ווען זיין רעבעצין האט געזען ווי שטארק דער מאן וויל גיין צו זיין רבין, האט זי אים געזאגט אז אויב דאס וועט אים העלפן אין זיין עבודת השם, זאל ער גיין אפילו אן רשות פון זיין שווער, דאן איז דער מאור ושמש געפארן צו רבי ר׳ אלימלך זי"ע קיין ליזענסק,

ווען ער איז דארט אנגעקומען האט אים רבי ר׳ אלימלך זי"ע געפרעגט, ווער ביזטו, און פון ווי קומסטו, און וואס ווילסטו דא אויפטון, האט ער געענטפערט, איך הייס קלונימוס קלמן פון קראקא, און איך בין אהער געקומען אז דער רבי זאל מיט מיר לערנען תורה, האט רבי ר׳ אלימלך געזאגט, איך לערן נישט מיט קיין תלמידים, און רבי ר׳ אלימלך האט זיך שטארק פארטראכט, און ווען דער רבי אלימלך האט זיך אויפגעכאפט האט ער נאכאמאל איבער געפרעגט דאס זעלבע, און דער רבי קלמן האט געענטפערט דאס זעלבע.

דאן האט רבי ר׳ אלימלך געזאגט, אויב ווילסטו קענסטו דא בלייבן אלץ משרת, און דער הייליגער מאור ושמש האט צו דעם מסכים געווען, און דארט געבליבן, און דארט האט דער מאור ושמש גאר אסאך געלערנט פון זיין גרויסן רבין רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע.
נאכדעם וואס ער איז געווען ביים הייליגען רבי ר׳ אלימלך זי"ע, ווען ער איז צוריק אנגעקומען אהיים, האט ער מבער געווען אלע זיינע חידושי תורה וואס ער האט ביז דאן געשריבן, און ער האט געזאגט, אז זייט ער איז געווען ביי זיין רבין אין ליזענסק, קען ער שוין נאר מחדש זיין חידושי תורה לאמיתה של תורה, און דערפאר האט ער מבער געווען די אלטע חידושי תורה פון בעפאר,

דערציילט מען אז דאס חביבות וואס זיין רבי דער רבי ר׳ אלימלך האט געהאט צו זיין תלמיד איז נישט צום באשרייבן, ער האט אייביג געהאט דער דין קדימה איבער זיינע אלע אנדערע חברים, און איינמאל זענען געווען דריי גרויסע תלמידים ביים הייליגען רבי אלימלך, און גערעדט ווער פון זיי וועט האבן די זכי' אריינצוגיין צום רבין דער ערשטער, דאס איז געווען הרה"ק רבי שלמה מקשאנוב זי"ע, הרה"ק רבי ראובן הלוי הורוויץ בעל דודאים בשדה זי"ע און רבינו בעל מאור ושמש זי"ע,

ווען דער הייליגער רבי ר׳ אלימלך זי"ע האט געהערט ווי די דריי תלמידים זענען זיך מתווכח ווער עס וועט אריינקומען דאס ערשטע, איז דער רבי ארויס אין געזאגט פאר די דריי תלמידים אז "קשר" באטרעפט זייערע נעמען, און "ק" איז דאך דאס ערשטע און דערפאר וועט קלמן אריינקומען דאס ערשטע.

בשנת תקמ"ה איז ער בצוואות פון זיין רבי דער הייליגער רבי ר׳ אלימלך זי"ע, אריבער קיין קרארקא און דארט אנגעהויבן מפיץ זיין דאס דרך החסידות, אבער דארט זענען נאך דאן געווען אסאך מתנגדים צום דרך החסידות, איז דארט געווען א שטארקע התנגדות קעגן דעם מאור ושמש עד כדי כך, אז דאס בי"ד פון הגה"ק רבי יצחק סג"ל לאנדא מקראקא זי"ע האט ארויסגעגעבן א חרם אויפן מאור ושמש אז ער זאל נישט פארשפרייטן דעם תורת החסידות,

אבער שפעטער ווען דער דרך החסידות איז געווארן מער פארשפרייט אין גאליציה, האט מען דאן אנגעהויבן זעהן דעם גדלות און קדושה פון דעם מאור ושמש, און דאן האבן זיך טויזנטער אידן מדבק געווען אין דעם צדיק.

בשנת תקמ"ז ווען רבי ר' אלימלך זי"ע איז נסתלק געווארן, האט זיך דער הייליגער מאור ושמש זי"ע מדבק געווען אונעם הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, און זיך פאריפן אלס א תלמיד מובהק פונעם חוזה מלובלין זי"ע, און אויך פון הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע, און דאן איז דער הייליגער מאור ושמש זי"ע געווארן מפורסם מיט זיין גדלות און קדושה, אויך איז ער דאן געווארן באוויסט אלס א גרויסע בעל מופת.

דער צדיק האט זיך זיין גאנץ לעבן גאר שטארק געקאכט אונעם הייליגען שבת, און דעם גאנצן שבת איז דער צדיק געווען און א דביקות און התלהבות דקדושה, ער האט דעם גאנצן וואך מקפיד געווען נישט צו עסן קיין פיש, און געזאגט אז דאס מאכל איז א הייליג מאכל נאר פאר שבת קודש, און ער האט אליין מעיד געווען אז עס איז ביי אים קיינמאל נישט געשען אז ער זאל נישט האבן קיין פיש אויף שבת קודש.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הרה"ק רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן הלוי זי"ע, בעל מאור ושמש, אב"ד קראקא. - א' תמוז תקפ"ג

פאוסט דורך ניקל »

דער חוזה מלובלין זי"ע האט געזאגט אויף זיין תלמיד דער מאור ושמש זי"ע אז ער איז איינע פון זיינע דריי תלמידים וואס פארגעסט נישט פונעם פחד ד' אפילו אויף איין מינוט אונעם טאג,

דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע האט געזאגט, אז ער האט געקענט דריי צדיקים וואס זענען געווען בבחינת אדם הראשון קודם החטא, און דאס איז געווען,
הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע,
הרה"ק רבי מאיר הלוי בעל אור לשמים מאפטא זי"ע,
הרה"ק בעל מאור ושמש מקראקא זי"ע.

הרה"ק רבי ארי' לייב ליפשיץ בעל ארי' דבי עילאי מבריגל זי"ע האט געזאגט, אז דער מאור ושמש האט געהאט א כח ארוס צו נעמען דעם נשמה פון א גוף פון א איד, און דאס אויסוואשען און מאכן דעם מענטש פאר א בריה חדשה.

דער הייליגער מאור ושמש זי"ע האט אמאל מסביר געווען פאר די תלמידים וואס עס מיינט אמת'ע עניוות, אויב א מענטש איז זיך באמת מבטל אין הארץ אינגאנצען, און ער גלייבט באמת אז ער פארמאגט נישט גארנישט, נישט קיין תורה נישט קיין יראה נישט קיין חכמה און תבונה, דאס מיינט עניוות באמת.

אבער אויב אין הארץ האלט ער נאך אז ער איז עפעס ווערט, נאר ער וויל מקיים זיין וואס חז"ל זאגן "מאוד מאוד הוי שפל רוח" און דערפאר זאגט ער פאר אנדערע וואס ווילן אים מכבד זיין, אז מה אני ומה חיי', דאס איז אויך חשוב, אבער דאס איז נישט עניוות באמת, ווייל דער הארץ און דער מויל ברויכן זיין גלייך.

דעם ספר מאור ושמש האט דער זוהן הרה"ק רבי אהרן זי"ע אנגעהויבן שרייבן נאך בחייו פונעם הייליגען טאטן, אבער געדריקט איז עס געווארן שפעטער נאכן פטירה פונעם צדיק, צדיקים האבן געזאגט אז דער ספר איז אויף חסידות, אזוי ווי שולחן ערוך איז אויף הלכה.

הרה"ק רבי אברהם שלום מסטראפקוב זי"ע איז איינמאל געפארן קיין צאנז, האט ער זיך אפ געשטעלט אין שטאט קראקא, און דארט האט ער אין דריי טאג דורך געלערנט דעם הייליגען ספר מאור ושמש פון דעקל צו דעקל, און געזאגט, אז היות דער צדיק איז באהאלטן אין דעם שטאט איז דא א ענין צו לערנען דעם ספר הקדוש.

ער האט איבער געלאזט צוויי הייליגע קינדער,

הרה"ק רבי אהרן זי"ע, הנקרא בפי כל "דער הויכער ר' ארון מקראקא", חתן הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע,
הרה"ק רבי יוסף ברוך זי"ע, הנקרא בפי כל "דער גוטער יוד פון ניישטאט",

די צוויי הייליגע קינדער האבן באקומען א ברכה פונעם טאטן בעפאר ער איז נסתלק געווארן, אז ווען זיי ווועלן אריינלייגען די האנט אין טאש און ברויכן געלט, וועלן זיי טרעפן געלט, אבער די צוויי צדיקים האבן זיך מיט דעם ברכת קדשו נישט געוואלט באנוצען אויף קיין גשמיות.

נסתלק לגנזי מרומים א' תמוז ב' דראש חודש תמוז בשנת תקפ"ג, ומנוחתו כבוד איז אין דעם ביה"ח החדש אין שטאט קראקא,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הרה"ק רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן הלוי זי"ע, בעל מאור ושמש, אב"ד קראקא. - א' תמוז תקפ"ג

פאוסט דורך ניקל »

מעשה

גאנץ אנפאנג ווען דער הייליגער מאור ושמש האט געוואוינט אין קראקא, און ער האט געדאווענט אין שוהל פונעם רמ"א זי"ע, האט ער געוואלד דאווענען נוסח ספרד אזוי ווי מען האט זיך געפירט ביי זיין רבין דער הייליגער רבי ר׳ אלימלך זי"ע, האט ער געדאווענט אינדרויסען פונעם היכל הביהמ"ד און דארט האט ער געדאווענט נוסח ספרד אלס כבוד פונעם הייליגען רמ"א זי"ע,

איז איין טאג געקומען צו אים א נשמה מעולם העליון און געבעטן אז ער זאל אים העלפן מיט א תיקון, ווייל ער וואלגערט זיך שוין פאר יארן, און ער האט ליידער נישט קיין מנוחה, האט דער הייליגער מאור ושמש מיט זיין גרויסע עניוות געזאגט פארן נשמה, וואס ווילסטו פון מיר איך קען נישט די זאכן, האט דער נשמה געזאגט, אז מען האט אים געהייסן קומען צום שוהל פונעם רמ"א, און גיין צו דעם וואס דאווענט אינדרויסן פונעם היכל ביהמ"ד און דאווענט נוסח ספרד,

האט דער מאור ושמש געזאגט איין זאך וואס איך קען דיר געבן, איז א פרק משניות וואס איך האב היינט געלערנט, דאס געב איך אוועק פאר דיין נשמה, גלייך איז דער נשמה ארויף אין הימל און געהאט א תיקון, ווען דער מאור ושמש האט דאס דערציילט פאר די תלמידים פונעם נועם אלימלך, האבן זיי אים געזאגט די ווייסט נישט ווי הויעך און שטארק דיין פרק משניות איז, אפילו די וואלסט פאר דעם נשמה נאר געגעבן א משנה וואס די האסט געלערנט, וואלט ער אויך געהאט א תיקון.

דער מאור ושמש האט גאר אסאך און געטריי באדינט זיין הייליגען רבין רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע, און ווען דער הייליגער מאור ושמש איז געווען ביי זיין רבין האט די רבי ר' אלימלך נאר געלאזט אים באדינען,

איינמאל בשעת דער מאור ושמש האט משמש געווען דעם רבין, איז ער געשלאפן אין פאדער צימער כדי צו קענען זיין גרייט ווען די רבי וועט אים דארפן, אינמיטן די נאכט בשעת דער הייליגער רבי ר׳ אלימלך האט אפגעראכטן תיקון חצות, האט דער מאור ושמש געדרימעלט אינעם פאדער צימער,

פלוצלונג הערט ער, אז דער רבי רופט אים און הייסט אים ברענגן א גלעזל טיי, ער איז געגאנגען בזריזות מקיים זיין דעם שימושו יותר מלימודו, און ער האט אריינגעטראגן צום רבין אין צימער א גלאז טיי,

צו זיין גרויס וואונדער זעהט ער דארט א איד א זקן מיט א אויסזען פון א מלאך אלקים, און ער רעדט מיטן רבין, און בשעת מעשה פליסן פון זייערע אויגן טייכן טרערן אן א אויפהער, און ווען דער הייליגער מאור ושמש האט דערזעהן דעם מראה ווי די צוויי מלאכים וויינען אזוי מיט בכיות, איז געפאלן אויף אים א געוואלדיגע פחד, און פון גרויס שרעק איז די טיי ארויס געפאלן פון זיינע הענט, און עס האט זיך אויסגעגאסן אויף דער ערד, און דער מאור ושמש איז גלייך ארויס געלאפן פון שטוב,

שוין זייענדיג אינדרויסן האט דער מאור ושמש נאך אלץ נישט געקענט קומען צו זיך פון דעם מראה, נאך מער איז געווען זיין וואונדער, ווי אזוי איז דער איד דער זקן אנגעקומען אינעם שטוב פון זיין רבין, אלע טירן זענען דאך געווען פארמאכט, און די איינציגסטע וועג אריין צום רבין, איז דאך דורך דעם פאדער צימער ווי ער איז געווען, דער מאור ושמש האט גלייך פארשטאנען אז דאס איז נישט קיין דבר פשוט, נאר עפעס העכערס איז דא פאר געקומען.

ווען דער מאור ושמש האט דאס אלעס איבער געטראכט, איז אויף אים געפאלן א געוואלדיגע שרעק און ער איז פון דעם געפאלן חלשות, נאך אפאר מינוט ווען ער האט זיך דערמינטערט, הערט ער ווי די רבי רופט אים נאכאמאל, איז ער אריין אין צימער פונעם רבין, און ער זעהט אז דער זקן איז שוין נישט אין צימער, האט דער רבי געפרעגט, פארוואס ער האט נישט געברענגט די טיי, האט דער מאור ושמש געענטפערט אז ער האט געברענגט די טיי, נאר פון שרעק האב איך אראפ געלאזט דאס גלעזל פון די האנט, און עס האט זיך אויסגעגאסן,

פרעגט די רבי פונעם מאור ושמש, וואס האסטו זיך אזוי דערשראקן, ענטפערט דער מאור ושמש, ווייל איך האב געזען זיצען אין צימער א זקן מיט א אויסזען פון א מלאך אלקים, איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי ער איז אריינגעקומען ווען אלע טירן זענען פארשפארט, און האט געווארפן אויף מיר אזא פחד ביז איך בין געפאלן אין א חלשות,

פרעגט דער הייליגער רבי אלימלך פון זיין תלמיד, "די קענסט אים טאקע נישט" האט דער מאור ושמש געזאגט ניין, האט דער רבי געזאגט, "וויי איז צו א זוהן וואס דערקענט נישט זיין פאטער, דער אלטער איד איז געווען אברהם אבינו, וואס איז זיך געקומען אפרעדן וואס דער גלות נעמט אזוי לאנג", און דערפאר האבן מיר ביידע אזוי געוויינט מיט דמעות שליש אויף די אריכת הגלות און דעם צער השכינה,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הרה"ק רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן הלוי זי"ע, בעל מאור ושמש, אב"ד קראקא. - א' תמוז תקפ"ג

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי לוי יצחק מברדיטשוב זי"ע האט אמאל געזאגט, אז דער הייליגער מאור ושמש, ווערט פאררעכנט צווישן זיינע תלמידים, און ווען דער הייליגער מאור ושמש זי"ע האט דאס געהערט, האט ער זיך שטארק געוואונדערט דערויף, ווייל ער פלעגט דאך קיינמאל נישט פארן צום הייליגן בארדיטשובער,

ביז ער האט זיך דערמאנט, אז ווען ער איז געווען א קינד פון פיר יאר, ווען ער האט נאך געוואוינט אין שטאט ניישטאט, האט אים זיין מאמע געשיקט דאווענען שחרית, און גייענדיג אויפ'ן וועג, האט ער באמערקט אז אסאך מענטשן זענען פארזאמלט, האט ער זיך נאכגעפרעגט וואס עס גייט דארט פאר, האט מען אים געענטפערט, אז דער הייליגער בארדיטשובער רב איז געקומען באזוכן דעם שטאט, איז ער אויך געבליבן דארט שטיין, און ער האט אינגאנצן פארגעסן אז ער איז יעצט אונטערוועגס צום דאווענען,

די גאנצע צייט וואס דער הייליגער בארדיטשובער האט געדאווענט, איז דער הייליגער מאור ושמש געשטאנען אינטער זיין טלית, און נאכדעם וואס דער הייליגער בארדיטשובער האט געענדיגט דאווענען, האט דער מאור ושמש געגעסן פון די ברויט וואס זיין מאמע האט אים מיט געגעבן, פארגעסענדיג אז ער האט נאך נישט געדאווענט, און ער האט גלייך שטארק חרטה געהאט אז ער האט געגעסן פאר'ן דאווענען, און ער האט אויפן פלאץ תשובה געטאן דערויף, און זיך פאר גענומען אז מער וועט ער דאס נישט טאן, און וויבאלד ער האט תשובה געטאן דורך די מעשה וואס האט פאסירט ביים הייליגן בארדיטשובער, ווערט ער פאררעכנט אלס זיינס א תלמיד.

בשנת ת"ר ווען דער ספר מאור ושמש איז שוין געווען גרייט צו ווערן געדריקט, איז דער זון הרה"ק רבי אהרן זי"ע ארום צו צדיקי הדור פאר הסכמות, ובתוכם איז ער געגאנגען צו הגה"ק בעל ארי' דבי עילאי זי"ע, וואס האט געהייסן אז מען זאל דעם ספר געבן דעם נאמען "מאור ושמש", און די טעם איז געווען ווייל די הייליגע דברי תורה פונעם טאטן באלייכטן די אויגן פון אידישע קינדער מיט די קדושה כלשון קדשו "המשכילים יזהירו כזוהר הרקיע וכשמש וירח", און בשנת תר"ב איז די ספר ארויס געקומען דאס ערשטע מאל,

נאכן פטירה פונעם הייליגן תפארת שלמה זי"ע האט זיך דער זון רבי אהרן זי"ע מדבק געווען אינעם הייליגען דברי חיים מצאנז זי"ע, איין מאל ווען ער איז געווען אין צאנז איז געקומען די בשורה אז עס איז נסתלק געווארן אין שטאט קראקא הרה"ק רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זי"ע און מען האט דעם צדיק געלייגט אויף די רעכטע זייט פונעם טאטן דער הייליגען מאור ושמש זי"ע,

דער זון פונעם מאור ושמש רבי אהרן זי"ע האט געהאט פון דעם גאר שטארקע חלישת הדעת, וויבאלד דער טאטע איז געלעגן ביים וואנט פון דעם ביה"ח, און די חלקה נעבן דעם טאטן איז געווען אוועק געלייגט פאר אים לאחר מאה ועשרים, אבער יעצט האט מען געלייגט רבי שלמה זלמן זי"ע דארט,

די משעה פארוואס מען האט רבי שלמה זלמן זי"ע געלייגט נעבן דעם מאור ושמש זי"ע, איז ווייל ווען ער איז געווען א קינד, איז איינמאל דער הייליגער מאור ושמש זי"ע דורך געפארן דעם שטאט פאצינוב ווי דער טאטע פון רבי שלמה זלמן האט געוואוינט, דער מאור ושמש איז איין געשטאנען ביי זיי אין שטוב, מען האט פארן מאור ושמש אוועק געגעבן דעם בעט פונעם קינד שלמה זלמן,

דער קינד שלמה זלמן ווען ער האט געהערט, אז מען האט זיין בעט אוועק געגעבן פארן צדיק, האט זייער געוויינט אז מען האט זיין בעט אוועק געגעבן, און ווען דער מאור ושמש האט געהערט ווי דאס קינד וויינט, האט ער דעם קינד געבעטן אריין צו קומען אין בעט מיט אים, און צופרי ווען די עלטערן האבן געבעטן מחילה פונעם מאור ושמש, אז עס איז אים זיכער נישט געווען אזוי געשמאק צו שלאפן אינעם בעט מיטן קינד, האט דער הייליגער מאור ושמש געזאגט בזה"ל, "מיט דעם קינד איז געווען א געשמאק צו שלאפן" און דאס האט דער צדיק גענומען אלס א סימן אז ער וועט זוכה זיין צו ליגן נעבן דעם צדיק לאחר מאה ועשרים שנה,

ווען דער הייליגער זון רבי אהרן זי"ע איז אריין צום צאנזער רב זי"ע, און זיך אויס גערעדט אז מען האט אים אוועק גענומען זיין חלקה נעבן זיין טאטן אין קראקא, האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע געזאגט, עס איז דאך נישט געווען קיין פלאץ פאר רבי שלמה זלמן אויך נישט, וויבאלד די חלקה ווי דער טאטע ליגט איז גאר א קליינע, און עס איז געווען ממש פיל, איז אויב האט מען געטראפן פאר אים א פלאץ, וועט מען פאר דיר אויך טרעפן א פלאץ, דערפאר האט רבי ארון געשריבן א צוואה אז מען זאל אים לייגן נעבן דעם טאטן,

ווען רבי אהרן איז נסתלק געווארן, און מען האט אויף געמאכט דעם צוואה, זענען די חברה קדישא דערציטערט געווארן, וויבאלד זיי האבן דאך געוויסט אז עס איז נישט דא קיין פלאץ נעבן דעם הייליגען מאור ושמש, אבער לפלא ווען מען האט דעם גוף קדוש געברענגט לקבורה, האט מען געטראפן אז דער טאטע דער הייליגער מאור ושמש האט געמאכט פלאץ אויפן לינקען זייט פון זיין ציון, און דארט איז דער צדיק רבי אהרן נטמן געווארן,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הרה"ק רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן הלוי זי"ע, בעל מאור ושמש, אב"ד קראקא. - א' תמוז תקפ"ג

פאוסט דורך ניקל »

אין די צייט ווען דער הייליגער מאור ושמש איז געזעצן אויף קעסט ביי זיין שווער אין קראקא, און אסאך פונעם שטאט האבן שוין געוויסט פון זיין גדלות, האט פאסירט א מעשה,

עס איז געווען פסח ביינאכט, וואס ווי באקאנט, אז ביי די חסידים פירט מען זיך צו זאגן הלל בציבור נאך מעריב, און דער הייליגער מאור ושמש פלעגט דאווענען אונעם שוהל פונעם רמ"א, און דער הייליגער רמ"א שרייבט, "אז מיר פירן זיך נישט אזוי", און רוב פון דעם שטאט זענען נישט געווען אויפן דרך החסידות, און מען האט דארט אין שטאט נישט געזאגט קיין הלל כפי דער מנהג פונעם רמ"א,

אבער דער מאור ושמש האט זייער משתוקק געווען צו זאגן הלל דארט אין שוהל נאך מעריב, דערפאר האט ער געווארט ביז דער עולם איז ארויס, און נאכדעם האט דער מאור ושמש מיט נאך אפאר חסידים ויראי ד' געזאגט הלל מיט א גרויס התעוררות דקדושה, פארשטייט זיך די צווייטע נאכט איז שוין געווען א מנין אידן וואס זענען געבליבן נאך מעריב, צו זאגן הלל מיטן מאור ושמש מיט גרויס מתיקות און התלהבות,

חול המועד ווען די רבנים און דיינים פונעם שטאט זענען געוואר געווארן וואס דער אינגערמאן האט דא געטון, האט מען זיך צוזאם געזעצט צו מחליט זיין וואסערע עונש צו געבן פארן מאור ושמש, פארן זאגן הלל אין די ביהמ"ד פונעם הייליגען רמ"א, וואס דער מנהג איז געווען דארט נישט צו זאגן קיין הלל,

דאס בית דין האט געלאזט רופן דעם מאור ושמש אין אים געפרעגט, וויאזוי ער האט זיך דערוואגט צו טוהן אזא זאך, צו זאגן הלל אין רמ"א'ס שוהל קעגן דעם פסק וואס דער רמ"א אליין האט געזאגט,

האט דער מאור ושמש געענטפערט, רבותי אזא לשון וואס דער רמ"א שרייבט דא טרעפט מען נישט אין גאנצן שולחן ערוך, "אז מען פירט זיך בכלל נישט אזוי", דאס איז גאר שארפע דיבורים, נאר וואס דען איז פשט, מיז זיין אז דער הייליגער רמ"א האט זיך באקלאגט און באדויערט, אז מיר פירן זיך נישט אזוי, און אין אמת'ן האט דער רמ"א אויך געהאלטן אז דאס איז א חשובע מנהג, און גאר געפרעגט פארוואס מיר טוהן נישט אזוי, די דיינים האבן אן גענומען די רייד פונעם מאור ושמש, און מען האט אים נישט באשטראפט אויפן זאגן הלל פסח ביינאכט אין שוהל.

הרה"ק רבי ארון מקראקא זי"ע דער גרויסער זון פונעם הייליגען מאור ושמש זי"ע האט דערציילט, אז איינמאל איז ער געפארן מיטן טאטן צום ציון פון זיין רבין דער הייליגער נועם אלימלך זי"ע, און דער מאור ושמש האט זייער געבעטן פון זיינע תלמידים און פון זיין זון אז קיינער זאל נישט אריינקומען מיט אים אונעם אוהל,

טאקע ווען מען איז אנגעקומען, איז דער מאור ושמש אליין אריין און זיך פארשפארט אינעם אוהל, אבער ווען זיי האבן געזען אז עס נעמט שוין גאר לאנג און דער צדיק קומט נישט ארויס, האבן זיי אויף געמאכט דעם טיר מיט געוואלד, און זיי האבן געזען דעם צדיק דער מאור ושמש אויס געלייגט אויפן ציון בפישוט ידים ורגלים, אין ער איז געווען אין א מוראדיגע דביקות, מען האט אים פראבירט אויף צו וועקן פון זיין דביקות, אבער עס איז נישט געגאנגען, האט מען אים מיט געוואלד אויפגעוועקט,

ווען דער מאור ושמש האט זיך דערוועקט האט ער געזאגט מיט א צובראכענקייט, "וואס האט עטץ מיר געטוהן, ווען עטץ וואלט מיר געלאזט ליגען פאר נאך איין מינוט, וואלט איך געגאנגען מיט דעם רבין אין גן עדן אריין", און ווי מען פארציילט האט דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע וועגן די מעשה, געלאזט מאכן א גדר ארום דעם ציון פונעם הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 11869
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 25848

Re: הרה"ק רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן הלוי זי"ע, בעל מאור ושמש, אב"ד קראקא. - א' תמוז תקפ"ג

פאוסט דורך ניקל »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 1:29 am די תורה אין פרשת משפטים וועגן דאווענען מיט מנין, גיין אין מקוה, וכו וכו' וכו'
Screenshot_20240707_205145_OneDrive.jpg
Screenshot_20240707_205145_OneDrive.jpg (440.08 KiB) געזען געווארן 120 מאל
שרייב פאוסט