בלאט 1 פון 2

בד"ה: הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל, מח"ס סייעתא דשמיא

געפאוסט: מוצש"ק יולי 06, 2024 10:23 pm
דורך רואה חשבונות
דער גרויסער מוסר שיעורים און מחבר ספרים פון סיעתא דשמיא דשמיא איז ליידער נפטר געווארן נאך א לענגערע געראנגל מיט יענע מעשה ימ”ו אין עלטער פון 77 יאר לדאבון לב לשמוע שיעוריו וספריו.

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: מוצש"ק יולי 06, 2024 10:30 pm
דורך Spa 42
תורה תורה חגרי שק.

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: מוצש"ק יולי 06, 2024 10:46 pm
דורך Spa 42
רבי שמעי' האט אלס בחור געלערנט אין ליובאוויטש אין פאריז.

שפעטער איז אריבער געקומען לערנען אין סאטמאר.

ארויסגעגעבן א פירוש אויף ששה סדרי משנה און אויף חו"ר.

פארגעלערנט הערליכע שיעורים מתוק מדבש.

ארויסגעגעבן א ספר בירור הדברים אויפן איסור זיך משתתף צו זיין אין די בחירות אין מדנ"י.

איבערגעלאזט א הערליכע שטוב, קינדער און אייניקלעך לומדי תורה.


אבידה שאין לו תמורה.

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: מוצש"ק יולי 06, 2024 11:21 pm
דורך רואה חשבונות
לויה

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 12:42 am
דורך שאינו יודע לשאול
וויי געוואלד.

מען רייסט פון אונז שטיקער.

לכו ונשובה אל ה', נישטא קיין אנדער ווערטער.

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 2:08 am
דורך אנדערער
וויי וויי וויי. נישטא קיין ווערטער

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 2:35 am
דורך רואה חשבונות
פאר פונקט 50 יאר צוריק, אום ו' חוקת איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג אויף פענן סטריט א שרעקליכע שריפה אינעם הויז פון רבי שמעי'. א מאמע מיט צוויי קינדער זענען נעבעך אומגעקומען ר"ל.

די אומגעקומענע האבן געוואוינט אויפן אויבישטן שטאק און רבי שמעי' אויפן צווייטן שטאק. ער מיט זיין משפחה זענען דעמאלס געווען אין א גרויסע סכנה, אבער זיי זענען בחסדי ה' געראטעוועט געווארן. ער איז נפטר געווארן פונקט 50 יאר שפעטער!

יהא זכרו ברוך!

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 10:00 am
דורך איך
אפדעט סדר הלוי'
שמעי'.png
שמעי'.png (765.77 KiB) געזען געווארן 1637 מאל

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 10:28 am
דורך איך
דער גאון וועט קומען לקבירה אין ביה"ח דקרית יואל סמוך ונראה צום ציון הקדוש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 12:07 pm
דורך בערל דער פייפער
איך האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 10:28 am דער גאון וועט קומען לקבירה אין ביה"ח דקרית יואל סמוך ונראה צום ציון הקדוש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע
https://satmarck.com/?accountId=2797

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 2:31 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
אוי וויי און ביטער פאר אונז אלעס נעמט מען אונז אוועק. רבי שמעיה איז געווען א שטאלץ פאר סאטמאר א עכטע תלמיד פון רבין ז"ל וואס האט געוויזן פאר די וועלט וואס עס מיינט א איד מלא תורה אויפן היימישן ערליכן שטייגער, מיט די עכטע דרך הלימוד, מיט עכטע חכמת התורה, די פירוש המשניות ליגט היינט אין יעדע ליטווישע מקום תורה, און זיין ענות חן, זיין שאיפה משפיע צו זיין בלויז ריינע תורה אן קיין שטותים ארום.

ער האט לעצטנס געזאגט פאר מערערע אידן מזאל מתפלל זיין פאר אים פאר איין סיבה. "איך זאל נאך קענען ענדיגן אויסגעבן די סיעתא דשמיא אויף גאנץ משניות". נאר דאס האט ער געהאפט און ארויסגעקוקט אויף. ליידער ליידער האט כלל ישראל נישט זוכה געווען, ליידער זענען מיר דאס נישט ווערד געווען, כאטש די לעצטע פאר טעג האט אויסגעזען ווי זאכן ווערן בעסער, פרייטאג האט מען שוין אנגעהויבן דייאלאסיס כאטש א וואך בעפאר האט מען זיך שוין געזעגנט, ס'האט שוין יעצט אויסגעזען אז די תפילות זענען יא נתקבל געווארן, אבער צו אלעמענס שאק איז געווען נצחו אראלים את המצוקים, די גזירה איז שוין יא געווען נחתם, און רבי שמעי' איז מער נישט דא מיט אונז.

דער דריטער פארלוסט פון א גרויסן לייב ביי כלל ישראל אין די דריטע וואך אין א צי. ס'איז זייער ביטער וואסערע דור יתום מיר זענען שוין. אביסל אמת, אביסל תורה, אביסל ערנסקייט, אביסל אמת'דיגע עבודת השם, אוי מי יתן לנו.

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 4:32 pm
דורך איטשע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (128.13 KiB) געזען געווארן 1213 מאל
unnamed.jpg
unnamed.jpg (120.51 KiB) געזען געווארן 1213 מאל

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 4:47 pm
דורך פופציגער
א גרויסע פארלוסט פאר'ן דור!

א געהויבענער איד געווען, א תלמיד חכם מופלג, אן אויסגערופענער מרביץ תורה וואס איז געווען געשעצט ביי היימישע אידן פון אלע קרייזן, און דאך געשטאנען ווייט פון כבוד, האלטנדיג מגמת נפשו בלויז אויף הרבצת התורה מיט לויטערקייט און אן קיין זייטיגע אינטערעסן.

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 5:44 pm
דורך לא ימושו מפיך
אין קרית יואל וועט מספיד זיין כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א און הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 6:11 pm
דורך דאפלטער
ווי האלט מען ביים לוי'?

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 6:38 pm
דורך להגדיל הטראסק
האדמו"ר מהרא איז מספיד

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 6:40 pm
דורך להגדיל הטראסק
"רבינו הקדוש מסדר המשניות וועט אים מחזיק טובה זיין בעולם העליון"

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 6:41 pm
דורך להגדיל הטראסק
זעלטענע הפלגות! זעלטענע דיבורים ובפרט פון רבי'ן וואס געבט זיך זייער אכטונג כידוע.

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 6:41 pm
דורך להגדיל הטראסק
ירושלימער רב מספיד

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 6:43 pm
דורך להגדיל הטראסק
גענדיגט הספדים

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 6:44 pm
דורך לא ימושו מפיך
די רבי האט זייער געוויינט.
צום סוף האט מען געהערט קורצע דברי הספד פונעם ירושלים רב שליט"א

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 8:07 pm
דורך totty2024
מעמד הלוי הגה"צ רבי שמעי גרינבוים זצ"ל ביהמד הגדול קרית יואל חלק א הגאון האדיר זקן ראשי ישיבות רבי אליקים שלעזינגער שליט"א
https://portal.teleground.com//media/sa ... 039300.wav

מעמד הלוי הגה"צ רבי שמעי גרינבוים זצ"ל ביהמד הגדול קרית יואל חלק ב הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליטא
https://portal.teleground.com//media/sa ... 573400.wav

מעמד הלוי הגה"צ רבי שמעי גרינבוים זצ"ל ביהמד הגדול קרית יואל חלק ג הרב יצחק אליעזר וואלדמאן
https://portal.teleground.com//media/sa ... 497400.wav

מעמד הלוי הגה"צ רבי שמעי גרינבוים זצ"ל ביהמד הגדול קרית יואל חלק ד הרה"ג רבי אהרן יוסף ראזענבוים חתן הנפטר
https://portal.teleground.com//media/sa ... 544900.wav

מעמד הלוי הגה"צ רבי שמעי גרינבוים זצ"ל ביהמד הגדול קרית יואל חלק ה דברות קודש כ"ק רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א
https://portal.teleground.com//media/sa ... 948000.wav

מעמד הלוי הגה"צ רבי שמעי גרינבוים זצ"ל ביהמד הגדול קרית יואל חלק ו כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א
https://portal.teleground.com//media/sa ... 590500.wav

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 9:00 pm
דורך אנדערער
קראסנא רב האט נישט מספיד געווען? ער איז א כהן

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 10:41 pm
דורך totty2024
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 9:00 pm קראסנא רב האט נישט מספיד געווען? ער איז א כהן
ער האט מספיד געווען אינדרויסן פון ביהמ"ד אין לפידות

Re: בד"ה הרה"ג רבי שמעי' גרינבוים ז"ל מח"ס סיעתא דשמיא

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 11:15 am
דורך שאינו יודע לשאול
מסע הלוויה אין מחנה לפידות.
aDr8R7q_wide_m.jpeg
aDr8R7q_wide_m.jpeg (93.73 KiB) געזען געווארן 1088 מאל
aIvrDbJ_wide_m.jpeg
aIvrDbJ_wide_m.jpeg (37.18 KiB) געזען געווארן 1088 מאל