בלאט 9 פון 21
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:06 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:09 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:02 pm
דאס רעדן צו די פרעסע איז עקסלאסיוו פאר די רעבעצינ'ס פלומעניק?
ניין, ואכמ"ל.
דאן פארוואס מעג עס נישט הרב וואקסמאן טון?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:10 pm
דורך צווייזייטיג
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 3:01 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 2:57 pm
די עסקנים פארן יעצט אראפ צו א געוויסע פלאץ אין ניו דזשערסי, מיט א מעגליכקייט נאך צו קאנפירמען היינט דערויף.
ווי ווייט פון די היימישע געגענטער?
אויב איז עס
דאס, איז עס ארום 1.5/2 שעה פון וומב"ס, לעיקוואוד, און קעי-זשעי.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:12 pm
דורך דער תהלים איד
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:06 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:09 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:02 pm
דאס רעדן צו די פרעסע איז עקסלאסיוו פאר די רעבעצינ'ס פלומעניק?
ניין, ואכמ"ל.
דאן פארוואס מעג עס נישט הרב וואקסמאן טון?
הרב וואקסמאן איז נישט קיין פרעסע רעדנער.
א רב טאר נישט רעדן צום ציבור אויף ענגליש ביי אונז.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:13 pm
דורך דער תהלים איד
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:10 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 3:01 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 2:57 pm
די עסקנים פארן יעצט אראפ צו א געוויסע פלאץ אין ניו דזשערסי, מיט א מעגליכקייט נאך צו קאנפירמען היינט דערויף.
ווי ווייט פון די היימישע געגענטער?
אויב איז עס
דאס, איז עס ארום 1.5/2 שעה פון וומב"ס, לעיקוואוד, און קעי-זשעי.
מען קוקט יעצט למעשה אויף מער ווי איין פלאץ, מען ווארט אויף תשובות, ס'קען זיין אז מ'וועט מוזן טוישן אויף א צווייטע טאג.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:28 pm
דורך דעת קדשי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:12 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:06 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:09 pm
ניין, ואכמ"ל.
דאן פארוואס מעג עס נישט הרב וואקסמאן טון?
הרב וואקסמאן איז נישט קיין פרעסע רעדנער.
א רב טאר נישט רעדן צום ציבור אויף ענגליש ביי אונז.
גראדע ביי פראטעסטן ווען די רביז''ל האט געלעבט האט מען גערעדט ענגליש בפניו פונעם רבי'ן ז''ל
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:36 pm
דורך וואלף
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:28 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:12 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:06 pm
דאן פארוואס מעג עס נישט הרב וואקסמאן טון?
הרב וואקסמאן איז נישט קיין פרעסע רעדנער.
א רב טאר נישט רעדן צום ציבור אויף ענגליש ביי אונז.
גראדע ביי פראטעסטן ווען די רביז''ל האט געלעבט האט מען גערעדט ענגליש בפניו פונעם רבי'ן ז''ל
פארן ציבור אדער פאר די פרעסע?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:37 pm
דורך דעת קדשי
וואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:36 pm
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:28 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:12 pm
הרב וואקסמאן איז נישט קיין פרעסע רעדנער.
א רב טאר נישט רעדן צום ציבור אויף ענגליש ביי אונז.
גראדע ביי פראטעסטן ווען די רביז''ל האט געלעבט האט מען גערעדט ענגליש בפניו פונעם רבי'ן ז''ל
פארן ציבור אדער פאר די פרעסע?
ביידע
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:47 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
@דעת קדשי מהיכי תיתי? ווער האט דעמאלס גערעדט צום ציבור דרשות אויף ענגליש? וועלכע רב? אדרבה איך בין נייגעריג.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:50 pm
דורך דעת קדשי
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:47 pm
@דעת קדשי מהיכי תיתי? ווער האט דעמאלס גערעדט צום ציבור דרשות אויף ענגליש? וועלכע רב? אדרבה איך בין נייגעריג.
איך בין נישט דארט געווען.
כך שמעתי
אדרבה אז דו ווייסט פארקערט קום אריין מיט פרטים
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:53 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
@דעת קדשי איך בין זייער שוואך אין היסטאריע און איך ווייס נישט צו זאגן. אבער וואס דו זאגסט איז א חידוש ממילא פרעג איך די נאמען ווער עס האט גערעדט.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:53 pm
דורך וואלף
את פתח לו האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:43 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:42 pm
את פתח לו האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 5:35 pm
רבי יוחנן הסנדלר אומר, כל כנסיה שהיא לשם שמים, סופה להתקיים.
ושאינה לשם שמים, אין סופה להתקיים.
@את פתח לו האלט אז עס גייט יא זיין... אקעי. לאמיר זען.
איך האלט גארנישט, איך שרייב א מאמר חז״ל.
וואס די אמת איז וועט זיך יעדער איבערצייגן אליינס!
כאילו מיר ווייסן וואס מיינט ''להתקיים'', מיר קוקן מיט קורצזיכטיגע בליקן פון א 70 לעבנס-יארן מענטשעלע, מיר זעען א מייקראסקאפישע טייל פון א ריזן בילד און טייטשן עברי טייטש, כנסי' = כנסי', להתקיים = להתקיים, אין הימל זעט מען אנדערש
הגע בעצמך, אסאך שלא לשם שמים'ס שטייען שוין אסאך יארן, וואס דארף מען מער ווי די מדינה הטמאה וואס שטייט שוין ליידער אזויפיל יארן, סופה להתקיים? מיינט דאס אז די ציוניסטישע קאנפרענצן על ה' ועל משיחו איז סופה להתקיים חס מלהזכיר?
נאר ווי דער מדרש ברענגט פון דער הגמון וואס האט שוין געפרעגט פון רבי אליעזר די קשיא, ס'שטייט שפת אמת תכון לעד ועד ארגיעה לשון שקר, און אונז שטייען שוין אזויפיל יארן, און רבי אליעזר האט געענטפערט ס'שטייט 'תכון' ס'וועט נאך געגרינדפעסטיגט ווערן, מ'האלט נאכנישט ביים תיכון און ביים לעד וואס מיר האבן נישט יעצט קיין השגה מיט אונזערע 5784 יאריגע מושגים וואס מיינט דאס לעד
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:59 pm
דורך ירא השם
ר' משה האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 11:56 am
ווי אנדערע זאגן שוין דא, גאר אסאך שמועות וואס גייען ארום זענען @פעיק ניוז (נד"נ).
ביידע סאטמארע קהלות זענען ווייטער פאראייניגט אינאיינעם מיט די ליטווישע און אלע אנדערע קהילות, און קיינער גייט זיך נישט ארויסציען ווייל ס'איז אן דרשות, דאס איז בעצם וואס מ'האט געהאט אפגעשמועסט פון די ערשטע מינוט און דאס איז בע"ה מקובל על הכל.
פערזענליך בין איך געווען א באטייליגטער ביי די ערשטע אסיפה,
ווען איז געווען דעי אסיפה?
כ"ו אב נאך די יארצייט סעודות
דער תהלים איד, מ' זעט דיך אויף די בילדער?
א נארישע קשיא, דער רבי מהר"א איז א זידטשויבער אייניקעל?
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 5:04 pm
דורך צווייזייטיג
ס'איז געווען עטליכע 'ערשטע' אסיפות... און ס'איז דא אונטערגעשריבענע צעטלעך אויך.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 5:06 pm
דורך דעת קדשי
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:53 pm
@דעת קדשי איך בין זייער שוואך אין היסטאריע און איך ווייס נישט צו זאגן. אבער וואס דו זאגסט איז א חידוש ממילא פרעג איך די נאמען ווער עס האט גערעדט.
געטראפן אין ארכיוון
תשי"ז - ו' תשרי - ברחובה של עיר יוניאן סקווער - אודות רצח ר' פנחס סעגעלאוו - השתתפו: האדמו"ר מסאטמאר, הרבנים שטייף, צעהלים, פאפא, סיגעט, ריסקאווא, שפאראן, קראסנא, אויוואר, שארמאש, בארדיוב, טשאקאווא, טארטיקוב, ועוד, הגר"א קאטלער, הגר"מ פיינשטיין, הגר"א קאלמענאוויטש, הגר"א יפה'ן, הגר"ד ליפשיץ, הגר"מ זאקס, ועוד. הרב מקראסנא פתח בפרקי תהלים, נאמו וואידיסלאב, פאלטישאן, קראסנא.
הדרשות תרגמו ללשון המדינה ע"י הרב דוב ליווי. התפללו מנחה והש"ץ היה ר' משה יוסף שווארץ.
אפשר איז תרגם אנדערש כווייס נישט
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 5:47 pm
דורך שמח
ירא השם האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:59 pm
ר' משה האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 11:56 am
ווי אנדערע זאגן שוין דא, גאר אסאך שמועות וואס גייען ארום זענען @פעיק ניוז (נד"נ).
ביידע סאטמארע קהלות זענען ווייטער פאראייניגט אינאיינעם מיט די ליטווישע און אלע אנדערע קהילות, און קיינער גייט זיך נישט ארויסציען ווייל ס'איז אן דרשות, דאס איז בעצם וואס מ'האט געהאט אפגעשמועסט פון די ערשטע מינוט און דאס איז בע"ה מקובל על הכל.
פערזענליך בין איך געווען א באטייליגטער ביי די ערשטע אסיפה,
ווען איז געווען דעי אסיפה?
כ"ו אב נאך די יארצייט סעודות
דער תהלים איד, מ' זעט דיך אויף די בילדער?
א נארישע קשיא, דער רבי מהר"א איז א זידטשויבער אייניקעל?
כ'מיין ער האט גערעדט פון א פריערע אסיפה, כ'בין נישט זיכער.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 5:48 pm
דורך ווערווייס
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 5:06 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:53 pm
@דעת קדשי איך בין זייער שוואך אין היסטאריע און איך ווייס נישט צו זאגן. אבער וואס דו זאגסט איז א חידוש ממילא פרעג איך די נאמען ווער עס האט גערעדט.
געטראפן אין ארכיוון
תשי"ז - ו' תשרי - ברחובה של עיר יוניאן סקווער - אודות רצח ר' פנחס סעגעלאוו - השתתפו: האדמו"ר מסאטמאר, הרבנים שטייף, צעהלים, פאפא, סיגעט, ריסקאווא, שפאראן, קראסנא, אויוואר, שארמאש, בארדיוב, טשאקאווא, טארטיקוב, ועוד, הגר"א קאטלער, הגר"מ פיינשטיין, הגר"א קאלמענאוויטש, הגר"א יפה'ן, הגר"ד ליפשיץ, הגר"מ זאקס, ועוד. הרב מקראסנא פתח בפרקי תהלים, נאמו וואידיסלאב, פאלטישאן, קראסנא.
הדרשות תרגמו ללשון המדינה ע"י הרב דוב ליווי. התפללו מנחה והש"ץ היה ר' משה יוסף שווארץ.
אפשר איז תרגם אנדערש כווייס נישט
זיכער איז עס אנדערש
און לפי ששמעתי וואס מהר"א האט ארויסגעברענגט, די עיקר תקנה איז אז א רב זאל נישט רעדן בלשון לאומים פארן ציבור
די שאלה צו דער הרב דוב ליווי איז א רב, אבער דאס זעהסטו שוין ער האט נישט גערעדט צום ציבור, ער האט גערעדט צו די פרעסע
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 5:49 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ירא השם האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:59 pm
ר' משה האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 11:56 am
ווי אנדערע זאגן שוין דא, גאר אסאך שמועות וואס גייען ארום זענען @פעיק ניוז (נד"נ).
ביידע סאטמארע קהלות זענען ווייטער פאראייניגט אינאיינעם מיט די ליטווישע און אלע אנדערע קהילות, און קיינער גייט זיך נישט ארויסציען ווייל ס'איז אן דרשות, דאס איז בעצם וואס מ'האט געהאט אפגעשמועסט פון די ערשטע מינוט און דאס איז בע"ה מקובל על הכל.
פערזענליך בין איך געווען א באטייליגטער ביי די ערשטע אסיפה,
ווען איז געווען דעי אסיפה?
כ"ו אב נאך די יארצייט סעודות
דער תהלים איד, מ' זעט דיך אויף די בילדער?
א נארישע קשיא, דער רבי מהר"א איז א זידטשויבער אייניקעל?
דא שרייבט ער אנדערש
viewtopic.php?p=124148#p124148
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 6:45 pm
דורך דער תהלים איד
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:10 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 3:01 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 2:57 pm
די עסקנים פארן יעצט אראפ צו א געוויסע פלאץ אין ניו דזשערסי, מיט א מעגליכקייט נאך צו קאנפירמען היינט דערויף.
ווי ווייט פון די היימישע געגענטער?
אויב איז עס
דאס, איז עס ארום 1.5/2 שעה פון וומב"ס, לעיקוואוד, און קעי-זשעי.
די דאזיגע ספעציפיש איז נישט אוועילעבל.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 6:58 pm
דורך לינדען תושב
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 6:45 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:10 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 3:01 pm
ווי ווייט פון די היימישע געגענטער?
אויב איז עס
דאס, איז עס ארום 1.5/2 שעה פון וומב"ס, לעיקוואוד, און קעי-זשעי.
די דאזיגע ספעציפיש איז נישט אוועילעבל.
סאיז בכלל געווען אזא צד? סהאט דאך נאר 25,000 זיצן.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 7:49 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
לינדען תושב האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 6:58 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 6:45 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 4:10 pm
אויב איז עס
דאס, איז עס ארום 1.5/2 שעה פון וומב"ס, לעיקוואוד, און קעי-זשעי.
די דאזיגע ספעציפיש איז נישט אוועילעבל.
סאיז בכלל געווען אזא צד? סהאט דאך נאר 25,000 זיצן.
אוי דו ביסט נאאיוו... דו ווייסט נישט אז מען פארקויפט אלעמאל שווערע טויזנטער "סטענדינג טיקעטס" און נאך ענליכס...
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 8:34 pm
דורך בן תורה
אפדעיט:
הרה"ח ר' חיים שלמה פישער משב"ק כ"ק מרן רבינו שליט"א האט נארוואס אנגערופן הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א בשליחות מרן רבינו שליט"א מכבד זיין ער זאל קומען צום גרויסן עצרת אויפטרעטן ביים מעמד.
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 8:38 pm
דורך נפתלי
בן תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 8:34 pm
אפדעיט:
הרה"ח ר' חיים שלמה פישער משב"ק כ"ק מרן רבינו שליט"א האט נארוואס אנגערופן הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א בשליחות מרן רבינו שליט"א מכבד זיין ער זאל קומען צום גרויסן עצרת אויפטרעטן ביים מעמד.
דאס איז א המשך צי די אפדעיט..
viewtopic.php?p=124084#p124084
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 8:57 pm
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 16, 2024 7:40 pm
אין די מינוטן האט זיך געענדיגט דער אסיפה בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א), איבער די בעפארשטייענדע יום תפילה ועצרת, וואו עס זענען געווען אנוועזנד די ראשי ישיבות הגאון ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג, און הרה"ג ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר.
עס איז בס"ד באשטימט געווארן צו גיין פאראויס מיט די פלענער פאר איין גרויסע אסיפה פון אלע שיכטן און קרייזן בחוצות העיר, לויט די פאראויס באשטימטע פארשריפטן וואס מען האט באשלאסן אינמיטן זומער ווען מען האט מחליט געווען אינאיינעם אויפ'ן געמייזנאמער עצרת, אז עס וועט זיין מיוחד פאר תפלה ובקשה ברוב עם, אן קיין דרשות.
אנשטאט דרשות וועט מען ענדערשט צוגרייטן א פראפעסיאנאלע סטעיטמענט פאר די פרעסע וואס זאל אויסרופן דעם שטערקסטן קול מחאה וקידוש שם שמים אין די ברייטע גאס, אין די זעלבע צייט וואס מיר רייסן איין פאר רחמי שמים מיט פסוקי תהלים וסליחות מיט א תפילת רבים פון רבבות ישראל!
דער רבי שליט"א האט באטאנט מען זאל שפענדן עקסטערע געלטער דערויף, זיכער צו מאכן אז די פרעסע באקומט דעם ריכטיגן מעסעדזש וואס זאל אפהילכן מסוף העולם ועד סופו.
מען האט דערביי קלאר דן געווען איבער א טויש וואס טייל האבן געוואלט מאכן אנדערש ווי אפגעשמועסט, אז ס'זאל יא זיין דרשות. די החלטה איז געבליבן אז מ'זאל בלייבן מיט'ן פלאן וואס מ'האט אינאיינעם אפגעשמועסט ביים ערשטן אסיפה אינמיטן זומער ווי געזאגט, וואס יענע החלטה איז געווען געמאכט לתועלת הענין נישט אריינצופאלן אין קיין שוועריקייטן מכמה צדדים ווי יעדער פארשטייט.
אויך איז געווארן באשטימט עפ"י בקשת די גדולי ראשי ישיבות, אז די עצרת זאל פארקומען אין ניו דזשערסי, נענטער צו די ישיבה'ישה שטעט וואו די בני תורה האלטן אצינד אין אן אנהויב זמן.
אצינד וועלן די עסקנים שפאנען פאראויס און מסדר זיין אלע טעכנישע דעטאלן אויסצופירן דעם רצון פון אלע גדולי ישראל, און אהערשטעלן דעם ריזן פארזאמלונג לעורר רחמי שמים על אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש הנתונים בצרה ובשבי' אונטער די ביטערע גזירה ווען דער ממשלת הרשעה האט דערגרייכט א פולקאמע גזירת גיוס וואס באדראעט אלע חרדישע בחורים מיט טורמע אדער שמד רח"ל.
דאס יהדות החרדית איז געשפאנט און האפט צו קענען באווייזן דעם היסטארישן געשעעניש, און קיין שום מכשולות וועלן נישט אריינקומען צו ח"ו שטערן די פלענער, ווען דער שטן האט אין די לעצטע וואכן אין טעג פרובירט מיט אלעם מעגליך צו לייגן שטיינער אין וועג.
ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר.
אין ווייטערדיגע באריכטן איז היינט איבער'ן טאג געווען פארשידענע ווייטערדיגע פארהאנדלונגען איבער א סדר המעמד, ווען די עסקנים האבן געברענגט פאר'ן סאטמאר רבי'ן (מהר"א) גרוסן פון מערערע קהילות קדושות וועלכע זענען מסכים עס זאל זיין קאנצעטרירטע דרשות בעפאר די אמירת פרקי תהלים והתעוררות רחמים, און ס'איז גאר מעגליך אז געוויסע וועלן קומען נאר דוקא אויף דעם אופן וכו'.
זייענדיג שוין געמאכט א פלאן צו לאדענען
הגה"צ המשפיע ר' צבי מאיר זילבערגערג שליט"א, האט דער רבי פריער געבעטן פון איינעם פון די מקורבים פון הרה"צ שליט"א צו איבערגיין אינאיינעם די פונקטן וועלכע וועלן ווערן ארויסגעברענגט, און דאן האט דער רבי באפוילן דעם משב"ק אנצורופן פערזענליך דעם משפיע און אים לאדענען צו זיין דער בעל דרשן לעורר לבות ישראל בעפאר די מעמד התפילות.
אויך איז דערביי באשטימט געווארן אז
הרב מנשה פרענקל פון לעיקוואד וועט געבן דעם סטעיטמענט פאר די פרעסע סוף מעמד, אויף די ענגלישע שפראך, לויט א באשטימטע און אויסגעארבעטע סטעיטמענט וואס זאל בע"ה האבן דעם ריכטיגן מעסעדזש און שטארקן אפעקט.
די עסקנים זענען איינגעשפאנט צו טרעפן א פלאץ, מיט די האפענונג נאך אויפ'ן באשטימטן טאג
זונטאג נצו"י, אבער מיט א מעגליכקייט אז ס'וועט זיין
מאנטאג אדער דינסטאג.
כל הגולה כמדורת אש, למען אחינו בני ישראל בארץ הקודש!!!
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 9:04 pm
דורך בן תורה
@נפתלי איך בין נייגעריג צו ווען דו גייסט זעהן אז איך ווייס וואס איך רעד גייסטו קומען מודה זיין, אדער דעמאלטס גייסטו איינעמען א שטילשווייגעניש.
---
אופס. @דער תהלים איד האקט.... @נפתלי יעצט קענסטו חוזק מאכן ווייטער
Re: עצרת "זעקת הגולה" א נצבים וילך ה’תשפ”ד
געפאוסט: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 10:47 pm
דורך לינדען תושב
רבי צבי מאיר וועט שוין זיין אויף שבת און אמעריקע. וועט פראווענען און עידן פעלעס און וויליאמסבורג