מיין שבת אין קרית ברסלב, ליבערטי (דריטער און לעצטער חלק ארויף)
געפאוסט: זונטאג יוני 30, 2024 3:19 pm
"@שאינו יודע לשאול איז געווארן א ברעסלאווער?" טשעפען מיר די חברים די לעצטערע טעג, זינט איך האב אפגעראכטן א שבת אינעם ברסלב'ע שטעטל לאקירט אינעם ליבערטי דערפל...
א באקאנטער מיינער א גאנציעריגער תושב ליבערטי האט מיר אנגעקלונגען מיט אן הצעה, אזוי ווי דער טענענט וואס האט געוואוינט אינעם דירה אויף זיין צווייטע שטאק האט זיך יעצט ארויסגעצויגן און עס שטייט כעת ליידיג, לאדענט ער מיר צו פארוויילן א שבת אין זיין דירה, ווען ער נעמט אויף זיך מיר באזארגן מיט אשל מלא און וועט מיר צושטעלן א יום שבתון מיט אלע קליפערלעך.
מיין ענטפער איז געווען א צווייפאכיגער יא, איינמאל יא פשוט פאר די געלעגנהייט פון שפענדן א שבת אויף די בערג, זיך אביסל אויסציען די ביינער און אטעמען פרישע בארג לופט. והשנית, והעיקר, בין איך פון נאטור אויס א נייגעריגער נפש וואס זוכט צו אויסשמעקן פארקערטע מיינוגען און ציעט צו קאנטראווערסיע.
דער ברסלבע קרייז, און ספעציפיש קהילת היכל הקודש, איז אן אינטערסאנטע, "דיפרענט", און זאגאר קאנטראווערסיאלע ענין. בעת וואס הונדערטער שרייען אז דער פלאץ האט זיי געראטעוועט ברוחנית און נאנט געברענגט צום אייבערשטן, ווען אנדערע זיין גאר שארף אזש ביזן עס באצייכענען אלס "קולט". אין דער צייט וואס הונדערטער בחורים און יונגעלייט וועלן מעיד זיין אז דער אייגנארטיגע דרך הלימוד האט זיי געזעצט צום גמרא ווען זיי האבן צום ערשטן מאל דערשפירט דעם מתיקות פונעם אור הגנוז וועלכע איז באהאלטן אינעם תורת השם, זענען אנדערע 'להשמיד' אז דער דרך הלימוד שאפט ביטול תורה און איז פשט'לאז און מקור'לאז.
אלזא האב איך נישט געטראכט קיין צוויי און ארויפגעשפרינגען אויף דעם געלעגנהייט צו אויסשפירן פונדערנאנט דעם קהילה און שטעטל וועלכע איז פארשלייערט אונטער א נעפל פון ספיקות, און באשטעטיגט מיין פאזיטיווע אנטווארט צום באקאנטער מיינער אז בעזר הויה וועלמיר אפרעכטן דעם שבת הבעל"ט אינעם עיר הבירה ליבערטי. נאכן אהיימקומען פונעם שבת מיט פולע באגאזשן האב איך זיך פארשריבן אייניגע אבזערוואציעס און נאטיצ'לעך פון דעם אייגנארטיגע איבערלעבעניש. לאמיר אייך ברענגען א לעבעדיגע גריס פון אונזערע אידישע ברידער אינעם ווייטן פארווארפענעם עקזיט 101...
ויסעו מקרית יואל
פאר די וואס ווייסן נישט, איך בין מאז ומקדם גאר א שטארקע אנהענגער אין "מסורה", יעדע זאך פרוביר איך צו טון פונקט אזוי ווי איך זע ביים טאטן אן קיין חכמות און דריידלעך, "חדש אסור מן התורה!". צוליב דעם האב איך קלארגעשטעלט אין שטוב אז די שפעטסטע צייט צו ארויספארן וועט זיין כחצות היום, אזוי האב איך געזען ביים טאטן לאיוש"ט. דאס איז כבוד שבת און איז אזוי אויך פראקטיש גערעדט, נעמענדיג אין באטראכט אז איך וויל זיך נאך אביסל אומקוקן אויפן ארום בעפאר דער שבת פאלט צו.
--- און טאקע צוליב דעם זעלבן צוועק פון "נישט משנה זיין קיין זיז כלשהוא" האב איך זיך דערזען הארט נאך דריי אזייגער אין א גוטע שעה פארלאזן די קרית יואל'ע גאסן אויפן וועג צום ניו יארקס "זיבעצנטער" שאסיי וואס וועט מיר פירן בעז"ה צו מיין געגארטע דעסטינאציע. פונקט אזוי האב איך טאקע געזען אינדערהיים...
אין א גוטע שעה האב איך געזאגט? אביסל אינטערגעשאצט. דער נעוויגאציע אפאראט לאזט מיר וויסן אז הערשט "אין א גוטע שעה אנדערטהאלבן" וועלן מיינע רעדער קענען קושן די ליבערטי'ע ערד... ווייזט אויס אז אנדערש ווי איך האב געקלערט בין איך נישט דער איינציגער צו פארלאזן די געדעכטע שטאטישע לופט און אנטלויפן צום בערגיגן גן עדן (האסט טאקע געמיינט?!...) מיין ברסלב'ע חבר וואלט עס זיכער באצייכנט אלס "מניעות"... נ'שוין, האמיר דאס אויך מקבל געווען באהבה און דער וועג איז ב"ה אריבער מיט א רואיגקייט.
לעמאנעיד סופערמארקעט
נאכן זיך אויסציען די ביינער, אויספאקן די געפעק, און א געשמאקע טועמיה צוגעשטעלט דורך מיין בעל אכסניא, איז העכסט צייט צו כאפן א בליק וואס אזוינס טוטצעך אין שטעטל. מיין ערשטע סטאנציע איז פארשטייט זיך אינעם לעמאנעיד סופערמארקעט וואס שטייט אגאנץ קיילעכיג יאר צום דינסט פון די ארטיגע תושבים.
א פולע פארקינג לאט איז מיר מקבל פנים, טוטצעך דארט אפ א קיבוץ גליות אין פולן זין פון ווארט, אונז האמיר דא פון אלע צוועלף שבטים. פון חסידישע כאניאקישע בחורים ביז אמעריקאנע בויטשעקעס וואס מען דארף שטארק אריינזאאמען צו באמערקן דעם קאפל צווישן די האריגע כוואליעס און אלעס אינדערצווישן, א כאפטע פון באבערדלטע שקצים אנגעטאן מיט לימאנאדישע טי-שירטס לויפן ארום פארסאפעט מיט באקסעס אויף די פלייצעס. די מצב קוקט אויס גוט, אנגעקומען אין די ריכטיגע צייט.
איך שטעל מיינע טריט אינעם גראסערי אריין, ברייטע איילס, כלערליי פראדוקן ממינים שונים, כ'מיין אז ער האט זיך נישט וואס צו שעמען פון סיי וועלכע סופערמארקעט אין קרית יואל. דער ציבור דרייט זיך ארום מיט אנגעהויפנטע וועגעלעך און פאקט מכל הבא ליד, אינדערזייט זע איך א חסידישע יונגערמאן שטייט און גיבט זיך אפ מיט די קאסטומערס צואווייזנדיג וואו אלעס איז פלאצירט, א שיין מקום דאס.
גאנץ שנעל רעאליזיר איך אז די טערמין "סופערמארקעט" איז היבש אינטערגעשאצט ווען עס קומט צו דעפינירן דעם פלאץ. דו קענסט דא איינקויפן "אלעס" וואס דו דארפסט נאר, פון סושי ביז קארפעטס, פון פארמעסי פראדוקטן ביז אנדערטהאלבן אינטשיגע בהמה'ישע שטיקער, שאוולען, ביגלאייזן ברעטער, טשאקלעד טרעיס, פריש געשניטענע פרוכט. בקיצור, עפעס אזא כל - בו סטיל געשעפט. אינדערזייט שטייט א טישל מיט ליידיגע הערינג שיסלען און אייער קיכל ברעקעלעך, זעהט אויס אזא טעסטינג סטעישאן, שוין, נישט פארכאפט צו טרעפן עפעס שיריים פאר מיין נשמה, קומענדיגע מאל וועליך דארפן קומען פריער.
זיך דרייענדיג צווישן די איילס טרעף איך אן א באקאנטן פנים, א קרית יואל'ע בחור מיט וועם איך קען זיך דרייט זיך ארום מיטן קאטענעם טלית קטן... "ס'טוצעך, ביסט אויך דא אויף שבת?" "נעע" קומט זיין ענטפער "כ'בין פשוט אהערגעקומען 'טשילן' אביסל..." סענייעס... וואו איז מיין קאפ געווען אלס בחור... וואס איז מיר נישט איינגעפאלן דעמאלטס אז פארן אנדערטהאלבן שעה אהין און צוריק און זיך דרייען אין א גראסערי פאר א שעה צייט קען גאר זיין א געשמאקע "טשיל"... א חידא סתומה... ענדזשוי'דעך! זיי מיר געזונט.
אויב האב איך פאר א קורצע רגע'לע פארגעסן אז איך געפין זיך יעצט אינעם הארץ פונעם ברסלב'ן הויפטשטאט, קומט שנעל א דערמאנונג אין פארעם פון א יונגערמאן מיט א פאק קונטרסים'לעך אין די הענט. עפעס מורמלט ער צווישן די ליפן וועגן משפחות. געלט. שבת. קונטרס. מחיה זיין. נישט פונקטליך געכאפט וואס ער זאגט. "אנטשולדיגט, איך האב נישט אויף מיר..."
למעשה נאכן הערן פון מיין בעל אכסניא אז ער האט אלעס צוגעשטעלט פון אלף ביז תיו "דו וועסט מיר באליידיגן אויב דו קויפסט עפעס איין" איז געבליבן אז כ'וועל זיך באגנוגען מיטן קויפן עפעס ליין מאטריאל, פאר ווען/אויב ס'וועט זיך מאכן ליידיג צייט. א שווערע דילעמא איז אנטשטאנען וועלכע'ס מאגאזין וועט זוכה זיין צו לאנדן דעם שבת אינטער מיין קישן. כ'מיין אז ס'איז נישט רעלעוואנט צו פובליצירן די אויסגאנג פונעם געשאפענעם ספיק ספיקא...
דער באזאר
א פארדומפטן נאסן קעלער, די ריח שלאגט אין די נאז לעכער, די שטויביגע תושבים זענען מכניס אורח די שרצים אלס אנגעלייגטע געסט, אויסגעווארפענע קליידער און זאקן, קראקס נעבן סטרעטשיס, א ערוב סטיל געמיש פון קאלירן, סייזעס, און אויפגעריסענע פלעסטיק בעגס, די נערוועזליכע באבע ביים רעכן מאשינדל סטראשעט צו שפארן, "יונגערמאן דו ווילסט עפעס קויפן?"
אט די בילד האט זיך מיר אויסגעמאלן אין קאפ ווען די שטוב מיינער האט פארגעשלאגן צו אפשטאטן א באזוך אינעם לאקאלן באזאר און כאפן א בליק אויף די שפאט - ביליגע מציאות. למעשה נאכן זיך איינבעטן איז געבליבן אז מען וועט גיין כאפן א שנעלן בליק אויפן סיטואציע. א טיפן צי אריין מיטן נאז, און היידא! אריינגעקלאפט דעם אדרעס אינעם מאשינקע און מ'פאר'מיר אהין.
איך קום אן צום אנגעגעבענעם אדרעס, אויפן טיר הענגט א צעטעלע וואס איז מודיע די קאוד פונעם נומער שלאס, און איך טרעף זיך אין א שיינעם לופטיגן רחבות'דיגן צימער, צימער? עטליכע צימערן. הערליך מסודר'דיגע רעקס, שיינע סחורה, א גאנצע סעקשאן פון ברענד ניו זאכן נאך אינעם אריגינעלן פעקעזשינג, די אנדערע זענען שיין איבערגעפאקט ווי ניי. די ב"ב דרייעט זיך ארום פאר'שיכור'ט פונעם אויסוואל וואס אנטפלעקט זיך, פרייזן נענטער צו בחינם, ממש א פאנטאזיע.
א ריזן סעלעקציע פון דא ביז אויס. אינגלישע, מיידלישע, ערוואקסענע פרויען, בעביס, שיך אין אלע מאסן און סטיילס. אינדערזייט ליגט א פושקע פאר די געלט. אויפן טיר הענגען עטליכע בעגס פון פרישע אינווענטארי "נאר זאכן אין גוטע צושטאנד שיין פארפאקט" בעהט דער מודעה דערנעבן. דער באזאר איז פינאנצירט און געפירט דורך די ארטיגע מוסדות מיטן איינציגן ציהל צו קענען ארויסהעלפן די ארטיגע איינוואוינער לעבן אויפן איינגעהאלטענעם שטייגער. מיין ידיד ווייזט מיר אן אויף זיינע קינדערס בגדים "אלעס קומט פון באזאר". אומגלויבליך. אומגלויבליך.
א טבילה לכבוד שבת
דער זון דערנענטערט זיך שוין מיט שנעלע טריט אין ריכטונג פון די בערג אויף מערב, צייט צו גיין כאפן א טבילה און זיך גרייטן צו אויפנעמען דעם שבת המלכה. אויפן וועג קוק איך זיך אום אויף די הייזקעלעך, איך פאר פארביי פופציג יעריגע הייזקעס מיט האלב אפגעשיילטע ווענט, פאר אנדערע זע איך איז יא באשערט צו וואוינען אין הערליך גרויסע הייזער ארומגענומען מיט ברייטע באגרינטע שטחים, ווי איך הער האבן די איינוואוינער געצאלט א שיבוש פאר דיזע פאלאצן, טייל אזוי ביליג ווי צוויי-דריי הונדערט קעי. פאר א נישטיגע זעקס טויזענט סקווער פוס. ס'פאלטיר איין אז איך בין מקנא? כלל נישט...
דער אויטא מיינער סטראגעלט אינעם קאמף צו אנהאלטן סטאביליטעט ווערנדיג צושאקלט פון די גראוויטי שלעפ - כוחות וואס שאפט זיך ביים שנעל פארן אויף די שמאלע געדרייטע געסלעך, א בארג ארויף און גלייך נאכדעם אראפ, יעצט צוריק ארויף און וואס נאכדעם? יא, האסט צוגעטראפן, אראפ מיט א שנעלקייט. ענדליך דערזע איך מיך ביים ביהמ"ד ב"ה מיט גאנצע - אבער צושאקלטע ביינער. גיימיר אין מקווה?
אקעי, גענדיגט מיט די ווערטלעך, מורם ורבותם איך מיין עס מיטן גאנצן ערנסטקייט. די מקווה איז פיצי! ווען איך זאג קליין מיין איך קליין! מיין שיבע קעטאנע מנהל'ס אפיס איז געווען דאפלט אזוי גרויס... גלייבצמיר די מצב איז שרעקליך ענג... כ'האב נישט קיין מושג וואו אין די וועלט איך גיי דא אריינפיטן, אפגערעדט מיין זעקל... זיצן א הייפעלע אידן "אויסגעטון פון די וועלט..." עומדים ושוערי"ן צפופים אינעם פולן באדייט. איינעמס שעמפא האט פארלוירן קאנטראל און אויסגעוואשן מיינע בגדים'לעך בחינם... די וואסער האט שוין א צווייטער צוגעגאסן שפעטער, סתם א שאד ס'זאל בלייבן שמוציג... זיצן אידעלעך און פלאטשקען אינעם וואסער, פלעטקען דיבורים מיט א געשמאק, א געשמאקע אידל האט זיך געטראפן אין א דערהויבענע מינוט, און זיין הארציגע געזאנג דינערט אפ און צושאקלט די פאפירענע ווענט, "מילי דשטותא" אויפן העכסטן פארנעם... אהההה... כ'האב עס געמאכט. איך כאפ מיין האב און גוטס און יאג זיך ארויס פון שטח.
אקעי חברה, ס'שפעט געווארן און איך האב נאך אסאך צו זאגן, עמיר מוזן ממשיך זיין א צווייט'ס מאל.
כ'האב נישט ליב זיך צו בעטן ביי דיר, אבער דיין לייק וועט מיר געבן די שטופ צו גיין ווייטער. שכח.